|
|
| נשלח ב-2/11/2010 21:51 |
|
| |
גאנץ גיט נאכען זיכען אפאר שעה האט ער געטראעפן לשיטתו אז פין מיין ניק איז געווארען געשריבן 2 יאר ציריק אנדערש ווי היינט - פינקט ווי ר' שלמה לייב וויינבערגער וועלכע זאגט אויך אז דעמאלטס איז געווען א אויסנאם
אין דאס ענטפרט נאך גארנישט לויט דעם וועט מען זיך איבערצייגען אז ענקערע רבנים האבען נישט מער טראסט ווי rebyankel ניק פין היידפארק
אין נאכמאל אויב געטרויסטו נישט ענקערע רבנים אויף א ענין פין חילול ש''ש פארוואס רעדסטו דיך איין אז ביי אזא האקעלע זאך ווי שטעלן א חופה קעגן א חרם דר''ת, אין מפקיר זיין א חתן כלה ביום חפתו 'בלויז פאר תאוה נקמה ושנאה' נעמסטו יא אן זיין א''ג פסק.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2010 21:54 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | למכה מצרים בבכוריהם איז א אנדערסטעיטמענט וואס טוט זיך ביי די זאלי/בני יואל איך הער אז נעכטן אין חרדים האט זיך געטון אויף טישן און בענק, ממש ווי אין ראדני אמאל, מען האט אריינגעשריגן אינמיטן די דרשה, די פראקציעס זענען צוטיילט אויף עטליכע, און בצר להם שרייען זיי גאר אז די ארונים האבן עס אנגעדרייט דעת תורה פון אונזערע רבנים און דיינים שליט"א, אז חיוב ערבות גייט כלל נישט אן ביי אונז אויף וואס א גוי טוט, ובפרט ווען ער טוט דאס ביז היינט אויך, יעצט גייט דאס נער לעגאליזירט ווערן אויפן פאפיר, ממילא מה לך לו. אבער ס'איז שיין צו קוקן ווי די "שרי" התורה דרייען מיט די תורה כאוות נפשם אט האט איר דא א בריוו וואס זיי האבן מפרסם געווען |
|
ממש אזוי? בכלל נישט? איז אויף וואס האט די ברך משה אינטערגעשריבען 30 יאר צוריק? איז דאס באמת נישט קיין שום פראבלעם ביי ענק? איז וואס זענט עטס געווען אזוי להשמיד ולהרוג קעגען סטיוו לעווין??
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2010 22:00 |
|
| |
| יכול כתב: |  | למכה מצרים בבכוריהם איז א אנדערסטעיטמענט וואס טוט זיך ביי די זאלי/בני יואל איך הער אז נעכטן אין חרדים האט זיך געטון אויף טישן און בענק, ממש ווי אין ראדני אמאל, מען האט אריינגעשריגן אינמיטן די דרשה, די פראקציעס זענען צוטיילט אויף עטליכע, און בצר להם שרייען זיי גאר אז די ארונים האבן עס אנגעדרייט דעת תורה פון אונזערע רבנים און דיינים שליט"א, אז חיוב ערבות גייט כלל נישט אן ביי אונז אויף וואס א גוי טוט, ובפרט ווען ער טוט דאס ביז היינט אויך, יעצט גייט דאס נער לעגאליזירט ווערן אויפן פאפיר, ממילא מה לך לו. אבער ס'איז שיין צו קוקן ווי די "שרי" התורה דרייען מיט די תורה כאוות נפשם אט האט איר דא א בריוו וואס זיי האבן מפרסם געווען
ממש אזוי? בכלל נישט? איז אויף וואס האט די ברך משה אינטערגעשריבען 30 יאר צוריק? איז דאס באמת נישט קיין שום פראבלעם ביי ענק? איז וואס זענט עטס געווען אזוי להשמיד ולהרוג קעגען סטיוו לעווין??
_________________
|
|
חוץ איבער קייען אפגעפרעגטע טענות (קעגן די תקנות) האסטו נאך עפעס צו זאגען? אדער גייסט דיך פשוט אריינפייפען אין ענקערע מרנן ורבנן חברי הבד''ץ ובראשם הגראב''ד
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2010 22:00 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | יכול, דאס אז אין א קאמפיין ווערט גענוצט סטעיטמענטס וועלכע זענען נישט קראנט, איז נישט קיין נייעס... כך דרכה של קאמפיין.
אבער נישט דאס איז אונזער שאלה יעצט.
ביי ענק איז יעצט דא א קול קורא פון ענקערע רבנים, אז מען זאל "היינט" נישט שטימען פאר דעמאקראטן (עפ"י רוב).
וועסטו פאלגן? אדער נישט. אויף דעם ווארט מען אויף א תשובה. |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2010 22:14 |
|
| |
יכול, ס'איז שוין ערווענט געווארן אז דאן איז געווען א אויסנאם,
צווייטנס, אונז זעמיר דאך וכו' וכו' (פיל דו אויס) אבער עטץ זענטס דאך אידישקייט פאן טרעגערס
נו?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2010 22:14 |
|
| |
די סיבה פון אידארסירען הייער און נישט לענדער איז געווען פאר כמה סיבות נישט פאר שמוץ ר' משה וואלפסאן האט געחתמענט וועגען דעם אבער דעם עיקר האט מען מורה געהאט אז ער איז צו ליבעראל און וועט נישט לאזען מוסדות התורה באקומען פראגראמען (הגם פון די סיטי קען מען ממילא נישט נהנה זיין בטענת אין לי) ווי אויך זענען די עסקנים וואס זענען געשטאנען בראש זיין קאמפיין געווען מענטשען וואס נעמען די קרים פאר זיך אין נישט פאר די תושבי בארא פארק
למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז ער איז א פיינער מענטש אין טוט פאר בארא פארק וואס ער קען (אין איז נישט יוצא מיט שיקען פרעסס רעליסעס
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2010 23:12 |
|
| |
איך מיין אז ר' שלמה לייב שליט"א איז א שוואגער מיט ר' שמחה ישראל נישט ר' אברהם שלמה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2010 00:29 |
|
| |
ער איז געווען א שוואגער מיט ביידע, מיט ר' שמחה ישראל איז ער נאך אלס א שוואגער נאר ווער האט געגלייבט אז פין א פראבלעם וואס ר' אברהם יצחק אבראהאם וועט אויפברענגן ביי זיין קאמפיין וועט ווערן אזא אויפוואכונג
אין וועט ער האט געגלייבט אז די זאלי'ס וועלן אנקומען צו א מצב אויף שושן פורים אין נח''ש טישען גייט מען צו ר' זלמן מעידאף אויף די הייליגע טעג גייט מען צו די דיינים כו' אין די פסק הלכה נעמען זיי פין הגאון ר' שלום דייטש..... וועלכע האט קלאר געזאגט אז כדי ר' משה דוד לסמוך עליו (הערט אויס די מייקס וואס משה דוד שיקט ארום) (זעהט אויס אז ער איז נישט מיט USO)
תוקן על ידי היראים ב- 03/11/2010 00:35:34
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2010 02:38 |
|
| |
דאס ליצנות שרייט פון זיך ביז איבער די מאס...!!
יוסעלע פריעד די גרעסטע זאלי דעקל עסקן און זאלי ספאוקסמען האט אצינד ארויסגעשיקט דעם היינטיגן 'ברעיקינג אף די דעי'...!!
מיט עקסטאז און פול מיט שמחה אז ס'איז געלונגן! וואס הייסט? ר' מנשה האט געמאלדן לשמחת לב פון אלע זאלי דעקלעך אז זיין בריוו איבער די וואלן איז נישט אקטועל אויף היינט!..........
און היינט זאל מען אויספאלגן נידריגמאנ'ס פסק!.....
עקבתא דמשיחא...!
1) ווייסט איינער ווען די בריוו איז יא אקטועל און ווען נישט...? ס'קוקט אויס ביילייפיג ווי די בריוו וועגן די עירוב אויף ראדני וואס איז געווען געמאכט פאר פוילישע גוים...
2) ווען טפשות וואלט געמאכט קענען לערנען וואלטן זיי שוין היינט געקענט איבערשטייגן זייער מן הארצ'ל! די זאליס זענען פאריקט????? איין ר' יענקל האט באשלאסן ארויפצושטעלן א באמערקונג איבער די היינטיגע וואלן אז ס'איז זיך סותר מיט די בריוו פון הגאון מ'ירושלים ד'ראסס סטריט, זענען די קארפן קעפ פון די זאליס אפגעזיצן היינט א גאנצן טאג ביים גראב"ד, און געזוכט ווי אזוי אפציווישן דעם סתירה????.......
זענען טאקע אלע רעגיסטרירטע זאליס היידפארק ליינער???........
האבן די זאלי-דעקלעך באמת געהאלטן אז די אשכול גייט אפעקטירן זייער זייט....?????
איך רעדט שוין נישט פון ר' מנשה... האט ער באמת נישט געטראכט וואס ער האט געזאגט.......
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2010 04:06 |
|
| |
| יוסלע_פליט כתב: |  | די זאליס זענען פאריקט?????
|
|
יא!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2010 18:04 |
|
| |
גלייבט מיר ווען כ'האב געפענט דעם אשכול נעכטן האב איך נישט ג'חלום'ט וואס דאס וועט אנמאכען אין וואס וועט ארויסקומען דערפון לאמיר גיין שטאפעל ביי שטאפעל
קודם האט זיך יעדער איבערצייגט ווי די זאליס פייפען אריין אין די פסק פין זייער אייגענע רבנים, זייער אייגענע רבנים וועלכע האבען זיך יעצט סותר געווען פין די זייער שטעלונג ביי די לעווין וואלען (אויב מ'האט זיי דעמאלטס געפרעגט, פין ר' שלמה לייב קוקט אויס אז מ'האט גערעדט דערפון) האבען זיך יעצט פארענטפרט אז דעמאלטס איז געווען א צורך שעה..... עכ''פ ביי די יעצטיגע וואלען האבען אלע קלאר אינטערגעשריבן אין מפרסם געווען זייער חות דעת אז מ'טאר נישט שטומען פאר די דעמאקראטען אבער די זאליס האבען נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט די פסק ווי איינער האט שוין ערווענט ס'קומט צו די תורה הק' וועט שלום דייטש פסקנ'ן וואס מ'זאל טוהן אין מיט די דיינים וועט מען שוין שיקען אפאר היידפארק שרייבער ווי יכול אין מלך מלכים אין זייער מיליאן טוויטער אקאונטס וואס זאל פאברעצירן די צורך השעה פין שלום דייטש פאר די יעצטיגע וואלען
די שאלה וועט אבער שווער יעצט נאך מער פארוואס די גאנצע היתר מפקיר צו זיין די קינדער אין חתונה מאכען אן רשות פין די מ''ד קעגן א חרם דר''ת שרייען זיי אז זיי פארלאזען זיך אויף זייערע דיינים אין פארוואס דא ווען ס'רעדט זיך פין אזא האקעלע זאך פארלאזען זיי זיך נישט?? פארוואס ווען ס'קומט צו די עירוב שטויסט מען פרועין אין מ'שיקט בחורים רייסען שייטלעך פין פרויען אין שב''ק ווייל יענער מוז פאלגען די פסק פין דיין דומ''ץ, בשעת די אליין'ס פייפסט אריין אין אים???
עס ווייסט יעדער ה' טעמא פארוואס דער ברך משה איז זיי נישט גיט געווען ה' טעמא פארוואס סאטמאר איז זיי נישט גיט אין ה' טעמא פארוואס זיי האלטן מלחמה מיט סאטמאר קיינער זאל מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן, אין געב מיר א דיין אין א רבי וואס איך קען נוצן נאר צו שטויסן. ליידער
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2010 18:05 |
|
| |
והשנית האט יעדער מיגעהאלטען נעכטן ווי זיי האבען געמאכט די גענאר פין זייער אייגענע עולם בכלל אין פין זייער דיינים בפרט ד''ה ווען זיי האבען געזעהן אז די גערוך הייבט אן ארויסצוקומען - טאקע דורך דעם אשכול, (קוקט אויס ווי אלע זאליס זענען אויפן פארק) נאכען פראבירן צו לייקענען לעיני השמש די פסק פין זייערע דיינים, אין פראבירט צו שרייען אז צימערמאן פין בני יואל איז געדינגען דורך די ארוינם (נישט ווער ס'זאל לאכען...) האט משה דוד ביינאכט בערך 8 אזייגער ווען רוב האבען שוין געוואוט, ארוםגערופן אין געשיקט מייקס אויף די גאסען ווי אויך דורך דאסקאהל - זייער מ''מ פין ר' סענדר דייטש ז''ל אז ער האט זיך איינגעשפארט מיטן ראש פונם פורים בי''ד פאר 3 שעה אין ער האט געטוישט זיין פסק נאכמאל... שומו שמים..... דער בע''ד אליין וועלכע האט נישט קיין שום נאמנות ע''פ תורה זאגט עדות קעגן א געשריבענע קול קורא, אין לייגט נאך צו אז ער האט זיך איינגעשפארט מיט דיין פאר 3 שעה! - קאמענטארען זענע איבריג כ'בין מוחה אויף די בזיון התורה קעגן ר' מנשה, עס שטעלט זיך ארויס ווידער אז קיינער האט נאכנישט מבזה געווען ר' מנשה ווי די זאליס אלייןס מ'בעט ווער ס'קען שאפען די טעיפס פין די טעלעפאן קאללס פין משה דוד אדער פין דאסקאהל, זאל עס ביטע ארויפלייגן זאל זיך יעדער אינטערהאלטען. אזא פנים טראגען זיי מיט זייערע דיינים דאס הייסט ביי זיי תהליכי הקהילה, די תורה הק' איז א שטעקן מ'דרייט עס וועלכע וועג ס'פעלט אויס פאר זייער פארטיי ה''י אפי' ווען ס'גרעניצט זיך מיט אזעלכע האקעלע טעמע'ס
תוקן על ידי rebyankel ב- 03/11/2010 18:13:20
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2010 00:29 |
|
| |
מ'קען נאך הערן איינס פין די רעקארדינגס וואס די זאלי'ס האבען ארומגעשיקט אין די הייזער אויף זייער נומבער 718-640-1871 שמעו ותחו נפשכם אגב דאס קומט נישט צו קיין פינטל צו די מייקס
הערט עס אויס פאר ער נעמט עס אראפ
|
|
|
|
|