בית פורומים אידישע געדאנק

ארוינענאל טעגליכע איינשפריץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/11/2010 20:48 לינק ישיר 
ארוינענאל טעגליכע איינשפריץ

ווי מער פארגעשריטן די וועלט ווערט צוטיילט מען מעשיגע אין באזונדערע קאטעגאריעס. אמאל אין דער אלטער היים איז מעשיגע געווען א שם כולל אויף אלעס. מיין באבע פלעגט פארציילן אז ביי זיי אין שטעטל איז געווען א 14 יעריגער בחור וואס פלעגט וואשן די הענט ביים ברינעם א שעה רציפות, געגאסן איין טעפל און געשעפט דעם צווייטן, ער פלעגט אזוי גיסן די הענט 60-70 מאל 10 מאל א טאג, היינט ווייסן מיר אז די נאמען פאר דעם איז OCD דעמאלטס - פארציילט מיין באבע - פלעגט ווערן א לאנגע רייע אנשים נשים וטף וואס זענען געקומען שעפן וואסער און אלע האבן געדארפט ווארטן אז דער בחור זאל ענדיגן, אמאל געדענקט זי איז די מאמע פונם בחור אנגעקומען און זאגט אים "יאנקעלע ווילסטו דען מען זאל זאגן אויף דיר אז די ביסט מעשיגע ח"ו?"

נישט לאנג צוריק האב איך אריינגעלייגט א אשכול וועגן די אהרוינישע עדיקשען צו הייד פארק 

עס איז אומפארשטענדליך די צודרייטע התנהגות פון די אהרוינים מיטן קומען אויף הייד פארק און מכחיש זיין השמש בצהרים און זיך נאך שפירן גוט דערמיט... די וועלט זאגט אז אויב האט מען נישט וואס צו זאגן שווייגט מען. מאיזה סיבה שהוא ווייסן אהרויניס נישט פון דעם כלל און ווען זיי האבן נישט וואס צו זאגן פארבערצירן זיי. איי די אליינס ווייסט אז ס'איז א געבעקס? איי יעדער וואס ליינט דאס זעט אז ס'איז א געבעקס? איי די אליינס ווייס אז די האסט פארלוירן? איי די גאנצע וועלט ווייסט שוין אז אהרויני קען נישט פארלירן, מאן שטייט און לאכט פון זיי?! פארט קענען זיי זיך נישט אפטשעפען פון דעם נארישן געוואוינהייט.

מזמן לזמן מאכן זיי אזא ווינט און רעדן מיט אזא פעסטקייט אז ס'קען זיך ממש צודאכטן אז דאס איז די מציאות. למשל אז עס קומט מער נישט פאר קיין חילול ביה"ח און א חילול המת אינם ביה"ח אין יפו. 

באמת פארדינען די שטותים אפילו נישט א הכחשה ווייל קיינער - אפילו זייער אייגענע מענטשן - גלייבן שוין נישט זייער מעשיות. לדוגמא ווען דער בלאט שרייבט א נייעס וועלן אפילו די אהרוינים זיך אנהייבן נאכפרעגן אויב די מעשה איז טאקע אמת. פארט איז אלעמאל דא מענטשן וואס פאלן דא אריין און קענען נאך נישט די היזיגע סיסטעם פון די אהרוינישע בעקעריי, און היות זיי זען אז מען לייקענט אפילו נישט די מעשה, מיז דאך זיין אז ס'איז אמת... איי די אמת איז אז מען לייקענט דאס נישט ווייל ס'איז אפילו נישט ווערד א הכחשה? פארט ניצן זיי די שטיל שווייגעניש אלס א הודאת בעל דין... און זיי שרייבן דאס נאך אפען... "אפילו זיי אליינס לייקענען נישט"....

נאכן זיצן מיט גרויסע פראפעסארן איז אויפגעקומען די חשד אז די ערשיינונג האט צוטון מיט קורץ צייטיגע ווייטאג אינטערדריקער (Painkiller) אין די מציאות'דיגער וועלט רופט מען דאס ע"פ רוב טיילענאל. היות די אויספארשונגען זענען נאך אין גאנג קען מען נישט קלאר זאגן אז דאס איז די מציאות, אבער אויף דערווייל איז זיכער ריכטיג די חשד.

דעריבער האט מען קודם כל באשטעטיגט די ריכטיגע נאמען פאר דעם ערשיינונג, לויט די כללים פון נייע ווערטער קומט אויס אז די סארט רפואה וואס די אהרוינים ניצן וואס דאס הארץ דריקט זיי (באקן מעשיות וכדו') פארדינעט דעם נאעמן "אהרוינענאל" צוזאמען געשטעלט פון אהרויני און טיילענאל...

לאור כל האמור לעיל עפען איך דעם אשכול וואס וועט דינען אלס א כל בו פון די אהרוינישע טעגליכע ארוינענאל. 

האלט אייך געשפאנט ס'גייט זיין פאן






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2010 22:06 לינק ישיר 

א ויצא

ערשטע איינשפריץ פארן היינטיגן טאג:

די זאליס זענען קלעבער אז מען קען זיי פארקויפן אז די אהרוינים זענען נישט 46% פון וו"ב...
כדי צו מאכן די זאך אויסזען בעסער, קומט א גאון און לייגט צו אז ער גלייבט נישט אז דער איד מאכט פון די זאליס אזא גענאר, ער בעט א קאפי פון דער איד. ווען איינער וועט ברענגען א קאפי וועט ער קענען צייגן "זעסט, איך ווייז דיר שווארץ אויף ווייס אז דער איד מאכט א גענאר"...
די מציאות: עס האבן זיך שוין צענדליגע מאל איבערגעוויזן אז די אהרוינים זענען נישט מער ווי א דריטן פון סאטמאר אין וו"ב, הן אין די פארגאנגענע וואלן און הן אין די מספר תלמידים וואס זיי האבן אין זייערע וויליאמבסבורגע מוסדות. יעצט פראבירן די אהרוינים זיך אביסל ארויפצוריקן אויפן לייטער און מאכן דעם אנשטעל כאילו זינט די באקאנטע אבראמאוויטש וואלן זענען זיי געשטיגן מיט 14% און אויב איינער קויפט נישט זייער לאשן איז יענער סתם א קעלבל.
די אהרוינים האבן דאס מאל אויך אנגעצויגן קרוב צו א דריטל, און מיט דעם וואס דער איד שרייבט דאס מאכט עס נאך נישט די זאליס פאר קעלבער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2010 22:20 לינק ישיר 

ו' תולדות

איינשפריץ: בני יואל פארלירט געריכט, געריכט ערלויבט נאר איין פערזוין אריינצוגיין אינם בנין.

די מציאות: א   דאס געריכט האט נישט דן געווען וויפיל מעגן יא אדער נישט אריינגיין, (דאס איז שוין חוץ די לעכערליכקייט פונם גאנצן סטעיטמענט ווייל דאס פלאץ פארמאגט 3 בעלי בתים און דאס געריכט קען און וועט נישט פסק'ענען אין קיין שום פאל אז נאר איינס פון די דריי מעגן אריינגיין). עס רעדט זיך דא וועגן א קנס וואס דאס געריכט האט ארויפגעלייגט אויף די בעלי בתים פונם קארפאראציע וואס האט דאס בעלות אויפן בנין (בני יואל) פארן עובר זיין אויף א געזעץ וואס פארבאט צו ניצן א רעזידענטס אלס א ריליגיעזע צענטער (די געזעץ האט נישט פערזענליך מיט בני יואל, אזא געזעץ עגזעסטירט אין יעדע קליינע שטעטעל אין אמעריקע). די קנס האט בני יואל ערהאלטן נאכדעם וואס דוד עקשטיין האט אריינגעגעבן די פרעכע מסירה און צוגעלייגט דערצו אז מען פארקויפט דארט (אקוראט אזוי ווי אין זייערע אייגענע בתי מדרשים) אלקעהאלישע משקאות. בני יואל האט דעמאלטס אריינגעגעבן א פארלאנג מבטל צו זיין דעם קנס און דאס געריכט האט דאס ווי ערווארטעט ארויסגעווארפן, האט בני יואל אפעלירט און די אפעלעט האט דאס יעצט אויך ארויסגעווארפן... (דא קימט זייער ספין). דאס געריכט האט בכלל נישט דן געווען וועגן די עתיד פונם פלאץ נאר וועגן דעם עבר דהיינו די קנס וואס זיי האבן ערהאלטן. אין טריקענע פאקטן איז דאס טייטש אז בני יואל קען נישט ניצן דאס פלאץ אלס א בית המדרש ביז די ווילידש גיבט א באשטעטיגונג דעפאר. די באשטעטיגונג וואס די ווילידש האלט אפ געפינט זיך יעצט אין געריכטיליכע פראצעדירן און לויט ווי עס איז געגאנגען אין די קעיס וואס חרדים האט געפירט קעגן די ווילידש וועט די ווילידש סוף כל סוף זיין געצווינגען צו געבן די ערלויבעניש און נאך דערצו באצאלן א קנס אזוי ווי ס'האט למעשה פאסירט ביי די חרדים ביהמ"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2010 22:36 לינק ישיר 

ה' ויצא

אהרוינענאל איינשפריץ : נידערמאן מיט ר' מנשה מתיר תועבה קאנדידאטן

זיי פראבירן דא אראפצושלעפן די כבוד פונם צדיק און גאון דורך פארקויפן פאר די חלה דעקלעך כאילו דער דיין איז מתיר צו שטימען פאר א קאנדידאט וואס לויפט מיטן אדשענדע פון אריינברענגען תועבה געזעצן, דאס איז א זאך וואס די רבנים האבן יארן צוריק שוין גע'אסר'ט. די מציאות: די איסור בשעתו (און איז גילטיג נאך היינט אויך) איז געווען קעגן א קאנדידאט וואס זיין אדשענדע איז אריינצוברענגען די תועבה געזעצן, די איסור איז בכלל נישט געווען אויף קאנדידאטן וואס פראקלאמירן נישט אז זיי גייען דאס נישט שטערן, ווייל דאן בלייבט נישט פאר וועם צו שטימען. א קאנדידאט וואס פראקלאמירט אז ער שטיצט נישט די תועבה געזעצן איז קלאר אז ער האט קיין שאנס נישט צו געווינען. דעריבער מיט דעם וואס א קאנדידאט רעדט נישט קעגן די תועבה קען מען אים נאך נישט אסרן און אדרבה מען קען נאך שטימען פאר אים און דאס איז וואס דער ראב"ד האט געזאגט. מיט דעם וואס די קאנדידאטן זאגן אז זיי וועלן נישט טשעפען די שקצים מאכט דאס נאך נישט א פראבעלם פאר אונז.


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 00:56 לינק ישיר 

כדי צו מאכן די זאך אביסל קלארער וועל איך אריינלייגן אלע זייער איינשפריץ מאטריאל אין איטעליק פאנט 


א' ויצא 

#2 ארוינענאל איינשפריץ: הר"ר שמואל חיים פאפנהיים, מהנהלת העדה החרדית, איז ארויסגעקומען מיט א שארפע אפשיי פון די אנקלעגער אין בג"ץ, קלארשטעלנדיג אז די עדה האט דאס קיינמאל חלילה נישט מתיר געווען
כדי צו געבן פאר זייער באריכט בשם שמואל חיים פאפנהיים מהנהלת א פנים כאילו די עדה באצאלט נישט די לויער'ס פונם קלאגע לייגן זיי צו א לינק צו א וועב זייטל וואס רופט זיך כיכר השבת".  
http://tinyurl.com/37qyqc2

די מציאות: שמאול חיים פאפנהיים האט מיט די עדה גארנישט איינגעשטויסן! און אוודאי נישט "מהנהלת" ואדרבה, די עדה האט אים שוין צוויי מאל געגעבן א פעסטע פראסק. דאס ערשטע איז געווען ווען מען האט אים ארויסגע'זרק'עט פון זיין פאזיציע אלס רעדאקטער פון די אפיציעל וואכן שריפט פון די עדה "העדה". דאס צווייטע פראסק האט ער געכאפט ווען ער האט געגעבן איינס פון זייער צענדליגע אומגעבעטענע סטעיטמענטס פאר די פרעסעס בשם די עדה, די עדה האט יענעם וואך מפרסם געווען אין "העדה" א אפיציעלע אנאנס אז ער פארטרעט נישט די עדה און רעדט נישט אין איר נאמען. 

עס איז כדי אנצומערקן די אינטערסאנטע מהלך פון ר' אהרן'ס מענטשן. קודם ציטירן זיי פון יענעם וועב זייטל וועלכע איז אויסגערופן מיט איר פאלשע אינפארמאציע, אלס א דוגמא צו איר פאלשע אינפארמאציע קענען מיר ברענגען פולע עפיזאדן, מיר וועלן זיך באגעניגן מיט איינס. למשל די פראטעסט פארגאנגענע וואך פארנט פון RFR, יענע וועב זייטל האט באריכטעט אז זיי האבן גערעדט מיט די עסקנים וואס פירן אן דעם פראטעסט און די עסקנים געבן איבער אז RFR האט שוין פארלוירן גאר אסאך געלט צוליב די מערכה... און די הפגנה ווערט געפירט דורך די חסידים פון.... ר' אהרן!  דאס אליינס איז א געוואלדיגע ראי'ה אז יענע וועב זייטלן איז סתם מלא דמיונות און שטותים אדער אז די אהרוינים אינפילטרירן זיי און געבן איבער פאלשע אינפארמאציע... קומט דער חכם אהרויני דא און ברענגט א ראיה פון טאקע דעם וועב זייטל וואס באריכטעט אז ר' אהרן פירט די פראטעסט....

א טריט ווייטער: יענע וועב זייטל באטיטלט דעם פאפענהיים וואס איז געפלויגן פון די עדה ווי א הינטל אלס "דובר העדה" אין אידיש "פירשפרעכער" אין ענגליש "ספאקסמען" (אזוי ווי דער צודרייטער אבראהאם אין וו"ב רופט זיך ספאקסמען פון וו"ב). אבער דער אהרויני דא באגעניגט זיך נישט מיט "ספאקסמען" נאר ער ריקט אים אריין אזאש ביז אין די הנהלת העדה זעבלסט און נישט ווייניגער  ווי "מהנהלת העדה". יעצט קען ער שוין קומען פארקויפן זיין "ארוינענאל" אז די עדה האט נישט אריינגעגעבן די קלאגע... בשם א וועב זייטל וואס פארקויפט אז די געלונגענע פראטעסט פארגאנגענע וואך איז געפירט דורך ר' אהרן און זיי ברענגען דאס נאך בשם פאפענהיים אויף וועם די עדה האט ארויסגעגעבן א מודעה אין "העדה" אז ער פארטרעט נישט און ער רעדט נישט בשם די עדה...

סך הכל: שמואל חיים פאפענהיים איז נישט איינגעשטעלט אין די עדה, נאך מער פון דעם, די עדה האט מפרסם געווען אז היות ער דרייט זיך כסדר ארום רעדן בשם די עדה דעריבער פילט די עדה פאר א פליכט מפרסם צו זיין אז ער רעדט בשמו און די עדה האט אים קיינמאל נישט געבעטן און אוודאי נישט באשטימט צו רעדן בשם די עדה.


א לינק צום כיכר השבת וועב זייטל ווי זיי מעדלן אז די אהרוינים פירן אן דעם מעכטיגן פראטעסט קעגן RFR 



א לינק צו די נייעס וואס באשטעטיגט אז שמואל חיים פאפענהיים האט זיך אליינס באטיטלט אלס  "ספאוקסמען", און אז די עדה האט אריינגעלייגט א מודעה אז ער האט גארנישט מיט די עדה. אזוי אויך אז ער איז "געפלויגן" פון די עדה'ס צייטנג "העדה". און די עדה אליינס שרייבט אין זייער צייטונג אז ער געהערט בכלל נישט צו די עדה!

קומט נאך דער דר. איינשפריצער און קריכט אזוי ווייט ווי ממנה זיין דעם פאפענהיים אלס "מנהל" העדה...

 http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=13096


פאר די וואס ווייסן נישט ווער דער פאפענהיים איז

ער איז דער רויטער וואס זיצט ביים טיש מיט "דער איד"  


<* 


איינער האט מיר אריינגעשיקט דעם בילד






נ.ב. די עדה האט זיך שוין צענדליגע מאל געוואנדן צום בג"ץ קעגן דעם און יענעם, דאס לעצטע מאל וואס די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן אזא פאל איז געווען ווען די עדה האט אראפגענומען די השגחה פון די "שמן" פאבריק.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 11/11/2010 20:54:26



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 11/11/2010 21:22:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 03:08 לינק ישיר 

אהרלע יאקטער'ס ווארט זאגער, דרייט אהער און אהין, אבער דאס מציאות פראסקעט אים אין פנים. דער פייוו-בארא האט שוין אלעס אויף דער וועלט פרובירט איבערצואווייזן אז מ'גראבט נישט, געגראבן האט מען נאר פאר ר' אהרן איז געגאנגען פראטעסטירן אין מאנהעטן, אבער גלייך נאכן פראטעסט האט מען אויפגעהערט גראבן.
 
גאנץ כלל ישראל ציטערט פון די אתרא קדישא טעראריסטן, חוץ איין גדול וקדוש בישראל אהרלע יאקטער, וואס שטייט יעדן טאג אין מאכנובקא שוהל אין בני ברק און טרייבט שפאס וויזוי די אהרונים האבן אים אויפגענומען אלץ נערווען דאקטער פאר ר' אהרן טייטלבוים. איין טאג הייסן זיי אים רופן ר' אהרן טייטלבוים אז ס'ביטער די מצב, מ'גראבט אן אויפהער. דער אנדערן טאג רופט ער זאגן אז ב"ה דער פראטעסט האט אויפגעטון און מ'גראבט שוין נישט.
 
א שטיק צייט צוריק האט שוין פייוו-בארא געפייערט זיג אז די עדה האט געגעבן א בריוו פאר יאקטער אז ער איז מוסמך לאותו דבר. און פלוצלינג היינט קען ער נישט טרעפן קיין איין חבר העדה וואס זאל אים זיין גרייט אונטערצושרייבן אז עס ליגן דארט נאר גויים, ווייל זיי האבן מורא פון די אתרא קדישא מאפיאנערן.
 
די עדה גיבט אריין א קלאגע אין בג"ץ קעגן די חפירות אין יאפו. נעמט מען ארויס דעם אלטן א.ג. 'דובר העדה החרדית' און ער מעלדט מיט פאטאס אז ער איז פארבעטן געווארן דורך די עדה החרדית צו פארדאמען דעם קלאגע אין בג"ץ. און דאס איז נאכדעם וואס די עדה החרדית האט זיך מערערע מאל שוין בכתב אפגעשאקעלט פון דעם פאפנהיים מיט זיינע מיינונגען.
 
דער בלאט שרייבט אז מ'גראבט אין יאפו. טרעפט מען גלייך אן אז דער מקור פון וואו עס קומט איז פון א פרעסס ריליעס פון אתרא קדישא, און דער בלאט איז ל"ע נכשל געווארן מיט פאלטשע באריכטן.
 
יעצט ווען מ'זעהט אז ס'איז כלתה אליו הרעה. דער אמת גייט אים שפייען אין פנים, הויבט מען אן מיט א ספין אז אט אט גייט זיך יאקטער אויך אפשאקלען ווייל א מעשה בוידעם, די קאמפאני איז זיך נישט גרייט צו שלאגן אין קאורט, און זיי וועלן דאס איבערגעבן די ארכעלאגן.
 
אין די וואכ'עדיגע אגודיסטישע צייטונג "המבשר" שטייט אז מ'גראבט ווייטער געהעריג אין יאפו. און זיי וועלן מיר ח"ו נישט חושד זיין אז זיי קויפן אפ די באבקעס פון די אתרא קדישא מאפיאנערן. וועט מען ענטפערן אז די קאמפאני גראבט יא, אבער די ארכעלאגן נישט. איז איינעם א נפק"מ ווער ס'גראבט? דער פאקט איז אז מ'גראבט.
 
יעצט בוסטו מכובד ווייטער צו דרייען מיט דיינע ספינס, אבער זע ח"ו זיך נישט סותר צו זיין אדער ווערן צומישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 03:22 לינק ישיר 

שכויעך פישער גבאי, איך ווייס שוין פון דעם המבשר... איך האב שוין באקומען א קאפי, איך דארף דאס נאר אריינסקענען, נישט נאר איבערצייגט דאס אז די מעשה אז מ'גראבט נישט און אז די פראטעסטן גייען נישט אן איז "ארוינענאל" נאר עס מאכן איינע פון די אהרוינימס גרעסטע הייד פארק שרייבער צושאנד און שפאט. 

דא האט איר א לינק צו א אינטערוויו וואס "בחדרי חרדים" האט געהאט מיט דעם קאקא פאפענהיים, זיי שטעלן אים אין פנים די פראגע "ביסטו דער ספאקסמען פון די עדה אדער נישט?" און דער איטענטשאן אויסגעהינגערטער דרייט אהין און אהער און איז מודה אז נישט. און דא קומט א חלה דעקל און איז אים גאר מכתיר אלס "מנהל" העדה...

לאמיר כאפן א שטיקל בליק אויך אינם מודעה וואס "העדה" האט אריינגעלייגט בנוגע די טעל ליינס ווי לדוגמא "הקול החרדי"... כאפט א בליק אינם לינק, די עדה שרייבט קלאר אז זיי האבן קיינמאל נישט און וועלן קיינמאל נישט ארויסגעבן זייערע דעות פאר אינטערנט סייט'ס און פאר די אלע סארט טעלעפון ליינס! קומט דער חלה דעקל און שרייבט אז "קול החרדי" האט אליינס געזאגט אז די עדה לייקענט...

איי די עדה זאגט קלאר אז פאפענהיים פארטרעט זיך אליינס?! איי די עדה זאגט קלאר אז זיי האבן קיינמאל נישט און וועלן קיינמאל נישט ניצן די טעל ליינס מפרסם צו זייען זייערע שטעלונגען?! קומט דער חלה דעקל און ברענג זיין דעקונג פון טאקע די צוויי מקורות. א "ספאקסמען" וואס פארטרעט זיך און א טעל ליין אויף וואס די עדה שרייבט אז זיי האבן קיין שום קשר דערמיט!.



_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 17:00 לינק ישיר 

ב' ויצא

ארוינענאל איינשפריץ: יוסף לייב יאקאב זאגט אז די עדה האט אים געהייסן מפרסם זיין אז זיי זענען אין שאק אז מען זאגט אז זיי האבן זיך געוואנדן צום בג"ץ און דערמיט אנערקענט די שלטון הציוני...

די מציאות: יוסף לייב יאקאב איז א אהרויני ער איז אפיציעל א שרייבער אין דער בלאט... חוץ מזה איז ער א פראסטער שקרן ווייל די עדה אליינס האט זיך שוין אסאך מאל געוואנדן צום בג"ץ! מיטן זיך ווענדן צום בג"ץ איז נישט דא קיין אנערקענונג אין די מדינה הציונות. דאס לעצטע מאל וואס די עדה האט תובעה געווען אין בג"ץ איז געווען די גרויסע "שמן" פירמע פון וועם די עדה האט אראפגענומען די הכשר, די עדה האט געפאדערט אז שמן זאל אראפנעמען אלע פלעשער וואס האבן נאך דעם זיגל פון די עדה און שמן האט געזאגט אז זיי וועלן אויספארקויפן די אלטע און אויף די נייע וועט שוין נישט זיין די עדה'ס זיגל, די עדה האט זיך גע'עקשן'ט און גערופן שמן אין בג"ץ! קומט יעצט דער טאטער יאקאב וואס איז נאך לכאורה דאן געווען א בחור און שרייבט אז מיטן גיין אין בג"ץ אנערקענט מען אין מדינה און די עדה האט דאס נאך קיינמאל נישט געטון... שוטים

יוסף לייב יאקאב דער בלאט שרייבער איז מעיד http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=21267

ואכן נודע הדבר! נעכטן האבן די אהרוינים גערידערט אז אפילו "קו הציבור" האט אויך געמאלדן "אפשיי" בשם די עדה... מיר האבן זיך געוואונדערט ווי קומט קו הציבור צו רעדן בשם די עדה אין די צייט וואס די עדה איז מפרסם השכם והערב אז די טעל נייערסער האבן גארנישט מיט די עדה און די עדה איז דווקא נישט מפרסם אויפן טעל... יעצט שטעלט זיך ארויס די סוד וואס די אהרוינים האבן נעכטן פראבירט צו באהאלטן, די "קו הציבור" נייעס זאגער איז נישט א צווייטער ווי דער זעלבער יוסף לייב יאקאב



תוקן על ידי חיי_שעה ב- 08/11/2010 17:06:50




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 21:17 לינק ישיר 

ארוינענאל ד' ויצא:

די ביה"ח אין סיגעט מקום מנוחת הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע איז ב"ה אין פארזיכערטע הענט ביי ר' אהרן, יעצט האט ר' זלמן לייב געשיקט א שליח קיין סיגעט און די שטאט ראט האט תיכף געפאלגט און אוועק גענומען דעם ביה"ח פון ר' אהרן און איבערגעגעבן פאר א קאמפעני וואס גייט אלע אויסגראבן און מאכן דארט א האטעל...

די מציאות: הפעם איז נישט דא אפילו עפעס וואס איז יא געווען און פון דעם בויען זיי און ספינען זיי ביז ס'ווערט א מעשה קעגן ר' זלמן לייב, עס איז פשוט אריבערגעגאנגען א וואך אן קיין עכט ערענסטע ספינס דעריבער איז געווען וויכטיג ארויסצוגעבן סיי וואס נישט קיין חילוק ווי ווייט ס'וועט זיך סיי ווי נישט לייגן אויפן שכל. 

נאר איין קליינע הערה, אין דעם געבעקס שרייבן די אהרוינים שרייבן אז ר' אהרן האט דאס איבערגענעומען (אויסגעזויגן פון פינגער) אויף זיין נאמען ממש לשם שמים און בכלל נישט מיט קיין חשבונות פון פאליטיק, אויב אזוי וואס א נפק"מ צו ס'ליגט ביי אים אדער ביים ברידער? אויף די אהרוינים פרעגט מען נישט קיין שאלות, מיר פרעגן זיכער נישט ווייל הפעם איז דאס לא דובים ולא יער, קיינמאל נישט געשריבן קיינמאל נישט צוריק געשריבן. נאך מער דער אויף וועם זיי קלעבן צו אז ער איז ספעציעל אראפגעפארן קיין ראמעניע שתדלן אז מען זאל זיך שוין נעמען גראבן... האט זיך דאן געפינען אין ברוקלין...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 06:55 לינק ישיר 

חיי שעה נעם נישט אזא לאנגע ברעיק, וועסט נישט קענען דערנאך אניאגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2010 20:53 לינק ישיר 

הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע וועט זיין דער אורח הכבוד ביים סעודת הודאה וואס ווערט געפראוועט דורך חסידי סאטמאר אין ירושלים. איך ווייס נישט פארוואס און ס'איז נישט קיין נפק"מ פארווס, די אהרוינים זענען זייער צושרויפט פון דעם באזוך וואס הרה"ח וועט מאכן אין ירושלים. אזוי אויך האבן זיי אינם פארגאנגענהייט פראבירט זייער אלטע מיטל פון צוקלעבן א "ניק" צו אלס וואס געפעלט זיי נישט, אבער אויף ר' עזריאל האבן זיי מיסטעריעז נישט מצליח געווען, דאס בעסטע וואס זיי האבן ערפינדן איז "זרילע"... היינט איז ב"ה אנגעקומען די גוטע נייעס אז דער אהרוינישער ווארט זאגער אויף הייד פארק "רבי_יונה" האט ב"ה ערפינדן דעם ריכטיג "ניק"... "זרילע טוט-פיק"... איך קאפיר אהער זיין גאנצע געמויזאכטס אן קיין הגהות


רעב עזריעל פארגעס נישט דיין טוטפיק

יעצט ווען דער בעקער און שמוציגער העצער פונעם ברך משה זי"ע פארט באקן מעשה'לעך פאר די דעפרעסטע זאלונים, אין ירושלים (אגב פארוואס לאזט מען אויסשטארבן די 50 פראצענט זאלונים וועלכע וואווינען אין בני ברק, פארוואס גיט מען זיי נישט צו הערן די פרישע געבעקסן "תנור ראשון").

האבן די משפחה געבעטן אז מ'זאל אים למען השם מיטגעבן טוט-פיקס, אז כדי ער זאל זיך נישט נאכמאל דערשטיקן מיט די רעבעצינ'ס טשיז קעיק.




אגב, א מעסעדזש פאר די הונגעריגע ירושלימ'ער, מיר האבן עטליכע בענדער געבעקסן פון רעב זרילע, און מיר געבן עס אייך אהין בתשואות חן אינאיינעם מיט "שלשה אחים".

ע"כ פונם תלמיד חבר לרבו דער פה מפיק מרגליות.

עס בלייט נאר איבער צו לאזן וויסן פאר יונה אז די מעדעצינישע באהאנדלער זיכן אים

 






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 00:57 לינק ישיר 

ארוינענאל, ג' וישב:



יונה איז נעבעך שטארק צובראכן פון די פאקט אז נאך איינער פון די חשובי חסידי סאטמאר האט זיך געוואנדן צו קהל מיט א בקשה "היות ער וויל ליגן אין א ביה"ח וואס געפינט זיך נישט בערכאות של עכו"ם, און עס איז דא מעררים אויף די תורה'דיגען בעלות דערויף דעריבער וויל ער מען זאל אים מטמין זיין אינם נייעם חלקה וואס איז מעל לכל ספק אויסגעהאלטענע קרקע. ער האט געבעטן אז היות געלטער וואס ער האט אינם פארגאנגענהייט געשיקט פאר קהל איז אנגעקומען צו די גנבים בראשות דעם הולך לערכאות יצחק ראזענבער, דעריבער בעט ער אז קהל זאל אראפשיקן איינעם אפנעמען דאס געלט פערזענליך.

צוליב די כבוד פון דעם פערזענליכקייט האט קהל מיטגעשיקט איינע פון די חשובה חברי ההנהלה. זיי האבן טאקע ערהאלטן דעם פולן סכום און זיך אפגעזעגענט מיט ווארעמע ברכות אויף אריכת ימים ושנים טובים. ווען פלוצלינג האט זיך ביים טיר באוויזן א טאכטער א הייסע אהרויניטע א פרוי וואס האט שוין עטליכע מאל באזידלט מענער ברבים, דאס לעצטע מאל איז דאס געווען ווען זי איז ארויסגעקומען פון ווייבער שול פון 53 בשעת עס זענען געשטאנען פארנט פון ביהמ"ד א קופקע חשובי אנ"ש און זי האט בלי שום בושה געמאכט קולות און זיי געמוסרט "ענק וועלן אפגעבן דין וחשבון פארן טשעפען דעם קרית יואלער רב".

יעצט ווען זי איז אריין צו איר טאטע האט זיך באמערקט די צוויי שלוחים פון קהל בשעתן ארויסגיין, זי האט פונקליך געוויסט פארוואס זיי זענען דא ווייל איר טאטע האט איר געהאט געזאגט אז דאס איז וואס ער וועט טון. זי איז זיי נאכגעלאפן צום גאס ווען די צוויי האבן שוין אנגעיאגט זיך אריינצוזעצן אין קאר און געשריגן "ער רופט ענק צוריק, ער וויל נאך רעדן מיט ענק" זיי זענען טאקע צוריק געקומען, דערווייל האט זי געכאפט א קעמרע, פארשלאסן די טיר און געמאכט בילדער פון זיי דורך די פארשלאסענע טיר, עס האט גענומען א מינוט ביז זיי האבן געכאפט אז זי פראבירט סתם אויסצוגעבן איר אהרוינישע כעס.

יונה וועלכער האט געזען אז די בילדער רעדן נישט צו קיינעם און מען מאכט זיך נישט וויסענדיג האט אויפגעטייפט א צעטל כאילו קהל זענען נארנים און שיקן בריוון פאר פארברענטע פייטערס פון אהרן אזאנס ווי מרת. ישראל ארי' פישער

נעבעך יונה נייס טריי, קהל וועט קיינמאל נישט שטיין אין קאנטאקט מיט די טפשה מרת. ישראל ארי' פישער. און פאר נעקסט טיים פראבירט צו ניצן א לדער העד וואס שטימט מיט די אותיות...


תוקן על ידי ארוינענאל ב- 24/11/2010 00:58:35




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 04:14 לינק ישיר 

חנוכה

(איינער האט מיר מעורר געווען אין אישי אז איך זאל קלאר ארויסשרייבן די ארוינענאל שטותים  ווייל נאך עטליכע וואכן מאכט ער זיכער אויסצומעקן די שטותים כדי זיך נישט צו דארפן שעמען אינם עתיד. דעריבער - בעט יענער - איך זאל נישט שרייבן בקיצור נאר איז זאל קלאר ארויסשרייבן זייערע חלמע חלומות. ער איז גערעכט)

ארוינענאל:

שאנדע: זאלונישע בחורים-פאגראם ביי קרעשטניף'ע נרות

אין די צייט ווען די זאלונים האבן שוין באקאנט געמאכט זייער מהות און זייער חינוך פאר די גאנצע וועלט, ביי זייערע צעווילדעוועטע אוממאראלישע פראטעסטן אין די גאסן פארגאנגענעם זומער, וואו די וועלט האט זיך באוויסט מיט וועלכע סארט שונאים סאטמאר ספראוועט זיך... און זייער געמיינקייט איז ארויס לאור עולם, איז אבער נישט איינגענעם צו מעלדן, אז די וועלט ווייסט נאכנישט אלעס.

פארגאנגענעם דאנערשטאג ביי די נרות פון האדמו"ר מקרעטשניף ארה"ב, זענען אריינגעקומען זאלונישע בחורים, און געווילדעוועט און פארפירט, צושטערנדיג די נרות פון א פרעמדן רבי'ן, וועלכע האט מיט סאטמאר גארנישט, על לא עוול בכפו, פארוואס? "ווייל איינער פון די אנוועזנדער איז לדעתם זייערס א פאררעטער".

בושה תכסה פניכם!!!

די גאנצע זאך איז אפגעכאפט דורך קרעטשניף
די פרעים האבען איבערגערדייט ר' זיידל'ס הנרות, אפען זעלבן שטייגער ווי זיי פלעגן טוהן אין ראדני
ווער עס קען זאל ביטע שאפען די ווידיא'ס

דאס הארץ ציפט מיר נאך וואס איך האב צוגעזען דעם פארגענגענעם שבת אינעם קרעטשניפער ביהמ"ד,
דאס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי די הנירות, שוין א שבת פאר חנוכה האבן זיך די צולאזטע יונגען אראפ געלאזט אינעם קעטשניפער ביהמ"ד נאכן פארטיגן קוואקענען און קופקען אין ראדני, מען האט געהאלטען אינמיטען די טיש, און פלוצלינג האבן אריינגעשטארעמט עטליכע צענדליגער בחורים, אויפן פנים האט אויסגעקוקט אז זיי זענען נישט זאט געווארן פון די זופ, זיי דארפן נאך צופרידען שטעלן די נשמה מיטן צאפן אביסל בלוט, אין זיך גענומען שרייען באנומענע קולות, געווארפען מאכלים רעכטס און לינקס, געשטיפט די טישן און בענק, אריינגעשריגן אינמיטען די תורה פון קרעטשניפער רבי שליט"א  "ווארף ארויס דעם שגץ פון ביהמ"ד" כאילו דער קרעטשניפער רבי איז מחיוב נאכצוקומען אלע זייערע טעראר פארלאנגן.
די חשובע אידן און בעלי בתים (אריינגערעכנט פון פרעמדע קרייזן) זענען געשטאנען מיט אפענע אויגן מיט וואונדער, דאס איז די חינוך וואס מען לערענט מיט די בחורים ? דאס איז די פירות פונעם נייעם חינוך סיסטעם ? דאס איז טייטש "להחזיר עטרה ליושנה"????? פיין און וואויל עס איז "לא איכפית ליה" מיין רבי, וועגן דעם רודעפט מען א צווייטען רבי ??

עטליכע עסקנים האבן אנגעהויבן ארויס טראגן איינס ביי איינס פון אט די צושויטע כוליגאנעם, און מיט א אומדערהערטע חוצפה האבן די שקצים זיך גענומען טיילען פעטש און געשטויסן, יעדער וואס האט זיי נאר פראבירט צו שטיל מאכן
בנוסף על כלונה ווי ווייט חוצפה גייט, ווען א געוויסע חשובע רב א ת"ח ויר"ש מרובים וואס איז באקאנט אין די גאנצע שטאט מיט זיין התמדת התורה, וואס זיצט און לערענט יומם ולילה,  האט זיף משתתף געווען ביים טיש פונעם קרעטשניפער רבי שליט"א , אויפן וועג ארויס אויפן גאס, האבן זיך די צולאזטע מחוצפים, גענומען שרייען מיט קולות אויף דעם רב שליט"א, לשונות וואס מען טאר ניטאמאל נאכזאגן, די איידעלסטע לשון פון די אלע לשונות וועל איך יא שרייבן,,,, " צוקוועטשטער דו, {ר'} זיידעל איז א מסייע לעוברי עבירה, און די וועסט זיצען נעבן אים אין גהינם. עפ"ל

א אנוועזענדער ביי קרעטשניוו רבי טיש שבת און ביי די לעכט צינדן פארגאנגענעם מיטוואך און דארנעשטיג זאגט מיר אז דאס האט אויסגעקוקט ממש ווי א פאגראם...... זאגט ער מיר אז ער האט געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטען (שב"ק ביים טיש)  "געב א מאך צו די לעקטער און נאכדעם וועל איך שוין טוהן דאס איבריגע" און נישט מער און נישט ווייניגער האט דער קווינס שגץ אנגעהויבען צו אראפנעמען די שבת קאווערס פון די לייטס, ווען נישט ער געט א שרייע "שבת" וואלט די לעקטער שוין לאנג פארמאכט געווען,
יא יא טראגן מיט א עירוב וואס כמה גדולים זענען מתיר איז א חיוב נאכצושרייען אבער צומאכן לעקטער (וואס האט נישט קיין שום היתר) כדאי מצער צו זיין א צווייטען דאס מעג מען יא,,,,

וועמען האבן זיי געוואלט אז ער זאל ארויס ווארפן ?   א חשובע בחור וואס ווייגט אסאך זיך אין קרעטשניוו, וואס לשיטת הקווינס בויעס, האט ער געזאלט האבן געווארפען פאשקווילין בנוגע די סידור קדושין פרשה

 

איך האב יעצט געשאפט א קליפ פון די שרעקליכע פראגראם דארנעשטיג נאכט ביי די הנירות פון קרעטשניפער רבי שליט"א ווי מען זעט ליידער "פני זקנים לא נהדרו" ווי זיי מאכן לצינות פון עלטערע אידן וואס האלטען מיט די הנירות, 
ווי אויך בילדער פון די צוכראכענע מנורה סטענד פון קרעטשניפער רבי שליט"א און עטליכע צובראכענע בענק אין ביהמ"ד, צוריסענע "סדר הדלקת הנירות לחנוכה" בנוסח קרעטשניף וואס די שקצים האבן צוריסן 
איך וועל עס אי"ה שפעטער ארויפלייגן  

חנוכה איז קווינס בכלל אויף רעדער מער ווי סיי ווען, נפתלי לאזט נישט די בחורים צינדען אין ישיבה - אז יא וועט קעמפ זיין א טפל צו חנוכה, און אפ' די בחורים וואס שלאפען יא אין דארמיטארי שיקט מען איף וומ''ס מיט די האפענונג אנצופולן ר' זלמן'ס אויסגעשפילטע הנרות, אטאמאטיש ענדיגט זיך די ישיבה גענוג פרי אז די בחורים זאלן קענען זיין אינדערהיים פארן זמן, אין ציפרו דארף מען דאך נישט פארציילן אז פאר חצות איז נישטו מיט וועם צו גיין צום טיש ווייל די בחורים שלאפן דאך אינערהיים, בקיצור חנוכה הייבט זין אן ביהז''מ, און די קווינס בחורים זענען נאך מער סכנות'דיג

אגב איך ווייס נישט צו די דארמעטארי בחורים צינדען יא צו נישט אין ישיבה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די דארמעטארי בחורים דרייען זיך ליידיג אויף די גאסן אין וויליאמסבורג, אלס אן אנוועזענדער ביי די הנירות פונעם קרעטשניפער רבי שליט"א אלס איך געהערט בשעת די פראגראם, ווי די כוליגאנעס שישקען זיך אז עס איז שוין 11:00 די באס פארט שוין באלד צוריק אין ישיבה, ווער זענען די בחורים אויב נישט דארמעטארי בחורים ?
apnws איך האף אז די ביסט נישט געווען דארטן צווישען די בחורים ווייל באלד גייט דאס זיין ביטערע בזיונות פאר די אלע צורידערטע פארשוינען, די קליפס און בילדער איז אן די וועי,

איך ווייס נישט ווען מ'דאווענט אפיציעל מעריב אין קווינס, כ'ווייס נאר פין די באסעס וואס מ'זעהט ארויסקומען פין BQE וואס מ'זעהט אנקומען היבש פאר'ן זמן מעריב
אין לייקען נישט אז מ'ברענגט אריין די דארמיטארי בחורים צו די אויסגעשפילטע הנרות אין ראדני נאך לעכט צינדען - זיי קומען נאר אן צו אנדערע פלעצער 

ביז אהער גייט דערווייל די ארוינענאל. איבריג צו זאגן אז די מעשה האט די געווענליכע "שמואל יונה" שטריכן ווי "צושמעטערט טישן און בענק", "מאכלים זענען געפלויגן פון אלע זייטן" וכו'. איבריג צו פארציילן אז זה דרכם כסל למו, אויך ווען א חשובע משפחה האט פארקלאפט די טיר אויף קיעלע וויינשטאק דער אלטער בלעם וואס האט פראבירט איינצורעדן דעם זיידען ער זאל נישט גיין צום אייניקל'ס חתונה (היינט נאכט איז טאקע די חתונה. מזל טוב מזל טוב) האבן זיי געכאפט אז ס'איז צרות האבן זיי שנעל אויסגעדרייט דעם דאטשיק און איינגעשלינגען ארוינענאל כאילו איינער איז געגאנגען פארדרייען א קאפ פאר א אלטע איד ער זאל מסכים זיין צו גיין אין פאלקס לאט... און מ'האט יענעם ארויסגעזארקעט פונם אלטען אידס הויז. פונקט דאס זעלבע האבן זיי יעצט געגעבן צו עסן פאר זייערע קיען.

וואס איז למעשה געווען דארט? שמעון לעבאוויטש, דער צורידערטער פרא אדם וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיטן פירן די אטאקעס קעגן די חתן כלות וואס האבן נישט געוואלט איבערמאכן די קידושין איז געווען אין קרעטשניף סיגעט ביים לעכט צינדן. (דערנאך זאגן די אהרוינים אז זיי האבן נאר איין רבי און לויפן נישט זיכן סיפוק ביי אנדערע רבי'ס...) נאכן צינדן גייט דער רבי ארויס אויף עטליכע מינוט הפסקה דערנאך קומט ער אריין פירן א טיש. דער שמוען האט אויסגעניצט די געלעגענהייט בשעת ר' זיידל איז ארויס און האט אנגעהויבן באוואשן א אינגערמאן וועם ער האט געזען אויפן גאס שמוסן מיט איינע פון די ווייבלעך וואס האבן חתונה געהאט אינם נייעם זאל. דער שמעון האט נישט געחלומ'ט אז דער אינגערמאנטשיק איז א ברודער פון יענע ווייבל, ער איז געווען זיכער אז ס'רעדט זיך פונם חתן "המנובל" אליינס. האט ער אנגעהויבן מאכן קולות אויף יענעם אינגערמאן "שגץ מנובל שגץ" וכו'. לויט ווי עס האט מיר איבערגעגעבן איינע פון ר' זיידל'ס חסידים האט זיך דארט נישט געפינען קיין איין איינציגער זאלויני, דער עולם דארט האט נישט געכאפט פונקליך וואס דא גייט פאר און זיי האבן געמיינט אז יענער אינגערמאן האט געטון עפעס  וואס מען דארף נישט... איז צוגעגאנגען איינער צו יענעם אינגערמאן און אים געזאגט "גיי ארויס", האט דער אינגערמאן געפרעגט פארוואס? און ער האט גענטפערט פאר דעם שמעון "די וועסט פלאקערן פארן מנבל זיין דיין מויל און פארן נאכשרייען אינגע פרויען אין גאס וכו', ער האט זיך גענדיגט אפזאגן וואס ער האט געהאט צו זאגן און האט ארויסשפאצירט. (משום תקנת המקום קען איך נישט זאגן מיט וועלכע ניק דער שמעון איז געקומען פויקן זיין אייגענע חיות'שאפט אויף הייד פארק).

שמעון לעבאוויטש שטייט פארנט פונם טראק וואס שרייט מיט מייקס "זונה" אין די גאסן פון קרית יואל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 06:27 לינק ישיר 

איך מיין אז מער באווייז פון דעם אז קיין ווידיא איז נאך דערווייל נישט ערשינען פון דעם א.ג. הארץ ציפענדיגער געשיכטע, דארפן מיר נישט. ווען עס זאל ווען יא זיין א ווידיא בין איך נישט חושד אויף קיין איין רגע די אהרונים מיט מידת רחמנות אז זיי פארשוינען פשוט איינעם דעריבער לייגן זיי דאס נישט. חוץ אויב דער פארשוינטער איז טאקע דער שלעגער שמעון לעבאוויטש אליינס, ברא כרע"ה דאבוה פון זיין פאטער אברהם משה. וואס דארף נאך איין טאג א חתן ווערן, און נוצן זיין נאמען אויף די העדליינס יעדן טאג וועט נישט קיין סאך באשטייערן להצלחתו.
 
און אז דו רעדסט שוין פון ארוינענאל, איז קאמיש צוצוצייכענען אז טאקע פונקט היינט נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה א אייניקל פון הרה"ח ר' בערל יאקאבאוויטש הי"ו פון קרית יואל אינעם אולם עטרת מאיר צבי, צו וועם קיבע וויינשטאק איז געקומען סטראשען אז מ'וועט זיין קינד ווארפן פון דיין מלומדת פאסטן אויב ער וועט גיין צו די חתונה.
 
עס איז ממש א געלעכטער ווי דער זעלבער מערכה וואס די אהרונים האבן אנגעהויבן בקול רעש גדול, און געשוואוירן אז דאס מאל מיינען זיי דאס ערענסט, און זיי וועלן נישט שווייגן ווילאנג עס וועט נישט קומען צו אן אפשטעל. האט גענצליך אפגעפייגערט, און חוץ שמעון לעבאוויטש, קיבע וויינשטאקן און אפשר יאנקי שווארץ קימערט זיך מער קיינער נישט מיט די מערכה. דער פנקס איז הערמעטיש פארהאקט, די גאסן זענען ריין פון פאשקעווילן, דער האטליין ווערט נישט געאפדעיטעד וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 18:17 לינק ישיר 

ארוינענאל זאת חנוכה:

איבערקערענישן אין ראדני שמיני עצרת און שמחת תורה? דאס האבן די זאליס געמאכט...

קען מיר איינער אפשר טון א טובה און ברענגן דעם בילד ווי דער צורידערטער פארשוין עמרם כהן טאנצט אויפן בימה אן א קאפל? (די בילד פון קיעלע וויינשטאק אן א קאפל איז אויך אינטערסאנט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 20:05 לינק ישיר 

יישר כח פאר די בילדער





אויב איינער האט די פיקטשערס אויך פון קיעלע וויינשטאק אן א קאפל זאל ארויפלייגן אדער מיר שיקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארוינענאל טעגליכע איינשפריץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext