בית פורומים אידישע געדאנק

אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2010 16:57 לינק ישיר 

moishe12 כתב:
וואווי משהלע
די האסט זיך געעפינט א מויל עס קיקט אויס בערך ווי ביי בלעם'ס אייזעל.
"בני המן" נידערטרעכטיגער מחותן"חבירים להשחתה" ווערעמיגע קינדער"
האסט נאך אביסעלאפשר
סתם פאר אינטרעסאנטקייט וואלט איך געוואלט צילייגען דעם זיידען וואס איז געפארען קיין קאלערפאניע
לאמיר אנפאנגען מיט אים אין נאכדעם גיין צי זיינע קינדער
לאמיר זען וואס גייט דא פאר
ווער די נעבעכדיגע זיידע איז וואס קען נעבעך נישט קימען
וואס דער איידעם דער רשע קרעציגער ווערעמדיגער בני המן האט אים געזאגט מיט רשעות קים טאקע נישט

צים אלעם ערשטען לאמיר דער עולם זאגען דא ווען פלעגט ער אוועקפארען פין זיין הויז וויפיל האט ער בכלל דארטען געווינט וועל איך איך פארציילען.
ער פלעגט אוועקפארען דריי שבתים א חודש
אין געווען איין שבת אינדערהיים נישט אימזיסט האט מען קינדער וואס ווילען נישט חתונה האבען אדער ווייסען נישט ווי אזוי זיך צי האלטען מיטען ווייב ממש זיי גט'ן זיך דריי מאל
 אין צי ענק אלע ארונים וואס גייען נישט קימען אדער וואס זאגען פאר אנדערע נישט צי קימען וויל איך פארציילען א שיינע מעשה.  
עס איז געווען אמאל א רבי וואס האט געהאט א גרויסען זין  וואס האט אויפגעהעצט זיין טאטע אין אויך  זיינע חסידים אקעגען זיינע שונאים
דערנאך  זענען געווען אזוינע וואס ער האט נישט געלאזט גיין צי זייערע אייגענע קינדער'ס שימחות אין אלע האבען געפאלגט ווי בלינדע פערדען אין די זעלבע זאך האט ער אויך נישט געלאזט פעטערס אין אנדערע משפחה זיך באטייליגען אין די שמחות.
 וואס האט דער בעשעפער געטין בקיציר המשה איין טאג האט דער גרויסער זין חתונה געמאכט אין די זעלבע שטאט ווי דער טאטע האט געווינט אין זיין אייגענער טאטע האט זיך נישט באטייליגט אין די שימחה אין דער זין איז געזעצין אין געוויינט ווי א גרויסער רחמנות אבער עס איז געווען צי שפעט
 
נב
איך האף אינזערע אייניקלען וועלין ענדיגען די שיינע מעשה דעמאלטס וועט מען שוין האבען א דיין אויך אריינצילייגען אין די מעשה

MOSHE איך קים צו מיין קאנקלאשן אז דו קענסט נישטאמאל דעם זיידן ר' חיים שטערן, איך וואוין אויף איין בלאק מיט דעם איד און רובא דרובא שבתים איז ער אינדערהיים, און וועגן זיינע קינדער? נו, קינדער קען מען זיך נישט וועלן, גיב א קיק, דער הייליגער ברך משה זי''ע האט אויך צוויי אפגעפארענע קינדער, און דאס מאכט בכלל נישט קלענער דעם הייליגן ברך משה, נעבעך נעבעך, כדי צו פארענטפערן אזא לאא לייף ווי שאולי גאנץ, הייבט מען אן צו בארעדען אזא חשובן זיידן, איי ביי דעם איד וואס איז דריי וואכן יעדן חודש אוועק פון דערהיים און ער האט זיך שוין געוואלט גט'ן דריי מאל און זיינע קינדער ווילן נישט חתונה האבן, ביי אזא איד איז דער גרויסער צדיק שאולו ב''ר יואליש גאנץ געווארן אן איידעם, האט דעם שאולי עפעס געפעלט? אז ער האט געדארפט אוועק קיקן אזעלעכע געפערליכע פעילערס? זאג נאר, גייסטו היינט נאכט געבן חיזוק פאר דעם ווערעמיגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 17:33 לינק ישיר 

די נקודה וואס ווערט ארויסגעברענגט איז אבער ריכטיג!

ווען רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט נישט געוואלט גיין צו ראט'ס חתונה, וועגן ער איז געגאנגען בערכאות, האט ער געוויינט מיט קראקאדיל טרערן ווי א קאזאק הנגזל, היתכן, מען העצט א טאטן נישט צו גיין ווען זיין קינד מאכט חתונה.

יעצט טוען די אהרונים די זעלבע זאך!

מען העצט זיידעס נישט צו גיין צו אייניקלעך חתונות, און זיי טאנצן דערמיט מיט שמחה, ווייל אזוי לוינט זיך יעצט פאר זייער דורכגעפאלענע מרא דאתרא פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 17:55 לינק ישיר 

ברעקינג ניוס

משה'ניו האט יעצט געדראפט א נוקלארע באמבע, ער וואוינט אויפן זעלבן בלאק פון חיים שטערן, מיסטאם האט ער דזשאסט געמאפט ווייל נישט לאנג צוריק איז געווען א מאנראוער ער האט געוויסט מאנראע  נייעס פאר יעדן,

אין יעצט דערביטערטע נערוינעמלעך, פאר די רעקארד, רע'בארען האט חתונה געמאכט כמעט אלע זיינע קינדער אן די באטיילינגונג פון זיין שווער, (וואס אגב - איך וואוין אויף זיין בלאק און ער איז א שטילער מענטש וואס נעמט נישט קיין שטעלונג אין די סאטמארער מחלוקה, קיין זאלי איז ער זיכער נישט, ער איז גאר א וויזניצער) און קיינער האט נישט געשריגן אין קיינער האט נישט פארפירט, ער האט נישט געטוהן די מינימאלסטע השתדלות אז זיין שווער זאל זיך באטייליגען, בעת זיין שוואגער די סקווערער אין בעלזער האבן געמאכט זיכער אז די גרויסע זיידע באטייליגט זיך, הזאת נעמי?? וואסארע מין טאכטער איז דעי סאשע? וואסארא קאלטבלוטיגע דערביטערטער (ווערעמיג קרעציג וכו' וכו') איז דער רע'בארען?? שולדיג זענען זיינע שווענץ וואס געבן איהם חיזוק צו טוהן דעי אומווערדיגע שריט, און מאכן זיכער אז יעדע איינציגע חלה שווענצל באטייליגט זיך ביי זיינע חתונות אנשטאטס איהם צו פארשרייען, נארמאלע ארויניס טוהען דאס נישט, נאר ער פרובירט צו זיין א הירא און געפעלן די עקסטרעמע עמרם כהן דשיהאדיסטן פון זיין פארטיי,

שומו שמים, הכונו למערכה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 18:40 לינק ישיר 

אינגע מוחות אזוי א אפרוח שלא נפתחו עיניו. נער'ישע אינגעלייט שרייבן שטותים מיט שוים און פילווער. משה'לע אקעגן די תינוקות של בית רבן מיט א נער'ישן אויסדרוק. ווערעמיגע קינדער (אגב מעגסטו לערנען פון דוד המלך וואס האט זיך אללין אנגעריפן מיט דעם אויסדרוק "ואנכי תולעת ולא איש") דער אנדערער אקעגן ר' חיים שטערן און דער דריטער אקעגן ר' שאול גאנז.... א.א.וו.  דאס איז אלעס נערישע געשרייבעכצער אהנע שכל און מעשה יצר.

א איד מאכט חתונה זיין קינד דארט ווי זיין הארץ באגערט און זיין מורה הוראה האט עהם גע'פסקנט. האדמו"ר ר' אהרן' מק"י האט חתונה געהאט מיט א מיידל וואס האט געלערנט אין חינוך עצמאי וועלכע איז באמת געוועהן א ג'אסרטע בית חינוך דורך כל גדולי ישראל נאך איידער רביה"ק האט געשריבן דעם ויואל משה. ווייל אין ארץ ישראל האבן די גדולי הדור גאסר'ט מיט א חרם נישט צו לערנען אין די שקאלעס ווי מ'לערענט אנדערע שפראכן אויסער אידיש. דער חרם חמור מיט דעם געוואלדיגן איסור איז נאך פון די צייטן ר' יושע לייב דיסקין אין דער תורת חסד פון לובלין פון 2 דורות פריער. ניטאמאל די ערליכע וויזניצער עלטערן האבן געשיקט זייערע טעכטער לערנען אין יענעם געאסר'טע סקול ווי די רעבעצין פון האדמו"ר רא"ט האט געלערנט. ומכל מקום האט דער בעל ברך משה (דאמאלסדיגע סיגעטער רבי) גע'פסקנט פאר זיין זוהן אז ער האלט אז ער מעג יא חתונה האבן מיט איהר, טראץ דעם וואס דער עצי חיים ז"ל איז געוועהן א אויסגעשפראכענער שונא פאר וויזניץ. די אלטע סיגעטער חסידים וועלכע האבן נאך דערלעבט שיינע יאהרן בשנת תשכ"ו אין דערנאך, ובתוכם ר' י"י צימענד און ר' מרדכי ווילינגער האבן דאס מיטגעהאלטן אהנע קריטיק און נישט געהאלטן פאר קיין עוולה. זיי האט נישט אינטרעסירט וואס 150 גדולי ישראל מדור הקודם האבן גע'אסר'ט. אדרבה זיי זענען געוועהן פארברענטע חסידים פון רא"ט און למעשה איז זיין חתונה געבליבן א פאקט וואס כמעט אלע תלמידים פון עצי חיים ז"ל האבן געמוזט אראפ שלינגען. אין סאטמאר איז דאס געבליבן א בכי' לדורות, ווייל אין סאטמער האבן די ערליכע אידן געלערנט דעם רעבינס ספרים און זיי פארשטייען דעם עומק הענין פון דעם פגם וואס דער חרם אויף די בתי חינוך ווי מ'לערנט אנדערע שפראכן. מ'וויל נישט עקסעפטן א מנהיג וואס האט חתונה געהאט מיט א תלמידה פון גע'אסר'טע שקאלעס וואס כל גדולי ישראל האבן מחרים געוועהן און געאסערט. דערצו האבן נאך די גדולי ישראל מוסיף געוועהן און קלאהר געשריבן אז קיינער פון די קומענדיגע דורות קען דאס נישט מתיר זיין.

יעצט לאמיר באטראכטן פון די זייט מצד הקדושה.
די גרינדונג פון די מוסדות בני יואל וואס איז געשעהן נאר ווייל די אינגע מוחות וואס זענען געגאנגען בשליחות רא"ט אנשלאגן די 6 בחורים מיט זייער מלמד וואס האט מיט זיי פרייוועט געלערנט אין יפו'ער בימד"ר און ס'האט פארדראסן פאר רא"ט די כיתה. איז מחמת די עקשנות אין נער'ישע רדיפות אקעגן די 6 בחורים געווארן א גאנצער מוסד בני יואל. מ'האט זיך גענומען רודפ'ן די בני יואל מיט די ערגסטע מעטאדן. מיט אכזריות ממש ווי די נאציס. וואס איז דער סוף ארויס געוואקסן. אז די בחורים די שלעגערס אליין האבן איבער געלאזט די גאנצע פארטיי פון רא"ט ווייל זיי אליין האבן דאך געזעהן ווער ער איז, זיינע מידות, זיינע יראת שמים, וכו'... די בני יואל זענען געוואקסן און פארמערט ווי דער פסוק זאגט, וכאשר יענו אותו, כן ירבה וכן יפרוץ.... ויקוצו מפני בני ישראל ווייל עד היום זענען נאך דא חסידים פון ר' א"ט וואס עקלען זיך פון די קינדער ווייל ס'איז מקוים געווארן דער פסוק ויקוצו מפני בני ישראל (מפני בני יואל).
 
דאס זעלבע וועט זיין מיט די חתונה זאל. ווי מער מ'וועט זיי רודפ'ן וועלן זיי האבן מער און מער חתונות און דערצו אסאך מענטשן ביי די חתונה. 

ווייטער דער זיידע ר' חיים איז א חשובער איד וואס געפינט זיך אין א קלעם. ווייל א חלק פון די משפחה ובתוכם א געוויסער אדמו"ר פון ברוקלין האט אויך צוגעלייגט זיין מיינונג אז ער זאל זיך נישט באטייליגן. און דער ענין האט נישט געדארפט אנקומען צו קיין פרעמדע מיינונגען. ס'איז ליידער א ווייטאג אז מענטשן מישן זיך אריין אין יענעמ'ס שמחה.

דער ענין פון שמחת חתן וכלה איז נישט קיין פשוטע זאך. ס'האט אסאך העכערע ענינים פון אונזערע השגות. אין ווער ס'האט א חלק צו פארשטערן אזא שמחה מאכט אן אסאך חורבנות בעולמות העליונים. די לעצטע צייטן ווערט מען געוואר פון מענטשן וועלכע האבן ליידער אסאך צרות אין זייער לעבן ווייל זיי האבן מצער געוועהן חתן וכלה ביום חופתם. 
בכן איז בעסער צו שווייגן און אויך ווען עפעס איז נישט לרוחו לויט זיינע השקפות, דארף מען זיך מונע זיין פון צושטערן יענעמ'ס שמחה.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 19:39 לינק ישיר 

הוא הא! שיין דערלעבט, די חלה שווענץ האבן שוין א בית דין של שלשה לאיסור

הגר"א מ'ספינק, הגרג"צ והגרב"צ, ומי יבוא אחריהם להתיר...

_________________




תוקן על ידי zibala ב- 08/11/2010 19:44:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 19:46 לינק ישיר 

אוודאי, מען האט געהעצט ר' חיים שטערן... איך זאג אייך, איר קענט נישט דעם ר' חיים שטערן, אזא יוד קען מען נישט העצן, ווען עמעצער האט עם פראבירט אפצורעדן ער זאל נישט גיין צו ר' זלמן לייב צום טיש אין בארא פארק, איז יענער געבליבן מיטן אפרעדן און ר' חיים איז געגאנגען צו טיש, ר' חיים איז א תמימותדיגער ערליכער יוד אן קיין שום קונצן און אן קיין פאליטיק, דא האט מען עם נישט געדארפט העצן ווייל איין טעלעפאן קאל צום דיין רבי געציל און ער האט שוין געהאט זיין הוראה און פון דעם האט ער זיך נישט געוואלט אוועק רירן, ס'האט נישט אויסגעפעלט די הוראה פון הרה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א וואס האט געפסקעט אז ס'איז א איסור גמור זיך משתתף זיין דארט ביי די א שמחה, און נישט נאר ביי די שמחת החתונה נאר אפילו ביי די שבת באווארפן און שבע ברכות טאר מען זיך נישט באטייליגן, אבער ר' חיים שטערן האט נישט געדארפט דעם חוות דעת פון רבי יעקב מאיר, ווייל ביי עם איז דער פסק פון רבי געציל געווען געניג, ער האט אפילו נישט געדארפט אנקומען צום פסק פונעם ראב''ד רבי משה שטערנבוך שליט''א וואס האט געזאגט אז דער פסק פונעם דיין דמתא איז יעדן מחייב און ווער עס פאלגט נישט לייגט זיך אריין אין א סכנה, אבער אפילו דאס האט ר' חיים נישט געדארפט, פשוט ווייל ער האט זייער קלאר געהערט דעם פסק פונעם דיין רבי געציל, און ביי עם איז אסור, אסור!!!, ער איז בכלל נישט געווען אין קיין קלעם,ס'איז ביי עם געווען א דבר פשוט מאוד,

יעצט לאמיך ענק פרעגן, מען גרייפט אן אזא אדם חשוב ווי ר' חיים אלעס כדאי דער חצוף מחוצף שאול ב''ר יואליש גאנץ זאל ארויס קומען אומשולדיג, לאמיר זאגן אז ר' חיים איז א ווילדער קריאזער מענטש, און אז ער האט זיך אזוי פלעין אנגעטשעפעט אין די בני יואל און ער עקשן'ט זיך אז ער וויל אהין נישט גיין, וואס וואלטן רוב רובם אידן געטוהן? וואלט מען נישט נאכגעגעבן פארן טאטן?, איז דען דא פון עמעצן א חיוב דארט חתונה צו מאכן?, אז מיין טאטע וואלט מיר געזאגט אז ער וויל נישט איך זאל חתונה מאכן אין וויזניץ אדער אין עטרת חי', ווי נישט גערעכט ער זאל נאר נישט זיין, וואלט איך עם דען נישט געפאלגט? איך האלט אז יעדער נארמאלער מענטש, אהרוני, זאלוני, בני יואל, צו סיי ווער וואלט אין אזא צייט געפאלגט זיין טאטן, אבער נישט שאולי, ווייסט איר פארוואס?, ווייל ער איז א שוטה רשע וגס רוח, צענדליגע בני יואל וואס האבן דארט זייער שטארק געוואלט חתונה מאכן האבן זיך צוריק געהאלטן וועגן א טאטן, אדער שווער, אבער נישט שאול גאנץ, ווייל פאר דעם שאולי איז "ווערעמיג" פשוט א טיטל, ער איז א רשע מרושע און א אכזר, אפילו עשיו הרשע האט געהאט דרך ארץ פאר א טאטן, אבער שאול איז נאך אזאך ערגער פון עשיו, איך בין גערעגט? יא! איך בין גערעגט, וואס רעגט מיך אזוי?, ס'רעגט מיך  ווי נידעריג א מענטש קען זיין, דער ר' חיים איז א שטילער מענטש, ער גיט זיך נישט ארויס, אבער במסתרים תבכה נפשו, ס'טיט עם וויי אז ער קען נישט זיין ביי די חתונה וואס זיין איין איינציגע טאכטער מאכט, און זיך אן נעמען פאר אזא מחוצף דארף מען פשוט זיין ווערעמיג...

איר האט באמערקט? איך בין דא נישט דן צו מען מעג דארט חתונה מאכן צו נישט, דאס איז למעשה בכלל נישט קיין נפקא מינה, דא איז מען דן אז א טאטע זאגט אז משום איזה סיבה (אפילו א אומבארעכטיגטע) וויל ער נישט גיין אין א געוויסן האל, אין דער איידעם זאל נישט האבן אזוי פיל דרך ארץ עם צו פאלגן, אין וויליאמסבורג איז דא די משפחת  רובין, רוב רובם זענען אהרונים, אבער דער טאטע איז א קעגנער פון רבי אהרן און וויל נישט גיין קיין הופפער, נו, יעדער ווייסט אז ר' משה חיים רובין איז א קריאוזער מענטש, ער איז טאקע א וואוילער איד, א תלמיד חכם, א בעל צדקה, אבער א היבש ווילדער קריאוזער מענטש, און דאווענען אין הופפער איז דאך פון קיינעם נישטא קיין איסור, אבער עם כל זה, פאלט נישט איין פאר די רובין'ס דארט צו מאכן א באווארפן, ווייל לכבוד זייער טאטן גייען זיי אוועק מאכן די שמחה, אבער זעט אויס אז ביי משפחת התולעים פירט מען זיך אנדערשט. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 19:58 לינק ישיר 

גאוי משהלע גאוי, קיפ איט אן, יעדעס ווארט איז ווערט מיליאנען פאר אונז, שיס ווייטער, לאז דיך נישט.

_________________



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 08/11/2010 20:08:02




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 20:17 לינק ישיר 

ס'קען מיר אפשר איינער ערקלערן די סיבה, פארוואס רבי שמעון משה וואלדמאן דומ"ץ בני יואל בק"י מאכט חתונה זיין טאכטער אין וויליאמסבורג?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 20:21 לינק ישיר 

דייקן כתב:
ס'קען מיר אפשר איינער ערקלערן די סיבה, פארוואס רבי שמעון משה וואלדמאן דומ"ץ בני יואל בק"י מאכט חתונה זיין טאכטער אין וויליאמסבורג?

_________________



ער איז גענוג קלוג צו פארשטיין אז מיט די עתיד פון די דורות שפילט מען זיך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 20:35 לינק ישיר 

דייקן כתב:
ס'קען מיר אפשר איינער ערקלערן די סיבה, פארוואס רבי שמעון משה וואלדמאן דומ"ץ בני יואל בק"י מאכט חתונה זיין טאכטער אין וויליאמסבורג?

_________________



אויב די ווילסט זיך פרייען אז ער האט אוועק געטראגן די חתונה וועגן חשש פון מרא דאתרא גיי איך נישט צושטערן דיין שמחה,
אבער אויב ווילסטו וויסן פאר נייגעריגקייט וויסן דעם טעם וועל איך דיר זאגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 21:22 לינק ישיר 

משהלע כתב:
ס'האט נישט אויסגעפעלט די הוראה פון הרה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א וואס האט געפסקעט אז ס'איז א איסור גמור זיך משתתף זיין דארט ביי די א שמחה,

אזוי...?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 21:32 לינק ישיר 

נו הרב מילכיגער, איך ווארט אויף א תשובה אויב מעגליך

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 22:16 לינק ישיר 

הוא מותיב והוא מפרק, ער פרעגט מיט איין נאמען און ער ענטפערט מיטן אנדערען ניק...

ס'כדי מציין צוזיין אז הרה"ח ר' שאול גאנז האט אנגעפרעגט זיין שווער וואס האט איהם קלאר געזאגט אז ער זאל מאכן די חתונה ווי זיין מחותן פארלאנגט, ער איז אינגאנצן נישט קיין צד דא, ער האט זיך משום איזה סיבה בפקודת הקודש של הגאון ר' אביש נישט געקענט באטייליגן אבער איר קענט זיין זיכער אז אזא טייערער יוד ווי ר' חיים וועט זיין הארץ זיך אוודאי מיט פרייען מיט זיין איידעמ'ס שמחה וואס מאכט דא חתונה בפקודת רבו ומאורו הגאון הצדיק משארמאש שליט"א

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 22:29 לינק ישיר 

ס'גאנץ פאני וויאזוי ס'ארבעט דא, ווען מ'רעדט פון א בנ"י וואס מאכט חתונה אין עטמ"צ ווערט ער באטיטלט "בני זועל" דער מסד"ק איז מעשמעש טשאדעלע באדעלע וכו' וכו'

אבער איינמאל מ'קען זיך ארויפכאפן אויף א מציאות אין קלעמען וויקטארי למשל קווינסער צדיק וכל שם וחניכא דאית ליה איז קאנווינסד אז דער דיין הר"ר שמעון משה טראגט אוועק די חתונה נאר וועגן די חומר האיסור פונעם עגלה תילתא שליטא -  דעמאלדטס איז ער נישט דומ"ץ "בני זועל" ער איז גאר "רבי" שמעון משה (מישמאשער באקומט נישט אזא כבוד) דומ"ץ בני יואל, אויס ווערם אויס קרעץ ס'איז כשר וישר, גאנץ בקרוב וועלן מיר געוואר ווערן אז ער עסט נאר אריזונה ווייץ מיט מילמארט מונחת ועוד.

פרטים יבואו

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 23:05 לינק ישיר 

זיבעלע, עפעס איז דא אביסל אומקלאר אין דיינע ווערטער.
ווער איז דאס ר' אביש, און וואס איז די סיבה אז די זיידע קען זיך נישט באטייליגן אויף די שמחה?

אפשר ערקלערסטו ביטע די סיבה פארוואס רבי שמעון משה וואלדמאן האט געפירט די חתונה קיין וויליאמסבורג?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.