בית פורומים כל העולם כולו

"שארפע מחאה" קעגן "RFRפראטעסט" דורך הרב הוראוויץ שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/10/2010 20:18 לינק ישיר 
"שארפע מחאה" קעגן "RFRפראטעסט" דורך הרב הוראוויץ שליט"א

בבחינת קבל את האמת ממי שאמרו...

הרב אלעזר הורוויץ שליט"א, פון ביהמ"ד ויואל משה ב"פ, והאט דאסמאל אויסגעדרייט די דברי מחאה צו די ריכטונג פון די זאלונים, אויסצודרוקן א שארפע מחאה קעגן די "פראטעסט פלעי" פאריגן דאנערשטאג.

אין זיינע ווערטער - נעכטן ביי די ש"ס תורה - האט ער ארויסגעברענגט אז ווער עס האט אויגן האט געקעהט זעהן אז דאס איז נישט געווען קיין פראטעסט, נאר א "פארטייאישע צוזאמקום אין מאנהעטן".

צווישן אנדערן האט ער ארויסגעברענגט די פאלגנדע נקודות:

- די פראטעסט האט נישט געהאט קיין שייכות צו ציוניזים.

- די רעדנער האבן מעורר געווען איבער סעלפאנס ביין דאווענען, אויף דעם ברויך מען נישט פארן קיין מאנהעטן.

- די גאנצע מצב איז געווען איין שטיק פארטיי, אנשטאט ווייטאגן אויפן מצב.


ועוד ועוד.

הגם איך וואלט מיך נישט אידענטיפיצירט מיט זיינע כסדר'דיגע מחאות, אבער דאסמאל זענען די נקודות - לדעתי - זייער פשוט'ע.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2010 21:00 לינק ישיר 

1) יישר כח פארן עפענען נאך א אשכול!

2) וואס איז טאקע פשט אז ענקער קר"י דיין האט זיך געלאזט פארנארן?

3) האט ער אויך ארויסגעברענגט די נקודה אז מגראבט שוין נישט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2010 21:16 לינק ישיר 

1) זייער גערן.

2) נאך איינמאל: קיין איין רב (דאהי) איז דערווייל נישט איינגעמאלדן געווארן אז מען גראבט נישט, צוליב וואס עס אינטערסירט נישט קיינעם אז מען פראטעסטירט. איך בין נאר דא צו פארציילן פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת וואס עס גייט פאר.

3) ניין, מטעם הנזכר בסעיף 2, ער האט נאר גערעדט פון די נקודה אז די זאלונים פירן נישט קיין מלחמה קעגן ציונות. דאס איז א באזונדערע נקודה (ובזה נתיישב כמין חומר שאלה 1...).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2010 21:22 לינק ישיר 

פינפער. מיט 1 בין איך גענציליך איינשטימיג מיטן זאלי דעקל

דער "הרב הוראוויץ" ווי די רופסט אים האט דא געשאסן צוויי האזלעך מיט איין קויל. קודם כל רעדט מען בכלל פון אים און צווייטנס האט ער זיך יעצט איינגעקויפט קרעדיט אלס איינער וואס זאגט דעם אמת אן מורא און יעצט האט ער ליגיטימאציע ווייטער צו באשמיצן די עוסקים בצרכי ציבור באמונה דעם רבין שליט"א'ס געטרייע שליחים אין ב"פ וועמען ער רייסט אינטער יעדן מאנטאג אין דאנערשטאג אלס צו געפעלן דעם קעצל הידוע

יא גראבן צו נישט גראבן איז נישט די נפק"מ דא, די פאקט אז זיי האבן אפילו נישט פראבירט צו רופן דעם רבין נאר ענדערש גיין צום דיין שרייט הויך אז זיי זענען דא נאר פאר פאליטיק מיר דארפן נישט אז "הרב הוראוויץ" זאל פארציילן דעם "סוד"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2010 23:46 לינק ישיר 

ציט ער אריין די שלוש סעודות נאכען זמן? איז דא א טעיפ פין שלוש סעודת תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2010 00:08 לינק ישיר 

ראנג אשכול


תוקן על ידי היראים ב- 01/11/2010 00:09:40




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2010 00:23 לינק ישיר 

הר''ר אלעזר האראוויץ איז פין די זאלי רבנים אין ב''פ
ד''ה ער איז קעגן די הנהלת המוסדות אין ב''פ וואס דאס פינקט גענוג אז ער זאל ווערן פאררעכנט ווי א זאלי
אין די זאלי'ס זאלען קענען זיך איינגלידערן ביי אים,
די זאלי'ס האבען זיך אנפאנג זייער געפרייד צו זיין שול,
אבער ווען די הולכים בערכעות פין די זאלי'ס אין ב''פ האבען אפגעמאכט צו עפנען א שול האבען זיי זייער באוויינט זייער מיסטעיק ווייל ציריק גייט א קאזע,
אין א שיינע פאר יודן וואס וואלען געקענט דאוונען ביי די הולכים בערכעות דאווענען היינט ביי באלקאני, אין די  זאלי'ס ארבעטן זייער שווער זיי צירוק צו באקומען.
דאס האט אבער איבערגעלאזט א ריס צווישן באלקאני אין די הולכים בערכעות

אין באלקאני גייט אבער נאך היינט אין די העצע קעגן די הנהלת המוסדות אויף א טייילווייזע פארנעם
לדוגמא געדענקט יעדער ווען מ'האט געבעטן א געוויסטע דיין וואס האט א חלק אין מחלוקת ער זאל נישט קומען אנדרייען פראוואקאציעס אין ביהמ''ד הגדול אין ב''פ נאכען עפענען די קעיס אין געריכט קעגן די הנהלת המוסדות
אין די סוף געדענקט יעדער וואס איז געווארען, האט זיך ר' אלעזר געלאזט הערן מיט א מחאה אבער דירעקט נאר גערעדט פין יענעם דיין אין מערקבאר אויסגעלאזט די מחאות קעגן די דיין פין די הולכים בערכעות טראץ וואס אויף יענעם'ס מחאות וואלט ער געקענט אסאך מער מוחה זיין
למעשה פראבירט ער היינט צו טאגס צו מאכען שבת פאר זיך מיט די הילף פין אלע אנגעווייטוגטע אדער אלטע פיינט פאר די הנהלות הקהילה, אבער כדי צו ווייזען אז ער מיינט עס ערנסט לאזט ער זיך הערן מפעם לפעם אויך קריטיק אויף די  זאלי'ס (זארגט אייך נישט, אויף די ריכטיגע רשעות ווי די אלע ערכעות'ן אין די קלאגע אין בג''ץ האט מען דערווייל נישט געהערט)
אין זייענדיג ביי די פראטעסט ציליב דעם וואס מ'האט אים פערזענליך גערופן, אין זענדיג אז מ'מאכט פורים פונעם עולם, די גאצנע פראטעסט האט מיט ציונות גארנישט אין בלויז קאנצערטרירט קעגן RFR' נאכדערצו אז מ'גרובט נישט יעצט
האט ער מוחה געווען דערקעגן.

ע''כ וואס כ'האב געהערט פין א יוד אין ב''פ




תוקן על ידי היראים ב- 01/11/2010 01:14:10





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "שארפע מחאה" קעגן "RFRפראטעסט" דורך הרב הוראוויץ שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext