הכנות צום גרויסארטיגן מעמד כ"א כסליו גייט אריין די לעצטע פאזע
אצינד בעת מיר שרייבן די שורות זענען די מסירות נפש'דיגע עסקנים העכסט פארנומען מיט די לעצטע פאזע פון הכנות צום גרויסארטיגן מעמד כ"א כסליו וואס קומט אי"ה פאהר דעם מוצש"ק.
די ריזיגע זאלן פון "פולאסקי פארט קאמפלעקס" ווערט אצינד אויסגעשטאהט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער ניו יארק און אומגעגנט בלעיה"ר וועלכע ווערן ערווארטעט צו קומען מיטהאלטן דעם גרויסן מעמד.
אזוי אויך ווערט אצינד געמאכט די נויטיגע איינרישונגען בנוגע די שיפן וואס וועלן אי"ה פירן דעם ציבור ביז צום טיר פון זאל און אזוי אויך אס מען זאל קענען פארקירן די קאר'ס נעבן די פארט ווי מען וועט אי,ה אויפשטייגן אויף די שיפן.
מער דעטאלן און אנווייזונגען וועלן אי"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
טוב להודות לה' – יומא טבא לרבנן – שושו ושמחו בשמחת רבינו
♦♦♦