ווי יעדער ווייסט קומט היינט פאר די מידטורם וואלן איבער די פאראייניגטע שטאטן. איבער אמעריקע איז די וואלן מער ווייניגער באזירט אויף פאליטיק און פאליסי, אבער אנדערש איז דאס ביי אידן ישרא' גוי אחד, ביי וועלכע די וואלן איז באזירט אויף איש את רעהו יעזרו, און כ"ש וכ"ש אין דער סאטמאר'ער שטאט קרית יואל וועלכע איז אנגעוויזן אויף רעגירונגס הילף אויף טריט און שריט בפרט ובכלל, און אפגערעדט די היי יאריגע וואלן וועלכע קען האבן גאר א ווייטגרייכנדן אפעקט אויף לאנגע יארן ווי שפעטער ארויסגעברענגט.
אויב פאר דעם חרד'ישן ציבור בכלל ברויך מען מסביר זיין דאס וויכטיגקייט פון גיין שטימען ווען בלויז געציילטע מינוטן לאזט איבער פינגער אפדריקן פאר יארן שפעטער, איז דער געשיכטע אין קרית יואל גענצליך אנדערש. ווען תושבי קרית יואל געבן זיך א דריי אויף צוריק, זעהט מען אונטער זיך לאנגע יארן פון אן א שיעור רעגירונגס הילף וואס רעכנט אריין מיליאנען דאלארן אין מתנות, מיליאנען דאלארן געשפארט פאר תושבי קרית יואל, צענדליגע און הונדערטער געהאלפענע אין צייט פון נויט אדער נאך ערגער, וואס בדרך התבע זעהט מען נישט עפעס אנדערש ווי דער קרית יואל בלאק וואוט, די כח הרבים פון די קרית יואל איינוואוינער וועלכע האבן דאס געברענגט.
פאר קרית יואל איינוואוינער ברויך מען גענצליך נישט מסביר זיין בפרטיות וואס דער כח היחיד פון יעדן איינציגע שטימע האט געברענגט פאר קרית יואל. בלויז מיטן נעמען דעם מוסד הקדוש שערי חמלה די סקול דיסטריקט אויפן פאפיר, שטעלט זיך ארויס אז דאס האט שוין געשפארט אין שטייערן פאר תושבי קרית יואל אריבער פופציג מיליאן דאלאר! מען גיט זיך א קוק אום אויפן מולטי מיליאן דאלאר סוער פלענט וואס אן דעם וואלט דער בליה ח"ו זיך אפגעשטעלט, בלויז אין די לעצטע פאר יאר די מיליאנען פאר די סיידוואקס וואס קרית יואל שטייער צאלער וואלטן דאס געברויכט פינאנצירן, און צענדליגע מיליאנען גרעסערע און קלענערע גרענטס דירעקט פאר תושבי קרית יואל שאי אפשר לפורטם כי רבים הם ווי יעדער איז באקאנט.
דאס אלעס איז געזאגט געווארן איבערן כח היחיד פון תושבי קרית יואל בכלל, אבער ווען מ'גיט א בליק אריין אין די היי יאריגע וואלן, זעהט מען פאר זיך א שרעקליכער בילד.
פאר די לעצטע צוואנציג יאר סערווירט סענעטאר ביל לארקין אלס דער פארטרעטער פון דער 39'סטער סענאט דיסטריקט אין ניו יארק, פאר תושבי קרית יואל וואס זענען באקאנט איז גענצליך איבעריג ארויסצוברענגן וויפיל לארקין איז געשטאנען צו הילף פאר קרית יואל ווי נאר מעגליך. טראצדעם וואס עס איז אין די לעצטע פאר יאר געווארן אן 'עבירה' צו העלפן קרית יואל, האט לארקין זיך נישט געקימערט דערמיט, און ווייטער אנגעהאלטן זיין נאנטן פריינדשאפט.
זעענדיג אז ער האט גאר שוואכע שאנסן צו געווינען דעם אינקאמבמענט לארקין, האט הערלי דאולס, דער דעמאקראטישער קאנדידאט פארן סטעיט סענאט, ארויסגעלאזט א שארפער אנטי קרית יואל קאמפיין, וואס דערמיט האפט ער צו געווינען דעם פארמעסט, ארויסברענגענדיג אז מען ברויך אנידערשטימען לארקין צוליב זיין הילף פאר קרית יואל!
הסברים זענען גענצליך איבעריג אז מען זאל ברויכן מסביר זיין דעם סכנה אויב לארקין פארלירט ח"ו, 1) קרית יואל וועט חלילה פארלירן א גאר נאנטער פריינט, 2) דאס וועט ח"ו אנווייזן פאר די פאלאטישאנס אז מיטן העלפן קרית יואל דערלייגט מען חלילה, ותוצאותיו מי ישירנה.
אלזא, קיינער קען זיך נישט איינרעדן אז 'דאס מיינט נישט מיר, איך האב וויכטיגערס צו ערלעדיגן', די היסטאריע האט געוויזן אז מענטשן וועלכע האבן קיינמאל גע'חלום'ט פון ברויכן ניצן הילף, האבן ליידער געברויכט צוקומען דערצו צו פאר זיך אדער פאר זיינע באקאנטע און קרובים. אלזא, אפילו פאר א ספק פון העלפן אן אנדערן איד מאחינו בני ישרא' קענט איר דען בלייבן מיט פארלייגטע הענט? נאך דערצו ווען מען רעדט דא ווייט נישט פון א ספק?! צו קענט איר זיך דען פארשטעלן וויפיל אידן האבן בעזהשי"ת 'נישט' געברויכט צוקומען צו הילף, טאקע צוליב דעם קרית יואל כח הרבים אין וואס קיין ערוויילטער פארזאן וויל זיך טאקע נישט אנטשעפענען, אבער בלויז אזוי לאנג ווען ער איז פארזיכערט אז ער גייט נישט דערלייגן דערפון?!
יא, ווען א קרית יואל איינוואוינער וועלכע ניצט אויס זיין כח היחיד אין די טאג פון די וואלן, און געניסט פון סיי וועלכע פראדזשעקטן וואס די ערוויילטע פאלאטישאנס האבן צוגעשטעלט, קען ער דאנקן השי"ת אז ער האט געהאט א חלק דערין.
רבותי, די היינטיגע וואלן איז די רעדע נישט בלויז איבער די איצטיגע קאנדידאטן, דא רעדט זיך פון א שטמעפל אויפן עתיד פון קרית יואל בכלל אויף לאנגע יארן! מיר קענען נישט בלייבן אינדערהיים, מיר קענען דאס נישט פארשפילן חלילה, יעדע איינציגע שטימע איז 'קריטיש' וויכטיג פארן עתיד פון יעדן יחיד. לא עת לחשות!
היי יאר האט מען ב"ה מוסיף געווען אין קדושת העיר, וויבאלד מען ברויך נישט שטיין אין די רייע בתערובות ביים אפגעבן די שטימען. מען האט איינגעשטעלט אז נאכן אונטערשרייבן ביים טישל, זאלן די מענער אויספילן דעם קארטל ביי די טישן אויפן רעכטן זייט פונעם זאל, און די פרויען ביים לינקן זייט פונעם זאל, און די זעלבע ביים סקענער מאשין וועלן זי מענער ניצן דעם רעכטן און די פרויען דעם לינקן.
עס איז דא צו באקומען דעם "קרית יואל בלאק וואוט" סעמפעל בעלאט פונעם קרית יואל וואל קאמיטע פארענט פונעם וואל ארט אין בנין קרן ויואל משה.
טראצדעם וואס יעדער האט גענוג וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן איבערן קאפ, האט די וואל קאמיטע געבעטן אז מען זאל זיך אנשטרענגן צו אפגעבן דעם שטימע די פריעסטע וואס מעגליך, כדי אומפאראויסגעזעענע לעצט מינוטיגע מניעות זאלן נישט זיין דער אפהאלט פון די שטימע פון יעדן איינציגן יחיד
דער זכות פון ארויסהעלפן א צווייטן איד וועט זיכער ביישטיין פאר אייך און פאר די משפחה, ובשם השם נעשה ונצליח.