בית פורומים אידישע געדאנק

סקוורא ארויסגעשיקט א נייעם וואל קאמפען פאר די עבדים כנענים תושבי סטאלין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/10/2010 23:21 לינק ישיר 
סקוורא ארויסגעשיקט א נייעם וואל קאמפען פאר די עבדים כנענים תושבי סטאלין

סקוורא האט ארויסגעשיקט א נייעם וואל קאמפען פאר די עבדים כנענים תושבי סטאלין

דעם שבת האט גאנץ סקווער באקומען א פארפלייצונג מיט פאלשע שרעקעדיגע קאמפען בלעטער.
מיט 4 זאכן וואס מען פרעדיגט דעם ציבור פאר די וואלן,
1, הויזינג-דירות  2 סקיורעטי  3, יוסטיץ-לעגאלע אישוס,  4 פארקס.

1,  דירות זיי באשרייבן דעם  קריזיס פאר דירות,:
א, די קריזיס גייט שוין אן פאר לאנגע יארן וואס איז שוין לאנג אימדערטרעגליך און אלע הייזער וואס ווערן יא געבויעט איז נאר פאר דעם הייליגען רבינ'ס קינדער ויצ"ח,
זיי בויען ריזיגע בנינים פאר זיך און בויען איבער קיין געלט מאנגלעט איבערהויפט נישט,
נאר "דירות" איז זייער גיט פאר א קאמפען אישו פאר די נייאיווע חסידים-עבדים.

2, סעקיורעטי,

 אן א בושה מיט שרעקעדיגע גרויליגע בילדער שרעקען זיי אן אלע איינוואנערס און מאכען זיי א גאנצע צימוס פון "סעקיורעטי" וואס יעדער ווייסט און פארשטייט פארוועמען און פון וועמען דארף מען סעקיורטי,

סעקיורעטי דאף מען נישט האבען פון ח"ו אויסערליכע גוים, ניין נאר טאקע פון פון די אידישע מושלים וואס וואך נאך וואך ווערט דער אומשילדיגער ציבור ברוטאליש אטאקירט וויי שניידען טייערס, ברעכן די קאר ווינדאוס אין אויך אויף דירות שלאפצימערן מיט קליינע קינדער אינמיטען די נאכט און אפילו בעצם יום השבת קודש האט מען די וואך אויסגעהאקט די ווידאס פון טייערע אידן רח"ל.

און וואס וועלן זיי טון מיט די סעקיורעטי? זיי האבן שוין באוויזען זייער גבורה, ווען זיי האבן מיט בראטאלישע אכזריות געקייטעלט אומשילדיגע בחורים ווי די גרעסטע פארברעכערס רח"ל

און ווער ווייסט, און דער טאג זאל נישט קומען וואס זיי זאלן האבן א סעקיורעטי פארס, וויפל אידען אין יונגע בחורים וועל פון זיי ליידען!

3יוסטיץ!

זיי ווילן אונז פארקויפן יוסטיץ, גאנץ סקווער ליידט נאך היינט פון די אויפרייסערישע שעדליכע פאליטיק וואס די מנהיגי סקווער פירט אן, ווער געדענקט נישט די שרעקליכע שנאת ישראל וואס האט ארויף געברענגט אויף סקווער בפרטיות און אויך אוף גאנץ כלל ישראל בכלוליות ווען דער רבי האט געפאזט מיט די קלינטאנס אין וואשינגטאן מיטן קולפקטע, און די פארדאנס
וואס סוכ"ס איז די תוצאות געווען שרעקעדיק אז דער סקווערער ראש הקהל אליינס ר' חיים בערגער ע"ה (טאקע דער פאטער פון דעם היינטיגען ראה"ק מענדעל בערגער-וואס האט זיך נישט געלערנט פון זיין טאטענס מ') האט מען ארעסטירט און אים אהיים געשלעפט פון די מדינה, און איז לאנגע יארען אפגעזיצן און סוכ"ס אפגעשטארבען אין תפיסה רח"ל.

נא אזעלכע פירערעס קען מען טראסטען מיט יוסטיץ??? אוואדאי נישט, ח"ו היה לא תהיה.

 4,

פארקס

שוין דאס דריטע עלעקשין יאר וואס די פירערס פארקויפען פאר יעדע עלעקשין "פארקס" פאר די קינדער, און האלטן אפילו נישט ביים געבן פארקס,
די קינדערלעך זענען טאקע זייער דעספערעט פאר פארקס, און אוודאי זענען די קינדערלעך אסאך מער דעספערעט פאר די רוחניות פארקס, וואס די קינדער זאלן נישט זיין אינטער די שרעקעדיגע פרעשער פון ווערן געניצט פאר די האסטישעס וואס ווערן געפייניגט פון די אכזריות'דיגע חסידעסע מעשיגאסן, און אויך די אומשילדיגע קינדער וואס ווערן באניצט אויף צו זיין די חסידיסע שטעקנעס וואס ווערן געטרעינט צו מבזה זיין, און זיין די שגץ ארויס שרייערס אויף דעם טייערן ציבור וכדו' הערט אויף צו באניצען זיך מיט די "פארקס סלאגען" ווייל יעדער ווייסט עטץ מיינטס נישט די קינדערלע'ס טובות, נאר מען וויל ניצען זייער בליט און פלייש וואס עטץ דארפטס נאר פארשטערקערן די מלוכה!

אלע תושבי סקווערע ווערן שטארק אויפגעפאדערט ארויס קומען אין מאסען און שטומען פאר אלע קאנדידאטען וועמען סקווערע האט"נישט" אינדארסט און ארויסשרייען דעם וויי געשריי פאר אלע פאליטישענס, אז א גרויסער טייל ווילן נישט לעבען אינטער אזעלעכע דיקטאטארישע הערשער
און מען בעט די פאליטישענס נישט זיי געבן כח צו פייניגען דעם סקווערן ציבור, בעזהשי"ת

תוקן על ידי boyskver ב- 01/11/2010 00:21:06

דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2010 00:31 לינק ישיר 

דעם שבת האט גאנץ סקווער באקומען א פארפלייצונג מיט פאלשע שרעקעדיגע קאמפען בלעטער.
מיט 4 זאכן וואס מען פרעדיגט דעם ציבור פאר די וואלן,
1, הויזינג-דירות 2,סקיורעטי פארקס, 3 יוסטיץ-לעגאלע אישוס, 4 פארקס . 

1
, דירות זיי באשרייבן דעם
קריזיס פאר דירות,
:
א, די קריזיס גייט שוין אן פאר לאנגע יארן וואס איז שוין לאנג אימדערטרעגליך און אלע הייזער וואס ווערן יא געבויעט איז נאר פאר דעם הייליגען רבינ'ס קינדער ויצ"ח,
זיי בויען ריזיגע בנינים פאר זיך און בויען איבער קיין געלט מאנגלעט איבערהויפט נישט,
נאר "דירות" איז זייער גיט פאר א קאמפען אישו פאר די נייאיווע חסידים-עבדים.
 
2. סעקיורעטי,
 אן א בושה מיט שרעקעדיגע גרויליגע בילדער שרעקען זיי אן אלע איינוואנערס און מאכען זיי א גאנצע צימוס פון "סעקיורעטי" וואס יעדער ווייסט און פארשטייט פארוועמען, און פון וועמען דארף מען סעקיורטי,
סעקיורעטי דאף מען נישט האבען פון ח"ו אויסערליכע גוים, ניין נאר טאקע פון פון די אידישע מושלים וואס וואך נאך וואך ווערט דער אומשילדיגער ציבור ברוטאליש אטאקירט וויי שניידען טייערס, ברעכן די קאר ווינדאוס אין אויך אויף דירות שלאפצימערן מיט קליינע קינדער אינמיטען די נאכט און אפילו בעצם יום השבת קודש האט מען די וואך אויסגעהאקט די ווידאס פון טייערע אידן רח"ל.
און וואס וועלן זיי טון מיט די סעקיורעטי? זיי האבן שוין באוויזען זייער גבורה, ווען זיי האבן מיט בראטאלישע אכזריות געקייטעלט אומשילדיגע בחורים ווי די גרעסטע פארברעכערס רח"ל
און ווער ווייסט, און דער טאג זאל נישט קומען וואס זיי זאלן האבן א סעקיורעטי פארס, וויפל אידען אין יונגע בחורים וועל פון זיי ליידען
 
3,  ,יוסטיץ!   
זיי ווילן אונז פארקויפן יוסטיץ, גאנץ סקווער ליידט נאך היינט פון די אויפרייסערישע שעדליכע פאליטיק וואס די מנהיגי סקווער פירט אן, ווער געדענקט נישט די שרעקליכע שנאת ישראל וואס האט ארויף געברענגט אויף סקווער בפרטיות און אויך גאנץ כלל ישראל בכלוליות ווען דער רבי האט געפאזט מיט די קלינטאנס אין וואשינגטאן מיטן קולפקטע, און די פארדאנס
וואס סוכ"ס איז די תוצאות געווען שרעקעדיק אז דער סקווערער ראש הקהל אליינס ר' חיים בערדער ע"ה (טאקע דער פאטער פון דען היינטיגעו ראה"ק מענדעל בערגער-וואס האט זיך נישט געלערנט פון זיין טאטענס מ')  האט מען ארעסטירט און אים אהיים געשלעפט פון די מדינה, און איז לאנגע יארען אפגעזיצן און סוכ"ס אפגעשטארבען אין תפיסה רח"ל.
נא אזעלכע פירערעס קען מען טראסטען מיט יוסטיץ??? אוואדאי נישט, ח"ו היה לא תהיה.
 
4, פארקס
שוין דאס דריטע עלעקשין וואס  די פירערס פארקויפען פאר יעדע עלעקשין "פארקס" פאר די קינדער, און האלטן אפילו נישט ביים געבן פארקס,
די קינדערלעך זענען טאקע זייער דעספערעט פאר פארקס, און אוודאי זענען די קינדערלעך אסאך מער דעספערעט פאר די רוחניות פארקס, וואס די קינדער זאלן נישט זיין אינטער די שרעקעדיגע פרעשער פון ווערן געניצט פאר די האסטישעס וואס ווערן געפייניגט פון די אכזריותדיגע חסידעסע מעשיגאסן, און אויך די אומשילדיגע קינדער וואס ווערן באניצט אויף צו זיין די חסידיסע שטעקנעס וואס ווערן געטרעינט צו מבזה זיין און זיין די שגץ ארויס שרייערס אויף דעם טייערן ציבור וכדו'  הערט אויף צו באניצען זיך מיט די "פארקס סלאגען" ווייל יעדער ווייסט עטץ מיינטס נישט די קינדערלע'ס טובות, נאר מען וויל ניצען זייער בליט און פלייש וואס עטץ דארפטס נאר פארשטערקערן די מלוכה!

אלע תושבי סקווערע ווערן שטארק אויפגעפאדערט ארויסקומען אין מאסען און שטומען פאר אלע קאנדידאטען וועמען סקוועא האט"נישט" אינדארסט און ארויסשרייען דעם וויי געשריי פאר אלע פאליטישענס, אז א גרויסער טייל ווילן נישט לעבען אינטער אזעלעכע דיקטאטארישע הערשער
און מען בעט די פאליטישענס נישט זיי געבן כח צו פייניגען דעם סקווערן ציבור,
ובעזהשי"ת נלך ונצליח
 
תוקן על ידי boyskver ב- 01/11/2010 01:19:12

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2010 05:29 לינק ישיר 
יעדער ווערט געבעטן צו זאל שטומען- 1B/ 6B /7B /14A /15B /17B

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2010 03:17 לינק ישיר 

די הארצרייסענ'דיגע געשריי פון די סקווערע איינוואיונער!!!

אן אפנע בריעף צו די תושבי השיכון

די אלט/ניי מאוומענט "שטארקע הנהגה" אין שטעטל

פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זיצונג אין הויף [בחצר הקודש], ווי ס'איז אויסגעליפטערט געווארן פארשידענע געדאנקן צו פארשטיין וואס האט צו געברענגט צו דעם מצב אז גארנישט רוקט זיך נישט אין שטעטל, ביז מען איז אנגעקומען צו דעם החלטה אז די סיבה איז... ווייל מען האט נאך געלאזט פון די שטארקע הנהגה די פארלאפענע צען יאר!

איז דאס אמת? ניין! ווען נאך האט מען ארויס געוויזן אזויפיל שטארקע הנהגה ווי אין די פארלאפענע צען יאר, ווען האט מען איין געפירט מענער און פרויען זייט? ווען האט מען איין געפירט ארויס צו רייסן חתונה געהאטע זוהן און טעכטער פון אונטער די טאטעס און מאמעס הענט מיט עכטע ברוטאלישקייט און זיי פארשיקן צו אלע קצוות תבל, ווייל אזוי האט די שטארקע הנהגה אפגעמאכט, בשעת די קינדער און אייניקלעך פון די הויף קענען בלייבן רואיג וואוינען דא אין שטעטל ואין פוצה פה ומצפצף? ווען האט מען איינגעפירט אז א חיוב קען נישט דאווענען מוסף פארן עמוד, אפילו ווען די רבי דאווענט נישט יענע וואך? וכו' וכו'...

לאמיר זעהן ווי מען זעהט נישט די שטארקע הנהגה אויף וואס מיר קוקען אזוי ארויס...

ווי איז די שטארקע הנהגה ווען ס'הערשט אזא מאנגעל און דירות אז יונגעלייט דארפן גיין וואוינען ביי די זיידעס און באבעס, ווי לעכרליך איז דאס ווען איין דאנערשטאג פאר די וואלען קומט מען ארויס מיט גרויסע קול קורא'ס אויף די הימעל שרייענדע גזירה, ווי כאילו דאס האט אויך צו טוהן מיט פאליטישע אמטען, ווען קינד און קייט ווייסן אז דאס קומט נאר ווייל די שטארקע הנהגה האט אויפגעהערט צו פארקויפן לאטס פאר די המון עם ווייל זיי האלטן אלעס פאר זיך, און מער פון דעם וואס די שטארקע הנהגה האט אזוי ארויף געשרויפט די פרייזען פון די לאטס אויף גאר אויסטערלישע הויכע פרייזן, יונגע מאמעס גייען אראפ פון זינען פון את הלחץ זו הדחק [עיין ברבינו בחיי], בשעת די איינציגסטע הערליכע הייזער ווערן געבויט דארך די שטארקע הנהגה פאר די משפחה פון די שטארקע הנהגה!!!

ווי איז די שטארקע הנהגה געווען ווען די גאנצע כולל סיסטעם איז צוזאמען געפאלן, וואס א חוץ ארויס שלעפן דאס לעצטע דאלער פון די פאר ארומטען ציבור הערט מען נישט פון זיי!!!

ווי איז די שטארקע הנהגה געווען ווען די השחתה אין שטעטל איז געווען אויפן שרעקליכסטן פארנעם, וואס א חוץ פון פארשטאפן יעדען אויפריכטיגען קריטיק, האבן זיי אלעס פארדעקט!!!

ווי איז די שטארק הנהגה ווען מען איז מחנך אונזערע קינדער צו טעראריזעם, ווען דאס פארדארבט דאס גאנצע חינוך מקטן ועד גדול!!!

ווי איז די שטארק הנהגה ווען כבוד תלמידי חכמים וכבוד הבריות ווערט אזוי דערנידערט און צוטרויטען  מיטן שטיוועל אין שטעטל!!!

חשובע ציבור, לאמיר שיקען אן איינמאליגען שטארקען מעסעדש צו דעם שטארקען הנהגה, ס'איז שוין צייט צו טוישען די סארט הנהגה, ניצט אויס די הנהגה וואס השי"ת האט ענק געגיבען צו העלפן אידן און נאר צו גוטס טוהן פאר אידן, אזוי וועט השי"ת העלפן אז די הנהגה וועט בלייבן ביי ענק שטארק אויף שטענדיג!!

תוקן על ידי SkverShtat ב- 02/11/2010 03:20:45

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2010 03:18 לינק ישיר 

נשלח ב-2/11/2010 04:27 לינק ישיר 

To all skvera pepole here: u can open a new forum, please don't screw us around

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2010 15:25 לינק ישיר 

די פארום איז א אפענע פארום פאר יעדע חסידות, סאטמאר אדער סקווער, יעדער מעג עפענען וועלעכע אשכול ער וויל, אויב סאינטרעסירט דיך נישט סקווער, דאן סקיפ אריבער אויף די אשכולות וואס שטייט סקווער

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2010 16:25 לינק ישיר 

הייסט אז ס'זענען איינגעשריבן אין קווינס סקווירא בחורים אויך?... איך האב געוואוסט אז עטץ האטס פון שאפראן, בני זואל, לייטנער, א קיצור פון איבעראל אויסער פון סאטמאר!! און דא אויפאמאל ווער איך געוואויר אז עטץ האטס אפילו גענאשט פון סקווירא אביסל... אזש עטץ געטס רעכט פאר סקווירא צו שרייבן אויף ענקער פארום...! א שיינע מידה פון די קווינס בויעס! מ'העלפט ארויס איינער דעם צווייטן.. עס ווארט נאר צו זעהן וואספארא שטעלונג די קווינס בויעס וועלן נעמען אין סקווירא... וועלן זיי זיך אנעמען פאר זייערע חברים און העלפן אינטער ברענגן די קהלה, שטעטל, און דעם רבי'ן, צו וועלן זיי דא יא פארשטיין אז א קהלה דארף ווערן געפירט דורך א מנהיג, און וועם ס'געפעלט נישט די הנהגה פאר סיי וואס פאר א סיבה, זאל זיך גיין לחיים ולשלום ווי די אויגן טראגן אים! איין קווינס בוי האט שוין גענומען א שטעלונג, חיי שעה, ער נעמט זיך אן פאר די קהלה, רבי, הנהגה, די שאלה איז נאר פארוואס אין סאטמאר איז ער בלינד.. קיין נארמאלע קלארשטעלונג האט ער נאך נישט אנגעגעבן, נאר אז ער וויל נישט רעדן אין דעם אשכול, וכדו'... קען זיין אז ס'איז נאך א פשט אין הא לן והא להו... (ווי רופסטו עס נאר?... געלערנט מתוך...)

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > סקוורא ארויסגעשיקט א נייעם וואל קאמפען פאר די עבדים כנענים תושבי סטאלין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext