בית פורומים אידישע געדאנק

שמעלקא בדחן: חילול שבת אין קרתא אפגעשטעלט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/10/2010 23:29 לינק ישיר 
שמעלקא בדחן: חילול שבת אין קרתא אפגעשטעלט!

עס איז ליידער א סוד פאר גאנץ בראד אז נישט אלע מערכות אין ארץ ישראל למען כבוד התורה ולמען כבוד שמו יתברך זענען מצליח אפצושטעלן די חילול השם.

איין דוגמא איז די חילול שבת אין די קרתא פארקינג לאט, נאך חדשים לאנג שטורעמישע פראטעסטן, נאך צענדליגע ארעסטן נאך הונדערטער צובראכענע און צובליטיגטע גייט די חילול שבת אן מיטן פולן פעסטקייט.

ליידער ליידער איז די מציאות אז מערכות האלטן נישט אן צו לאנג, נאך א שטיק צייט וועפן די מערכות אויס.

נאך א דוגמא איז די חילול שבת אויף רחוב בר אילן אין הארץ פון ירושלים. פראטעסטן זענען אנגעגאנגען יארן לאנג ועדיין לא נושעני, יעדן שבת פארן דארט הונדערטער קאר'ס (לאמיר האפן אז זיי זענען אראבער).

געווענטליך וועלן די מערכות זיך נישט אפשטעלן אינגאנצן, נאר וועלן ווערן גאר שוואך עד כדי כך אז נאר געציילטע גייען ארויס מוחה זיין, דאס זעלבע איז אויף רחוב בר אילן דאס זעלבע איז ביים קרתא פארקינג לאט און דאס זעלבע איז אין יפו'ער ביה"ח. צוליב דעם וואס די פראטעסטן גייען אן פאר לענגערע חדשים און דערצו ווערט דער ציבור המוחים ווייניגער און ווייניגער, ווערט דאס אויס נייעס און מ'רעדט נישט דערוועגן.

דער מוח וואשער שמעלקא בדחן האט גענומען א נייע סטראטעגיע: יעדעס מאל די אהרוינים פארופן א פראטעסט, פראקלאמירט מען דערנאך אז די פראטעסט האט "אויפגעטון"...

עס איז דעריבער נישט קיין ווינדער פארוואס די חלה דעקלעך זענען פארעקשנט אז די חילול ביה"ח אין יפו האט זיך שוין אפגעשטעלט... איי עס קומען נאך טעגליך אן פראטעסטירער? נע דאס זענען א באנדע באצלאטע ליידיגייער פון אתרא קדישא...

יעצט פארציילט מיר א חלה דעקל אז קרתא פארקינג לאט איז פארמאכט זינט מאיר צוויבל איז געווען דארט...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2010 02:18 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שמעלקא בדחן: חילול שבת אין קרתא אפגעשטעלט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext