בית פורומים אידישע געדאנק

אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2010 02:28 לינק ישיר 

 ווייסט איינער ווי אזוי דער קליגער שטערן וואס  משהלע וואס גראדע יעצט האט זיך געמאכט אז ער וווינט אין דעם בלאק ווי אזוי איז ער נישט מחייב זיין ווייב
הלמאי זיין ווייב איז נישט מחיוב מיט די פסק פינעם דיין בערקאוויטש
אדער ספינקא
אדער לויב
איז דאס אפשר די זעלבע בחינה ווי מצות שהזמן גרמא
נאר וואס דען מען מיז קימען צי די מסקנה אז דער פאריקטער שווער איז טאקע גארנישט אזוי גיטער מאן געווען אלע דע יארען
אין טאקע פאר דעם האט ער אינגאנצען 3 קינדער וואס זענען יא חתונה געהאט
אין ער איז טאקע קיינמאל נישט געווען אינדער היים
אין דא האט אים דאס געטרייע באבע געזאגט די שוטה גיי דיר צירוק דארט ווי די ביסט געווען ווען איך האב מחנך געווען מיינע קינדער אלע שבתים אליין
אין ער איז טאקע געפארען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 03:39 לינק ישיר 

פארקויף מיר נישט וואס די באבע האט געזאגט? ווייל איך ווייס פונקטליך וואס זי האט געזאגט, און אויב שאול וועט דיר וועלן פארציילן וועסטו אויך וויסן, די באבע איז נאך פיל הארבער וועגן דעם ענין ווי ר' חיים, זי האט זיך געלאזט הערן אין פנים פון איר צודרייטן איידעם אזעלעכע לשונות וואס מען ניצט אויף רשעי ישראל, און דאס וואס א מאמע איז געגאנגען צו די חתונה וואס איר איין איינציגע טאכטער מאכט, איז גארנישט מאסגעבענד, און זאגט אונז גארנישט, מען קען נישט שאצן א הארץ פון א מאמע, איז ר' עקיבא גאנץ דארט?, איז ר' מרדכי גאנץ דארט?, ווי ווער וואלסטו געוואלט דיינע קינדער זאלן אויסוואקסן? ווי ר' עקיבא גאנץ? צו ווי שמואל דוד גאנץ, פארקויף דא נישט קיין לאקשן, א גרויסער חלק פון די משפחה זענען געבליבן אינדערהיים און די נעבעכדיגע ווערעמלעך פרייען זיך מיט א באבע, שיין דערלעבט!

איך חזר נאכאמאל איבער אז דו קענסט נישט ר' חיים, ער האט 5 חתונה געהאטע קינדער אויסער די טאכטער וואס מאכט היינט חתונה, און ווינדער איבער ווינדער, דער זון וואס האט נישט חתונה געהאט באלאנגט גאר צו ענק, און באשיינט די גרויסע טמא'נע חתונה, און די חשובע ערליכע קינדער, זענען טאקע נישט דארט, די סמעטענע פון די משפחות ארום און ארום זענען זיך נישט משתתף ביי די פסולע חתונה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 04:26 לינק ישיר 

איך זעה אז די עולם איז געפערליך נערוועז, א פאר אידען קענען נישט זיך לייגען שלאפען פאר זיי האבען נישט
א קלארע ענטפער, כ'האב אויפגעהויבען דעם טרייבעל אין אנגערופען א נאנטען קרוב

זאגט ער אז די מחותן שטיינמעטץ האט זיך אזוי אויסגענומען
(ווער ס'האט די מאה האט די דעה....)

אבער בעצם ער אליינס האט געהאט חשק ס'זאל זיין אין בני יואל


איך האף אז יעצט זענט עטץ רואיג

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 04:34 לינק ישיר 

נישט צום גלייבן די פארביסנקייט פון די בני יואל\זאליס, דער שווער קומט נישט, 99% פון די משפחה קומט נישט און נאך אלס פייפט ער זיך אריין און מאכט חתונה אינם גע'אסר'טן זאל, יעצט הייב איך שוין אויך אן צו טראכטן אז די מערכה איז א דורכפאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2010 04:37 לינק ישיר 

איך האב גיהערט אז זיין טאטע ר' מענדל וואלדמאן מאכט אויך חתונה בקרוב אין אז ר' שמעון משה האט עם געזאגט אז ער זאל נישט חתונה מאכן אין די נייע האל נאר גיין קיין מאנסי, אפשר קען געלע_באס אויפהייבן דעם טרייבל אין פרעגן דעם נאנטן קרוב אויב סאיז אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 04:45 לינק ישיר 

דערמאן מיך דעמאלטץ אין איך וועל בל"נ אנפרעגען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 16:11 לינק ישיר 
עטליכע פונקטן לידיעת הציבור, ארום די גאנז חתונה

היות וואס טייל רעכט דענקננדע מענטשן קענען נישט פארשטיין אויבנאויף די מחותנים פון די נעכטיגע חתונה, פארוואסזשע האבן זיי דוקא געדארפט חתונה מאכן אין בני יואל, זיך נישט רעכענענדיג מיט זייער בלוט און פלייש.

און דער ענטפער איז אזוי:

האט איימיצער בכלל אריינגעטראכט, אז די חתונה איז למעשה געווען די ערשטע בעל בתי'שע חתונה אין דעם זאל? ס'איז א פאקט, אז ביז היינט האבן זיך נאר קאטשע לאפניקעס ערלויבט חתונה צו מאכן אין דעם זאל, און פלוצלינג קומען 2 בעל  בתישע משפחות און דרייען איבער די שטאט אבי צו מאכן די חתונה דארט?

ועוד, ווער עס קען די מחותנים ווייסט אז זיי זענען כלל נישט אזאלכע פארביסענע מענטשן, נו מה ראו על ככה?

דער תירוץ איז זייער פשוט. דער שווער! (די זעלבע פאזיציע פון דעם אינטערעסאנטליכן פערזאן וואס האט געבראכן א רעקארד אין די דברי הימים אין סאטמאר, וואס לויט ווי די יודעי דבר גיבן איבער איז דאס די ערשטע מאל אין סאטמאר טראץ אלע מחלוקתער - אריין גערעכנט בני יואל פרשה! - וואס א זיידע זאל זיך נישט משתתף זיין ביי א אייניקלס חתונה!) דער שווער פון שטעסל, הייסט ראובן פאלקאוויטש, און ער האט געהאט גרויס חשק אז די חתונה זאל יא פארקומען אין עטרת מאיר צבי.

אצינד עטליכע פאקטן וואס עס וואלט גוט געווען דער עולם זאל וויסן.

1) דער מחותן שטעסל האט זיך אויסגענומען בעפארן שידוך, אז מען טוט דאס אדעתא דהכי, אז די חתונה וועט זיין אין מאיר צבי.

2) בעפארן שידוך, האט רבי שאול גאנץ דערציילט פאר זיין שווער דעם תנאי, און אנגעפרעגט זיין הסכמה, און דער שווער האט אים געענטפערט אז סאיז נישט קיין שום פראבלעם, ער קען רואיג טון דעם שידוך מיט דעם תנאי!!!

3) זינט די קינדער - וואס כוואלט נישט געוואלט זיין זייער שכן אין גיהנם פארן טון אזאנס - האבן אנגעהויבן צו העצן דעם טאטן, איז געווען ערנסטע ספיקות וואס מען טוט דא ווייטער; דא איז דער שווער פאלקאוויטש געקומען, און געזאגט: אז אויב טראגט מען אוועק די חתונה פון מאיר צבי, דאן קומט "ער" נישט צו די חתונה!!!

איז ממילא, זענען די מחותנים סייווי געווען בין פטיש לסדן, און זעלבסט פארשטענדליך ענדערש בוחר געווען דער וועג וואס איז זיי אויך געשמאק, און לויט זייער שיטה, און איז אין איינקלאנג מיט דעם תנאי וואס מען האט זיך אויסגענומען בעפאר די חתונה.

און צום סוף מוז מען צוגעבן, אז כבין נישט מקנא דעם חיים שטערן, עטס קאנטס זיכער זיין אז ער איז נישט געשלאפן רואיג די נאכט אין פואלם ספרינגס, און מסתמא די גאנצע קומענדיגע שטיקל צייט איז פאר אים א גיהנם. דאס איז בזה, ווען ער האט געטון כהלכה לכאורה פאלגנדיג זיין רבי'ן (ר' אביש וואס קטנו עבה ממתנינו...) וויאזוי וועט אבער דער איד פילן אינעם מאמענט פון אמת, ווען ער וועט זיך איבערצייגן אז די גאנצע קאשמאר האט מיט תורה און אידישקייט קנאפ שייכות, און ער איז בלויז געווען א שטעקן צו נוצן זיין פערזענליכע שמחה אין א פארטייאישן געפעכט איבער מי בראש. סוועט באמת זיין א רחמנות דעמאלטס אנצוקוקן דעם צובראכענעם זיידן, וואס די אהרונים האבן געמאכט דאס גענאר פון אים.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 16:27 לינק ישיר 

zibala כתב:
ברעקינג ניוס

משה'ניו האט יעצט געדראפט א נוקלארע באמבע, ער וואוינט אויפן זעלבן בלאק פון חיים שטערן, מיסטאם האט ער דזשאסט געמאפט ווייל נישט לאנג צוריק איז געווען א מאנראוער ער האט געוויסט מאנראע  נייעס פאר יעדן,

אין יעצט דערביטערטע נערוינעמלעך, פאר די רעקארד, רע'בארען האט חתונה געמאכט כמעט אלע זיינע קינדער אן די באטיילינגונג פון זיין שווער, (וואס אגב - איך וואוין אויף זיין בלאק און ער איז א שטילער מענטש וואס נעמט נישט קיין שטעלונג אין די סאטמארער מחלוקה, קיין זאלי איז ער זיכער נישט, ער איז גאר א וויזניצער) און קיינער האט נישט געשריגן אין קיינער האט נישט פארפירט, ער האט נישט געטוהן די מינימאלסטע השתדלות אז זיין שווער זאל זיך באטייליגען, בעת זיין שוואגער די סקווערער אין בעלזער האבן געמאכט זיכער אז די גרויסע זיידע באטייליגט זיך, הזאת נעמי?? וואסארע מין טאכטער איז דעי סאשע? וואסארא קאלטבלוטיגע דערביטערטער (ווערעמיג קרעציג וכו' וכו') איז דער רע'בארען?? שולדיג זענען זיינע שווענץ וואס געבן איהם חיזוק צו טוהן דעי אומווערדיגע שריט, און מאכן זיכער אז יעדע איינציגע חלה שווענצל באטייליגט זיך ביי זיינע חתונות אנשטאטס איהם צו פארשרייען, נארמאלע ארויניס טוהען דאס נישט, נאר ער פרובירט צו זיין א הירא און געפעלן די עקסטרעמע עמרם כהן דשיהאדיסטן פון זיין פארטיי,

שומו שמים, הכונו למערכה

_________________

דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזאנע ווערטער???? זאג נאר. ווער איז שולדיג אויף דעם וואס וויזשניצער רבי איז נישט געקומען צו קיין חתונות אויב נישט ענק????ווער האט געציפט די פיס און געשאסן אראנדזשעס ביי וומ"ס רב'ס חתונה אויב נישט ענק בני יואל??? הרצחת וגם ירשת???? קודם פארפירט איר אז דער זיידע טאר נישט קומען צו א אייניקלס חתונה ווייל עס איז סאטמאר. און נאכדעם שרייט איר היתכן ער איז נישט געקומען?!?!?! איז טאקע בטל געווארן דעי מין זאך ווי אמת????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2010 16:29 לינק ישיר 

רשעים אפילו על פתחו של גיהנום אינם חוזרים!!!...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2010 16:32 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
<
3) זינט די קינדער - וואס כוואלט נישט געוואלט זיין זייער שכן אין גיהנם פארן טון אזאנס - האבן אנגעהויבן צו העצן דעם טאטן, איז געווען ערנסטע ספיקות וואס מען טוט דא ווייטער; דא איז דער שווער פאלקאוויטש געקומען, און געזאגט: אז אויב טראגט מען אוועק די חתונה פון מאיר צבי, דאן קומט "ער" נישט צו די חתונה!!!

WOW!קודם איז דער זיידע א בהמה פארן נישט וועלן קומען צו די חתונה ווייל עס איז א שאלה פון פסולע קידושין. נאכדעם קומט דער אנדערער זיידע און זאגט אז ער גייט נישט אויב עס איז אין א צווייטע זאל. יעצט זאג מיר ווער עס איז דער בהמה...........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2010 16:37 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
היות וואס טייל רעכט דענקננדע מענטשן קענען נישט פארשטיין אויבנאויף די מחותנים פון די נעכטיגע חתונה, פארוואסזשע האבן זיי דוקא געדארפט חתונה מאכן אין בני יואל, זיך נישט רעכענענדיג מיט זייער בלוט און פלייש.

און דער ענטפער איז אזוי:

האט איימיצער בכלל אריינגעטראכט, אז די חתונה איז למעשה געווען די ערשטע בעל בתי'שע חתונה אין דעם זאל? ס'איז א פאקט, אז ביז היינט האבן זיך נאר קאטשע לאפניקעס ערלויבט חתונה צו מאכן אין דעם זאל, און פלוצלינג קומען 2 בעל  בתישע משפחות און דרייען איבער די שטאט אבי צו מאכן די חתונה דארט?

ועוד, ווער עס קען די מחותנים ווייסט אז זיי זענען כלל נישט אזאלכע פארביסענע מענטשן, נו מה ראו על ככה?

דער תירוץ איז זייער פשוט. דער שווער! (די זעלבע פאזיציע פון דעם אינטערעסאנטליכן פערזאן וואס האט געבראכן א רעקארד אין די דברי הימים אין סאטמאר, וואס לויט ווי די יודעי דבר גיבן איבער איז דאס די ערשטע מאל אין סאטמאר טראץ אלע מחלוקתער - אריין גערעכנט בני יואל פרשה! - וואס א זיידע זאל זיך נישט משתתף זיין ביי א אייניקלס חתונה!) דער שווער פון שטעסל, הייסט ראובן פאלקאוויטש, און ער האט געהאט גרויס חשק אז די חתונה זאל יא פארקומען אין עטרת מאיר צבי.

אצינד עטליכע פאקטן וואס עס וואלט גוט געווען דער עולם זאל וויסן.

1) דער מחותן שטעסל האט זיך אויסגענומען בעפארן שידוך, אז מען טוט דאס אדעתא דהכי, אז די חתונה וועט זיין אין מאיר צבי.

2) בעפארן שידוך, האט רבי שאול גאנץ דערציילט פאר זיין שווער דעם תנאי, און אנגעפרעגט זיין הסכמה, און דער שווער האט אים געענטפערט אז סאיז נישט קיין שום פראבלעם, ער קען רואיג טון דעם שידוך מיט דעם תנאי!!!

3) זינט די קינדער - וואס כוואלט נישט געוואלט זיין זייער שכן אין גיהנם פארן טון אזאנס - האבן אנגעהויבן צו העצן דעם טאטן, איז געווען ערנסטע ספיקות וואס מען טוט דא ווייטער; דא איז דער שווער פאלקאוויטש געקומען, און געזאגט: אז אויב טראגט מען אוועק די חתונה פון מאיר צבי, דאן קומט "ער" נישט צו די חתונה!!!

איז ממילא, זענען די מחותנים סייווי געווען בין פטיש לסדן, און זעלבסט פארשטענדליך ענדערש בוחר געווען דער וועג וואס איז זיי אויך געשמאק, און לויט זייער שיטה, און איז אין איינקלאנג מיט דעם תנאי וואס מען האט זיך אויסגענומען בעפאר די חתונה.

און צום סוף מוז מען צוגעבן, אז כבין נישט מקנא דעם חיים שטערן, עטס קאנטס זיכער זיין אז ער איז נישט געשלאפן רואיג די נאכט אין פואלם ספרינגס, און מסתמא די גאנצע קומענדיגע שטיקל צייט איז פאר אים א גיהנם. דאס איז בזה, ווען ער האט געטון כהלכה לכאורה פאלגנדיג זיין רבי'ן (ר' אביש וואס קטנו עבה ממתנינו...) וויאזוי וועט אבער דער איד פילן אינעם מאמענט פון אמת, ווען ער וועט זיך איבערצייגן אז די גאנצע קאשמאר האט מיט תורה און אידישקייט קנאפ שייכות, און ער איז בלויז געווען א שטעקן צו נוצן זיין פערזענליכע שמחה אין א פארטייאישן געפעכט איבער מי בראש. סוועט באמת זיין א רחמנות דעמאלטס אנצוקוקן דעם צובראכענעם זיידן, וואס די אהרונים האבן געמאכט דאס גענאר פון אים.

_________________




יא יא

מיר זענען אלע מודה אז ווען דער מאמענט פון אמת וועט קומען גייט דער שווער ביטער חרטה האבן

 

די שאלה איז נאר וועלכע שווער...

 

*

אגב, הרה"ח ר' ל. ב. ז"ל איז אויך נישט געגאנגען צו עטליכע שמחות פון זיינע אייניקלעך, ווען בני יואל האט זיך געעפענט, אלס צער ועגמ"נ אז זיין איידעם האבן געלייגט די קינדער אינעם געאסרטן מוסד

יעצט ווארט מען אז חיי שעה זאל אויפקומען אז ער איז אויך געווען ג'געט און נישט חתונה געמאכט אלע קינדער וכו'

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 16:49 לינק ישיר 

וואלן, כהאב געמיינט זיכער דו שרייבסט שוין נישט אויף היידפארק. כווארט שוין פון פאריגע וואך אויף א מעשהלע וועגן דעם רביןס רצון צו מאכן שחיטה מונחת...

*
ר' ל.ב., אויך נישט דער חכם מכל אדם, האט למעשה נישט דערלעבט קיין "חתונות" ביי דעם איידעם, הגם ער וואלט גאנץ זיכער נישט געקומען.

סאיז ידוע אז זיין מחותן הרה"ח רבי יודל ראזענבערג ז"ל, האט געמאכט דאס גענאר פון אים, ווען ער איז זיך געקומען אפרעדן ברוב תימימותו, אז ער האט מורא זיינע אייניקלעך וועלן אראפגיין פון אידישן וועג, ווייל אזוי האט דאך דער ברך מבטיח געווען, אסז בני יואל וועט האבן אזא ענדע ווי די ספרדים אין סיגוט.

(אגב, לויט עמרם כהן בדרשתו ה' אייר אין הופער, האלט מען שוין נישט ווייט פון דעם...)

האט אים רבי יודל געענטפערט, איר דארפט זיך נישט זארגן, אז זיי זענען אזאלכע מחוצפים פארן רבי'ן און ווילן אים  נישט פאלגן, וועלן זיי דאס אויך נישט פאלגן... ודפח"ח.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 16:51 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
<
3) זינט די קינדער - וואס כוואלט נישט געוואלט זיין זייער שכן אין גיהנם פארן טון אזאנס - האבן אנגעהויבן צו העצן דעם טאטן, איז געווען ערנסטע ספיקות וואס מען טוט דא ווייטער; דא איז דער שווער פאלקאוויטש געקומען, און געזאגט: אז אויב טראגט מען אוועק די חתונה פון מאיר צבי, דאן קומט "ער" נישט צו די חתונה!!!

WOW!קודם איז דער זיידע א בהמה פארן נישט וועלן קומען צו די חתונה ווייל עס איז א שאלה פון פסולע קידושין. נאכדעם קומט דער אנדערער זיידע און זאגט אז ער גייט נישט אויב עס איז אין א צווייטע זאל. יעצט זאג מיר ווער עס איז דער בהמה...........


ביידע אייניגע בהמות, מיט איין חילוק אז דו האסט פארזען די ערשטע צוויי פונקטן וואס כהאב געשריבן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 17:00 לינק ישיר 

צביהירש כתב:
א איד מאכט חתונה זיין קינד דארט ווי זיין הארץ באגערט און זיין מורה הוראה האט עהם גע'פסקנט. האדמו"ר ר' אהרן' מק"י האט חתונה געהאט מיט א מיידל וואס האט געלערנט אין חינוך עצמאי וועלכע איז באמת געוועהן א ג'אסרטע בית חינוך דורך כל גדולי ישראל נאך איידער רביה"ק האט געשריבן דעם ויואל משה. ווייל אין ארץ ישראל האבן די גדולי הדור גאסר'ט מיט א חרם נישט צו לערנען אין די שקאלעס ווי מ'לערענט אנדערע שפראכן אויסער אידיש. דער חרם חמור מיט דעם געוואלדיגן איסור איז נאך פון די צייטן ר' יושע לייב דיסקין אין דער תורת חסד פון לובלין פון 2 דורות פריער. ניטאמאל די ערליכע וויזניצער עלטערן האבן געשיקט זייערע טעכטער לערנען אין יענעם געאסר'טע סקול ווי די רעבעצין פון האדמו"ר רא"ט האט געלערנט. ומכל מקום האט דער בעל ברך משה (דאמאלסדיגע סיגעטער רבי) גע'פסקנט פאר זיין זוהן אז ער האלט אז ער מעג יא חתונה האבן מיט איהר, טראץ דעם וואס דער עצי חיים ז"ל איז געוועהן א אויסגעשפראכענער שונא פאר וויזניץ. די אלטע סיגעטער חסידים וועלכע האבן נאך דערלעבט שיינע יאהרן בשנת תשכ"ו אין דערנאך, ובתוכם ר' י"י צימענד און ר' מרדכי ווילינגער האבן דאס מיטגעהאלטן אהנע קריטיק און נישט געהאלטן פאר קיין עוולה. זיי האט נישט אינטרעסירט וואס 150 גדולי ישראל מדור הקודם האבן גע'אסר'ט. אדרבה זיי זענען געוועהן פארברענטע חסידים פון רא"ט און למעשה איז זיין חתונה געבליבן א פאקט וואס כמעט אלע תלמידים פון עצי חיים ז"ל האבן געמוזט אראפ שלינגען. אין סאטמאר איז דאס געבליבן א בכי' לדורות, ווייל אין סאטמער האבן די ערליכע אידן געלערנט דעם רעבינס ספרים און זיי פארשטייען דעם עומק הענין פון דעם פגם וואס דער חרם אויף די בתי חינוך ווי מ'לערנט אנדערע שפראכן. מ'וויל נישט עקסעפטן א מנהיג וואס האט חתונה געהאט מיט א תלמידה פון גע'אסר'טע שקאלעס וואס כל גדולי ישראל האבן מחרים געוועהן און געאסערט. דערצו האבן נאך די גדולי ישראל מוסיף געוועהן און קלאהר געשריבן אז קיינער פון די קומענדיגע דורות קען דאס נישט מתיר זיין.


אז מען ווארפט שוין יא אריין וויזניץ דא אין דו בילד, לאמיר אביסל צונעמען האדמו"ר מקרית יואל' שידוך בכלל און דו חתונות פון זיינע קינדער בפרט (כאטש אפילו איך ווייס אז ס'איז אבי גרעדט און איך גיי קיינעם פון די זאלונים/בני יואל נישט משכנע זיין, אעפ"כ טוה איך שרייבן).

ווי יעדער איינער ווייסט איז רוב שידוכים אין די חסידישע וועלט, און איבערהויפט ביי די רבנישע משפחות וואס חתן כלה, זעהן זיך נישט ביז דו חתונה, און די גאנצע שידוך קומט צושטאנד דורך די עלטערן פון ביידע צדדים, און דעריבער האט ר' אהרן אלס אכטצן יעריג בחור'ל קיין שום ווארט נישט געהאט בנוגע זיין אייגן שידוך. איך גיי דא בכלל נישט אריין אין די נושא אז הרבנית סאשא האט געלערנט אין בית יעקב, ס'איז נישט נוגע און ס'איז בלויז א פיינע מיטל ווי אזוי צו פארדרייען די שמועס ווען מען רעדט פון ר' אהרן, אז כאילו ער האט חתונה געהאט מיט א................. (איך וויל אויך נישט אריין גיין אין די נושא וואס פאר א בעלת חסד דו א"ג......... איז, ווי עס קענען מעיד זיין צענדליגער זלונים און בני יואל וואס זענען ליידער געלעגן אין שפיטאל - וויפיל זי האט געטוהן פאר זיי) וואס איך וועל יא ארויפברענגען בנוגע די אזוי גערופענע גע'אסר'טע שולעס, לויט רוב איז דו איסר געווען נאר אין ירושלים און נישט אין אנדערע שטעט.

יעצט, לגבי דאס אז ר' אהרן'ס שווער, וויזניצער רבי שליט"א פון בני ברק לרפו"ש, פארוואס ער איז נישט געקומען צו די שמחות פון זיינע איינקלעך נאך ר' מענדל טייטלבוימ'ס חתונה, ווער עס געדענקט דו חתונה פרעגט אוודאי נישט קיין שאלות, עס איז ס"ה כדאי צו דערמאנען צוויי עפיזארן פון יענע חתונה: ממחרת החתונה ווען ויזניצע רבי שליט"א איז געגאנגען אין מקוה זענען זיינע זאקן געווען רויט פון בלוט, קומענדיג פון די אלע חצופים וואס האבן אים געשטויסן און געציפט א גאנצע חתונה פון אינטער דעם אויבן אן. (געהערט פון איינער וואס איז געווען אין מקוה בשעת מעשה און נישט געגלייבט וואס זיינע אויגן זעהן). ויזניצע רבי שליט"א פון מאנסי, וואס האט מיט געהאלטן די רדיפות נאך פון פאר די חתונה (בעת וואס אלטר משה גאלדבערגער האט זיך אויפגעשטעלט האלטן א דרשה אין גרויסן קרית יואל'ער ביהמ"ד שב"ק צווישען גאל ישראל און שמונה עשרה) און ווי אויך בשעת'ן חתונה ווי מען האט גע'רודפ'ט זיין ברודער מיט רשעות'דיגע מיטלען אזש געלערנט ממש ביי די נאציס אין דייטשלאנד, האט זיך געבעטן ביי זיין ברודער אז ער זאל נישט בלייבן אויפ'ן מצוה טאנץ, אבער היות ויזניצע רבי שליט"א פון בני ברק האט נישט געגלויבט אז אנשים מזרע ישראל זאלן זיך אזוי אויפירן צו א צווייטער איד, איז ער יא געבליבן און דערפאר געכאפט די מאראנצען ווי שוין אויבן דערמאנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 17:12 לינק ישיר 

אומזיסט באקט א מעשה און מען איז שוין דן אויף די מעשה, אומזיסט'ס וועריע איז שקר מתחילתו ועד סופו, שאולי גאנץ איז אזוי בעלבתיש ווי זיין מסדר קידושין איז בקי בטיב גיטין וקידושין, און אפילו שאולי זאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום תנאי, להיפוך, דער מחותן האט עם קלאר געזאגט אז אויב וויל ער אריבער פירן די חתונה אין אן אנדערן זאל לכבוד זיין שווער, איז ער מסכים, דא איז גאר געווען א צווייטער וואס האט שרעקליך געהעצט שאולי גאנץ, איך בין נישט אינטרעסירט דאס דא צו דיסקאסן ווייל מען וועט מיך באשולדיגן אז איך בין אויסן נאר צו באשמיצן דעם רב, און דאס איז בכלל נישט מיין ציל, מיין אינפארמאציע קומט מפה האתון אליין, גלייך פון שאולי גאנץ.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.