בית פורומים כל העולם כולו

רעפובליקאנער ערדציטערניש ערווארטעט מארגן נאכט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/11/2010 00:23 לינק ישיר 
רעפובליקאנער ערדציטערניש ערווארטעט מארגן נאכט

 שטייענדיג ווייניגער ווי דרייסיג שטונדען צו דער צייט ווען די שטום בודקעס וועלן שוין זיין פארשלאסן, גרייטן זיך די רעפובליקאנער אז דער וואל טאג זאל טאקע זיין א ריזיגע "וואל" אין שטורעמישן ים וואס זאל איינשלינגן זייער דעמאקראטישע קעגנער.

 

דא אין ניו יארק איז דער רעפוליקאנער שוואונג טאקע נישט אנגעקומען, און עס איז העכסט ערווארטעט אז די דעמאקראטן וועלן געווינען די הויפט זיצן אינעם סטעיט וואס רעכענט אריין דער גאווערנאר שטוהל  מיט די צוויי סענאט זיצן, אבער דאך איז דא אנדערע פארמעסטן וואס וועט זיין העכסט מערקווירדיג מיטצוהאלטן. דאס רעכנט אריין:

 

אטוירני דזשענעראל וואו עס לויפט דען דאנאווען (ר.) און עריק שניידערמאן (ד.).

סטעיט קאמפטראלער וואו הערי ווילסאן (ר.) וויל אנידערזעצן טאמאס דאניפאלי (ד.)

 

פאר די רעפובליקאנער איז קריטיש וויכטיג צו געווינען כאטש איין פון די צוויי זיצן כדי צו קענען האבן עפעס א צוקונפט אינעם סטעיט. די סיענע אנקעטע פון די לעצטיגע טעג ווייזן אז אלע פיר קאנדידאטן שטייען ביי 44% אין די צייט וואס די איבריגע טייל זענען אומבאשלאסן.

 

פאר קרית יואל איינוואוינער וועט זיין באזונדער אונטערסאנט מיטצוהאלטן דעם אויסגאנג איבערן קאנגרעס זיץ וואו די קאנדידאטן שטייען האלז-צו-האלז אריינטרעטענדיג אינעם וואל טאג, מיט א קליינע אויבערהאנט פאר העיווארט האבענדיג די רעפובליקאנער ווינט אויף איר זייט.

 

נאציאנאל וועט זיין א גאנצע רונדע פון זיצן וואס וועט זיין אונטערסאנט מיטצוהאלטן, אבער הויפטזעכליך וועט עס זיין די סענאט אויף די באפעלקערונג וועט די מערסטע נאקוקן. די רעפובליקאנער האפן צו פארכאפן צווישן זעקס און אכט זיצן, אבער פרובירן זיך צו אויס'משל'ן א צען זיצן געווינס וואס זאל זיי איבערגעבן דעם דעם מאכט אינעם אויבערשטן הויז.

 

דריי בענקלעך ווערן פאררעכנט מער זיכער פאר די רעפובליקאנער:

נארט דעקאטע

ארקענסאו

אינדיאנא.

 

וויסקאנסין וואו עס לויפט ראן דזשאנסן (ר.) קעגן ראס פיינגאלד (ד.) ווערט אויך פאררעכנט פאר רעפובליקאנער גענויגט.

 

די איבריגע פיר זיצן אויף וואס די רעפובליקאנער לייגן האפענונג איז ווי פאלגענד:

נעוואדע מרת. ענדזשל (ר.) קעגן הערי ריעד (ד.)

פענסילוועניע וואו עס לויפט פעט טומי (ר.) קעגן דזשאו סעסטאק (ד.).

קאלאראדא וואו עס לויפט קען באק (ר.) קעגן מייקל בענעט (ד.)

אילינאי מארק קירק (ר.) קעגן אלעקסי דזשיאנאוליעס (ד.)

 

די אנדערע צוויי איבערצונעמען סענאט:

וואשינגטאן דינאו ראסי (ר.) קעגן מרת. מורעי (ד.)

מערב ווערדזשיניע דזשאן ריס (ר.)  קעגן דזשאו מענשין (ד.)

 

אין די צייט וואס דאס איבענעמען דעם סענאט קוקט דערווייל נישט אויס א רעאליטי ווען די רעפובליקאנער ברויכן 'פונקט' געווינען די א.ד. זיצן, איז ביים קאנגרעס דער געשיכטע אינגאנצן אנדערש. אלע פאראויסשאצער זענען אייניג אז די רעפובליקאנער וועלן געווינען די פארלאנגטע 39 בענקלעך צו באקומען דעם רוב, די פראגע איז נאר 'וויפיל'. געוויסע פאראויסשאצער טרויען זיך אפילו פארצוזאגן אז די דעמאקראטן קענען מעגליך פארלירן אזויפיל ווי זיבעציג בענקלעך.

 

אז די צייט וועט ערלויבן וועל'מיר פרובירן אראפצוברענגען די הויפט גאווערנאר פארמעסטן אי"ה.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2010 16:40 לינק ישיר 

ישר כח אייך רעכטער
זייער שיין אראפגעלייגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2010 21:15 לינק ישיר 

איך האב מורא אז די מידיא גיט צו גרויסע הבטחות פאר די רעפובליקאנער דאס מיינט אז אפילו זיי וועלן געווינט שטארק אבער נישט אזוי שטארק ווי די פלענער וועט נאך אבאמא קענען האבען מאמענטום אז ער איז נישט אזא גרויסער לוזער

די צווייטע פחד וואס איך האב איז פון די נארישע טיי פארטיי מענטשען וואס וועלען זיין אין נייע קאנגרעס קענען אזוי שטארק אויפרעגן דעם ציבור אז אבאמע וועט קענען געווינען 2012



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2010 21:23 לינק ישיר 

לויט רוב פאליטישע אנאליסטן וועט אבאמא סייווי געווינען אין צוואנציג צוועלף. די רעפובליקאנער ברויכן נאר אכט געבן נישט צו פארלירן אין די קאנגרעס הייזער נוסח 96'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2010 22:01 לינק ישיר 

אזוי ?
איך האב נישט אזוי געליינט
לדעתי איז די איינציגע שאנס פון אבאמא 2012 אז די טיי פארטיי וועט מאכען א חורבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2010 23:17 לינק ישיר 

ווייסט איינער די אדרעס פין יוסי געשטעטנער'ס בלאג (וועבסייט)?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2010 23:31 לינק ישיר 

OK איך האב עס ישר כח פאר'ן שיקער

http://yossigestetner.com/

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 00:09 לינק ישיר 
Today in KJ Credit: AP





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רעפובליקאנער ערדציטערניש ערווארטעט מארגן נאכט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext