בית פורומים אידישע געדאנק

אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2010 17:13 לינק ישיר 

איז ר' עקיבעלע געווען נאכן באקימען די רשות?




באקימען נאך נעכטען אין אישי זייטס מיר מוחל איך האב עס נישט באמערקט

תוקן על ידי דער_אקס ב- 09/11/2010 17:40:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 17:24 לינק ישיר 

I think I don't need to tell u that its for sure a false letter!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 17:26 לינק ישיר 

גיט ב"ה זיי הייבן שוין אן נאכצילאזן מיט די טעראר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 17:31 לינק ישיר 

משהלע כתב:
אומזיסט באקט א מעשה און מען איז שוין דן אויף די מעשה, אומזיסט'ס וועריע איז שקר מתחילתו ועד סופו, שאולי גאנץ איז אזוי בעלבתיש ווי זיין מסדר קידושין איז בקי בטיב גיטין וקידושין, און אפילו שאולי זאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום תנאי, להיפוך, דער מחותן האט עם קלאר געזאגט אז אויב וויל ער אריבער פירן די חתונה אין אן אנדערן זאל לכבוד זיין שווער, איז ער מסכים, דא איז גאר געווען א צווייטער וואס האט שרעקליך געהעצט שאולי גאנץ, איך בין נישט אינטרעסירט דאס דא צו דיסקאסן ווייל מען וועט מיך באשולדיגן אז איך בין אויסן נאר צו באשמיצן דעם רב, און דאס איז בכלל נישט מיין ציל, מיין אינפארמאציע קומט מפה האתון אליין, גלייך פון שאולי גאנץ.  


משה'לע vs. אומזיסט, ווער איז מער נאמן?

יעדער וואס האלט מיט מיינע -זעלטענע - תגובות, און דיינע - אפטע - תגובות, וועט תיכף ומיד זאגן דעם ענטפער. אינדערצייט וואס דו ביסט דא צו דיבעיטן, און זיך אויסגעבן די גאל, און זעלבסטפארשטענדליך אז דו טאנצט נאך די ה"פ פארשריפטן, אכטונג צו געבן נישט ארויס צו רעדן קיין אמת ווארט, בין איך דא סתם פאר אינפארמעיטיוו פוירפויסעס אנלי, און ווי אויך דורכצו שמועסן רואיגערהייט פארשידענע חילוקי דעות און מיינוגס פארשידנהייטן, צו פארשטיין אוון פארשטיין געבן ביידע צדדים.

יעצט צום ענין, איך האב נישט געהערט קלאר פונעם פי צדיק אליין, נאר וואס דער עולם שמועסט, עס מוז נישט זיין קראנט, איך זאג קלאר, כהאב עס נישט פערזענליך באשטעטיגט, אבער סאיז רגלים לדבר אז סאיז אמת.

ווייטער וואס דו האסט געהערט פון אים אליינס, כהאף אז דו וועסט מיר מוחל זיין, אבער כוועל דיר זאגן: איני מאמין לך! איך גלייב דיר נישט! עס קען לאמיר זאגן זיין אמת בעצם אז ער זאגט אזוי, אבער דו האסט נישט גערדט מיט אים! צופיל מאל האב איך דיר שוין געזען זיין א נשבע לשנות את הידוע! און אלס וואס דו האסט אליינס גערעדט צו די באטרעפנדע... צופיל מאל שרייבסטו זאכן וואס דו אליינס ווייסט קראנט אז סאיז שקר! דו ביסט נישט באגלייבט, וואס זאלעך דיר זאגן?

איך ווייטער פון די אנדערע זייט, כאפ איך אסאך מאל אריין אין אישי און אויף טאלק, אז הפ איז א פלאץ ווי מען דארף דוקא שרייבן ליגנט אווי די אהרונים טוען, איך האב אבער יא ליב צו שרייבן דוקא אמת.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 17:46 לינק ישיר 

צו די אלע וואס שרייען חי וקים אז רעבארענס שווער איז נישט געקומען צו חתונות צוליב טעראר און רדיפות פון די ארונים (כמובן אז די לעצטע צוואנציג יאר האט זיך ר' אלתר משה שוין נישט באטייליגט ביי קיין חתונות) איז מיר ממש נישט צופארשטיין

התינח אז ס'אמת אז ער האט חושש געווען אז און מ"ד - ס"ב יארן וועט ר' אלתר משה קומען צו די חתונה און אנשטויסן דעם וויזניצער ביז בלוט ( ווייל די בנ"י האבן דאך די רעקארד אלס די שופכי דם די לעצטע 30 יאר...) פארוואס האט רעבארען נישט געקענט טוהן די מינאמאלסטע השתדלות אז זיין שווער זאל זיך קענען באטייליגן ביי די שמחה, למשל אוועק טראגן פון קרית יואל ( קיינער האט נישט געשטויסן זיין שווער אין סקווער, ער האט ווען רואיג געקענט דארטן חתונה מאכן) אדער שטעלן וויטריאל מיט די נעשאנעל גארד, אדער ווערטהיימער מיט א פייער עקסטיגניטשער וכ' וכ' וכו' וכו' עטס האלטס און איין ווייזען די שונאים וואסערע כח עטס זענטס אשטייגער שמיני עצרת אין ראדני, ביי איהם אינדערהיים ביי זיין אייגענע שמחה האט ער נישט די כחות צו פראטעקטען זיין אייגענעם שווער????

יזדעזע עולם ומלאו א זיידע האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביי זיינע אייניקלעך'ס חתונה ווייל דער מחותן זיין איידעם האט עס דייקא געוואלט מאכן ווי ס'איז איהם באקוועם אן זיך קימערען מיט די זיידע וואס שטייט אויס צו צובלוטיקט ווערן אויב ער וואלט זיך ווען באטייליגט,
דער ר' שאול איז שוין גאלד קעגן רעבארען, ער האט מבטיח געווען זיין שווער אז ער וועט מאכן זיכער ער ווערט נישט צושטויסן פון א"מ ג"ב, ער האט צוגעגרייט באדי גארדס ועוד, ווייל דער א"מ איז א שרעקליכר בעל כח אין גיבור ווואס די גאנצע ארוינישע קהילה קענען זיך נישט פייטן מיט אים צו פראטעקטאן דעם וויזניצער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 17:50 לינק ישיר 

ר' שאול האט יעצט קאנפירמד אז ער האט נישט גערעדט צו קיינעם וואס וואונט אויף זיין שווער'ס בלאק, ס'מוז זיין מוישעניו אז די ביסט גאר דער שווער

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 17:57 לינק ישיר 
א בילד פינעם זאל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 18:06 לינק ישיר 

הוא מותיב לה והוא מפרק לה, אומזיסט פרעגט א פראגע, "משה'לע vs. אומזיסט, ווער איז מער נאמן?", און אזוי ווי קיינער ענטפערט נישט, איז דער חכם מחליט אז ער בכבודו ובעצמו וועט ענטפערן, און הייבט זיך אן צו קלאפן אין די פלייצע ווי קראנט ער איז, און אז זיין אויפגאבע איז נאר צו פארשטיין ביידע צדדים, (וואס לאכט איר? לאכטס נישט, דאס שרייבט ער אליין), ער שרייבט איני מאמין, ער גלייבט נישט אז איך האב דאס געהערט מפה האתון, ווייל... הערטס גיט צו... "דו האסט נישט גערדט מיט אים!", אומזיסט דיין חכמה שפראצט ארויס פון דיינע תגובות, ס'איז זייער פשוט אז איך האב פון דעם ענין מיט עם נישט גערעדט, ווייל אז יא, וואלט איך דאס געוויס נישט געשריבן, ווייל אויב יא איז מיין עכטער נאמען גלייך אויף היידפארק, אבער געהערט פון דעם בעל דבר אליין האב איך יא, מיר זענען געזעצן ביי א שמחה משפחתית ביי איין טיש, אין דער טאפיק איז ארויף געקומען, דעמאלטס איז נאכנישט געווען די פיינעל החלטה ווי ער גייט חתונה מאכן, אדרבה, ער האט נוטה געווען אוועק צופירן די חתונה פין דארט אויב זיין שווער גייט זיכער נישט קומען, און דאן האט איינער (א זאלי) געפרעגט וואס זיין מחותן זאגט דערצו, איז געווען דער ענטפער אז זיין מחותן האט עם קלאר געזאגט אז ער איז נישט קיין צוריקהאלט, און למען השלום איז ער גרייט צו גיין צו א צווייטן האל,

איך וועל אפילו מוסיף זיין, אז איך בין ביי די מיינונג אז אויב וואלט שאולי געוויסט די גאנצע צייט אז זיין שווער וועט למעשה ביים סוף נישט גיין צו די חתונה, איז לדעתי וואלט ער נישט דארט געמאכט די חתונה, אבער איין איינציגער מחרחר ריב פון די באקאנטע פורצי גדר, האט עם צוגעזאגט מיט א פארקניישטן שטערן אז, האב קיין מורא, דיין שווער וועט זיכער יא קומען צו די חתונה, ער וועט זיך סוף כל סוף ברעכן, און שאולי האט באמת אזוי געהאלטן, ער האט זיך טאקע היבש געמוהט און געבעטן דעם שווער (מיט א קנאפע 20 בלעטערדיגן בריף) ער זאל יא קומען צו די חתונה, און ווען ער האט זיך איבערגעצייגט אז אלעס איז בחינם, (דער שווער  האט אפילו נישט געוואלט ליינען דעם בריף) דער שווער האלט זיך פעסט צו זיין פרינציפ, דאן איז שוין געווען אביסל צו שפעט, צו ס'האט עם שוין נישט געפאסט צו טוישן, אדער האט ער שוין באמת נישט געקענט טרעפן א זאל ערגעץ אנדערשט, איני יודע, איך ווייס נישט, אבער דאס איז זיכער, אז די מעשה וואס אומזיסט שרייבט אז ס'איז געווען א תנאי מפורש פאר דעם שידוך, איז שקר גמור, יא, איך האב דאס געהערט מפי האתון אליין...  

אגב, לאמיר מאכן א וואוט ווער עס איז מער קראנט, משהלע אדער אומזיסט, לאמיר באנאזאם אנהייבן צו ליינען די תגובות פון ביידע און זען למי החותמת ולמי הפסולים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 18:36 לינק ישיר 
נעכטען ביי די חתונה





תוקן על ידי SatmarNews ב- 09/11/2010 18:51:09

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 18:43 לינק ישיר 

משהלע'לע, ווי קראנט די ביסט נעם איך נישט קיין שטעלונג, אבער, מער ווי 14 יאר אלט ביסטו זיכער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 19:30 לינק ישיר 

אומזינסט, לאמיר דא מאכן שטיקל סך הכל פון דיינע ווערטער, און זאג מיר אויב איך פארשטיי גוט. און דערנאך ענטפער מיר ביטע אויף מיין קשיא.

מיר האבן דא צוויי זיידעס, הרב פאלקאוויטש און הרב שטערן.


שטערן זיידע פארלאנגט אז אויב וויל מען האבן זיין השתתפות, קען די חתונה נישט פארקומען אין עטרת מאיר צבי.
סיבה: ווייל רבי אביש האט אים געפסק'ט אז ער טאר זיך נישט דארט באטייליגן.

פאלקאוויטש זיידע פארלאנגט אז אויב וויל מען האבן זיין השתתפות, מעג די חתונה זיין בלויז אין עטרת מאיר צבי.

זיי ביטע מסביר די סיבה פונעם פאלקאוויטש זיידע, וואס ער האט זיך געשטעלט אז די חתונה מוז דייקא פארקומען אין עטרת מאיר צבי, אויף אזוי ווייט, אז אויב וועט דאס זיין ערגעץ אנדערש וועט ער זיך נישט קומען באטייליגן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 19:34 לינק ישיר 

נישט קיין נפק"מ וואס די סיבה פון פאלקאוויטש זיידע איז! דער מחותן איז מחוייב דאורייתא מיט כיבוד אב און נישט מיט כיבוד שווער. אויב זיין טאטע פאדערט און זאגט אז אויב טראגט ער אוועק די חתונה קומט ער נישט איז דער מחותן מחוייב מדאורייתא דארט חתונה צו מאכן טראץ דעם וואס זיין שווער איז א חסיד פונם חכם מחוכם.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 19:38 לינק ישיר 

חיי שעה, ביסט א טיפש עצום, פאלקאוויטש איז אויך א שווער, ר' חיים שטערן איז א שווער פון איין מחותן, און ראובן פאלקאוויטש איז א שווער פון אנדערן מחותן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 19:38 לינק ישיר 

חיי שעה, דשאסט פאר די רעקארדס, פאלקאוויטש איז א שווער פארן מחותן שטעסל, אין שטערן איז א שווער פארן מחותן גאנץ, יעצט זיי מסביר דיין מורהדיגע סברה, שור שנגח את הפרה טי רי רי ראם טי רי רי ראם!!!!

משהלע סארי פארן אריינהאקן, כהאב נישט געהאט געזעהן דיין תגיבה



תוקן על ידי טראכטן ב- 09/11/2010 19:41:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 19:40 לינק ישיר 

מורא'דיג, מיר געכאפט ביים ווארט איך האב געשריבן מחותן און נישט מחותן'סטע

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.