בית פורומים אידישע געדאנק

מיעל מארט גייט באנקראט צוליב שחיטה מונחת!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/11/2010 00:43 לינק ישיר 
מיעל מארט גייט באנקראט צוליב שחיטה מונחת!!!

שרעקט אייך נישט, דאס איז סך הכל די רצון פון אהרוני.

צוליב די פולע בקשות אין אישי איך זאל שרייבן וועגן די פרישע אהרוינישע העצע און פאשקעווילן קעגן מיעל מארט און קעגן דעם נירבאטער רב וועל איך מקדיש זיין אפאר געציילטע מינוט פאר דעם נושא. איך קען וועגן אהרויני VS מיעל מארט רעדן יעצט א דרשה פון 7 שעה, איך האב פשוט נישט גענוג צייט דערצו (אויב מיעל מארט וועט מיר צאלן אויפן שעה וועל איך דאס אפשר טון אבער איך גלייב אז מיעל מארט דארף נישט צוקומען צו דעם, די גאנצע אהרוני פארטיי קען ניטאמאל א קיצל טאן פארן ריזיגן מיעל מארט). איך וועל נאר אנרירן אפאר נקודות בקיצור נמרץ.

פרשת חלב קאשוי געדענקט יעדער, דעמאלטס האט אהרוני באשולדיגט קאשויער רב אין צופיל און אין איבריגע חומרות. ער האט אריינגעריקט פארן הייליגען קאשויער רב אין זיבעטן ריפ א עפ"ל אזוי ווי ס'ברויך צו זיין. סך הכל האט קאשויער רב דעמאלטס געפאדערט מען זאל ארויסשניידן נאך עטליכע שטיקעלעך פלייש צוליב חלב...

גייט אריבער נאך אפאר יאר און ר' אהרן ווערט הגה"ק, קאשויער רב'ס איבריגע חומרות, זענען שוין געווארן גאנץ קליינע חומרות קעגן ר' אהרן'ס כבוד רייץ ער האט זיך גענומען רידערן ביי די סטעיט אוף די יוניען דרשה כ"א כסלו און כ"ו אב אז ער גייט איינפירן דאס שענסטע גרעסטע און בעסטע שחיטה אויף רינדער.

ער האט געסיינט א קאנטראקט מיט "מיעל מארט" אז אין די טעקסעס אפטיילונג פון מיעל מארט וועט מען איינפלאנצן א שחיטה מנחת מאשין און יעדע שטיק צייט וועט מען דארט שחט'ן א ראָן לויט ר' אהרן'ס טעיסט. 

פאר מיעל מארט איז דאס נישט גרינג אנגעקומען עס איז א אינוועסטמענט פון עטליכע מיליאן דאלאר, אבער וואס טוט מען נישט פאר ביזנעס?! די אהרוינים זענען דאך ממש א 51% פון כלל ישראל און ווער רעדט נאך פון די איבריגע 48% אידן וואס זענען טאקע נישט אהרונים אבער זיי ווייסן אויך אז באמת איז אהרוני'ס פלייש די בעסטע און מיט די 1% זאליס אוכלי מליחה ואילך אין וו"ב און קעצן פלייש אין ב"פ זאלן זיין א כפרה...

עס האט נישט לאנג גענומען און די אהרונים זענען ארויס אין א שם רע קאמפיין קעגן אינטערנעשענאל גלאט און קעגן G&G, 
די אהרוינים האבן געטראפן מעשיות פון אינטער דער ערד און אויסגעזויגן פון פינגער. אלעס איז טריפה און נאר המהודרת און מעיל מארט איז כשר.

גייט נישט אריבער א לאנגע צייט און ס'ווערט א איבערקערעניש וועגן חלב וואס איינער האט געטראפן אויף לעבער פון רינדער גע'שחט'ן געפאקט און געזיגלט דורך מיעל מארט און דעם נירבאטער רב, ס'טוט זיך א וועלט קאכעריי רבנים שרייבן בריוון... גרויסע לאנג יעריגע מנקרים פון ארץ ישראל זענען דאן לכאן ולכאן כולי עלמא מודי אז דאס וואס מען האט געטראפן וואלט נישט געמעגט פאסירן, אבער נאר אויף איין פלאץ ווייסט מען אז באמת איז די גאנצע מעשה נישט אמת, דארט ווייסט מען אז די בני יואל האבן געמאכט די מעשה... דאס איז ביי די אהרוינים און געפאמפעט דורך זייער הייד פארק פורום. אינעם זעלבן פלאץ איבערצייגט מען זיך נאכאמאל דעם באוויסטן כלל אז די זאליס זענען נישט קיין אהרוינישע היץ קעפ, די זאליס זענען געווען די וואס האבן ארומגעארבעט מיט דעם פרשה, קיין איין איינציג מאל וועט איר נישט זען סיי וועלכער חסיד פון אדמו"ר מהרי"י זאל שרייבן ביליגע לשונות קעגן דעם נירבאטער רב! קיין איינמאל וועט איר נישט זען אז א חסיד מהרי"י זאל באשולדיגן דעם נירבאטער רב מיט קלות ראש וכדו' בסך הכל רעדן זיי זייער צום ענין פון די חלב וואס מען האט געטראפן צו ס'איז דרבנן אדער דאורייתא אדער גאר גיין חלב נישט און וועגן מהלכים ווי אזוי צו פארמיידן אינם עתיד. דאס איז אקוראט דאס פארקערטע וואס די אהרונים טוען אין אזא מצב. און דא האט זיך דאס נאכמאל ארויסגעשטעלט זייער אפען. יעצט זענען די אהרויניס גוטע פריינט מיט מיעל מארט צוליב די חלומות אז זיי גייען איבערנעמען די גסה מארקעט אין אמעריקע דעריבער האלטן זיי זיך נישט אפ פון ניצן די ביליגסטע לשונות קעגן רבנים וואס האבן געשריבן אדער גערעדט וועגן די חלב, און עס האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט אז יעדער כולל אינגערמאן וואס האט זיך אנגענומען פאר מיעל מארט איז געווארן א שר התורה איבער נאכט...

די גוטע באציאונגען צווישן אהרוני און מיעל מארט האט אנגעהאלטן עטליכע יארן, אינצווישן האט ער זיך עטליכע מאל געלאזט פיקטשערן מיט די בהמות וכדו' געפלויגן און געקומען, יעדעס מאל ווען ער האט ברייט צועפענט זיין מויל, און ווען די גאס איז געווען פארנומען לאכן פון זיין חכמה איז ער שנעל אפגעפלויגן קיין טעקסעס און אהיימגעשיקט פיקטשערט ווי דער גרויסער בהמה מבין איז פארנומען מיט די בעסטע שענסטע גרעסטע... אבי מ'זאל שוין אויפהערן רעדן פון די הערליכע פערל ווערטער דרשות. 
איינע פון די זמנים איז געווען נאך די שרעקליכע קאקאו שעריריה וואס האט זייער וויי געטון פאר הגה"ק שליט"א עס האט אים ממש אויפגעגעסן אז ווייסמאנדל וואס גיבט הכשר אויף רובאשקין גיבט הכשר אויך אויף קאקאו... (ס'זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז די פראבעלם איז געווען רובשאשקין און ווייסמאנדל! די פראבלעם איז געווען אויסדריקליך די קאקאו וואס די "פלעטבושע אידן עסן") אין יענע דרשה האט די רבי אויך געהייסן אליינס נאכקוקן אויף די כלי און ווער ס'האט נישט זאל בעטן א טובה ביי איינעם וואס האט יא...

דערנאך קומט א אויספלוג קיין טעקסעס (איך בין נישט זיכער אויב פעלין.. איז געווען דארט) און דערמיט פראבירט אומערפאלגרייך צו מאכן א שחיטה מונחת פון דעם עולם'ס פרייד ארום זיינע פערל ווערטער...

א קארגע 6 חדשים צוריק שטעלט זיך אויף א רעדנער שלמה קליין אין די אהרונישע צענטראלער ביהמ"ד אין מאנרא און באזינגט די מיעל מארט טעקסעס פלענט מיט די גרעסטע מאס שבחים און מאכט זיכער אז הגה"ק וועט האבן א פערזענליכע נחת רוח... 

חלק א'
 
חלק ב'

די דרשה קומט נאכדעם וואס הגה"ק איז אליינס געווען טרינקן א לחיים מיט די פירער פון מיעל מארט, און א בליק אויף זייער כלי אין אפיס, מיט די "בטחון" (אין זיך אליינס) אז אט אט נעמט דער גסה איבער די גאנצע גסה אינדאסטרי...

שטעלט זיך יעצט די שאלה: וואס האט יעצט פאסירט? פארוואס זענען די אהרוינים יעצט פלוצלינג ארויס אין אזא אטאקע קעגן מיעל מארט? פארוואס רייסן זיי אינטער דעם נירבאטער רב כאחד הרקים רח"ל? זיי אליינס האבן זיך דאך ביז ממש יעצט געשלאגן ציין און נעגל אויף פונקט פארקערט?!

די אהרוינים האבן געמאכט א שוידערליכע טעות אין זייערע חשבונות. זעט אויס אז אפילו זייערער פירער האבן אויך געווארפן באנאנע שלאכטס אויף די טיטשערס ביי ענגליש. זיי האבן ארויסגעלערנט א בנין אב פון די עופות, היות די עופות שחיטה שעכט עטליכע טויזענט עופות א טאג און היות אסאך רעסטאראנטן מוסדות און קעיטרינגס ניצן דווקא מהודרת עופות וועט דאך די גסה שנעל איבערנעמען די מארקעט.... זיי האבן אבער פארגעסן צו רעכענען אז אויף זייערע עופות איז דא א פארלאנג ווייל ס'איז ביליג, ווען מען קויפט האול סעיל איז מאנרא עופות די ביליגסטע, פאר די וועלט זאגט מען אז עס זענען דא 500 משגיחים, 200 שוחטים 30 צומות היגידין משגיחים די בני בית שלאפט אין געלעגער מען גייט שוין באלד אפילו מאכן א אייגענע ים צו קענען פראדעצירן היימישע שטיין זאלץ... אבער! אין פאקט לאזן זיי אריין נאר מיט א אפוינטמענט וד"ל.

משא"כ ביי די גסה וואס די פלענט געהערט פאר מיעל מארט און דער נירבאטער האט דארט א צוטריט סיי ווען ער וויל און דארף נישט אנקומען צו א אפוינטמעט ביי גדלי סעגעדין.. דארט דארף ער האלטן לכה"פ 50% פון די חומרות וואס דער בלאט פארקויפט און כ"ק הגה"ק ר' אהרן פלוידערט נאך... מ'קען פארקויפן לאקשן און דערנאך הענגען א סיין אז מען דארף רשות פון גדלי סעגעדין אליינס צו קומען זען... (א פיקטשער פון די נאו טרעספעסינג סיין נאר מיט א אפוינטמענט איז געווען דא אויפן פארק, ווער עס האט א קאפי זאל דאס מוחל זיין פאוסטן)  

בלייבט נישט קיין ברירה נאר צו באצאלן פאר די חומרות וואס ער פארקויפט אין די גאסן און דארף אפמאנען פאר די פלייש א טייערערן פרייז ווי געווענטליך. צו דעם קומט נאך צו אז "קיינער" קויפט נישט די מונחת פלייש אויף האול סעיל, און סך הכל פארקויפט זיך דאס נאר אין די 3 אהרוינישע בוטשערס, און אפילו ביי די אהרוינים אליינס איז דא אסאך וואס קויפן נאך עד היום פלייש אין גראסערי. 

די תוצאות האט נישט צופיל געשפעטיגט און מיעל מארט האט אנגעהויבן ווערן נערוועז. דא האבן זיי אריינגעלייגט עטליכע מעלאנעס ווייל די אהרונים האבן צוגעזאגט מעכטיגע סעילס, און דא ריקט זיך כמעט נישט די סחורה. מיעל מארט האט אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די אהרונים, און די אהרונים האבן אים צוגעזאגט אז ביז פסח וועט מען זען א געוואלדיגע פיק אפ אין סעילס... האפענדיג אז די פסח ארדערס וועלן זיך הייבן. פסח איז אנגעקומען און די אהרוינים זענען זיך באגאנגען מיט עופות אדער מיט רינדערן פון גראסערי (עטליכע אויסווארפן האבן אפילו געקויפט אינם ארגינעלן סאטמארן בוטשער) האט מען חוה"מ  אויפגעשטעלט דעם קליין'ער חולם האלטן א דרשה און מסביר זיין פארן עולם די געוואלדיגע חשיבות פון די טעקסעס פלייש... אבער געהאלפן האט דאס א טויטע באנקעס.

די אהרוינים האבן זיך ארויפגעזעצט אויף הערשי פריעדמאן פון מאנטריאל וועלכער האט אפגעקויפט רובאשקין נאכן באנקראטירן, זיי האבן פארשטאנען אז ביי מיעל מארט האבן זיי פארלוירן די גאנצע נאמנות, פאר די גאנצע וועלט קענען זיי פארקויפן אז זיי פארקויפן 50 טויזענט טאן רינדערן יעדן טאג אבער נישט פאר מיעל מארט... לכתחילה האט הערשי זיך נישט געוואלט אריינלאזן דערין און די אהרונים האבן געדריקט און געדריקט. און צו דעם קומט נאך צו אז אין אגרי פראסעסינג איז די סיסטעם זייער ענליך צו ר' אהרן'ס מונחת אנדערש ווי ביי מיעל מארט (איר כאפט וואס דא גייט פאר? די שוואכערע רובאשקין האט א סיסטעם וואס איז ענליכער צו ר' אהרן'ס שחיטה ווי צו די חשוב'ערע מיעל מארט) דעריבער וועט פאר הערשי נישט זיין אזוי קאסטבאר דאס לאזן די אהרוינים שעכטן ביי אים 1 טאג אין חודש.

דערווייל האט מיעל מארט אראפגעלייגט א פיס בשעת ווען עס איז געקומען צו באנייען דעם קאנטרעקט אז זיי ווילן נישט א % נאר ווילן א פאראויס באשטומטע סכום פאר יעדע שעה וואס די אהרוינים ניצן דעם פלענט. די אהרוינישע פירער האבן שוין נישט געוויסט וואו זיך אהין צו טאן, אויף אזוי פיל האבן זיי שוין יא געקענט רעכענען אז מיטן נייעם קאנטראקט וועט די פלייש נאך מער שטייגן און דאן וועט שוין אפילו די קליינע קעפ צווישן זיי שוין אויך נישט קויפן די פלייש און די סכנה אז עס וועלן זיך מאכן נאך מער אויסווארפן וואס וועלן קויפן די אומגעזאלצענע שרימפס פון 82 וועט שטארק וואקסן...

דא קומט אריין אין בילד הרהגה"צ לוחם מלחמות ה', לייכטאג, ער האט שוין א אלטער ווייטאג בנוגע די בוטשער אין ב"פ. איך וויל נישט אריינגיין יעצט אינם גאנצען סמאטאכע, נאר אנרירן מיט שפיץ גאפל. די אהרוינים האבן אויפגענומען דעם גאון עצום, משה פריעדמאן, אלס בעל מכשיר אויפן בוטשער און דערמיט ארויסגעשטעלט ר' חיים דוד כ"ץ. עס האט נישט גענומען מער ווי א וואך און די טויש האט זיך געשפירט אין די קעשענע, הונדערטער קונים האבן תיכף פארלאזט דעם בוטשער און אנגעהויבן באשטעלן אויפן טעל פון די ווילאמסבורג בוטשער. האבן זיי תיכף אריינגעריקט אויך לייכטאג'ן, איך קען נישט זאגן וויפיל עס זענען צוריק געקומען ווייל איך פיר נישט די ביכער אבער קיין סאך האט דאס נישט געהאלפן ווייל חוץ די 15 אידן וואס זענען געזעצן ביי דעם לייכטאג'ס שיעורים איז ער כמעט געווען א בן בלי שם.

לייכטאג האט זיך צוגעכאפט צום בוטשער ווי צו א געבראטענס, אבער מעשי שטן הצליח און ער האט נישט מצליח געווען ארויסצוריקן פריעדמאנען. און דאס איז שוין חוץ דעם וואס פריעדמאן האט באקומען דעם טיטל דיין און ער איז געבליבן מיטן טיטל מו"ץ ער זיכט שוין זייט דעמאלטס א וועג איבערצוקריכן דעם פריעדמאן, וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו!

פאר די ימים טובים האט אנגעהויבן אויסזען אז הערשי פריעדמאן הייבט שוין אן טראכטן פון לאזן די אהרונים שעכטן ביי אים, הרב לייכטאג האט שוין נישט געהאט מער קיין געדולד ער האט פארשטאנען אז יעצט איז די פאסיגע צייט צו ווערן דער פלייש מייסטער ביי די אהרוינים און האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און ארויס אין א אטאקע קעגן מיעל מארט! ער איז געווען זיכער אז ער וועט מיט דעם געפעלן די לצים וואס שטייען העכער אים אבער ער האט געהאט א טעות!

די אהרונים זענען נאך נישט געווען גרייט אויף דעם ווילאנג הערשי שרייבט נישט אינטער דעם קאנטראקט ציטערנדיג אז נאך אזא אטאקע פון לייכטאג וועט מיעל מארט זאגן פאר אהרוניס גייטס אייך לחיים ולשלום נאך פאר זיי האבן א צווייט פאלץ ווי צו שעכטן, האבן זיי געהאלטן דעם דרשה בסוד ביז יעצט!!! 

איר הערט וואס דא גייט פאר?! ר' אהרן איז געווען דארט און זיך געפיקטשערט אבער ער האט ח"ו נישט מוחה געווען קעגן די שרעקליכע פירצות אויף וואס לייכטאג האט גובע עדות געווען... זיי שטעלן אויף שלמה קליין זאל נאך דרש'נען פון די געוואלדיגע חשיבות פון מיעל מארט... דאס אלעס ביז זיי וועלן האבן א צווייט פלאץ... איי דערווייל איז מען מפטם טויזענטער אידן מיט דאס ארגסטע?...  

עס גייט אריבער א ביסל צייט און הגה"ק אפרים שמעון לייכטאג און הגה"ק לייביש טייטלבוים דער איחוד דיין האבן געמאכט א באזוך ביי אגרי פראסעסינג פון הערשי פריעדמאן (כאילו זיי האבן עקספיריענס און ווייסן אויף וואס צו קוקן...) די צוויי גאונים וקדושים האבן באשטעטיגט דעם פלענט... דאס מיינט אז מען האלט שוין א טריט נענטער.

די וואך איז געקומען די גוטע גריס אז ענדליך גייט מען שוין לידי גמר מיט הערשי פריעדמאן ס'איז נאך למעשה נישט גע'חתמ'עט אבער מען האלט שוין אט אט און מ'קען שוין אנהייבן האקן אויף מיעל מארט... נאך פאר דער עולם הייבט אן פרעגן על מה זה ולמה, פארוואס מער נישט אין טעקסעס...

 זה דרכם כסל - פון באשמוצן יענעם כדי זיך צו בויען, פאר זיי פאסט נישט מודה צו זיין אז זיי דארפן אריבערגיין צו הערשי ווייל מיעל מארט האט שוין איינגעזען אז זיי זענען נישט מצליח צו פארקויפן, וואס טוט מען? מען אטאקירט!!!

יעצט טו איך לאדענען דעם עולם צו קוקן אין די אשכולות אין ארוני'ס אינטערנעט פורום, ווי טאקע די זעלבע וואס שמייסן יעצט אן רחמנות אין נירבאטער רב כאילו ער איז מאכיל נבילות וטריפות מיט חלב דאורייתא בשאט נפש, טאקע די זענען די זעלבע וואס האבן פראבירט צו פארדעקן אלע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אויפן נירבאטער רב

סך הכל = נירבאטער רב איז נישט געווארן איבער נאכט א קל שבקלים, און מיעל מארט גייט נישט באנקראט, מיעל מארט מאכט נישט צו די טעקסעס פלענט נאר אדרבה לויט ווי ס'זעט אויס וועלן זיי הערשט יעצט קענען אנהייבן פאדינען געלט דארט. די אהרוינים האבן געכאפט א פליק פון מיעל מארט (מיעל מארט האט גארנישט געמיינט צו טשעפען, זיי זענען דא פאר ביזנעס) ווערט פלוצלינג מיעל מארט טריפה חזיר חלב און נירבאטער רב ווערט א קל שבקלים...

דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 02:15 לינק ישיר 

איך וויל נאר רעדן איבער איין פוינט וואס די זאליס חזרן איבער כאילו עס איז תורת משה. איבער אריינגיין אן א אפוינטמענט אין בית השחיטה(וואס בדרך אגב. איך האב נישט געוואוסט אז איבער 25000 טשיקנס א טאג איז אפאר טויזנט...)איך בין געווען אפאר יאר צוריק ביים בית השחיטה מיט עפעס א רבי'לע "אן" א אפוינטמענט. מען האט ארויפגעקאלט און מען האט אונז גראד אריינגעלאזט. זיי האבן נאר געהאט איין תנאי... נישט מער ווי 5 מענטשן אויפאמאל(מסתמא גייען יעצט די זאליס קומען מיט א תורה אז ביז 5 מענטשן קען מען נישט זען אויב עפעס איז טריפה...) און סתם פאר אינטערסאנטקייט. איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי אפאר זאלן וועלכע פלייש איז טייערער איז יעדנס ענטפער געווען: ק"י. קען זיין אז זיי האבן געמאכט א דיעל מיט די בית השחיטה אז ווען איינער באשטעלט ק"י פלייש מוז מען אים בעטן טייערער...

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2010 03:59 לינק ישיר 

עבור תמימי לב:

מיעל מארט האט עטליכע פלענטס, דער פראבלעם פון די פלייש איז נישט ווייל ס'ווערט געשאכטן אין די קאמפאני פון די וויינשטאקס, דער פראבלעם איז אונטער וועמענס השגחה דאס ווערט געשאכטן

פונקט ווי גפן האט איין קאמפאני אונטער וואלאווער רב, און זאכן וואס דער וואלאווער רב וויל נישט געבן א הכשר האט ער א צווייטע קאמפאני נאמען וואס אויף יענץ געט א הכשר ? (טרעפט אליין צו...)

דאס זעלבע איז דא אויך, ס'איז דא איין איינציגע פלענט וואס ער האט איבערגעגעבן תחת יד קהלתינו הק', וואס דארט האט די רבי די לעצטע ווארט אויף אלעם, מיט אלע חומרות

און אזוי ווי ס'איז זייער שווער צו ראנען אליין א בית השחיטה פאר בהמות מוז מען אנקומען צו איינעם וואס איז אין די ליין.

חיי שעה קען מאכן ליצנות אז דאס שוואכקייט פון רובאשקין פלייש איז ווייל ס'איז שחיטה מונחת, אבער די אמת'ע סיבה איז דאך ידוע.

ס'איז פונקט ווי ער זאל זאגן אז די פראבלעם פון בעלזא איז ווייל זיי האבן משנה געווען ממנהג אבותם אז אמאל פלעגט מען אין בעלזא נישט זינגען ביים טיש און היינט זינגט מען יא ביים טיש דוק ותשכח.

ברם זכור לטוב רובאשקין, אז דאס וואס מען האט איינגערעדט פארן דברי יואל און פארן ברך משה אז אין אמעריקא איז נישט מעגליך צו מאכן שחיטה מונחת ווייל די רעגירונג לאזט נישט, האט מען פארן רבין נישט געקענט איינרעדן, ווייל די רבי האט געזאגט, אויב רובאשקין קען קען מען דאס איבעראל.

די סיבה פארוואס מען איז לכתחלה נישט געגאנגען צו רובאשקין איז מיר נישט באקאנט, היינט קען מען נאר זאגן אז ס'איז געווען א באזונדערע סייעתא דשמיא.

צו ס'איז אמת וואס אדם אמיתי זאגט בנוגע די היינטיגע רובאשקין, איז אויך נישט באקאנט.

אבער כל עוד מען דארף צוקומען צו די חסדי וויינשטאק זוכט זיך די רבי נישט איינצורייסן מיט זיי, און ער זעט אז עכ"פ זיין קהלה זאל האבן צו עסן כשר'ס, און ווער נאך ס'וויל זיך מיטכאפן מיטן וואגן, לא ימנע טוב מבעליו.

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 07:26 לינק ישיר 

נאר איין קלייניקייט חיי. לשטותך אז מען גייט אוועק גיין פון מיעל מארט און הני טעמא, ווייל מען האט נישט נישט פארקויפט די סחורה, און מיעל מארט וויל זיי נישט האלטן, דאס האט איך מברר געווען די לעצטערע שעהן, ביי עטליכע ארבייטער אינעם מיעל מארט אללי, (דארט ארבייטען קרוב צו צוויי הונדערט עכט היימישע אידן ) דייקא נישט קיין ארוינים, אלס שקר וכזב !!!!

די סחורה פון טעקסעס מיטן קר"י הכשר ווערט פארכאפט סאך מער ווי וואספארא אנדערע פליישן, און אז האסט עטליכע מינוט רוף אריין 718-894-2000 אין פראביר צו באשטעלען די פלייש פון טעקסעס, און איבערצייג אז וויפעל מען שעכט נאר איז קיינמאל נישטא גענוג,
אדרבה אינטערעסער דיך ביי די ארבייטער פונעם מיעל מארט, אין זיי מברר צו די וואנשטאק ברודערס רעדן זיך אפ אז עס גייט נישט אויס אדער פארקערט,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 16:13 לינק ישיר 

וואס גייט מיעל מארט טאן מיט די מאשין וואס זיי האבן אינוועסטעט אפאר מיליאן דאלער דערין?

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 16:32 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
איינס) איך וויל נאר רעדן איבער איין פוינט וואס די זאליס חזרן איבער כאילו עס איז תורת משה. איבער אריינגיין אן א אפוינטמענט אין בית השחיטה(וואס בדרך אגב. איך האב נישט געוואוסט אז איבער 25000 טשיקנס א טאג איז אפאר טויזנט...)איך בין געווען אפאר יאר צוריק ביים בית השחיטה מיט עפעס א רבי'לע "אן" א אפוינטמענט. מען האט ארויפגעקאלט און מען האט אונז גראד אריינגעלאזט. זיי האבן נאר געהאט איין תנאי... נישט מער ווי 5 מענטשן אויפאמאל(מסתמא גייען יעצט די זאליס קומען מיט א תורה אז ביז 5 מענטשן קען מען נישט זען אויב עפעס איז טריפה...)

2) און סתם פאר אינטערסאנטקייט. איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי אפאר זאלן וועלכע פלייש איז טייערער איז יעדנס ענטפער געווען: ק"י. קען זיין אז זיי האבן געמאכט א דיעל מיט די בית השחיטה אז ווען איינער באשטעלט ק"י פלייש מוז מען אים בעטן טייערער...

סופו מוכיח אויף די רישא אז זיי זענען ביידע די זעלבע וואר. וואס איז די פשט פון אזא שטרענגע סיין, אויב לאזט מען אזוי גרינג ארויף? חוץ מזה, פרעג דיך נאך, מסתם האבן זיי געהאלטן ממש נאך א באזוך פון א אנדערן רב, איז אלעס שוין געווען מסודר...

2) אין אנדערע ווערטער אזוי: אזא סטאר ווי גריל אן לי, אימפיריעל האל, וכדו', וואס זענען נישט משועבד צו קיין איין סאטמאר, זיי זוכן סך הכל נאר ביזנעס, און סערווירן די קונדן צו זייער צופרידנהייט, גייען אוועק צאלן טייער געלט, צופרידן צו שטעלן די קאסטומערס וואס באלאנגען צו די קהילה וואס האט  פיר טויזנט תלמידים, ווי איידערשט די וואס האט אכט טויזענט.

(איך גיי נישט יעצט אריין אין ווער עס האט רוב, ווייל עכט האבן די אהרונים רוב אפילו שטימען אין ווילי, נאר זיי זענען נישט רעגיסטרירט... - קרעדיט: רעביאנקל/היראים. [במאמר המוסגר: פון וואנעט זענען געקומען די צען טויזענט רעגיסטרעישאנס וואס יו דזשעי קעיר האט אריין געגעבן פאר דריי יאר צוריק צום באורד אוו עלעקשאנס?...] אבער נניח אז די אהרונים האבן צוויי מאל רוב, למעשה מענטשן וואס עסן פלייש האבן די זאליס דאפלט אזוי קומט אויס לפי חשבון אז צוויי מאל 4 טויזענט איז אכט טויזענט).

נאן סענס!!!

דאס איז חוץ וואס דאס איז גלוי וידוע לכל העמים אז אפילו ביי ריטעיל איז ק"י פלייש דאס ביליגסטע. פארשטייט זיך נישט אין ק"י (דערווייל ביז די זאליס עפענען) אבער אין מאנסי וכדו' איז ק"י דאס ביליגסטע. אדרבה פרעג דיך נאך.

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 16:42 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

ברם זכור לטוב רובאשקין, אז דאס וואס מען האט איינגערעדט פארן דברי יואל און פארן ברך משה אז אין אמעריקא איז נישט מעגליך צו מאכן שחיטה מונחת ווייל די רעגירונג לאזט נישט, האט מען פארן רבין נישט געקענט איינרעדן, ווייל די רבי האט געזאגט, אויב רובאשקין קען קען מען דאס איבעראל.

האלט דיר דאס פיסקל ביטע, הדוברות על צדיק עתק בגאוה ובוז!

דעם דברי יואל ווי דו רופסט אים, האט מען גארנישט איינגערעדט, ער האט פשוט נישט געהאלטן אז עס פעלט זיך אויס, כידוע.

אדרבה, מען האט שוין געטראפן ווי דער רבי איז מתיר פאר די אהרונים צו גיין אין ערכאות, און תוכ"ד אסרט ער די זאליס פון גיין אין בג"ץ... פארלאנגט אריזאנא ווייץ, אסרט בני יואל, שרייבט א בריוו אז קיינער טאר נישט מסדר קידושין זיין אן ר' אהרן, און זאגט קלאר פאר שאפראנער רב אז די סיבה וואס ער מאכט א שטעטל איז כדי דער וויזניצער איידעם זאל קענען פוסע זיין על ראשי עם קודש מיט א תקיפות, ועוד ועוד. פונקט ווי דער רבי וויל שחיטה מונחת, קען מען ניטאמאל א מעשה'לע מאכן?

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 17:14 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
איך וויל נאר רעדן איבער איין פוינט וואס די זאליס חזרן איבער כאילו עס איז תורת משה. איבער אריינגיין אן א אפוינטמענט אין בית השחיטה(וואס בדרך אגב. איך האב נישט געוואוסט אז איבער 25000 טשיקנס א טאג איז אפאר טויזנט.....

פריינדליך ווען חיי האט גערעדט פון טשיקנס האט ער געמיינט צו זאגן די פארצייטישע די וואס מ'שלאגט כפרות, נישט די טשיקנס וואס דאווענען אין הופפער, די סארט טשיקנס איז דא איבער א מיליאן...

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 17:39 לינק ישיר 

פארוועם ס'האט שוין פארגעסן וואס די נערויניס שטעלונג איז געווען איידער רע'בארן האט זיך משדך געווען מיט די גסות אין טעקסעס, איז מכובד אריינצונליקן אין די פאלגענדע לינק ווי אונזער באקאנטער יענקעלע רייסט מיאוס אראפ די זאליס מיט התאחדות פארן אויפדעקן סקאנדאלן אויפן באטורער רב, א בחינה פון עפרא לפימיה אין נאכדעם ווערט עס לולי דמסתפינא... ליינטס און האטס הנאה

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 19:17 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:

ברם זכור לטוב רובאשקין, אז דאס וואס מען האט איינגערעדט פארן דברי יואל און פארן ברך משה אז אין אמעריקא איז נישט מעגליך צו מאכן שחיטה מונחת ווייל די רעגירונג לאזט נישט, האט מען פארן רבין נישט געקענט איינרעדן, ווייל די רבי האט געזאגט, אויב רובאשקין קען קען מען דאס איבעראל.

האלט דיר דאס פיסקל ביטע, הדוברות על צדיק עתק בגאוה ובוז!

דעם דברי יואל ווי דו רופסט אים, האט מען גארנישט איינגערעדט, ער האט פשוט נישט געהאלטן אז עס פעלט זיך אויס, כידוע.

אדרבה, מען האט שוין געטראפן ווי דער רבי איז מתיר פאר די אהרונים צו גיין אין ערכאות, און תוכ"ד אסרט ער די זאליס פון גיין אין בג"ץ... פארלאנגט אריזאנא ווייץ, אסרט בני יואל, שרייבט א בריוו אז קיינער טאר נישט מסדר קידושין זיין אן ר' אהרן, און זאגט קלאר פאר שאפראנער רב אז די סיבה וואס ער מאכט א שטעטל איז כדי דער וויזניצער איידעם זאל קענען פוסע זיין על ראשי עם קודש מיט א תקיפות, ועוד ועוד. פונקט ווי דער רבי וויל שחיטה מונחת, קען מען ניטאמאל א מעשה'לע מאכן?

_________________

זריעלע האט דיר אליין געזאגט!

אנטשולדיגט פארן אויסדרוק, מען האט נישט איינגערעדט, מען האט פלעין געזאגט אז מען קען נישט

א רבי עסט נישט, ער איז נאר טועם, ער שלאפט נישט, ער לייגט זיך נאר צו, מען רעדט אים נישט איין, מען זאגט אים סתם

פארוואס האט ער געהאלטן ס'פעלט נישט אויס?

דו וויסט אפילו אין וועלכע חלק הלכות שחיטה איז?

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 19:51 לינק ישיר 

וויפיל נאך זאכן האט מען אים פלעין געזאגט אז מען קען נישט? מסתמא האט ער געוואלט מאכן א סקול דיסטריקט אויך, און "מען האט אים פלעין געזאגט אז מען קען נישט"...

לעניננו, איך האב געפרעגט פארוואס די גאנצע אהרוני'שע אגענדע האט דער רבי געשטופט ברוח קדשו, און פונקט שחיטה מונחת נישט? ברענג מיר אפילו איין (אום קראנטע) מעשה ווי דער רבי זאל זיך האבן אויסגעדריקט אז ער וויל מאכן שחיטה מונחת.

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 20:05 לינק ישיר 

אלס ארויני גלייב איך שווער ער זאל האבען א פראבלעם צו מאכען א מעשה, אפולו א "קראנטע"

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 21:19 לינק ישיר 

איך ווייס דו גייסט לאכן

ווייל אלס קווינס בחור פון מן הסתם אונטער 20 יאר הערסט עס די ערשטע מאל

אבער די רבי האט געוואלט מאכן א שערי חמלה אויך

ס'האט געזאלט הייסן 'ילד שעשועים'

ולא איסתעייא מילתא

פרעג דיך נאך ביי דיין עלטער זיידן

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 21:34 לינק ישיר 

אז דער רבי האט געוואלט מאכן אזא מוסד מיטן נאמען ילד שעשועים האט נישט קיין מקור מוסמך, דער איינציגער מקור וואס מען ווייסט איז אז ר' אהרן האט אזוי געזאגט ביי א דרשה בשנת תשנ"ד בעת זיין קאמפיין מתיר זיין דעם פובליק סקול,

למעשה זאלסטו וויסן אז נישט ר' אהרן האט געמאכט דעם מוסד, נאר דוקא די שונאים פון ר' אהרן האט דעם מוסד מייסד און אויסגעהאלטן און אפילו געהאלפן צו ווערן אפאראווט ביי די רעגירונג, אבער ווען מען האט אנגעהויבן מאכן גרויס געלט דעמאלס האט ר' אהרן ארויסגעווארפן די מייסדים און זיך געגנב'ט דעם מוסד, אזויווי אנדערע ציבורישע נכסים פון קרי

ר' משה טובי' בראווער און ר' וואלף לעפקאוויטש זענען די וואס האבן דאס מייסד געווען,

אבער ביטע נישט פארקריכן פון דעם נושא פון שחיטה וואס איז נתייסד געווארן ממליכה ואילך,

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2010 21:43 לינק ישיר 

הערשי פרידמאן איז פינקט אזא מגולח ווי אהרן וויינשטאק,

אבער לכאורה אויב מען קוקט אויף די בעל בתים נאמנות, לכאורה האט וויינשטאק א חזקה אז דער סאטמאר רב האט זיך אויף אים פארלאזט אין פירן די שחט הויז, און ער איז געווען זיין בעל אכסני' און בארא פארק, האט ער אים מסתם געהאלטן פאר אן ערליכער און א בר סמכא

אויסער דעם האט דער סיגעטער רב דער ברך משה געגעבן די השגחה און האט זיך פארלאזט אויף די וויינשטאקס,פארוואס זאל ער האבן פארלוירן זיין חזקה פלוצים,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 21:48 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

ברם זכור לטוב רובאשקין, אז דאס וואס מען האט איינגערעדט פארן דברי יואל און פארן ברך משה אז אין אמעריקא איז נישט מעגליך צו מאכן שחיטה מונחת ווייל די רעגירונג לאזט נישט, האט מען פארן רבין נישט געקענט איינרעדן, ווייל די רבי האט געזאגט, אויב רובאשקין קען קען מען דאס איבעראל.

האלט דיר דאס פיסקל ביטע, הדוברות על צדיק עתק בגאוה ובוז!

דעם דברי יואל ווי דו רופסט אים, האט מען גארנישט איינגערעדט, ער האט פשוט נישט געהאלטן אז עס פעלט זיך אויס, כידוע.

אדרבה, מען האט שוין געטראפן ווי דער רבי איז מתיר פאר די אהרונים צו גיין אין ערכאות, און תוכ"ד אסרט ער די זאליס פון גיין אין בג"ץ... פארלאנגט אריזאנא ווייץ, אסרט בני יואל, שרייבט א בריוו אז קיינער טאר נישט מסדר קידושין זיין אן ר' אהרן, און זאגט קלאר פאר שאפראנער רב אז די סיבה וואס ער מאכט א שטעטל איז כדי דער וויזניצער איידעם זאל קענען פוסע זיין על ראשי עם קודש מיט א תקיפות, ועוד ועוד. פונקט ווי דער רבי וויל שחיטה מונחת, קען מען ניטאמאל א מעשה'לע מאכן?

_________________

זריעלע האט דיר אליין געזאגט!

אנטשולדיגט פארן אויסדרוק, מען האט נישט איינגערעדט, מען האט פלעין געזאגט אז מען קען נישט

א רבי עסט נישט, ער איז נאר טועם, ער שלאפט נישט, ער לייגט זיך נאר צו, מען רעדט אים נישט איין, מען זאגט אים סתם

פארוואס האט ער געהאלטן ס'פעלט נישט אויס?

דו וויסט אפילו אין וועלכע חלק הלכות שחיטה איז?

_________________

וויפיל נאך זאכן האט מען אים פלעין געזאגט אז מען קען נישט? מסתמא האט ער געוואלט מאכן א סקול דיסטריקט אויך, און "מען האט אים פלעין געזאגט אז מען קען נישט"...

לעניננו, איך האב געפרעגט פארוואס די גאנצע אהרוני'שע אגענדע האט דער רבי געשטופט ברוח קדשו, און פונקט שחיטה מונחת נישט? ברענג מיר אפילו איין (אום קראנטע) מעשה ווי דער רבי זאל זיך האבן אויסגעדריקט אז ער וויל מאכן שחיטה מונחת.

_________________

איך ווייס דו גייסט לאכן

ווייל אלס קווינס בחור פון מן הסתם אונטער 20 יאר הערסט עס די ערשטע מאל

אבער די רבי האט געוואלט מאכן א שערי חמלה אויך

ס'האט געזאלט הייסן 'ילד שעשועים'

ולא איסתעייא מילתא

פרעג דיך נאך ביי דיין עלטער זיידן

_________________

איך האב גערעדט פון א פאבליק סקול און דו מישט מיר אריין שערי חמלה, טענו בחטין והודו לזכר קדשו.

שערי חמלה איז א מצוה וואס איז גדלה עד שמי רום וכוכביהם, און פאבליק סקול איז א עבירה וואס גרעניצט זיך מיט יהרג ואל יעבור. (כמעט ווי דער בג"ץ...).

למעשה דרייסטו און דו דרייסט ביז דו ווערסט אליין צודרייט, ענטפער מיר צי דו ביסט שוין אויף געקומען מיט עפעס א מעשה ווי "דער דברי יואל" זאל זיך האבן אויסגעדריקט אז ער וויל מאכן שחיטה מונחת, נאר "זרילע" רעדט אים איין אז מען קען נישט.

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מיעל מארט גייט באנקראט צוליב שחיטה מונחת!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext