בית פורומים אידישע געדאנק

אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2010 23:14 לינק ישיר 

ר' אביש איז א איד א גאון וואס האט מברר געווען מיט ר געציל אין הגאון ר לויב אז מ'טאר נישט וואקן אויף די שארטקטס ווען ס'דא א חתונה
די סיבה פארוואס די זיידע האדמו"ר מויזניץ קען זיך נישט באטייליגן ווען סאשע מאכט חתונה איז דערווייל אומקלאר

די סיבה פארוואס ר' שמעון משה טראגט אוועק די חתונה איז משום ער איז חושש אויפן איסור פון בעל מנח"י ואתו עמו הגאון מ'עגל דבש  אויף די קרעציגע בני זועל, ער וויל זיי בשו"א נישט שטיצן, כמו שכתוב רעב יענקל בכל העולם כלו אז ער וויל נישט ח"ו מקריב זיין זייט טאכטער פאר קרעץ, וגומר.

אז מ'רעדט שוין יא קען מיר איינער ענטפערן פ"וו רע'בארען האט אוועקגעטראגן זיין ערשטע אייניקלס חתונה פון קר"י?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 23:16 לינק ישיר 

קענסט דרייען מיטן פינגער אויף אלע ד' רוחות און אריינלערנען די סוגיא פון מתוך... די פשוטע טריקענע פאקט איז אז ענקער אייגענע דיין האט אוועק געטראגן זיין טאכטערס חתונה פון קרית יואל ווייל ער האט מורא פון די חרם פון די פריערדיגע רבנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 23:20 לינק ישיר 

אנטשולדיגט הרב זיבעלע, דיין פריערדיגע תגובה איז געווען אביסל מער ערוואקסן.
כ'וועל מוזן אויסווארטן א צווייטער זאל מיר ערקלערן פשט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 23:21 לינק ישיר 

ווער געדענקט נאך תשנ"ט תש"ס און נאך אפאר יאר ווייטער,
ווער האט האט אינז דאן מסביר, און זיך געבעטן ברחמים, מיר זאלן אננעמען זייער הסבר,
אז זיי האבן גארנישט געהאט קיין שום שייכות מיט די מינדסטע רשעות במשך די יארן ביז דאן,
זיי האבן קלאר מודה געווען אז עס איז פארגעקומען שרעקלעכע עוולות און רשעות, און אויך אז זיי אליין זענען געווען שליחים דערפאר, אבער אבער, שילדיג איז געווען משה גבאי, די רצון און די באגער פון יעדן ארוני איז דאן געווען,  אז די וועלט זאל למען השם אננעמען די ווערסיע, און אזוי ארום זיך ריין וואשען פון די שוידרלעכע עבר וואס זיי האבן געטראגן אויף זייער אקאנטע, געדענקט גוט, די רשעות וואס איז געטון געווארן און די נ' יארן האט געהאט אסאך מער תורה'דיגע דעקונג (לפי די פראפגאנדע) ווי די יעצטיגע זינלאזע סידור קידושין עפאכע, און די בושה איז געווען גרויס עד לב השמים, קענט איר זיך פארשטעלען און וואסערע זומפ מען שלעפט אייך יעצט ווידער אריין.
נאר וואס דען, אזהו חכם הרואה את הנולד זאגט דער חתם סופר ראה מה שנולד כבר ער קוקט צירוק און פארשטייט וואס נאכאמאל נישט צי טון, נא אויב דארף מען צי דעם זיין א חכם, איז דער ארוני שוין נישט עלזשבעל דערצו.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 23:41 לינק ישיר 

דייקן טייערער,

אוב דיין מטרה איז צוצוקומען צו די מסקנא אז בני יואל'ס דיין וויל נישט בשו"א דארט חתונה מאכן איז משום די איסור נורא איז אינגאצן נישטא וואס צו טענה'ן אזוי ווי אימיצער האט דיר שוין פריערד מסביר געווען,

ס'דאך באמת נישטא כלל וואס צו רעדן דא, ווייל א' די ארויניס ווייסו דאך דעם אמת ב' פאר די בני יואל אינטערעסירט עס אפילו נישט וואס דער דיין טוט פערזענליך, זיינע פסקים זענען זיי מחייב און נישט די זייגער ווען ער גייט הכנות אדער די עקספייערעשן דעיט פון די מילך וואס ער טרינקט צו די זאל וואס ער מאכט חתונה זיין טאכטער.

איצטערט נאכאמאל די מערסטע מסתבר איז אז ער חושש צו בעל העגל, ווייל דעיס לייגט זיך די גרינגסטע ארויף אויפן דעת (פון א חלה שווענצל פארשטייט זיך) הגם ס'איז אויך וויכטיג צו וויסן אז ער האט ציין דאקטער אין ראטשעסטער ווייל ער איז לכאורה חושש אויף עפעס איסור אויף די קרית יואלער דענטיסט, סא לאמיר קומען צו די מסקנא אז שארמאשער מיט ר' יחזקאל גאלד ועוד זענען פלעין אין פשוט מקריב זייערע קינדער לדורי דורות אין ר' שמעון משה האט נישט דער גאטס, לאמיר האפן אז בקרוב ווער ער אינגאנצן איינזעהן אז רע'בארן איז מלא כל הארץ כבודו ער האט נאך אין זיך דער יודישער פינק תלי"ת...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 23:44 לינק ישיר 

קווינסער צדיק, כ'האב באשטעלט העלפ פון די ספעישל עד דיפארטמענט פון סקול דיסטריקט - שיעןר ד' רעסקיו יוניט צובאהאנדעלן דיינע באמבאסטישע קאנקלושענס, סאררי פאר די דילעי

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 23:47 לינק ישיר 

קענסט מיר אריינלייגן ווי די ווילסט, עס טוישט נאך נישט די פאקט אז ענקער דיין איז א טשיקען, ער הייסט ענק מקריב זיין די קינדער און ער אליינס טשיקענט אפ ווי א פחדן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 23:53 לינק ישיר 

סא איז דאס נאך א געווינס צום ארוינישן קאלום?

בד"וו דייקן קווינסער האט שוין די תירוץ אויף דיין שאלה פ"וו דער בעל נחלת שמעון טראגט אוועק די חתונה,

איז נאכעפעס שווער?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 00:05 לינק ישיר 

האדמו"ר מוויזניץ איז נישט געקומען צו קיין איינע פון די חתונות נאך ר' מענדל'ס חתונה, ווייל ביי ר' מענדל'ס חתונה האבן אים די א.ג. קנאים אויסגעטיילט ציפקע צרות

רבינו שליט"א פון זיין זייט האט אים גערופן ביי יעדע חתונה

פארוואס וואלדמאן טראגט אוועק די חתונה דארפסטו שוין נישט ענטפערן נאכן ענטפערן 3 מאל ווי א קווינס בחור

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 00:46 לינק ישיר 

הא אשר דיברתי רעבארען האט געטרייט צוגעפעלן אפאר ווערעמיגע קנאים האט ער נישט געטראגן זיינע חתונות ווי זיין שווער קען זיך רואיג באטייליגן, ער האט פשוט געוואלט זיין א הירא פון א קנאי, האט ר' שאול יא געהאט א גוטע לערער

ולענין הגה"צ הנחלת שמעון שליט"א האך איך שוין קלארגעשטעלט פריער אז ס'איז הונדערט פראצענט ער שיווערט פון די הקפדה פון רעבענציון לויב והגאון הבחור לעבאוויטש מאוסטראליע וסייעתו, ולית מאן דפליג, איז וואס יעצט ווייטער? אשר על כן? איז עס עפעס משנה די איסור צו די היתר?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 00:52 לינק ישיר 

שוין, גיט מארגן, רבי אביש אז גאר שולדיג אז ר' חיים וויל נישט גיין אויף א געאסערטע חתונה, זיבעלע שעמט זיך צו פארציילן אז ר' שמעון משה מאכט נישט דארט חתונה ווייל זיין מחותן ר' אייזיק שטיינמעץ איז א חסיד פון רבי אביש, און כמנהג ספינקט טיט מען גארנישט אן זיך שואל עצה זיין מיטן רבי, און רבי אביש האט עם געזאגט אז מען טאר דארט נישט חתונה מאכן, זיבעלע וואלט זייער געוואלט אז ר' אייזיק שטיינמעץ זאל זאגן פאר זיין רבי דאס וואס שאול גאנץ האט געזאגט פאר זיין שווער, אבער ווארשיינדליך זענען ר' שמעון משה און ר' אייזיק שטיינמעץ אביסל נארמאלער פון שאולי גאנץ, און זיי האבן באשלאסן צו טראגן די חתונה קיין וויליאמסבורג, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, זיי זענען דאך שולדיג פאר דעם רבי אביש פאר די חוצפה אוועק צו שלעפן זייער אייגענעם דיין, און זיי אנמאכן היבשע בזיונות, און פארציילן דעם אמת אז זייער דיין פאלגט יא רבי אביש'ן פאסט זיי דאך נישט  האבן זיי באשלאסן ארויף צו שמירן ר' חיים'ס אוועק פארן אויף רבי אביש און אזוי אנהייבן אויס צו פראקן רבי אביש'ן, אלזא ס'וועט ענק גארנישט העלפן, ר' חיים'ס אוועק פארן האט צו טון מיט רבי אביש פונקט ווי די קווינס ישיבה האט מיט אייער רבי, זילטש, נאטינג, נאדא, גארנישט מיט גארנישט, די קווינסער בחורים זענען נאר זאליס פונקט ווי ר' חיים איז א ספינקער חסיד, אבער דעטצאיט, פונקט ווי די קווינסער בחורים פרעגן נישט ר' זלמן וואס צו טין, פונקט אזוי האט ר' חיים נישט געפרעגט רבי אביש וואס צו טין,

וועגן ר' שמעון משה, איז זייער מעגליך אז אויב וועט זיין נעקסטער מחותן וועט דארט יא וועלן מאכן, וועט ער אויך קענען ביישטיין, און קען זיין אז נישט, על כל פנים איך האב קיין אנונג נישט, און ס'איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה, און ריאליסטיג געשמוסט איז דער זאל א פאקט, דארט וועט זיין חתונות, פונקט ווי די בני יואל האבן מוסדות, בתי מדרשים, מקוואות און בוטשערס מיט מצה בעקערי, האבן זיי יעצט א זאל, און יעדער פארשטייט אז א בני יואל וואס מאכט דארט חתונה איז דאס בכלל נישט קיין דורכפאל פאר די אהרונים, אבער פארקערט איז יא, ווען א בני יואל נעמט זיך די טירחה און גייט אין די מרחקים און וויל דארט נישט חתונה מאכן איז דאס יא א דורכפאל פאר די בני יואל, און דארט האלטן מיר, די בני יואל פרייען זיך גאר שטארט מיט צוויי דריי חתונות א חודש, אבער נישט דאס איז געווען זייער ציל, און זייער שמחה איז היבש פארווייטאגט פאר די קנאפע הצלחה מיט דעם האל, אין דריבער גיסן זיי אויס זייער צארן אינעם פארעם פון גיסן גארביטש, דאס קומט נאר פון דיפרעשאן, און איך בלעים זיי נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 00:59 לינק ישיר 

קווינסצדיק כתב:
עס טוישט נאך נישט די פאקט אז ענקער דיין איז א טשיקען, ער הייסט ענק מקריב זיין די קינדער און ער אליינס טשיקענט אפ ווי א פחדן

_________________

 



איך הייב נישט אן צופארשטיין, איך האב אלעמאל געוויסט (פון הייד פארק כמובן) אז די בנ"י זענען שרעקעדיגע טעראריסטן און זייען אן שרעק אויף זייערע אייגענע מענטשן אז מ'מוז דא חתונה מאכן און זיי לאזן נישט פרעגן רשות אדער נעמען איינעם וואס האט רשות (עיין ערך ר' שמשון שווארטץ)

און דא פלוצים האבן מיר א דיין א הירא וואס שרעקט זיך נישט פאר די טעראר שלעפט די חתונה אוועק, און ער ווערט גאר אנגערופן א "טשיקן"???? אנבעליוועבל!!

הערטס, רעבגעצעל איז דער הירא וואס גיבט א בלענק טשעק פאר זיינע בעלי בתים אין דער דיין הנחלת שמעון וואס פייפט אריין אין די בנ"י טעראריסטן איז גאר א טשיקן...

א זעלטענע גאונות שווער צוטרעפן אזאנע קלוגע תגובות



תוקן על ידי zibala ב- 09/11/2010 01:17:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 01:32 לינק ישיר 

 משהלע איך וועל מיך באלד ציריקערין צי דיינע אלע שאלות
אבער לגבי אינזער דיין הרר" שמעון משה וואלדמאן
אין קשיא עס אינטרעסירט מיך איין זאך וויפיל צאלט שטיינמעטץ פרעג דיך נאך אין נאכדעם זאלסטי ענטפערין

אוי איז דאס גיט 
[email protected]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 01:44 לינק ישיר 

אוודאי איז זייער גרינג צי זאגען פאר אלעמען אין איינרעדין אלע דיינע קעלבעלעך
אז יא ער האט אוועק געטראגען די חתונה אבער אפשר איז דא אנדערע סיבות
ניין דאס קען דאך נישט זיין 
זאג די מיר פארוואס האט ער געמיזט פארען ביז וויליאמסבורג
מאנסי האלט ער אפשר האט אויך א שאלה מין גלילות ?
נאר וואס דען זעט זיך אויס אז עפעס ליגט דא באגראבען נא איך ווייס לאמיר זען צי די ווייסט אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 01:58 לינק ישיר 

ווען עס זאל נישט זיין קיין שום איסור חתונה צו מאכן אין בני יואל זאל, וואלט רב וואלדמאן אויך חתונה געמאכט אין וויליאמסבורג, פשוט ווייל דער מחותן שטיינמעץ צאלט, און געווענדליך גייט מען נאך ווער עס צאלט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext