בית פורומים כל העולם כולו

קאנפורמד: כ''א כסליו באולם פאלאסקי פ' קאמפלעקס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/11/2010 19:23 לינק ישיר 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 19:24 לינק ישיר 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 00:33 לינק ישיר 
דר. לאסלאו (צבי) קליין דערציילט זכרונות אין בעפאברייטונג צום יום הצלה כ"א כסליו

http://www.algemeiner.com/generic.asp?print=true&id=3615



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:09 לינק ישיר 
דירעקשאן'ס צום ריזיגען זאל

* width="480" height="385"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:09 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:13 לינק ישיר 

תלמידי וחסידי סאטמאר פון אומעטום גרייטן זיך צו פראווען 66'סטע יום הצלה והשחרור פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע

-בשילוב מיט'ן סיום "מסכת העשירי" בחבורת יסודי התורה-

 

ניו יארק

100 יאָר הרבצת התורה והנהגת הרבנות דורך מרנן רבנן אדמור"י סאַטמאַר, וועט אי"ה אפגעצייכענט ווערן ביים צענטראלן מעמד כ"א כסליו.

 

ביים "סעודת הודאה" און "דינער השנתי" להחזקת מוסדות סאַַטמאַַר-וויליאַַמסבורג,  מיט אירע קנאפע 6,000 תלמידים ותלמידות כ"י אינאיינעם מיט  שמחה'דיגער אווענט מיט''ן סיום מסכת סוטה במסגרת חבורת "יסודי התורה" ושמחת שבע ברכות של נכדת כ"ק מרן הגה"ק שליט"א.

 

גאר גרויס איז די פרייד אלוועלטליך ביי חסידי סאטמאר אז געלויבט השי"ת נאך 100 יאר הנהגת התורה והרחבת גבולי הקדושה דורך די דריי מאורות הגדולים, און נאכ'ן מיטמאכן אזויפיל שטערונגען מבית ומחוץ פון עלעמענטן וואס האבן געוואלט אונטערברענגען דעם כוח התורה והנהגה במשך די אלע יארן, ציילט זיך היינט צו טאג די מספר התלמידים, דער פך שמן טהור פון תלמידים ותלמידות, קינדער פון אנשי שלומינו וואס ווערן נתחנך אין די סאטמארער מוסדות איבער דער גאנצער וועלט, על פי דרכו הקדושה פון דעם צדיק יסוד עולם, ראש גולת אריאל, מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, אונטער די הדרכה פון דעם שר צבא ה', כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, צו דעם אומגלויבליכער ציפער פון צוויי-און-צוואנציג טויזנט נפשות בליעה"ר וכן ירבו.

 

מיט גענוי הונדערט יאר צוריק, בשנת תרע"א האט מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע אנגענומען דאס ערשטע רבנות פאסטן אין דעם עיר ואם בישראל אורשיווא והגלילות און געפירט די שטאט ברמה, גדר גדר ועמד בפרץ לחיזוק דת תורתינו הקדושה, און זינט יענעם יאר האט מרן רביה"ק זי"ע באשיינט די וועלט באור תורתו ובהנהגת אלפי ישראל הסרים למשמעתו, און מדריך געווען אלפים ורבבות ישראל מיט זיין הרבצת התורה והנהגות הרבנות אין די שטעט אורשיווא, קראלי און דערנאך אין די עיר הגדולה סאטמאר יצ"ו, ומצודתו פרוסה על כל העולם.

 

מיט גרויס סייעתא דשמיא האט דער גברא דמארי' סייעיה מרן רביה"ק זי"ע באוויזן אויפצושטעלן דאס יהדות החרדית דא אין אמעריקע און איבער דער גאנצער וועלט אויף איר ארגינעלן גלאנץ.ציגעל נאך ציגעל, שורה נאך שורה, און בנין נאך בנין האבן זיך אויפגעבויט און אויסגעברייטערט איבער די וועלט אונטער זיין הייליגער השפעה, זייענדיג דער רבן של כל בני הגולה, דער ריש גלותא און דער מרא דארעא ישראל, ביז עס איז אהערגעשטעלט געווארן א ריזיגער נעץ פון קהילות און מוסדות התורה אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי אין דער אלטער היים אמאל.

 

לאחר שלקו המאורות ביום כוא"ב תשל"ט ווען רבינו הקדוש איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, האט מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איבערגענומען דעם שבט ההנהגה, און ער האט ממשיך געווען צו מדריך זיין די אלפים ורבבות תלמידי וחסידי סאטמאר בעוז ותעצומות אויף דעם דרך התורה והאמונה וואס מרן רביה"ק זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און ער האט אכטונג געגעבן אז מען זאל נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פון וואס דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט.

 

אויף דעם זעלבן וועג איז היינט צו טאג ממשיך, הוד כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, דער ממלא מקום וממשיך דרכם בקודש פון די סאטמארער אימפעריע איבער דער גאנצער וועלט. תחת דגלו והדרכתו האבן זיך די סאטמארער מוסדות התורה והחינוך צעבליעט און צעוואקסן לשם ולתפארת, און זענען היינט א מוסטער פאר דער גאנצער וועלט. פילע אנדערע מוסדות התורה און קרייזן קוקן ארויף און קאפירן נאך די דאזיגע מבצרי התורה והיראה, וואס ווערט געפירט בגאון ובעוז דורך דער שר צבא ה', כ"ק מרן הגה"ק שליט"א.

 

חדו השתא בהאי שעת"א, שטייענדיג אצינד בשנת תשע"א, גענויע הונדערט יאר זינט עס האט זיך אנגעהויבן די הנהגת הקדושה פון עדת חסידי סאטמאר דורך מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, וואס איז נמשך געווארן דורך מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און שטייט אצינד אונטער די הדרכה והשפעה פון בנו הגדול כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, און עס קומט די פריידיגע ידיעה אז דער מספר התלמידים, קינדער פון אנשי שלומינו הנכנעים תחת השפעתו הרמה פון מרן רבינו שליט"א ציילט זיך ב"ה צו דעם אסטראנאמישן ציפער פון "צוויי-און –צוואנציג טויזנט נפשות" בלי עין הרע, וועלכע ווערן אצינדער נתחנך אין די סאטמארער תורה צענטערן איבער דער גאנצער וועלט, איז דאס א געוואלדיגע פרייד און ברענגט ארויס די טיעפסטע געפילן פון הודאה ושבח פאר'ן בוכ"ע אויף דעם פענאמענאלן וואוקס פון ממלכת סאטמאר העולמי.

 

לכבוד דעם היסטארישן אפצייכענונג איז געווארן אויסגעצירט א ספעציעלער גיגאנטישער אויג-פארכאפנדער שילד מיט די פונקטליכע דעטאלן און ציפערן פון אלע סאטמארער תורה צענטערן אין דער גאנצער וועלט תחת הדרכתו פון מרן רבינו שליט"א, און עס וועט ארויפגעשטעלט ווערן אין צענטער פון די טראנספאראנטן און שילדן וואס ווערן אויפגעהאנגען לכבוד דעם גרויסן טאג פון כ"א כסלו אין אלע סאטמארער קווארטאלן איבער דער גאנצער וועלט בשעת עס ווערט געפראוועט די סעודת הודאה. הויפטזעכליך וועט דער שילד פיגורירן אין צענטער פון זאל ביי די צענטראלע מסיבת הודאה אין וויליאמסבורג בראשות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א.

 

דערווייל וואקסט די שפאנונג ביי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר צו דעם געהויבענעם טאג, ווען עס וועט ווידער ארויסגעצייגט ווערן דער מעכטיגער כח הקדושה וואס רבינו הק' זי"ע דער בעל הנס האט אויפגעשטעלט, און עס וועט ווידער ווערן איבערגעצייגט ווי זיין הייליגע האראוואניע האט אן המשכה לדורות עולם, און ווערט ווייטער געפירט על פי דרכו הסלולה תחת דגלו ונשיאותו פון מ"מ דער רבי שליט"א.

 

אין די לעצטע פארבליבענע טעג גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות די אלפים ורבבות שלומי אמוני ישראל צום מעמד הגדול והמפואר, דער גרויסער נאכט פון כ"א כסלו, ווען עס וועלן זיך צוזאמענקומען תחת קורת גג אחד צענדליגער טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר מכל מקומות מושבותיהם, זיך צו פרייען און מרקד זיין אתלת אויף די שמחה המשולשת בחצרות סאטמאר און צו פייערן דעם היסטארישן אפצייכענונג פון 100 יאר הרבצת התורה והנהגת הרבנות פון מרנן ורבנן רבותינו הקדושים מרן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע ועכ"י ויבלחט"א מרן כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, און מיט א תפלה צום בוכ"ע בעטן אלע: ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור.

 ♦♦♦



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:14 לינק ישיר 

אנטווערפען יצ"ו

אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר שיחי' תושבי אנטווערפען, גרייטן זיך מיט גאר געהויבענע געפיהלן צום בעפארשטייענדן גרויסן מעמד וכינוס אנ"ש, די "סעודת הודאה" לרגל כ"א כסלו יום הצלה והשחרור ממרן רביה"ק זי"ע, וואס וועט געפראוועט ווערן אינאיינעם מיטן סיום מס' סוטה און התחלת מס' פסחים וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פון חבורת "יסודי התורה".

 

די מעמד וואס פארקומען דעם מוצאי שב"ק פ' וישב - כ"א כסלו, אין די נארוואס פארענדיגטע זאלן אין בנין פון "בית רחל ד'סאטמאר", ווי א רייכע סעודה וועט סערווירט ווער פארן ברייטן ציבור, און די צייט וועט זיין אנגעפיהלט מיט א זעלטן שיינע פראגראם.

 

מיט א גרויסע שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די בשורה מרנינה אז דער באקאנטער פה מפיק מרגליות ופנינים, ידען נפלא בקורות הדורות וקורות רבוה"ק, הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א מרביץ תורה ומגיד מישרים בקהלתינו ומסדותינו הק', וועט ספעציעל קומען צו פארן און וועט משמיע זיין מדברותיו בנעימים ביים שיינע מעמד און סעודת הודאה.

 

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו 

 ♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:14 לינק ישיר 

ירושלים

אין ירושלים עיה"ק וועט אי"ה געפראוועט ווערן דעם דאפעלטן שמחה פון דעם יום הצלה והשחרור אינאיינעם מיט'ן סיום רבתי אויף מס' סוטה אין חבורת יסודי התורה ביים גרויסן מעמד מוצש"ק אין בית מדרשינו אויף רחוב יונה, ווי עס וועלן זיך אי"ה אויך משתתף זיין די הרבנים הגאוה"צ שליט"א חברי בי דינא רבא. און אויך וועט אי"ה אויפטרעטן אלס נואם הכבוד הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א.

 

אום זונטאג פ' מקץ – יום כ"א כסליו הבעל"ט וועט אין ישיבה קטנה אי"ה געפראוועט ווערן א גרויסארטיגע "סיום מדכת" אינאיינעם מיט'ן "מעמד  קרן הרמת התורה" ווי מען וועט אי,ה פארטיילן תעודות פאר די מצטיינים פון פאריגען זמן העעל"ט.

 ♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:14 לינק ישיר 

בית שמש

סאטמארער חסידים אין בית שמש וועלן אי,ה פראווענען דעם גרויסן טאג "כ"א כסליו ביים גרויסארטיגן סעודת הודאה און מלוה מלכה אין די אולמי עסטרייכער בראשות דעם מרא דאתרא הגה"צ רבי יושע ראזענבערגער שליט"א, אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות פאר'ן רב שליט"א'ס אייניקל.

 ♦♦♦

 

אויסטראליע

אנשי שלומינו אין מעלבוירן אויסטראליע וועלן זיך אי"ה צוזאמעקומען אום זונטאג נאכמיטאג יום כ"א כסליו אין שטוב פון הר"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו ווי מען וועט אי"ה פראווען דער סעודת הודאה לרגל היום, און אויך דער סיום מס' סוטה בחבורת יסודי התורה.

 

די פרטים איבער די מעמדי כ"א כסליו אין די איבריגע צענטערן דקהלתינו הקדושות וועלן אי"ה נאכפאלגן

 

-ב"ך בטחו אבותינו-

 ♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:15 לינק ישיר 

 ♦♦♦

 

♦♦♦

דער הערליכער ברייט פארצווייגטער "בוים"

פון מלכות סאטמאר בכל קצוי תבל

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:15 לינק ישיר 

♦♦♦

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:16 לינק ישיר 

די לעצטע הכנות צום גרויסארטיגן מעמד כ"א כסליו אין די גיגאנטישע "פולאסקי פארט קאמפלעקס"

 

גרויסע אנווייזונגען שילדן זענען אראפגעשטעלט געווארן אין די גאסן ארום די גיגאנטישן קאמפלעקס פאר די רבנים און אנשים חשובים וועלכע קומען מיט אויטא'ס צום זאל

 

 

די באקוועמע נטילת ידים און ביה"כ אפטיילונג

 

טויזענטער הענגער'ס פאר מאנטלען

 

 

 

מען ציהט ארויף דעם ריזיגן שילד העכער'ן בימת הכבוד

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:16 לינק ישיר 

♦♦♦

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:17 לינק ישיר 

מעמדי כ"א כסליו איבער פארשידענע צענטערן איבער דער גארער וועלט

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:17 לינק ישיר 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קאנפורמד: כ''א כסליו באולם פאלאסקי פ' קאמפלעקס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.