בית פורומים אידישע געדאנק

ברוך משנה הזמנים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/11/2010 19:29 לינק ישיר 
ברוך משנה הזמנים?

עס וואונדערט זיך אויב די צייט איז שוין רייף צו מאכן די ברכה פון ברוך משנה הזמנים. עס קומען פאר גרויסע ערדציטערנישן און עס איז ממש אין פוצה פה ומצפצף.

איך רעדט וועגן צוויי "ריזן נייעסן" וואס קאכן און ס'איז שא שטיל. נייעס נומער 1 איז אז ר' אהרן האט זיך געפינען די וואך אין לאנדאן (מיר האבן אלע געזען די בילדער ווי ער דרייט זיך אויף די גאסן פון לאנדאן ווי א אויסגעשפילטער מיט 10 אינגע בחורים. אבער לאמיר מאכן א שווייג דערוועגן ווייל די מדובר איז אהרויני און ווען אהרויני איז דער מדובר איז דאס די שענסטע די בעסטע און די גרעסטע אפגעזען וואס די פאקטן זענען.

די פלא איז זייער גרויס די שווייגעניש וואס די אהרוינים האבן פלוצלינג איינגענומען אין אזא זמן, געוועטליך אין א זמן וואס אהרויני געפינט זיך אויס אויספלוג טוט זיך אשכולות איבער אשכולות הונדערטער בילדער, אבער יעצט מאכן זיי א שווייג כאילו אלע קעמרעס אין לאנדאן האבן א מינוט נאכן הכתרה געכאפט הארץ אטאקעס... עס האלט שוין אזוי ווייט אז דער עולם ווייסט ניטאמאל אויב ער געפינט זיך נאך אין לאנדאן אדער ער איז שוין צוריק!!!

די צווייטע באמבאסטישע נייעס איז די מעכטיגע לענדסלייד זיגן פון די אהרוינים, קודם האבן זיי איבערגענומען קאנגרעס און אפילו אין סענעט ווי זיי האבן נישט איבערגענומען האבן זיי עכ"פ געשטארקט זייער כח מיט כמעט דאפעלט, גאנץ אמעריקע מיטן פרעזידענט בראש פארט אויף רעדער און די הויפט מחותנים די ארויניס זענען עפעס נישט בנצמא...

פאר אונז איז די טויטקייט זייער גוטע נייעס, עס איז ידוע ומפורסם אז מיר געפינען זיך דא נאר אפצוענטפערן די אלע לשון הרע און רכילות'ן מיט שפיכת דמים וואס די אהרוינים לעבן פון, יעדן טאג קעגן א צווייטן יחיד אדער עסקן וואס איז אפילו נאר נחשד אין מחשבות זרות קעגן אהרויני. ווער רעדט נאך פון די אפיציעלע עסקנים און איינגעשטעלטע אדער ווען איינער וואגט זיך חתונה צו מאכן אן ברענגן קודם די כלה.... די שפיחת דמים איז אנגעגאנגען פאר יארן לאנג ביז מיר האבן זיך גענומען צום זעלבן מיטל (פארשטייט זיך מיר האבן ח"ו נישט געטשפעפט קיינעם בלויז פארן געהערן צו זייער פארטיי) מיר האבן ארויפגעלייגט בילדער פון די הייליגע מאנרא בחורים וואס קדושה ברענט זיי, מיר האבן ארויפגעלייגט בילדער ווי זיי ווארפן פאשקעווילן וכדו' מיר האבן געניצט דעם פארק אפצושטעלן שפיחת דמים אויף ווי ווייט מעגליך. עס האט זיך קלאר איבערצייגט אז די רגע מיר ווערן פארשווינדן פון דא גייט די שפיחת דמים ארויף.

זעט אויס אז די מעסעדש איז אנגעקומען און די שפיחת דמים דא אויף הייד פארק האט אנגעהויבן נאכלאזן, עד כדי כך אז זיי האבן נאך היינט נישט דערמאנט דעם נאמען נידערמאן "אפילו איין מאל אויך נישט" אשרינו שזכינו!

לאור כל זה איז שטארק מעגליך אז אויב וועט די מצב אזוי אנהאלטן און די חברה וועלן זיך נישט צוריק נעמען צום מיטל פון טרינקן בליט וועט דער גאנצער פורום אויסטריקענען... (איך רעדט נישט בשם די הנהלה, איך רעדט בשמי ווייל ווי נישט ווי בין איך א שטאקע כח דא און אויב איך טרעט אפ...). דאס איז 100% קלאר פאר יעדעם אז הייד פארק ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם און זיכער נישט פארן נאמען "סאטמאר" (בזיונות מאכן זיי זיך אליינס אויף א גרויסן פארנעם).

איך האלט בשיטה אז די פורום זאל בלייבן אפען אלס א שטעקן, אזוי ווי מען רופט דאס אין ענגליש "דשאסט אין קעיס", אפשר וועט דאס ווערן א פשוטע נייעס פורום מיט מער וועלטליכע נייעס און ווייניגער וויכוחים. איין זאך איז זיכער, און דאס איז אז: אויב די אהרוינים געבן אויף זייער שפיחת דמים אפעראט...  לייג איך אראפ מיין פעדער. ונזכה ונחיה ונראה אויב זיי קענען אין א קורצע תקופה טוישן דעם אינטערנעט געוואוינהייט פון 10 יאר





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 19:52 לינק ישיר 

נאכאמאל די זעלבע ליגנט. מיר זענען נאר דא צו פארענטפערן. איך מיין אז עס האלט שוין ביים 27סטען "דעפענסיווער" אשכול פון חיי שעה אין די לעצטע 3 1/2 וואכן. וואס גייט פאר? פארוואס דארפן די זאליס לעצטנס אזויפיל חיי שעה? בד"וו עס קוקט אויס ווי חיי שעה האט לעצטנס פארלוירן זיין דזשאב און ער גיבט אויס זיין כעס דא אויף היידפארק... ווי האט נאר יענער בנ"י געזאגט נאך די פינקל פרשה. ווען ער האט געקויפט פינקל פלייש ווייל ער נעמט נישט פון די טריפהנע בית השחיטה? "אלעס איז ר' אהרן שולדיג"... איז עס די עקאנאמי. אדער די שוואכע יודישקייט ביי די זאליס. אדער די רעפובליקאנער רעוואלוציע נעכטן.... און מסתמא איז מ"ד נידערמאן'ס קרעדיט אז שניידערמאן האט געוואונען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 20:09 לינק ישיר 

נאך איין זאך חיי שעה. איך בעט דיר אז ווען דו טרעפסט א דזשאב זאלסטו ווייטער עפענען ווייניגסטנס איין "דעפענסיווע" אשכול קעגן די ארונים א טאג. מיר האבן זייער הנאה דערפון. און באשמוצן באשמוצטו נאר דיר אליין....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 20:36 לינק ישיר 

פריינדליך איז געהייערט געווארן דורך שמעלקע בדחן פאר דעמעדש קאנטראל,  וויאזוי האט נאר דיין טאטע געזאגט ענדערש וועליכעם שיקן אין שערי חמלה איידער ווי אין בני יואל..., אלעס איז משה גבאי שולדיג..

די ארוניס סעלעברעטן זייער מעכטיגע געווינס פון שניידערמאן, הגם זיי האבן איהם נישט אינדארסירט אין וומ"ס, אבער היינו טעמא ד'מארק גרין היינו טעמא ד'שניידערמאן, פשוט ס'גייט זיי גוט, די בעסטע זאך איז אז מ'אינדארסירט ביידע זייטן און מדעקלערט וויקטארי "אן קאמפיינען"

נאך יעדן קאמפיין מאכן זיי זיכער צו ספעסיפייען אז זיי האבן אינגאנצן נישט קאמפיינט, זייערע אפגעגעבענע שטימען זענען שוין אן א קאמפיין, שטעל דיך שוין פאר ווען זיי זאלן ווען קאמפיינען ברענגען זיי אריין א מיליאן שטימען...

אבער די בני יואל (בלשונם "שמוציגע פארפלוכטע דשידן") האבן ארויסגעברענגט יעדען "קרעציגן" (עפ"ל) צו שטימען.

קען איינער קלעריפייען ווער דער זקן (פון די לינק דערונטער) איז, איז ער געקומען א דאנק די העפטיגע פרעשור פון בני יואל\זאליס אדער שלעפט ער זיך מיט מסירות נפש פונעם שטילן רואיגען קאמפעין
http://www.canadaeast.com/gallery/1291078,618257

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 20:45 לינק ישיר 

איך האלט נישט אז שמעלקא האט אויפגענימען פריינדליך, וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 22:25 לינק ישיר 

פריינדליך, איך האב גאר שטארק הנאה צו הערן פון אזא אהרויניס ווי דיר אז מיין ארבעט צאלט זיך אויס, איך זע אז זייט מיין ניק איז ארויס מיט א "אפענסיווע" ווי איידער זיך "דיפענסן" האט עטס איינגעכאפט א שטימעניש, איך האב געוויסט אז די סוף וועט אזוי זיין. איך האב נאר נישט געוויסט אז עס וועט מיר געלונגען אין ווייניגער ווי צוויי וואכן!!

נאך א זאך האב איך הנאה צו זען אז אפילו אן דיין עדות שטעלט זיך ארויס א קלארע בליד, די אהרויניס האבן נאכן אפליינען דעם אשכול שנעל געלאפן און ארויפגעשלעפט דעם פארשלאפענעם לאנדאנע אויספלוג אשכול וואס האט זיך שוין נעכטן געפינען אויפן צווייטן בלאט פון אשכולות... און דערצו האבן זיי שנעל געפענט נאך 3 אשכולות איבער די וואלן און געמאכט זיכער אריינצוריקן די נאמען פון נידערמאן...

אויב אזוי בין איך טאקע גרייט אפצוטרעטן און ענק געבן א געלעגענהייט צו צייגן אז ענק וואקסן אויס ענקער 10 יעריגער עדיקשאן צו פלוידערן דמיונות מיט חלומות קעגן איידעלע מענשטן פארן חטא פונם זיך אידענטעפיצירן מיט כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א.

ונזכה ונחיה ונראה

נ.ב. איך בין דא אין קעיס ענק טשיד"ן אויפן נייעם דייע"ט לאמיר זען ווילאנג ענק קענען זיך איינהאלטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 22:35 לינק ישיר 

ווער עס וויל באמת זען וואס גייט פאר זאל זיך שנעל אריבערכאפן צו ארויניס פורום און כאפן א בליק, ס'איז זיס ווי ציקער. דער זעלבער וואס האט ארנייגעלייגט נארישע מעסעדש סתם אבי ארויפצברענגען דעם טויטן אשכול און גייט אויס פון התפעלות ממש אשרי עין ראתה דער זעלבער האט אריינגעלייגט דעם פריערדיגען תגובה 24 שעה צוריק... איך האב הנאה צו זען אז פאר פארן גוי'אישן פאליטישן קאנדידאט זענען זיי גרייט צו שלאגן כפרות מיט זייער אידישער פאליטישער פירער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 23:26 לינק ישיר 

חיי שעה. נישט ענפערן אויף דיינע שטותים הייסט נישט איינגענומען א שטימעניש. נישט יעדער האט א באסס וואס שטופט אים צו שרייבן.... און ווי איך האב שוין פריער געשריבן האבן מיר הנאה פון יעדן ווארט וואס דו שרייבסט. נאך אלעמען האבן די זאליס געשריבן גאנץ נארמאל פאר זאליס. ביסטו געקומען און מחזיר געווען "עטרה ליושנה" און ארויסגעברענגט ענקער איי קיו. סא "קיפ איט אפ נאכמער". האסט געמאכט איך זאל ענדזשויען יעדע מינוט וואס איך בין דא.... און סתם פאר אינטערעסאנטקייט "שמעלקע בדחן" קען מיר נישט....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 02:05 לינק ישיר 

איך האב פאר דיר גוטע נייעס, נאך אביסעלע וועסטו קענען אינדשויען אויך מיין רבי יונה'ן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברוך משנה הזמנים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext