בית פורומים כל העולם כולו

די שארפע איינשפריץ מאטריאל פין די זאלי'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2010 00:17 לינק ישיר 
די שארפע איינשפריץ מאטריאל פין די זאלי'ס

ווי מער פארגעשריטן די וועלט ווערט צוטיילט מען מעשיגע אין באזונדערע קאטעגאריעס. אמאל אין דער אלטער היים איז מעשיגע געווען א שם כולל אויף אלעס. מיין באבע פלעגט פארציילן אז ביי זיי אין שטעטל איז געווען א 14 יעריגער בחור וואס פלעגט וואשן די הענט ביים ברינעם א שעה רציפות, געגאסן איין טעפל און געשעפט דעם צווייטן, ער פלעגט אזוי גיסן די הענט 60-70 מאל 10 מאל א טאג, היינט ווייסן מיר אז די נאמען פאר דעם איז OCD דעמאלטס - פארציילט מיין באבע - פלעגט ווערן א לאנגע רייע אנשים נשים וטף וואס זענען געקומען שעפן וואסער און אלע האבן געדארפט ווארטן אז דער בחור זאל ענדיגן, אמאל געדענקט זי איז די מאמע פונם בחור אנגעקומען און זאגט אים "יאנקעלע ווילסטו דען מען זאל זאגן אויף דיר אז די ביסט מעשיגע ח"ו?"

נישט לאנג צוריק האט מען זיי געשלעפט צו א גרויסע פראטעסט אין מאנהעטן קעגן RFR ציליב די אנגייגענדע חפירות אין יפו, מ'האט געצאלט שווערע טויזענטער, ארויפגעגאנען צו יעדן רב עקסטער ער  זאל קומען אין ציגעזאגט אז חוץ אים האט שוין יעדער ציגעזאגט אז מ'קומט, געשיקט די גאנצע ישיבה יעדע נאכט קלעבן צעטליך אין סייןס אין ספרעין אויף די גאסען - טראץ וואס אין א''י גראבט מען נישט אין דארט איז שטול (די דורכפאל פין די פראטעסט איז אין א באזונדערע אשכול)

עס איז אומפארשטענדליך די צודרייטע התנהגות פון די זאלי'ס מיטן קומען אין זייער צייטונג דער איד אין שיקען געלערנטע שרייבער אין בעקער אויף הייד פארק און מכחיש זיין השמש בצהרים און זיך נאך שפירן גוט דערמיט... די וועלט זאגט אז אויב האט מען נישט וואס צו זאגן שווייגט מען. מאיזה סיבה שהוא ווייסן זאלי'ס נישט פון דעם כלל און ווען זיי האבן נישט וואס צו זאגן פארבערצירן זיי. איי די אליינס ווייסט אז ס'איז א געבעקס? איי יעדער וואס ליינט דאס זעט אז ס'איז א געבעקס? איי די אליינס ווייס אז די האסט פארלוירן? איי די גאנצע וועלט ווייסט שוין אז זאלי קען נישט פארלירן, מאן שטייט און לאכט פון זיי?! פארט קענען זיי זיך נישט אפטשעפען פון דעם נארישן געוואוינהייט.

מזמן לזמן מאכן זיי אזא ווינט און רעדן מיט אזא פעסטקייט אז ס'קען זיך ממש צודאכטן אז דאס איז די מציאות. למשל אז עס קומט נאך פאר קיין חילול ביה"ח און א חילול המת אינם ביה"ח אין יפו, איי פארוואס איז דארט שטול.
אה ווייל זיי זענען שוין ציגעוואינט.....

באמת פארדינען די שטותים אפילו נישט א הכחשה ווייל קיינער - אפילו זייער אייגענע מענטשן - גלייבן שוין נישט זייער מעשיות. לדוגמא ווען דער איד שרייבט א נייעס וועלן אפילו די זאלי'ס זיך אנהייבן נאכפרעגן אויב די מעשה איז טאקע אמת. פארט איז אלעמאל דא מענטשן וואס פאלן דא אריין און קענען נאך נישט די היזיגע סיסטעם פון די זאלי בעקעריי, און היות זיי זען אז מען לייקענט אפילו נישט די מעשה, מיז דאך זיין אז ס'איז אמת... איי די אמת איז אז מען לייקענט דאס נישט ווייל ס'איז אפילו נישט ווערד א הכחשה? פארט ניצן זיי די שטיל שווייגעניש אלס א הודאת בעל דין... און זיי שרייבן דאס נאך אפען... "אפילו זיי אליינס לייקענען נישט"....

נאכן זיצן מיט גרויסע פראפעסארן איז אויפגעקומען די חשד אז די ערשיינונג האט צוטון מיט קורץ צייטיגע ווייטאג אינטערדריקער (Painkiller) אין די מציאות'דיגער וועלט רופט מען דאס ע"פ רוב טיילענאל. היות די אויספארשונגען זענען נאך אין גאנג קען מען נישט קלאר זאגן אז דאס איז די מציאות, אבער אויף דערווייל איז זיכער ריכטיג די חשד.

דעריבער ווארט מען קודם זאל מען באשטעטיגען די ריכטיגע נאמען פאר דעם ערשיינונג, לויט די כללים פון די געבעקסן קומט אויס אז די סארט רפואה וואס די זאלי'ס ניצן וואס דאס הארץ דריקט זיי (באקן מעשיות וכדו') פארדינעט דעם נאעמן "חי' שעה" צוזאמען געשטעלט פון געבאקענע ארטיקלען וואס גיבט חי שעה פאר די קעלבער...

לאור כל האמור לעיל עפען איך דעם אשכול וואס וועט דינען אלס א כל בו פון די זאלי טעגליכע איינשפאריץ נידלעך. 

האלט אייך געשפאנט ס'גייט זיין פאן

נ''ב אזווי כ'בין נישט קיין געדינגענע שרייבער, אין בכלל קענט איר זעהן בין איך נישט קיין שרייבער בטבע, ע''כ בעט אים דעם עולם זאל מיך ארויסהעלפן.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 01:06 לינק ישיר 

ווי יעדער זעהט האב איך מיך אינטערגענומען זייער א שווערע ארבעט
כ'ווייס נישט וויפיל צייט כ'וועל האבען דערצו
אבער קודם וועל איך נאכברענגן א אשכול וואס האט זיי ממש חיות געגבן
פארשטייט זיך ס'איז נעריש צו גיין אפפרעגן די אלע בעקערייען במיתא דעבידא לגלי' אין זיי זענען ע''פ רוב  גלי' לכל
נאר כ'וועל אנווייזען וויפיל איינשפריץ מאטריאל ס'ליגט אין איין ספינעריי

פארשטייט זיך כ'וועל נישט אראפברענגן אלע מליצות אין ליצנות
כ'וועל ברענגן בלויז די פאקטן וואס ער באקט, זאל דער עולם זעהן, ווי ווייט מען פיטערט דארט.
---------

מיעל מארט גייט באנקראט צוליב שחיטה מונחת!!!
שרעקט אייך נישט, דאס איז סך הכל די רצון פון אהרוני.
והא ראי', די מהודר'דיגע שחיטה מונחת איז ביי מיעל מארט.

פרשת חלב קאשוי געדענקט יעדער, דעמאלטס האט אהרוני באשולדיגט קאשויער רב אין צופיל און אין איבריגע חומרות.  סך הכל האט קאשויער רב דעמאלטס געפאדערט מען זאל ארויסשניידן נאך עטליכע שטיקעלעך פלייש צוליב חלב...
כ'וויל נישט רעדן אויף קאשויער רב, אבער דעמאלטס האט קאשוי רב ז''ל געהאט טענות אין געוואלט אז מיעל מארט זאל זיך טוישן, אויפן זעלבן שטייגער ווי די טענות אויף די הצלה, שערי חמלה, וכו'
אנדערש איז דא, ווען סאטמאר האט 'געלאזט אלעס ביים אלטען' אין זיי האבען פארלאנגט פין מיעל מארט א פלענט מיט די חומרות אין הידורים
היינט צו טאגס נאכען זעהן פין די נאנט די ווערטשאפט פין מיעל מארט בדרך כלל, זעהט מען ווי ווייט מ'דארף דאנקען דעם אייבירשטען אויף די נייע פליגעל אין טעקסאס, כידוע

גייט אריבער נאך אפאר יאר ער האט געסיינט א קאנטראקט מיט "מיעל מארט" אז אין די טעקסעס אפטיילונג פון מיעל מארט וועט מען איינפלאנצן א שחיטה מנחת מאשין און יעדע שטיק צייט וועט מען דארט שחט'ן א ראָן לויט ר' אהרן'ס טעיסט. 
פאר מיעל מארט איז דאס נישט גרינג אנגעקומען עס איז א אינוועסטמענט פון עטליכע מיליאן דאלאר, אבער וואס טוט מען נישט פאר ביזנעס?!
עס האט נישט לאנג גענומען און די אהרונים זענען ארויס אין א שם רע קאמפיין קעגן אינטערנעשענאל גלאט און קעגן G&G,
ווייסט איינער ווער איז ארויס אין א שם רע קעגן וועמען? קען זיך איינער דערמאנען?
ווייסט איינער ווי קומט די אריין שם רע קעגן זשי ענד זשי נאכדעם וואס זיי שעכטן ניטעמאל קיין רינדערן?

די גוטע באציאונגען צווישן אהרוני און מיעל מארט האט אנגעהאלטן עטליכע יארן, אינצווישן האט ער זיך עטליכע מאל געלאזט פיקטשערן מיט די בהמות וכדו' געפלויגן און געקומען,
 יעדעס מאל  איז ער שנעל אפגעפלויגן קיין טעקסעס און אהיימגעשיקט פיקטשערט ווי דער גרויסער בהמה מבין איז פארנומען מיט די בעסטע שענסטע
קען איינער ברענגן א בילד פין רבי'ן אין טעקסאס???
די רבי שליט''א פארט אין טעקסאס בדרך כלל, בסוד גדול אין כמעט קיינער קומט נישט מיט.
חוץ פין איין באזוך איז נישטו קיין שום אנדערע בילדער.
אין פין די ''1'' באזוך פין דער שטריק איז שוין דא מער בילדער (טאקע עם הארצות'דיגע אבער קיין טענות קען ער נישט האבען אויפן פאטאגראפירער ער דארף נישט קען מער לערנן פין זיין רבי)

איינע פון די זמנים איז געווען נאך די שרעקליכע קאקאו שעריריה וואס האט זייער וויי געטון פאר הגה"ק שליט"א עס האט אים ממש אויפגעגעסן אז ווייסמאנדל וואס גיבט הכשר אויף רובאשקין גיבט הכשר אויך אויף קאקאו... (ס'זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז די פראבעלם איז געווען רובשאשקין און ווייסמאנדל! די פראבלעם איז געווען אויסדריקליך די קאקאו וואס די "פלעטבושע אידן עסן")
לידועה בעלמא, הג''ר בנימין גרובער האט געגבן די הכשר אויף קאקאו נישט רמ''מ ווייסמאנדעל
רמ''מ ווייסמאנדעל איז אין גאר נאנטע ידידות מיט סאטמאר רבי שליט''א נישט פין היינט
אין סאטמאר רבי שליט''א האט שוין אפגעשטאט א באזוך ביי אגרי פראסעסינג פאר עטליכע יאר ציריק אינאיינעם מיט רמ''מ....

א קארגע 6 חדשים ציריק שטעלט זיך אויף א רעדנער שלמה קליין אין די אהרונישע צענטראלער ביהמ"ד אין מאנרא און באזינגט די מיעל מארט טעקסעס פלענט מיט די גרעסטע מאס שבחים
די דרשה איז אויך פארגעקומען פארגענגענע חוה''מ אין אנדערע גרויסע סאטמארע בתי מדרשים
די דרשה קומט נאכדעם וואס הגה"ק איז אליינס געווען טרינקן א לחיים מיט די פירער פון מיעל מארט,
שטעלט זיך יעצט די שאלה: וואס האט יעצט פאסירט? פארוואס זענען די אהרוינים יעצט פלוצלינג ארויס אין אזא אטאקע קעגן מיעל מארט?  זיי אליינס האבן זיך דאך ביז ממש יעצט געשלאגן ציין און נעגל אויף פונקט פארקערט?!
ווייסט איינער ווי? (ס'נישט ווערד צו רעדן פין די געבעקס פין די חלב פרשה עטליכע יאר ציריק, וואס א חוץ די געבעקס האט ער גארנישט געקענט פאברעצירן)

די אהרוינים האבן געמאכט א שוידערליכע טעות אין זייערע חשבונות. זעט אויס אז אפילו זייערער פירער האבן אויך געווארפן באנאנע שלאכטס אויף די טיטשערס ביי ענגליש. זיי האבן ארויסגעלערנט א בנין אב פון די עופות, היות די עופות שחיטה שעכט עטליכע טויזענט עופות, טעגליך
אנטשולדיג פארן אריינהאקען אבער היינט צו טאגס שעכט מען אין ק''י צווישען 30,000 אין 40,000 טעגליך, (יעצט פארשטייט איר שוין די פשט פין אזוויפיל ספין'ס אין איין אשכול?, אבער וואר ס'קומט בעסערס)
אדרבה זאל מיך קיינער נישט גלייבן נאר פרעגן סיי וועלכע איינגעשטעלטער אין בית השחיטה.



תוקן על ידי היראים ב- 08/11/2010 01:32:44





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 01:25 לינק ישיר 

המשך

און היות אסאך רעסטאראנטן מוסדות און קעיטרינגס ניצן דווקא מהודרת עופות וועט דאך די גסה שנעל איבערנעמען די מארקעט....
יעדע שקרן איז מודה במוקצת,
די מציאות איז אז כמעט יעדע קהלישע שחיטה
, און רוב היימישע רעסטעראונטען אין קעיטערר'ס נוצן די שחיטה מהודרת.
זיי האבן אבער פארגעסן צו רעכענען אז אויף זייערע עופות איז דא א פארלאנג ווייל ס'איז ביליג, ווען מען קויפט האול סעיל איז מאנרא עופות די ביליגסטע
,
א פשוט'ע שקר במילתא דעבידא לגלי', וואס דען זאל מען ענטפרן אויף די גרויסע הצלחה פין בית השחיטה?
אה.. ביליג (כ'רעדט נישט דא אז זיי קענען מאכען א ספעשל אויף בייליג אדער אנדערע חלקים וואס אינזער היימישע עולם ניצט ווייניגער פראצענדווייז
)

פאר די וועלט זאגט מען אז עס זענען דא 500 משגיחים, 200 שוחטים 30 צומות היגידין משגיחים די בני בית שלאפט אין געלעגער מען גייט שוין באלד אפילו מאכן א אייגענע ים צו קענען פראדעצירן היימישע שטיין זאלץ... אבער! אין פאקט לאזן זיי אריין נאר מיט א אפוינטמענט וד"ל
.
כ'וויל וויסען איין נאמען פין די צענדליגע רבנים וואס באזוכן דארט חודש'ליך אין זיי האבען געדארפט אן אפוינטמענט.
יעדער פארשטייט די סיין מיינט פשוט די יונגלייטליך וואס פלעגן זיך אריינוואקען אינמיטן טאג אין די מאסען ווי ביים טאטען אין וויינגארטען - ווארים מ'לאזט דאך יעדן אריין אין זיי האבען געשטערט די ארבעט

אין איך וואלט אויך געקענט באשטיין צו וויסען אויב די בתי שחיטה פין ווי מליחה ואליך בושטער נעמט צו זיי לאזען אריין ''אפי' מיט א אפונטמענט''.....

 משא"כ ביי די גסה וואס די פלענט געהערט פאר מיעל מארט און דער נירבאטער האט דארט א צוטריט סיי ווען ער וויל און דארף נישט אנקומען צו א אפוינטמעט ביי גדלי סעגעדין.. דארט דארף ער האלטן לכה"פ 50% פון די חומרות וואס דער בלאט פארקויפט
אבי 50% איז ער מודה...
בלייבט נישט קיין ברירה נאר צו באצאלן פאר די חומרות וואס ער פארקויפט אין די גאסן און דארף אפמאנען פאר די פלייש א טייערערן פרייז ווי געווענטליך. צו דעם קומט נאך צו אז "קיינער" קויפט נישט די מונחת פלייש אויף האול סעיל, און סך הכל פארקויפט זיך דאס נאר אין די 3 אהרוינישע בוטשערס,
גיי פארצייל וויפיל פרעמדע בושטערס לייגען לחץ עס צו באקומען אין מיעל מארט וויל עס נישט צושטעלן,
אדרבה רופט אן מיעל מארט אין בעט טעקסאס פלייש
.

 און אפילו ביי די אהרוינים אליינס איז דא אסאך וואס קויפן נאך עד היום פלייש אין גראסערי
.
דאס מוז ער פשוט שרייבן פאר די ברייטקייט פין די ספין.

 די תוצאות האט נישט צופיל געשפעטיגט און מיעל מארט האט אנגעהויבן ווערן נערוועז. דא האבן זיי אריינגעלייגט עטליכע מעלאנעס ווייל די אהרונים האבן צוגעזאגט מעכטיגע סעילס, און דא ריקט זיך כמעט נישט די סחורה. מיעל מארט האט אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די אהרונים, און די אהרונים האבן אים צוגעזאגט אז ביז פסח וועט מען זען א געוואלדיגע פיק אפ אין סעילס... האפענדיג אז די פסח ארדערס וועלן זיך הייבן. פסח איז אנגעקומען און די אהרוינים זענען זיך באגאנגען מיט עופות אדער מיט רינדערן פון גראסערי

גיי ענטפר פאר דעם בעקער אז נאכען צושטעלן לעצטענס נאך א טאג צו שעכטן איז יעצט פאר יו''ט סוכות ווייטער נישט געווען גענוג פלייש אין די בושטערס
דאס איז נאכדעם וואס מיעל מארט זיכט בכלל נישט צו שטופן די פלייש פין וואס זיי מאכען ווייניגער געלט פין די געהעריגע פלייש וואס קיינער קוקט זיי נישט נאך
.

 האט מען חוה"מ  אויפגעשטעלט דעם קליין'ער חולם האלטן א דרשה און מסביר זיין פארן עולם די געוואלדיגע חשיבות פון די טעקסעס פלייש... אבער געהאלפן האט דאס א טויטע באנקעס.

 די אהרוינים האבן זיך ארויפגעזעצט אויף הערשי פריעדמאן פון מאנטריאל וועלכער האט אפגעקויפט רובאשקין נאכן באנקראטירן, זיי האבן פארשטאנען אז ביי מיעל מארט האבן זיי פארלוירן די גאנצע נאמנות,
לכתחילה האט הערשי זיך נישט געוואלט אריינלאזן דערין און די אהרונים האבן געדריקט און געדריקט
.
וועגן דעם לויפט שוין הערשי'ס זון נאך די ארונים זינט ער האט געפענט די פלענט מ'זאל צו אים קומען צוזאגענדיג אז ער וועט אלעס צושטעלן פין די ערשטע מיניט, אן קיין לאנגע בקשות אין קיין מאנגעל אין פלייש.
 און צו דעם קומט נאך צו אז אין אגרי פראסעסינג איז די סיסטעם זייער ענליך צו ר' אהרן'ס מונחת אנדערש ווי ביי מיעל מארט (איר כאפט וואס דא גייט פאר? די שוואכערע רובאשקין האט א סיסטעם וואס איז ענליכער צו ר' אהרן'ס שחיטה ווי צו די חשוב'ערע מיעל מארט
)
זעהט טאקע אויס אז 'מונחת' איז גאר א קולא אין וועגן דעם האט מען אינדערהיים נאר אזוי ג'שחט'ן, (ער קען זיך פארהערן הלכות שחיטה ביי זיין רבי...)
 דעריבער וועט פאר הערשי נישט זיין אזוי קאסטבאר דאס לאזן די אהרוינים שעכטן ביי אים 1 טאג אין חודש
.

 דערווייל האט מיעל מארט אראפגעלייגט א פיס בשעת ווען עס איז געקומען צו באנייען דעם קאנטרעקט אז זיי ווילן נישט א % נאר ווילן א פאראויס באשטומטע סכום פאר יעדע שעה וואס די אהרוינים ניצן דעם פלענט. די אהרוינישע פירער האבן שוין נישט געוויסט וואו זיך אהין צו טאן,
ער טעהנ'ט אז ער ווייסט אינסייד אינפארמעישאן
פין ווי, ארבעט ער דארט
????
אויף אזוי פיל האבן זיי שוין יא געקענט רעכענען אז מיטן נייעם קאנטראקט וועט די פלייש נאך מער שטייגן און דאן וועט שוין אפילו די קליינע קעפ צווישן זיי שוין אויך נישט קויפן די פלייש

 דא קומט אריין אין בילד הרהגה"צ לוחם מלחמות ה', לייכטאג, ער האט שוין א אלטער ווייטאג בנוגע די בוטשער אין ב"פ. איך וויל נישט אריינגיין יעצט אינם גאנצען סמאטאכע, נאר אנרירן מיט שפיץ גאפל. די אהרוינים האבן אויפגענומען דעם גאון עצום, משה פריעדמאן, אלס בעל מכשיר אויפן בוטשער און דערמיט ארויסגעשטעלט ר' חיים דוד כ"ץ. עס האט נישט גענומען מער ווי א וואך און די טויש האט זיך געשפירט אין די קעשענע, הונדערטער קונים האבן תיכף פארלאזט דעם בוטשער און אנגעהויבן באשטעלן אויפן טעל פון די ווילאמסבורג בוטשער. האבן זיי תיכף אריינגעריקט אויך לייכטאג'ן, איך קען נישט זאגן וויפיל עס זענען צוריק געקומען ווייל איך פיר נישט די ביכער אבער קיין סאך האט דאס נישט געהאלפן ווייל חוץ די 15 אידן וואס זענען געזעצן ביי דעם לייכטאג'ס שיעורים איז ער כמעט געווען א בן בלי שם.
נאך א שקר, במיתא דעבידא לגלי
'
ווער עס געדענקט נישט וואס דעמאלטס איז געווען
די ב''פ בושטער האט קיינמאל נישט אפגעזאגט כ''ץ פין זיין רב המכשיר, נאר זענדיג אז ער קומט מער נישט אין סטאר זוך אומקוקען ווי זיין תפקיד איז
האט מען צוגענומען הגאון ר' משה פרידמאן דומ''ץ הקהילה וועלכע האט לאנגע יארען עקפיריענס אויף שחיטה אין ניקור (טאקע ביי מיעל מארט),
לכתחילה האט מען געוואלט נעמען אויך הג''ר אפרים שמעון לייכטאג צוזאמען מיט ר' משה ציליב וואס ער איז באקאנט אלס א שטארקע דייקן

אבער ר' אפרים שמעון האט עס אנגעקוקט ווי מ'וויל באזייטוגען כ''ץ ע''כ האט ער נישט געוואלט נעמען א צד (עס איז געווען לכאורה נאך פאר כ''ץס מענטשן האבען געקלאגט די מוסדות אין ערכעות)
ווען כ''ץ האט געפענט די בושטער אין ב''פ האט ער פראבירט אלע מיני וועגן אוועקצושלעפן די קאסטומערס פין די אלטע בושער - עס איז נישט דא פלאץ אריינצוגיין באריכות,
אבער איין'ס פין די אקטען איז געווען אז ער געלייגט גרויסע צעטליך ''הוסרה השגחה'' כאילו ער האט געכאפט די בושטער ביי א פארלעצונג,
ר' אפרים שמעון האט אים דעמאלטס אנגערופן אין געפרעגט מיט ווינדער מיט וואס ער האט געכאפט די בוטשער, כ''ץ האט אים גענטפרט אז ער האט גארנישט געכאפט נאר ער וויל מער נישט ביים געבן א הכשר פאר די אלטע בוטשער, אין ער גיבט נאר אויף די נייע,
ר
' אפרים שמעון האט גלייך געכאפט מיט וועם ער האט דא צו טוהן אין האט פארשטייט זיך געזאגט פאר די הנהלה פין די ב''פ בוטשער אז ער איז גרייט צו געבן די הכשר. - דאס זענען טרוקענע פאקטן בקיצור נמרץ

  זה דרכם כסל - פון באשמוצן יענעם כדי זיך צו בויען,
ליינט גיט גיט, וואס ער וויל ארויפשמירן אויף סאטמאר
........באשמוצן יענעם כדי זיך צו בויען,

------------------

איך ענדיג דא, עס איז נאך דא זייער אסאך צו שרייבן
אבער זאל דער עולם פשוט א בלוק טוהן וואס פאר נערישע געבעקסן זיין מוזען פיטערן זייער עולם כדי זיי זאלען זיך דערהאלטן ביים חיות
אין פארענטפרן פארוואס יעדע ערנסטע יר''ש איז מדקדק צו קויפן פלייש נאר די שחיטה המהודרת
אין פארוואס אגרי פראסעסינג לויפט נאך סאטמאר זאל קומען שעכטן ביי זיי,
אין פארוואס אזוופיל מענטשן עסן נישט די אלגעמיינע בהמה פלייש
.



תוקן על ידי היראים ב- 08/11/2010 01:45:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די שארפע איינשפריץ מאטריאל פין די זאלי'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext