אברהמי רובין דער ממלא מקום פון יוסי בראך האט היינט און א פרעצעדענטלאזע שריט אויסגעבראכן מיט א ווילדע געשריי קעגן דעם געטרייען משב"ק הרה"ח משה גבאי.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען משפחת האפמאן האט געמאכט א קידוש און די גרעסטע רויטע תלמיד תורה געביידע וועס ווערט אונטערגעהאלטן דורך מאסיווע סקעפאלד'ס, משה גבאי איז געקומען זיך באטייליגען, ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד ווי עס פאסט זיך פאר א איד וואס האט געטריי באדינט איבער צוואנציג יאאר דעם רבי'ן בעל ברך משה זצ"ל, אבער איין איינציגער איז געווען וואס די בליט איז אים ארויף אין קאפ, פאר גרויס כעס און ווייטאג האט ער זיך גענימען מאכן משונה'דיגע קולות א שטייגער ווי זיין עקרת הבית אויף בעדפארד עוו. וד"ל.
די אנוועזענדע האבן נישט געוויסט צו זיי זאלן לאכן אדער וויינען ווען פון איין זיין שטייט אברהמי און גארגלט זיך, פונעם צווייטען זייט זיצט משה גבאי געמיטלעך כאילו לא היה מיט א רחמנותדיגע בליק אויף דעם רובין וואס איז נעבעך אזוי בארירט געווארן בלויז פונעם זעהן דעם משב"ק.
יא אברהמי עס אינז א כבוד צי זעהן דיין ווייטאג און צולאזטקייט, די מיט יוסי בראך (איינער געדענקט אים נאך?) וועלן פארשריבן ווערן אינעם פנקס אלץ העלדישע עסקנים
תוקן על ידי קעציל ב- 07/11/2010 03:32:12
נשלח ב-7/11/2010 05:26
GO אברומי GO! וואס זיכט דער ממזר דארט? ער איז זיך געקומען זיכן כבוד און האט דאס באקומען
נשלח ב-7/11/2010 19:19
צדיק'ל א שאד דו בוסט נישט געווען דארט שבת, אברהמי האט געקענט נוצן דיין הילף, ווייל דארט האט אים קיין איין אהרוני נישט געזאגט GO אברומי GO... זיי האבן אים אלע געלאכט אין פרצוף, בשעת ווען דער האט געשפיגן בלוט אז משה גבאי האט די חוצפה אריינצואוואקן אין זייער בנין אויף ווייט עוו.
(לסבר את האוזן; משה גבאי'ס גיין צום קידוש אין די ווייט עוו. תלמוד תורה צו משה אהרן האפפמאן'ס קידוש, איז אזוי ווי דוד עקשטיין זאל גיין צו א קידוש פון יעקב מאיר פערענץ אין לארקין תלמוד תורה אין מאנרא. דאס איז נאר א משל איר זאלט פארשטיין דעם חומר הענין...)