"אשריכם תושבי קרית יואל" איז דער אויסדרוק וואס תושבי קרית יואל דריקן זיך אויס איינער צום אנדערן נאך די נעכטיגע וואהלן וואס האט געשיקט א מעסעדזש פאר אלע פאלאטישאנס אז אריבער פינף טויזענט שטום בארעכטיגטע וויילער האט א טייל גענומען אין די וואהלן, וואס דאס וועט ווי אויטאמאטיש שטיפען ערוויילטע באאמטע צו וועלן העלפן קרית יואל.
גאר באזונדער ברויך מען ארויסברענגען א הערצליכן דאנק פאר די קרוב צו דריי טויזענט דריי הונדעט תושבי קרית יואל וועלכע האבן געוויזן אן הכרת הטוב פאר די פאליטישע ערוויילטע וועלכע העלפן שטענדיג ארויס קרית יואל אין אלע הינזיכטן, און דערמיט געוויזן אז פון ארויסהעלפן קרית יואל דערלייגט מען נישט.
באזונדער זענען קרית יואל אייוואוינער פיל מיט לויב פאר השי"ת אז די פאלאטישאנס וואס האבן יעצט געווינען די וואלן, זענען ספעציעל נאנט מיט די עוסקים בצורכי ציבור, און וועט בעהשי"ת ברענגן די געוואונטשענע רעזולטאטן פאר אלע קרית יואל איינוואוינער צוגלייך.
צווישן די געווינער איז דער קומענדיגער גאווערנער, אטוירני דזשענעראל ענדרו קאומאו, גאר אן אלטע פריינט פאר קרית יואל, אין די צייט וואס דער דער אמטירענדער קאמטראלער טאם דאניפאלי איז אויך ספעציעל נאנט צו די געברויכן פון קרית יואל. דער קומענדיגער אטורני דזשענעראל עריק שניידערמאן א לאנג יאריגער פריינט פון ווען ער האט נאך סערווירט קרית יואל אלס לויער, האט אויך גרינג געווינען דעם יוסטיץ מיניסטער אמט.
אין די קארגע צוויי יאר זינט סענעטאר דזשיליבראנד האט איבערגענומען דעם סענאט זיץ פון אויסערן מיניסטער קלינטאן, האט זי שוין אסאך ארויסגעהאלפן קרית יואל, און איר געווינס צוזאמען מיטן אוהב ישרא' טשאק שומער, וועט בעזר השם ברענגען נאך טובות פאר קרית יואל איינוואוינער.
איבערן געווינס פונעם קומענדיגן קאנגרעספרוי העיווארט איז איבעריג ארויסצוברענגען די געווינס, אין די צייט וואס דער לכאורה קומענדיגער קאנגרעס מאיריטעט פירער דער אידישער קאנגרעסמאן עריק קענטאר, האט פרעזענליך אפגעשטאטעט א באזוך דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין קרית יואל.
לגבי דער געווינס פון סענעטאר ביל לארקין איז איבעריג יעדעס ווארט.
אין א באזונדערע סורפרייז האט די קרית יואל אינדערסירטער קעמניץ ווי געווינטשן פארלוירן דעם פארמעסט קעגן אסעמבליפרוי עני רעביט. קעמניץ איז ווייט נישט קיין נאנטן פריינט מיט קית יואל, זינט זי איז א אנפירער פון דעם "פראטעקט מאנרא" גרופע. מען האט איר אינדארסירט צוליב פארשידענע סיבות.
שטייענדיג א טאג נאך די נאוועמבער וואלן, בעטן תושבי קרית יואל א תפלה צו וועם עס באלאנגט די לב מלאכים ושרים, אז קרית יואל זאל ווייטער בליען לשם ולתפארת לכבוד שמו יתברך עד ביאת גואל צד' בב"א.
_________________