בית פורומים אידישע געדאנק

אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2010 02:38 לינק ישיר 

zibala כתב:

1( וויזניצער רבי דארף קומען קראנקערהייט פון א"י... 2) איבערדרייען קען איין מענטש והראי' אמ"ג'ס דרשה אין ביהמ"ד הגדול ווען עס זענען דארט געווען הונדערטער ארונים. עס איז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז אמעריקע האט אונטערגעשטעלט 9/11 ווייל עס איז 20 טעראריסטן קעגן 300,000,000 מענטשן.... און איך מיין אז עס איז דא מער ווי איין בנ"י בהמה וואס וועט אריינקומען שרייען
1) כ'האב נישט געוויסט אז דער וויזניצער איז שוין קראנק פינעף אין צוואנציג יאר, אינטערעסאנט אז צו די סקווערע חתונה אנפאנג ס' יארן האט ער זיך באטייליגט קראנקערהייט, איז נישט סאשע פינקט אזא טאכטער??
2) אינטערעסאנט... איין מענטש קען טאקע איבערדרייען רעבארענס חתונות אין ס'האט נישט פאסירט עד היום זינט מענדעלע'ס חתונה אז א בני יואל זאל איבערדרייען זיינ'ס א חתונה... האבן זיי נישט מער פיינט רעבארען ווי דעם וויזניצער?

מ'דארף זיין א תינוק נישט צופארשטיין די חילוק פון ר' אמ"ג ביי מענדעלע ס'נאך דעמאלטס קיין בנ"י נישט געווען יעדער האט געדאווענט אין ווייסן שויהל צונאזאם, משא"כ די שפעטערע יארן איז קיין בנ"י שוין נישט געדאווענט דארט ומכש"כ זייך באטייליגט ביי זיינע חתונות

יהיה איך שיהיה - לו יהא אז די בנ"י זענען טאקע אזאנע קנאים פ"וו זאל ער נישט אזויפיל טוהן פאר זיין שווער צו טראגן די חתונה צוואנציג מייל קיין סקווער דארט האט קיינער קיינמאל נישט מבזה געווען זיין שווער?

_________________

1( זיי האבן אים טאקע מער פיינט. אבער זיי דארפן א תירוץ צו פארשטערן יענעמס חתונה.נאך אלעם איז היינט א דיפלאמאטישע וועלט און דעמאלטס האבן זיי געהאט (לשיטת מוחם העוקם) א תירוץ אז וויזניץ האט נישט וואס צו זוכן ביי א סאטמארע חתונה. 2) והוא העיקר. ווער זאגט אז ער האט נישט גערופן? ווייל ער איז נישט געקומען מיינט אז ער(אדער זיינע מענטשן) האבן נישט געוואלט ער זאל קומען נאכן האבן אזא עקספיריענס(און חוץ דעם פארגעסט נישט. ווי שטארק מיר האבן פיינט וויזשניץ. האט אונז וויזשניץ סאך מער פיינט) 3) זייער קלוג גרעדט... סאטמאר רבי (דעמאלטס רב) זאל טראגן די חתונה קיין סקווער... און בכלל. בנ"י קען די וועג קיין סקווער אויך...און ווי אויבן גערעדט פעלט אויס איי יחיד צו צושטערן א חתונה. איין זאך. ענטפער נאר צום זאך ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 21:01 לינק ישיר 

מרת ר. גאנץ מחברתו החשובה פון דעם חצוף מחוצף שאולי גאנץ רופט נעבעך יעדן פון איר משפחה און בעט זיך ברחמים ובתחנונים אז מען זאל קומען אויף שבת שבע ברכות באשיינען די שמחה, (כאטש זי איז דער צד החתן) זי וויינט אז די חתונה האט מען איר צושטערט מיט דעם וואס 90% פון איר משפחה איז נישט געקומען, זי טענה'ט אז דאס דארט חתונה מאכן איז געווען למורת רוחה, זי האט זיך געבעטן צו איר מאן ער זאל אויף איר רחמנות האבן און אוועק טראגן די חתונה אזוי אז איר טאטע זאל קענען באשיינען, אבער שאולי וואס איז באקאנט צו זיין א געפערליכער אכזר האט איר גענטפערט לא מיט א אל''ף, די חתונה גייט דארט זיין און דו וועסט זען אז אלע וועלן קומען ווי טאטעלעך, כהבטחת הרב מ...,  נו, די רעסט איז היסטארי, אלע זענען טאקע געקומען ווי טאטעלעך, פונקט ווי דער טאטע ר' חיים...,  נו, מרת גאנץ איז אין א דעפרעסיע, זי האלט נעבעך פאר א צוזאמען בראך, בעט זי זיך ביי די משפחה, אפילו ביי די דריטע און פערדע קאזינס זאלן קומען צו שבע ברכות, אבער לעת עתה האבן אלע גענטפערט אז מען האט מיט איר גרויס מיטלייד, אבער דאס איז נישט א ענין פון טשעפען אדער פאליטיק, דאס איז יסודות'דיגע ענינים, און מיטן בעסטן ווילן קענען זיי נישט גיין, נאר בתנאי אז מען מאכט איבער די קידושין, אצינד פארארבייט זי מעשים ביי איר מאן, און עס איז מעגליך אז פונקט ווי שאולי איז געווען דער ערשטער בני המן צו זאגן פאר א טאטן קענסט דיר זיצן אינדערהיים, אזוי וועט ער אפשר זיין דער ערשטער פורץ גדר איבער צו מאכן די קידושין, מי יתן והי',



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 21:10 לינק ישיר 

משהלע מיין קינד,
זאג מיר אצינד,
פארוואס ביסטו אזוי ציטראגן,
אויף דיינע תגיבות קען מען זעהן,
 אפעס איז מיט דיר געשהן,
 דעם אמת טו מיר זאגן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 21:32 לינק ישיר 

מלך_מלכים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 22:35 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
משהלע מיין קינד,
זאג מיר אצינד,
פארוואס ביסטו אזוי ציטראגן,
אויף דיינע תגיבות קען מען זעהן,
 אפעס איז מיט דיר געשהן,
 דעם אמת טו מיר זאגן,


מלך זיסער איך וועל דיר זאגן,
וואס עס טיט מיך נאגן,
פארוואס איך בין אזוי דערשלאגן,
גיב נאר א קיק,
פאסירט האט א מורא'דיגע אומגליק,
א איד מאכט חתונה בשעה טובה ומוצלחת,
דער זיידע דעלעבט שוין אביסל נחת,
דער זיידע ווארט שוין ביי די שמחה צו זיין,
ווען דאס אייניקל טיט אינטער די חופה גיין,
אין פלוצליג די ביטערע בשורה,
די חופה איז שלא ברשות המרה דאתרא,
זיך משתתף זיין ביי די שמחה איז באיסור גמורה,
די אלע משתתפים זענען עובר א איסור חמורה,
דער זיידע וויינט על גבי המזבח,
ווייל כיבוד אב ביי די מחוצפים איז נישט שייך,
נישט וועלנדיג פון די עבירה זיך אפבריען,
האט דער זיידע באשלאסן פון דא אוועק פליען,
בקהלם אל תחד כבודי,
ועל זה דוה לבי... 
איך האף אז די טיסט א פארשטיי,
וואס עס טיט מיר וויי,
דעם זיידענס וויי געשריי,
און אצינד גוד ביי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 22:42 לינק ישיר 

משהלע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 04:34 לינק ישיר 

משהלע משהלע
נישט אז איך רעד מיך איין אז איך גיי דיר פארציילען די אמתדיגע מעשה דעמאלטס וועסטי זיך איבער צייגען אז די ביסט א פאלנער ליגענער נאר כדי דער עולם זאל וויסען דעם אמת וויל איך פאר יעדעם איבערגעבין דעם ריינעם אמת
אין דאס וועט אי"ה זיין דאס לעצטע מאל וואס איך גיי רעדין פין דעם חתונה אין דעם אשכול. 
איז אזוי מרת גאנץ ווינט בכלל נישט
זי האט ברוך השם געהאט א הערליכע חתונה אינעם נייעם זאל אין יעדער איינער וואס איז דארט א קאזין איז געהעריג געקימען
אויסער פיר מענטשען וואס וואלטען לויט נארמאלע אמשטענדען יא געקימען זענען דא נישט געקימען
דאס זענען ר' עקיבהלע גאנץ אין דער ברודער פין בארא ראג אין קארפעט אין איך מיין דער ברידער פין קרית יואל אויך נישט איך בין נישט זיכער
אויסער דעם זענען דאס ערשטע מאל ארויסגעקימען צווייטע קאזינס פין שטאט אפילו פין בארא פארק אויך
אין אויך איז כדי אז דער עולם זאל וויסען וואס דער טאטע ר' חיים האט זיך אויסגעדריקט פאר זיין איינציגע טאכטער גלייך נאך די חופה אז ער וויל איר ווינטשען א הארציגע מזל טוב מיט אלעם גיטען
אין אז ער גייט אנגעטין מיטען שטריימען אין פאלם ספרינגס אין ער האט שוין אויסגעזאגט דריי מאל תהילים אין ער האט אויך מיטגעהאלטען די חופה פין זיין באליבטען אייניקעל דארעך א האק אפ
איי פארוואס איז ער נישט געקימען דאס איז ווייל זיין זין פין בארא ראג אין קארפעט
(דער הייליגער באשעפער וועט אים אויך געבין זיינס ער איז נאך קיינעם נישט שילדיג געבליבען אפילו פאר דיין רבי דער ר' משה טייטעלבוים אויך נישט)האט אים פארדרייט א קאפ מיט הוילע שטותים
אין ער האט אויך געזאגט אז ער איז נישט מוחל בזה ובבא פאר דעם
אין אויך האט ער איר ציגעזאגט אז ער האט נישט קיין טראפ פאראיבל אויף איר ער פארשטייט אלע זייטען דא 

למעשה ווי די שרייבסט נאכדעם וועגען דעם באוויסטען אכזר ר' שאול
דא זעט מען אז די ווייסט ניטאמאל ווער ר' שאול איז 
אויב קענסטי טרעפין אין יוד אינעם כדור העולם וואס קען זאגען אז ר' שאול האט אים וויי געטין מיט דאס מינדעסטע זאך קענסטי יעצט אויפפיקען א הידערטער פין מיר פארשטייט זיך דארען א שליש
אבער איך בין גרייט דערפאר הינדערט פראצענט
דער יוד איז א טייערע איד וואס האט נאך אפילו קיין פליג נישט געטשעפעט
אדרבה ער העלפט איעדען יוד נישט קיין חילוק וואספארא אגענדע יענער האט 

יעצט ווייטער וועגען דעם שבת שבע ברכות זעט זיך אויס אז די האסט פארגעסין דין וועג ווי אזוי דאס ארבעט
אז ריפען ריפט די כלה'ס זייט אין זיי האבען א רעכט צי ריפען וועם זיי ווילען אין זיי דארפען ניטאמאל ריפען דען זיידען פין די חתן זייט אין אפילו נישט דעם טאטען פינעם חתן
סא מרת ר גאנץ ריפט טאקע נישט קיינעם.

אין דאס וואס די שרייסט חי וקים
אז מרת גאנץ האט פארפירט אז זי וויל אוועקטראגען די חתונה וויל איך דיר מוסר מדעה זיין אז איך בין א קרוב דארט אין זי האט מיך פערזענליך אנגעריפען איינציליידענען אין איך האב איר געפרעגט צי עס איז אמת אז זי וויל נישט דארטען חתונה מאכען האט זי אנגעפאנגען לאכען אין זי האט מיר געזאגט אז אפשר איר ברידער וויל אז זי זאל נישט וועלין אבער זי איז ב"ה העכסט ציפרידען דארטען חתונה מאכען ממש א שפאן אוועק פין איר הויז 
אין אויך האב איך היינט געריפען אין זי איז ב"ה געוועזען העכסט בשימחה אין זיך אויסגעדריקט אז דאס איז געווען א הערליכע שימחה
אין די זעלבע האט זיך ר' שאול אויסגעדריקט 

יעצט משהלע ווייטער איז ניטאמאל אינטרעסאנט זיך אפציגעבין מיט דיינע פערדישקייטען וועגין איבער מאכען די קדושין דאס איז דאך סתם דאמירן בעלמה אוודאי וואלסטי געוואלט אז דאס זאל געשען אבער דאס וועט נישט געשען מיר זענען יודישע קינדער צי עס געפעלט דיר צי נישט די 
מיר פארלאזען זיך אויף די פסק פין אלע גדולי ישראל וואס האבען אינז אלע פה אחד מתיר געווען דעם זאל 
אין נישט אלעס איז טאקע פארשריבען אבער אינז זענען געגאנגען פרעגען אין זיי האבען אלע געזאגט אז עס ניטאמאל א שאלה 
אין אויך די וואס האבען יא אינטערגעשריבען בפירוש 
אין אויך דיין דיין ר' געציל בערקווויטש האט געזאגט אז די גאנצע איסור האט גארנישט מיט בני יואל ד'סאטמאר עס זענען דא באגלייבטע עדות אויף דעם
אין בסך הכל בלייבט איבער איין איינציגער ר'בנציון לאב
נא זיין מיינונג מיז דאך נישט ווערין אנגענימען ביי אינז
אין איך קען דיר ציזאגען אז ער ווייסט ניטאמאל ווי בני יואל געפינט זיך
ער האט נישט קיין השגה ווי ווייט דאס איז פין קרית יואל.
אין נישט פארגעסין ער איז א באצאלטער דיין
ממילא ווען ער זאגט עפעס איז עס אינז אינגאנצען נישט מחייב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 19:53 לינק ישיר 


א גוט מארגן, ירא הקהל וישפוט, זאל דער עולם זען וואס איז דער חילוק פון דעם ענגלישן MOISHE12 צום אידישן משהלע, בו בזמן וואס דער אידישער משהלע שרייבט אייך דברים כהווייתן דעם פשוטן אמת, אן קיין דריידלעך, נישט צו געפיצט, נישט אפגעשיילט, נישט האלבע אמת מיט גאנצע שקרים, פשוט און גראד דעם אמתדיגן  "אמת", קומט דער ענגלישער MOISHE און אפערט ענק א, "ריינעם" אמת, א אמת וואס איז שיין זויבער און צו געפיצט, א אמת וואס איז ריין פון ווערעם, א אמת וואס מען האט אפגעשיילט און אראפ גענומען די חלקים וואס עס פאסט נישט פאר די מתולעים, אן אמת וואס מען האט צו געגלאנצט און צו געפוצט זאל שטומען מיט זייער מערכה, און דערובער איז דאס א "ריינער" אמת.

און איך האב הנאה אז דער ענגלישער MOISHE האט פארשפראכן נישט צו ענטפערן, ווייל איך האלט אויך נישט ווייטער ביים צוען דעם שמועס, מיין ציל מיט מפרסם זיין די איינצלהייטן איז נאר בעיקר געווען פאר די חתונה כדי אז דער חצוף זאל זיך בארעכענען און זאל חוזר זיין פון זיינע מעשים תעתועים, אבער אצינד אז דער פארברעך איז שוין אפגעטוהן, האט שוין נישט קיין שום זין דאס ווייטער ארום צו נישטערן, דאס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם, ובפרט פארן צובראכענעם זיידע,

דאס אז דו שרייבסט אז מרת גאנץ וויינט נישט און איז זייער צופרידן פון דעם אויסגאנג פוןדי קאנטרעווערסיע, אויב וואלט דאס אמת געווען, וואלט דאס געווען אסאך ביטערער און צו שאנד און שפאט פאר יעדען, וואס הייסט?, ס'ארט איר גארנישט אז איר טאטע האט זיך נישט באטייליגט ביי איר שמחה?, זי איז נאך העפי דערמיט?, שטעלט דאס איר נישט אין א טינקעלען ליכט?, אבער דאס איז שוא ושקר, זי איז נעבעך צובראכן כחרס הנשבר, זי איז א קרבן פון איר טיראנישן מאן, זי האט נעבעך נישט געהאט קיין ברירה, אירע ביטערע טרערן און יאמערליכע געוויין איז זייער שנעל שטיל געווארן דורך איר אכזריותדיגן מאן,  וויפיל דער ענגלישער MOISHELE וועט פראבירן אראפ צו מאלן דעם אכזר שאולי גאנץ, ווי א זיס אומשולדיג שעפעלע, וועט דאס נישט טוישן דעם מצב, מרת גאנץ האט אין איר לעבן קיין גיטן טאג נישט געהאט, ער איז א עקשן איום ונורא, אלעס דארף גיין זיין וועג, און אח און וויי טאמער דערוואגט מען זיך צו זאגן אנדערשט פון עם, על כל פנים ער איז נישט קיין ממ... ער איז יואליש גאנץ'ס זון, 

יעצט צום ענין, זאל איעדער זען בחוש וואס עס הייסט א "ריינער" צוגעפיצטער אמת, און וואס עס איז א פשוט און גראדער אמת, די ווערזיע פונעם מזייף MOISHE שטימט נישט און איז מופרך מעיקרא, אמת ר' חיים האט אנגערופן זיין בת יחידה און איר אנגעוואונטשן א הארציגן מזל טוב, אבער די איבעריגע סטעיטמענטס איז בלויז אויסגעטראכט צו צופיצן די פאקטן, 

לויט דעם שקרן וכזבן איז שוין דא א נייער שולדיגער, אויס ספינקער רבי ר' אביש, דער ממלא מקום פון רבי אביש איז נישט קיין אנדערער פון ר' יוסף בנימין שטערן דער זון פון ר' חיים, איי וויאזוי האט ר' יוסף בנימין מער השפעה פון א אייגענע טאכטער?, א באליבטע בת יחידה? נו, א קשיא אויף א מעשה!, לאמיר ווייטער גיין, ר' יוסף שטערן האט געהעצט דעם טאטן אזוי ווייט אז דער טאטע האט באשלאסן צו כאפן א פליגער פאר שבת באווארפן און אוועק געפארן קיין האט ספרינגס, דאס איז דאך קלאר און נישט תלוי בפלוגתא, שטימט?, יעצט קומט דער כזבן וזייפן און שרייבט אז דער ר' חיים האט באקומען מורא'דיגע שולדיג געפילן, אזש אז ער האט זיך אויסגעדריקט אז ער איז נישט מוחל פאר זיין זון בזה ובבא, אה קיי, לאמיר זען, ווען האט ר' חיים אנגעהויבן צו באקומען די חרטה געפילן, פאר שבת?, נאך שבת?, יום החתונה?, בשעת החתונה?, ווען? מיר ווייסן (לויט עם) אז ער האט אנגעטוהן א שטריימל לכבוד די חתונה דארט אין ווייטן האט ספרינגס, (מסתמא כדי דער עולם זאל נישט מיינען אז ער וועפט ל''ע, האט ער ווארשיינדליך ארויס געלייגט א גרויסן טאוועל מיט "שמחת בית שטערן-גאנץ", יעדער זאל זען אז ער איז ב''ה שפוי בדעתו, און אז ער ווייסט אז ס'איז מאנטיג נאכמיטאג, און נישט שבת), לאמיר פרעגן א הארבע פראגע, האט ר' חיים נישט געקענט כאפן א פליגער און צוריק קומען צו פליען זיך משתתף זיין ביי די חתונה?, אויב האט ער באמת באקומען חרטה געפילן אויף זיין אקט, איז דאך נישט שווער געווען צו כאפן א פליגער און זיך צו באווייזן ביי די חתונה, וואס זאגט איר? ער האט ערשט אנגעהויבן צו באקומען די חרטה געפילן בשעת די חתונה, און עס איז שוין געווען צו שפעט צו כאפן א פליגער?, נו, אויב אזוי, וואס טיט זיך נאך די חתונה?, וואס טיט זיך מיט א שבע ברכות?, אדער גאר שבת שבע ברכות? ער קען דאך נאך אריין כאפן א שטיקל חלק פון די שמחה, און דאן וועט ער אפשר יא קענען מוחל זיין פאר זיין זון יוסף בנימין שטערן, איז אייך באמת נישט שווער געווען די קשיא ביים ליינען די פאנטאזיעס פון דעם ענגלישן MOISHE12?,

אבער דער תירוץ איז זייער פשוט, דער ענגלישער MOISHE איז א פאלנער שקרן וכזבן, א נידער טרעכטיגער פאנטאזירער, וואס איז דא אויסן נאר איין זאך, פארענטפערן א ביטערן חצוף מחוצף, און באשמיצן אומשולדיגע מענטשן, לולי דמסתפינא (פון די תקנת הפורום) וואלט איך געזאגט אז דער שרייבער פון דעם תגובה איז גאר דער חצוף מחוצף אליין, עס קאסט מיך א לאך, ר' חיים שטערן איז אוועק געלאפן פון די חתונה, נישט וועלענדיג זיך משתתף זיין אין א חתונה ווי די קידושין איז שלא ברשות ונגד דעם מרא דאתרא, אבער דארט אין די מרחקים בינו לבין עצמו האט ער אנגעטוהן דעם שטריימל, פארגעסט נישט, דארט אין האט ספרינגס איז דאך דריי שעה פריער, דאס מיינט אז אנהייב מאנטיג נאכמיטאג האט זיך ר' חיים שטערן אנגעטון דאס שטריימל, און ארום געוואקט ווי א חתן אין די שבע ברכות מיט א שטריימל, (יעדער האט עם מוסר געזאגט אז א חתן טאר נישט גיין אליין אין די שבע ברכות...), איין זאך בין איך מודה און איז יא אמת, אז שבת באווארפן איז ר' חיים יא געגאנגען מיט א שטריימל, (ווארשיינדליך לכבוד די באווארפן פון אייניקל...), 

יעצט צום בלויזן אמת, די פאקטן כהווייתן, נישט צו געפיצט, און נישט געפאלישט, ר' יוסף בנימין שטערן האט צו זיין טאטע בכלל קיין מאל נישט גערעדט פון דעם ענין, דער טאטע האט עם נאר איינמאל לעצטינס געזאגט אז דאנערשטיג תולדות פארט ער קיין האט ספרינגס אויף 10 טאג, דאס אלעס, ומעשה שהי' כך הי', דעם זומער ווען שאולי האט זיך געשלאגן מיט די דיעה צו ער זאל מאכן די חתונה אין דעם טריפענעם האל צו נישט, האט ער געפרעגט זיין שווער אז אויב מאכט ער דארט חתונה צו ער וואלט זיך משתתף געווען, האט עם דער שווער גענטפערט אז ער ווייסט נאך נישט, (איר קענט באשולדיגן ר' חיים אז ער איז גאר שולדיג ווייל ער האט גענטפערט אז ער ווייסט נישט) און דאס האט געגעבן אביסל חיזוק פאר שאולי אז אפשר וועט דער שווער יא קומען, איז ער געגאנגן און ארויס גענומען דעם האל, ביני לביני האט ר' חיים אנגערופן זיין זון ר' משה ברוך פון קרית יואל, און עם באאויפטראגט אראפ צו גיין פערזענדליך צום דיין רבי געציל שליט''א און עם פרעגן כדת מה לעשות, צו מעג ער גיין צו נישט, דער ענטפער פון רבי געציל איז געווען קלאר און דייטליך, אז על פי תורה טאר מען זיך נישט משתתף זיין נישט ביי די חתונה און נישט ביי די ארומיגע שמחות באווארפן און שבע ברכות, מיט דעם פסק האט ר' חיים מחליט געווען אז ער גייט נישט גיין צו די חתונה, ער האט ווי א מענטש אנגערופן די טאכטער און געזאגט אז ער האט באקומען א פסק הלכה אז מען טאר זיך נישט משתתף זיין, און אז ער האט מחליט געווען אז ער גייט נישט גיין צו די חתונה, (ער האט נישט פארפירט, ער האט נישט געהייסן אוועק פירן די חתונה, ער האט זיך בכלל נישט געמישט, -באשולדיגונג נומבער צוויי אקעגן ר' חיים...), אין שטוב ביי שאולי איז געווארן א תשעה באב, די טאכטער האט דאס נישט געקענט אראפ שלינגען אז איר טאטע זאל נישט קומען צו איר שמחה, האט זי אנגעהויבן צו פארפירן ביי איר מאן אז זי וויל נישט דארט חתוונה מאכן, שאולי איז אריבער געלאפן צו כ''ק אדמו''ר הגה''ק משארמאש שליט''א און במר נפשו זיך אפגערעדט במר לבבו אין וואס פאר א פלאנטער ער איז, דער שווער וויל נישט קומען צו די חתונה, דער הייליגער רבי שליט''א האט זיך פארגלייזט די אויגן און נאך א קורצן שטיל שווייגעניש רופט ער זיך אן, "איך בין דיר מבטיח אז דיין שווער גייט יא קומען צו די חתונה, ער שפילט נאר מיט דיר, אבער ביי די ענדע וועט ער יא קומען", מיט די דאזיגע הבטחה האט זיך שאולי אומגעקערט אהיים און געזאגט פאר זיין ווייב אז דער גרויסער צדיק האט מבטיח געווען אז איר טאטע גייט יא קומען, דער זמן החתונה דערנענטערט זיך און דער טאטע האלט זיך ביי זיינעם, ער גייט נישט גיין, האט זיך אנגעהויבן א מעכטיגער טעראר אפעראציע, שאוליס ברודערס, שאוליס קינדער יואליש גאנץ, שמואל דוד גאנץ, ועוד ועוד, האבן אנגעהויבן א טאג טעגליכע פרעשער, און אנגעהויבן צו דריקן דעם ר' חיים אז ער זאל זיך ברעכן און יא גיין צו די חתונה, ר' חיים האט געזען מיט וועם ער האט צו טון, האט ער מחליט געווען אז ער וועט אוועק פארן און זיך נישט אריין לייגן אין א מצב ער זאל זיך חלילה דארפן ברעכן, ווען די טאכטער איז געוואויר געווארן דערפון, האט זי שיעור נישט געכאפט א נערוון בראך, זי האט מיט פארצווייפלונג אנגהויבן זיך צו בעטן בתחנונים צו איר מאן אז זי וויל נישט די חתונה זאל דארט זיין, אבער שאולי האט איר מיט אכזריות שטיל געמאכט, בדלית ברירה האט זי אפגעשריבן א הארציגן בריף פון כמעט 20 בלעטער צו איר טאטע, אבער דער טאטע מורא האבן'דיג אז ער וועט נישט קענען עומד בנסיון זיין, האט מחליט געווען נישט צו ליינען דעם בריף. ע''כ דער אמת'ער מעשה מתחילתו ועד סופו, 

יעצט לאמיר זען ווער עס איז נישט געווען אויף די חתונה (וואס ביי די אנדערע חתונות פון שאולי זענען זיי יא געווען), קודם דער גרעסטער מחותן דער חשובער זיידע ר' חיים שטערן שליט''א, יואליש גאנץ'ס ברודערס רבי עקיבא און ר' מרדכי מיט די קינדער , (ר' אברהם יעקב,  ווייס איך נישט, אבער פון זיינע קינדער זענען רוב נישט געווען) יואליש גאנץ'ס שוואגער ר' הערשל קליין, מיט די קינדער, ר' משה ברוך שטערן מיט זיינע קינדער, ר' יוסף בנימין שטערן מיט זיינע קינדער, פון די אקערמאן'ס וואס זענען ערשטע קאזינס און האבן נאכנישט פארפעלט א חתונה איז קיינער נישט געווען, (כאטש כמעט אלע זענען זאליס) אויסער לכאורה ברוך מרדכי, אריבער  15 אייניקלעך פון ר' יעקב שרייבער ע''ה (וואס זענען ערשטע קאזינס פון שאולי גאנץ, און ווייל דער זיידע ר' חיים איז נישט געגאנגען זענען זיי אויך נישט געגאנגען, ווי רבי יושע נחמן בערגער, ר' חיים אלי' בערגער, ר' פנחס שפירא (וואס איז א טאפעלטער קאזין) , ר' טובי' שרייבער ועוד, און אלע זייערע קינדער (כאטשיג די וואס וואוינען אין קרית יואל, וואס וואלטן זיכער געגאנגען), איך רעד שוין נישט פון דעם צד השני, די שטעסל'ס, שפיצערס, וכו', לויט די משתתפים, איז דארט געווען ממש געציילטע שטריימליך, רוב רובם פון די משפחה איז נישט דארט געווען, לא בחינם רופט מרת גאנץ די משפחה און בעט זיך אז כאטשיג צו די שבת ברכות זאל מען קומען און יעדער זאגט איר אפ, (נעבעך, דער ענגלישער MOISHELE האט מיך געכאפט ביי די מעשה, און האט ערפינדן אז שבת שבע ברכות מאכן דער צד הכלה, און גאנץ איז צד החתן, אויב וואלט דער טיפש געליינט מיין תגובה וואלט ער געזען אז ער האט נישט ערפינדן אמעריקע, און איך האט דאס קלאר ערוועינט אז טראץ וואס גאנץ איז דער צד החתן בעט זי אז מען זאל קומען אויף שבת שבע ברכות),

דער צודרייטער MOISHELE טיילט שוין איין דעם באשעפער און מאנט זייער שטארק אז ער זאל באשטראפן דעם זון ר' יוסף בנימין שטערן, וויל איך זאגן פאר דעם רשע מרושע, אויב גלייבסטו אין שכר ועונש דאן לויף אריבער צו ר' יוסף בנימין און זיי עהם מפייס, ארור מכה רעהו בסתר, דו האסט עם אזוי ביטערליך באשמוצט על לא עוול בכפו, און אויב גלייבסטו אז דער באשעפער בלייבט נישט שולדיג, וואלסטו געדארפט זיין היבש באזארגט...

און די סוגיא צו מען מעג דארט חתונה מאכן צו נישט וויל איך בכלל נישט אריין גיין, דאס איז בכלל נישט דער נושא, און נישט  דער מדובר, איך וועל דיך נישט איבער מאכן, און דו וועסט מיך נישט איבער מאכן, דער היתר פון די פליפלאפ רבנים (עירוב, תועבה וואלן, סקול דיסטריקט יוכיח) וועט מיך נישט קאנווינצן, און דעם דיין רבי געציל'ס פסק וועט דיך נישט קאנווינצן, אלזא, נא קאמענד איבער דעם נושא, אבער איך דארף מודה זיין, אז יא, איך וואלט געוואלט אז מען זאל איבער מאכן די קידושין, אבער איך ווייס אז דאס גייט נישט געשען...

MOISHE12 איך בין דיך דא מפייס ברבים טאמער איך האב דיך מבזה געווען, איך וויל נישט טשעפן מיט קיינעם, ובפרט אז עס איז גאנץ מעגליך אז מיר זענען גאר משפחה, (אפשר הייסן מיר נאכן זעלבן משה, ווער ווייסט). אזלא זיי מיר מוחל, ויהי רצון אז מען זאל זיך עפענען די אויגן און איינזען דעם אמת, און דאס וועט לכאורה נאר געשען בביאת גואל צדק ומלכינו בראשינו בב''א.

















תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 11/11/2010 20:29:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 20:04 לינק ישיר 

אידישער משהלע, בדחנות איז דיין פאך? עס שטייט זייער גוט אויף דיר...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 20:07 לינק ישיר 

פריש, זיי נישט קיין אכזר, ער האט זיך נעבעך אנגעארבייט צוויי טעג אויף די באמבע, לאז אים כאטש אפאר מינוט זיין העפי. 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 20:25 לינק ישיר 

גארנישט געארבעט מיר זעט דאס ליבערשט אויס ארויסגעשאקלט פון ארבעל וד"ל

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 22:02 לינק ישיר 

פארפאלען משהלע ווייסט צופויהל פאקטען, קוקט אויס אז ער וואוינט אויפן זעלבן בלאק פון די זאל, פון דער "באקאנטער" אכזר ר' שאול, פון די שטעסל משפחה

סעמיר געווען זוי עמאשענעל ממש ביז טרערן פון די ספאאקי סטארי וואס דער אידישער נערויני צולייגט אויף קליין געלט סעוואלט מיר געווען גאר אינטערעסאנט ציוויסן נאך אפאר דיטעלס

למשל, וויאזוי איז געלונגען פאר ר' שאול שטיל צומאכען זיין ווייב, געסטאזא שלינגעריין "אירע ביטערע טרערן און יאמערליכע געוויין איז זייער שנעל שטיל געווארן דורך איר אכזריותדיגן מאן", הפלא ופלא ער מוז דאך זיין א מעדשזישאן צו ווייזען אזאנע ווינדער  פון ביטער און יאמער און פלוצים שטיל, ס'לייגט זיך שווער אויפן שכל אז די ביסט שוין פארהייראט, האס דאך נישט די מינדעסטע באגריף וואס מיינט ביטערע טרערן און יאמערליכן געוויין פון א אידישע פרוי דאס קען אפילו אזא באקאנטע האטנעקיגע אכזר ווי ר' שאול נישט בייקומען

עניוועיס משום אל תמנע מוז איך מודה זיין אז איך ענדשוי דיינע תגובות ביזטאך אזוי קיוט, נאר איך טראכט אז זאלסט אראפ לאזען די טאאן, שרייסט אביסעל צו הויעך. די פאקטן וואס די שרייבסט שמעקט צו זיין גאנץ קרוב לאמת אבער די נעמען פון די באטרעפענדע אין די דאטום פון די מאורע האסטע געמאכט א מישמאש.

די מעשה גייט צוריק ווען רעבארען האט חתונה צווייטע קעצעלע

, אמת ר' משה יהושע האט אנגערופן זיין סאשע'נקע און איר אנגעוואונטשן א הארציגן מזל טוב, , 

יעצט צום בלויזן אמת, די פאקטן כהווייתן, נישט צו געפיצט, און נישט געפאלישט, ר'
מענדעלע האגער האט צו זיין טאטע בכלל קיין מאל נישט גערעדט פון דעם ענין, דער טאטע האט עם נאר איינמאל געהאט געזאגט אז גייט קיין מאנרא צו די חתונה נישט גיין, דאס אלעס, ומעשה שהי' כך הי', דעם זומער ווען רעבארען האט זיך געשלאגן מיט די דיעה צו ער זאל מאכן די חתונה אין מאנרא צו נישט, האט ער געפרעגט זיין שווער אז אויב מאכט ער דארט חתונה צו ער וואלט זיך משתתף געווען, האט עם דער שווער גענטפערט אז ער ווייסט נאך נישט, (איר קענט באשולדיגן ר' משהלע אז ער איז גאר שולדיג ווייל ער האט גענטפערט אז ער ווייסט נישט) און דאס האט געגעבן אביסל חיזוק פאר רעבארען אז אפשר וועט דער שווער יא קומען, איז ער געגאנגן און ארויס גענומען דעם האל, ביני לביני האט ר' משה'לע אנגערופן זיין זון ר' מענדעלע פון בני ברק, און עם באאויפטראגט אראפ צו גיין פערזענדליך צום דיין רבי געציל שליט''א און עם פרעגן כדת מה לעשות, צו מעג ער גיין צו נישט, דער ענטפער פון רבי געציל איז געווען קלאר און דייטליך, אז על פי תורה טאר מען זיך נישט משתתף זיין נישט ביי די חתונה און נישט ביי די ארומיגע שמחות באווארפן און שבע ברכות, מיט דעם פסק האט ר' משהלע מחליט געווען אז ער גייט נישט גיין צו די חתונה, ער האט ווי א מענטש אנגערופן די טאכטער און געזאגט אז ער האט באקומען א פסק הלכה אז מען טאר זיך נישט משתתף זיין, און אז ער האט מחליט געווען אז ער גייט נישט גיין צו די חתונה, (ער האט נישט פארפירט, ער האט נישט געהייסן אוועק פירן די חתונה, ער האט זיך בכלל נישט געמישט, -באשולדיגונג נומבער צוויי אקעגן ר' משה'לע...), אין שטוב ביי רעבארען איז געווארן א תשעה באב, סאשענ'קע קאקאש קעיק  האט דאס נישט געקענט אראפ שלינגען אז איר טאטע זאל נישט קומען צו איר שמחה, האט זי אנגעהויבן צו פארפירן ביי איר מאן אז זי וויל נישט דארט חתוונה מאכן, רעבארען  איז אריבער געלאפן צו כ''ק אדמו''ר ר' מתתי' דייטש שליט''א און במר נפשו זיך אפגערעדט במר לבבו אין וואס פאר א פלאנטער ער איז, דער שווער וויל נישט קומען צו די חתונה, דער הייליגער רבי מתתי' שליט''א האט זיך פארגלייזט די אויגן און נאך א קורצן שטיל שווייגעניש רופט ער זיך אן, "איך בין דיר מבטיח אז דיין שווער גייט יא קומען צו די חתונה, ער שפילט נאר מיט דיר, אבער ביי די ענדע וועט ער יא קומען", מיט די דאזיגע הבטחה האט זיך רעבארען  אומגעקערט אהיים און געזאגט פאר זיין ווייב אז דער גרויסער צדיק האט מבטיח געווען אז איר טאטע גייט יא קומען, דער זמן החתונה דערנענטערט זיך און דער טאטע האלט זיך ביי זיינעם, ער גייט נישט גיין, האט זיך אנגעהויבן א מעכטיגער טעראר אפעראציע, רעבארענס ברודער שלום לעזערל, רעבארענס  קינדער, ועוד ועוד, האבן אנגעהויבן א טאג טעגליכע פרעשער, און אנגעהויבן צו דריקן דעם ר' משה'לע אז ער זאל זיך ברעכן און יא גיין צו די חתונה, ר' משה’לע האט געזען מיט וועם ער האט צו טון, האט ער מחליט געווען אז ער וועט אוועק פארן און זיך נישט אריין לייגן אין א מצב ער זאל זיך חלילה דארפן ברעכן, ווען סאשענ'קע איז געוואויר געווארן דערפון, האט זי (שיעור נישט) געכאפט א נערוון בראך, זי האט מיט פארצווייפלונג אנגהויבן זיך צו בעטן בתחנונים צו איר מאן אז זי וויל נישט די חתונה זאל דארט זיין, אבער רעבארען האט איר מיט אכזריות שטיל געמאכט, בדלית ברירה האט זי ארויס געשאלטן אפאר עיווריטישע סאברישע קללות  צו איר מאן , אין גלייך געקאלט  דשזאאדי בראך מיט לאה פאלאטטשעק זיך מנחם זיין 

יעצט לאמיר זען ווער עס איז נישט געווען אויף די חתונה (וואס ביי די אנדערע חתונות פון זענען זיי יא געווען), קודם דער גרעסטער מחותן דער חשובער זיידע ר'
משה’לע שליט''א וגומר


און די סוגיא צו מען מעג דארט חתונה מאכן צו נישט וויל איך בכלל נישט אריין גיין, דאס איז בכלל נישט דער נושא, און נישט  דער מדובר,
נאר פשוט אז דער זיידע וויל זיך נישט באטייליגען אין דעם זאל מאיזה סיבה שהוא האט דער איידעם אזויפיל געדארפט טוהן, סאטמאר האט שוין חתונה געמאכט אין באבוב, פאר אביסעל פחיתות הכבוד האט דער איידעם געקענטטראגן די שמחה קיין סקווער\בעלז אין שטעלן א גאדד אויפן אויבן אן אז די זיידעס פיס זאל נישט צובלוטיגעט ווערן אין מקוה פון דעם אנדערקאווער בני יואל

קענסט פרעגן יעדעם איינעם ולית מאן דפליג

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 22:30 לינק ישיר 

דער יודישער משה האט געמאכט דעם אנדערן צד צו חוזק, מעזעט אז ער וויסט די פאקטן, ער איז נאנט אין די משפחה, ער האט זיי גיט גישטעלט אופן פלאץ, און זיבעלע איז אינגאנצן גיטאטשט געווארן, איך מיין אז משהלע קען קלעימען וויקטארי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 22:40 לינק ישיר 

הארעי הארעי גא מוישי גא

נאכן איבערציילען די שטימען שטעלט זיך קלאר ארויס אז מוישעלע האט געוואנען די דיבאטע מיט א שטורעמדיגען לענסלייט ער האט צושמעטערט זיינע אפענענטן אז זיי קענען זיך די קאפ נישט הייבן

אן די פאפירענע שטימען האלט יעצט די געווינס 1-0 סעמיינט אין אנדערע ווערטער א קלארע הונדערט פראצענטיגע זיג

אן אינסיידער וואס וואוינט אויף מוישעלע בלאק גיט איבער אז צענדליגער הויכראנקיגע שרי היידפארק קומען און גייען פון מוישעלעס אישי קעסטל און גראטולירן איהם אויף די שטוינעדיגן זיג, פלעשער שאמפעין רינען ווי וואסער און די הויפקווארטיר פונעם אלוועלטליכען פרעסטיזשפולען בלאט

לחיים לחיים!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2010 05:57 לינק ישיר 
הגה"צ מ'שארמאש שליט"א vs. משה'לע. ווער איז מער נאמן?

ביז איצט איז דאס געווען אומזיסט vs. משה'לע, איצט איז עס שארמאשער רב מיט משה'לע.

שארמאשער רב שרייבט אין זיין מכתב, אז דער מחותן שטעסל זאגט אים אז ער וויל בשום אופן נישט אוועקפירן די חתונה.

פון די אנדערע זייט שטייט משה'לע, וואס וואוינט אויף איין בלאק מיט חיים שטערן און זיצט ביי די פעמילי געטדערינגס פון די משפחה, און - ווייזט אויס - פון דארט קען ער שאולי גאנץ אלס אכזר נורא... און ער שרייט חי וקיים אז ער האט אליין געהערט פוןדעם אכזר אז זיין מחותן איז יא מסכים אוועק צו פירן די חתונה, נאר ער וויל דוקא נישט (בתור אכזר מסתמא...).

נו. איך יתקיימו שניהם?

וועט מען מוזן צוקומען, אז כאטש משהלע איז זייער מדקדק אין שמירת תומ"צ, איז דא איין זאך אין וואס ער איז אביסל געשלאגן, ער זאגט נישט געהעריג דעם אמת, ד.ה. ער פאלט דורך פון צייט צו צייט מיט א ליגנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.