בית פורומים אידישע געדאנק

אין שמעלקא בדחן'ס "רויטע קעסטל"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/10/2010 22:59 לינק ישיר 
אין שמעלקא בדחן'ס "רויטע קעסטל"

שמעלקא בדחן האט אזא אימעיל אדרעס וואס ער רופט די "רויטע קעסטל" דארט אינם רויטן קעסטל געפינען זיך אלע אישו'ס וואס דארפן ווערן אדרעסירט. דערווייל ווייסן נאר די קנאקערס די אדרעס פונם רויטן קעסטל, ווי למשל יצחק ראזענבערג אברומי רובין נפתלי משה ווייס מיט נאך געציילטע. ווען עס קומט אינטער א הייסע אישו וואס דארף א ספין שיקט מען א אימעיל צום "רויטן קעסטל" און ווען שמעלקא בדחן האט אפאר מינוט שיקט ער צוריק א פרישע ספין צו דעם גאנצן ליסט.

דערווייל געפינען זיך אינם רויטן קעסטל עטליכע אישו'ס וואס האבן נאך נישט באקומען א ספין און דער עולם הייבט אן ווערן נערוועז. יעצט האט נפתלי משה ווייס געסטראשעט אז אויב וועט נישט קומען א ספין אין זעלבן טאג אין וואס שמעלקא באקומט  א פארלאנג דערפאר וועט ער ארויסגעבן דעם אדרעס פונם רויטן קעסטל אזוי וועט דער גאנצער עולם קענען לייגן מעסיוו לחץ צוזאמען אז שמעלקא זאל נישט האבן מער א ברירה צו שלעפן און לאזן דעם עולם זיצן אנגעצויגן.

די דריי אישו'ס וואס ווארטן אויף א ספין זענען ווי פאלגאנד:

ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן מאכט חתונה א אייניקל און ווי עס שיינט וועט זיין א שבע ברכות צוזאמען מיטן גרויסן כ"א כסליו דינער. לויט ווי עס זעט אויס וועט דער פשעווארסקער רבי זיך געפינען דאהי כ"א כסליו און ס'שוועבט א סכנה אז ער וועט זיצן אויבן אן ביי הגז"ל... מען דארף שוין א ספין

תולדות אברהם יצחק האט עדווערטייזט אין דער איד מיטן פולן פעסטקייט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די תקנה אז ווער עס עדווערטייזט ווען נישט קענען שנארן ביי אינזער עולם. דערווייל איז דער ראש הקהל יצחק אליינס דער בעל אכסניה און גרעסטער שטיצער ער פראוועט אין ראוז קעסטל... מען דארף א ספין אבער שוין!

ר' געציל האט אינטערגעשריבן דעם פראטעסט שוי קול נדרי, ער האט געמאכט דעם רבין צושאנד און צושפאט... ס'איז וויכטיג א ספין ווי פריער.

דערווייל האט נאך דער בדחן נישט געהאט קיין צייט צו אדרעסירן די ערענסטע דאגות פון די אהרוינישע קעפ. דעריבער וועלן מיר פראבירן אביסל צו בארוהיגן די קעלבער.

ספין א)  זאליס לייגן גרויס דריק אז פשעווארסקע רבי זאל קומען צו הגז"ל'ס שוי כ"א כסלו... (אויב וועט ער צום סוף נישט אנקומען אידאך גוט "פשעווארסקע רבי באגראבט די זאליס מיט זייער רבי בראש, ער דערקלערט ניצט מיך נישט פאר איידערע ביליגע אינטריגעס. אויב וועט ער יא אנקומען איז דאס נאר וועגן די דריק און נאר וועגן די שבע ברכות ביים פאסט טרעגער, ער איז דאך א מחותן נישט אזוי? אדער קען מען אפילו גיין ווייטער און זאגן "דאקטער שפיצער")

ספין ב) קען מען ענטפערן צוויי תירוצים. אדער דער איד האט אריינגעלייגט די אלע עדס פאר פרי, אדער קהל האט געגעבן רשות.

ספין ג) ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס די זאליס פעלשן א חתימה.

שמעלקא אויב געפעלן דיר מיינע ספינס, בין איך גרייט צו קועמן ארבעטן פאר דיר פאר די רייט פרייס ווייל די זאליס באצאלן שוין נישט...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2010 01:40 לינק ישיר 

קרעדיט היראים, היראים'ס תשובה פאר חיי_שעה

איז מהרז''ל ווייטער בועט באביו?

יעדער געדענקט די מיסע טעראר וואס די הייליגע קהילה תולדות אברהם יצחק איז דורכגעגאנגען ציליב דעם וואס זייער רבי שליט''א האט נישט געוואלט משנה זיין אכסניא, ע''פ פסקו פין זייער רב הגאון ר' מאיר בראנסדארפער ז''ל

די תוא''י רבי שליט''א פלעגט יערליך איינשטיין ביי דעם בונה ומקים עולמות של תורה הרה''ח ר' יצחק ראזענבערג הי''ו מראה''ק דקיט''ל
אין ציליב דעם וואס ר' יצחק האט געהאט די חוצפה פין נישט גיין אין שפאן מיט ר' זלמן מעידאף אין זיינע שותפים צו גנבנ'ן די בעלות פין גאנץ סאטמאר אין האט נאך געהאט די ''חוצפה'' פין שיקען א הזמנה פאר די גזלנים, אין נאכען מסרב זיין גערופן אין קארט מיט א היתר בי''ד בכתב,
ציליב דעם האבען די זאלי'ס אים טעראזירט מיט אלע זייערע אלטע טאקטיקען, מ'קען ארויסגעבן גאנצע ביכער צו באשרייבן ווי נידריג די ר' זלמן מעידאף'ס גרופע האבען געארבעט קעגן די ראשי הקהילה - דאס איז  נישט די טעמע יעצט

איינס פין די זאכען איז געווען אז זיי האבען אן ערפאלג פראבירט איז אראפמאלען ר' יצחק ווי דער מסור יוסל וואלדמאן אליינס, יעדע וואך געלייגט גרויסע עדס אין דער איד מיט עקעלדיגע לשונות קעגן אים וכו' כו'

אין ווען ס'איז געקומען אנפאנג ווינטער ווען דער תולדות אברהם יצחק האט אפגעהאלטען זיין יערליכע באזוך אין אמעריקע האבען זיין געלייגט אבנארמאלע דרוק אויף אים ער זאל משנה זיין אכסניא - א קעגן די הלכה,
דער תוא''י רבי שליט''א האט עס דעמאלטס דן געווען מיטן הגאון רבי מאיר ז''ל, נישט וועלענדיג ווערן פארמישט אין די סאטמערע מחלוקה, ווי פארשטייט זיך האט רבי מאיר געזאגט אז ר' יצחק האט נישט קיין שום דין פין הולך בערכעות אין דער רבי שליט''א קען נישט משנה זיין אכסניא.
עס מיז באצייכענט ווערן אז דער תולדות אברהם יצחק רבי האט קיינמאל נישט גענומען קיין שטעלע אין די סאטמארע מחלוקה, אין האט פראבירט צו שטיין ווייט דערפון.
למעשה האט  זיך אנגעהויבן די טעראר קעגן תולדות אברהם יצחק אויפן העכסטן פארנעם, אנגעהויבן מ'האט אים נישט אריינגעלאזט צו רבי'ן בעל ברך משה, ווי ער פלעגט אפהאלטן די ערשטע אנקומענדיג אויף וויליאמסבורג,  מיטן אויסרייד אז ער וויל אים נישט אויפנעמען ווייל דער תוא''י רבי וויל נישט משנה זיין די אכסניא
(א מיטל וואס זיי האבען געניצט אפי' קעגן די אייגענע קינדער פין רבי'ן ז''ל ה''י- ווי באקאנט),
דערנאך אים ג'קענסלט די  זאל ווי ער האט געדארפט פראווען די שבת ממש די לעצטע מיניט,
נישט ארייגעלייגט די עדס אין דער איד וכו' כו'
די סוף געדענקט יעדער איינער, ער האט געפראוועט אין ראוז קעסיל א הערליכע שבת
אין זינט דעמאלטס האלט תולדות אברהם יצחק אפ הערליכע שבתים אין וומ''ס ווי קיינמאל נישט בעפאר
אפגערעדט פין די מסיבה פאר סאטמארע חסידים דורכ'ן סגן ראה''ק וועלכע האט שוין געשאפען שווערע טויזענטער פאר די הייליגע עדה קדושה על טהרות הקודש

לעצטנס האט דער מעידאף אבער געזעהן וויאזוי ער קוקט אויס,
ער האט א פנים פין א נעגעטיווער שטריק נישט קיין באזוכן אין נישט קיין רעספעקט, ווי זיין מנהל האט זיך אויסגעדריקט אפי' ביי די אייגענע חבורה.
האט ער איינגשפאנט זיין שטאב אין פראפאגאנדע אויפצוארבעטן זיין פרעסטיזש
איינס פין די צילן איז  געווען דאס רופן דעם תולדות אברהם יצחק רבי צו מהרז''ל ער  זאל קומען באזוכן, מ'האט אים געאפערט די  זאל, אין ציגעזאגט אז מ'גייט אננעמן די עדס (כאילו ער דארף עס נאך), וכו כו'
דער תולדות אברם יצחק רבי שליט''א וועלכע האט קיינמאל נישט געזיכט זיך צו שלאגען מיט די זאלי'ס, האבען נישט געקוקט אויף די אלע רדיפות אין געקומען באזוכן דעם שטריק אין זיין הויז, אין פארשטייט זיך אז די זאלי'ס האבען מקיים געווען די פקדתו שמרה, ארומגעשיקט צו די מאגעזינעגן אין געלייגט אויף זייער וועבזייטלעך וכו'
ער האט אפי' אריינגלייגט א האלבע פעיזש אין דער איד (כ'בין נאכנישט נאכגעגאנען אויב ער האט בכלל געדארפט באצאלען דערפאר),
אלעס כדי צו ריינוואשען זיין פרעסטיזש אין ווייזען אז ס'דא רבנים וואס קומען אים 'אויך' באזוכן.

פארשטייט זיך, קיינעם שטערט עס נישט, ער מעג גיין ווי ער וויל, די איינציגע קשיא בלייבט נאר
אויב האט דער ברך משה ז''ל נישט געוואלט אויפנעמן די תולדות אברהם יצחק רבי ווייל ער שטייט איין ביי ר' יצחק,
דאן, מיט וואס פאר א היתר האט מהרז''ל אויפגענומען דעם תולדות אברהם יצחק רבי טראץ וואס זיין טאטע ז''ל האט אים דאך קלאר נישט געוואלט אריינלאזען אין שטוב (ע''פ שיטתו)
מיט וואס פאר א חוצפה טרעט ער אויף זיין טאטען'ס הוראות?

(במאמר המוסגר: עס איז צו האפען אז א ספין פין חי שעה וועט נאכפאלגען צו פארענטפרן)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אין שמעלקא בדחן'ס "רויטע קעסטל"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext