זייט געווארענט פין די גוישע געז סטעישאן אויף בעדפארד -פארק
איך וויל מעורר זיין פאר די וויליאמסבורגער מאטריסטן בתוכינו, א זאך וואס פילע ווייסן שוין אבער איז נאך קיינמאל נישט געהעריג באהאנדלט געווארן. דער Hess גאז סטאנציע אויף בעדפארד -פארק וועלכע איז אונטער גוי׳שע אייגנטום באשווינדלן זייערע קונדן מיט צענדליגער טאקטיקן! איינער האט געגעבן פארן קאשיר 40 דאלער, און ביים טאנק האט ער געזען אז ער קען נאר נעמען פאר 20, דער קאשיר טענה׳ט חי וקים אז ער האט נאר באקומען איין צוואנציגער. זיך נאכפרעגנדיג ביי חברים ווער איך געוואויר אז מען רעדט דא בכלל נישט פון איינצעלנע פעלער, איינער פארציילט אז ער האט געפונען אויף זיין קרעדיט קארד א 10 דאלער טשארדזש פון עפעס א אייטעם וואס ער זאל כלומר׳שט האבן געקויפט דארט… אזוי האב איך געהערט נאך עפיזאדן וועלכע דארפן אנצינדן א רויטן לעמפל. אסאך זאגן אז זיי ווייסן שוין פון לאנג אז מען טאר נישט גיין צו אים. אן איינצעלנע פאסירונג קען מען נאך אפווענדן, אבער דא רעדט מען פון פיל מער פון דעם. לזכות את הרבים פאר די וואס ווייסן נאכנישט שרייב איך דעם בריוו: גייט נישט אהין אן א באהאלטענע ווידיאו אפאראט.
גענומען פין
 |
|
|