|
|
| נשלח ב-26/11/2010 19:17 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 19:30 |
|
| |
 ♦♦♦
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 19:34 |
|
| |
מוצש''ק: פארגעסט נישט אריינצולייגן אייער ברייטע נדבת לב אין בעקטיטשע
 •·•·•·•·•·•
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 19:35 |
|
| |
 ♦♦♦
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 19:35 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 19:36 |
|
| |
מעלברוין, אסטראליע
 ♦♦♦
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 19:48 |
|
| |
קליקט אויפן לוח המודעת פאר די דעטאלען פין די סעודת הודעה אין ירושלים עיה''ק בראשות הגאב''ד וראב''ד, הדומ''ץ קיט''ל וחברי ביד''ץ שליט''א
אוצר - ירושלים לוח המודעות  ♦♦♦
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 09:58 |
|
| |
אימבאשרייבליך דערהויבן, אבער אזוויפל מענטשן זענע געבליבן אינדרויסן..., נאך א מזל ס'געווען ספיקערס אינעם פאדערשטן זאל, האט איינער בילדער?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 22:44 |
|
| |
שיינער מסיבת הודאה כ"א כסלו פארגעקומען דורך קהילתינו הק' אין בני ברק די יו"ט כ"א כסלו האט זיך שוין אנגעהויבן מיט א געהויבנקייט פון ליל שב"ק בעפאר ווען די תשב"ר תלמידי הת"ת האבן זיך צונויפגענומען אין די וואכעדיגן ביהמ"ד אין שיכון און געדאוונט אינאיינעם מיט גרויס התלהבות, צווישן מנחה און קבלת שבת האט פאר זיי אויפגעטרויטן דער מנהל רוחני הרה"ג בנש"ק רבי יקותיאל יצחק בראך שליט"א.
במוצאי מנוחה האט די ריזן ציבור זקנים עם נערים געשטראמט צום היכל ביהמ"ד הגדול ויואל משה וואו עס איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מסיבת הודאה, די ביהמ"ד איז געווען צו קליין צו קענען אקאמאדירן דעם קהל רב, די בימת הכבוד האט פארנומען די רבנים וגאונים פון די קהילה ובראשם הגה"צ ראש הישיבה שליט"א.
א שיינע קאפעליע פון משוררים האבן באשיינט די מסיבת הודאה מיט פאסיגע ניגונים און מיט די זמירות למוצ"ש.
מיט יראת הכבוד האט די ציבור ענטפאנגען בקול שירה וזמרה דעם געהויבענעם גאסט פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד העדה החרדית וועלכער האט א לענגערע צייט משמיע געווען שיינע און פאסיגע דברות קודש לכבוד די מסיבת הודאה.
נאך איהם האט אויפגעטרויטן דער נואם הכבוד הגה"צ ליעזש'ער רב שליט"א פון לאנדאן פון די ערשטע תלמידים פון רביה"ק זי"ע על אדמת אמעריקא, דער רב שליט"א האט איבער א שטונדע געהאלטן געשפאנט דעם ציבור מיט ערליכע געדאנקען און שיינע עפיזאדן וואס בדידיה הוה עובדא וואס ער האט מיטגעלעבט ביים רבי'ן זי"ע, די ציבור האט זיך צוגעהערט מיט א שטילקייט און נייגער צו יעדעס ווארט.
נאכדעם האט אויפגעטרויטן מיט א רייכפולע דרשה לכבוד המסיבה הגאון המפו' רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב העיר ב"ב ודומ"ץ בי"ד שבט הלוי ער האט אנגעהויבן אז ער רעדט במקום דער ראש ישיבה שליט"א (וועלכער האט צוליב א פארקילעכטס נישט געקענעט רעדן) און ער האט משמיע געווען א רייכע דרשה מלא תוכן, ווען ביים סיום האט ער דערמאנט דעם רב'ין שליט"א צו וועמען ער האלט זיך אזוי נאנט מיט א קשר עליון דאורייתא.
נאך א לעבעדיגע רקידה של מצוה איז הרבני הנכבד ר' זלמן לייב וואלדמאן שליט"א מכובד געווארן מיטן בענטשן, דערנאך האט מען זיך געפריידט בריקודין ובמחולות ביז אין שפעטע נאכט שעה'ן.
היינט זונטאג קומט פאר שיינע באזונדערע מסיבות הודאה אינערהאלב די מוסדות אין די תלמוד תורה, ישיבה קטנה און ישיבה גדולה. -חסדי ה' כי לא תמנו- ♦♦♦
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 22:44 |
|
| |
מסיבת כ"א כסליו אין קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער א שיינע מסיבת כ"א כסלו איז אפגעראכטן געווארן אין בית מדרשינו אין מאנטשעסטער, ווי עס האבן זיך משתתף געווען פולע אנ"ש ובראשם הגה"צ אב"ד דקהלתינו שליט"א, ואתו עמו האבן זיך באטייליגט רבני עירינו.
די גאנצע סעודה איז צוזאמענגעשטעלט און אנגעפירט געווארן דורכן עסקן הר"ר יואל כהן ני"ו צוזאמען מיט א שטאב פון פרחי עסקנים פון קהלתינו הק'.
דער עולם האט זיך געוואשן, און זיך געזעצט צו שיין געדעקטע טישן, א קאפעליע וואס איז אנגעפירט געווארן דורך האברך ר' יואל ערלאנגער הי"ו האבן מהנה געווען די עולם מיט נגינה.
מיט גאר פאסיגע דברי תורה האט אויפגעטרעטן הגה"צ דער רב שליט"א ארויסברענגענדיג דעם חובת השעה, און מאריך געווען מיט התבוננות וואס עס פאדערט זיך אין אזא גרויסע טאג.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני החסיד מוה"ר שלום ברוך ראהטבארד הי"ו סגן ראה"ק דקהלתינו, און מיט גערירטקייט ארויסגעברעגט זיינע הרגשים צום געהויבענע מעמד, די הרחבת גבולי הקדושה אין די שטאט אלעס בכוחו וזכותו פין רביה"ק זי"ע דער בעל הנס, און דערביי דערציילט גאר אינטערעסאנטע עובדות פין רביה"ק ז"ל בשנות המלחמה.
מיט אודה איז מכובד געווארן הר"ר ארי' ראטה שליט"א. אין א שפעטע שעה האט מען געבענטשט מיט וואס עס איז נתכבד געווארן ר' יואל כהן, אין דערנאך האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט מיט פייערדיגע רקודים א לענגערע צייט. ♦♦♦
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 23:02 |
|
| |
דער גרויסער סעודת הודאה אין לאנדאן
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 23:04 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2010 00:56 |
|
| |
-
-
-
תוקן על ידי היראים ב- 01/12/2010 01:27:18
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2010 00:57 |
|
| |
מערקט די געדרענג ווי דער עולם שטייט ביי די דורךגענג, ספציעל אינטן פונעם זאל, ווי מ'שטייט ביז די דרשה בשעת די דברות קודש פין רבינו שליט''א
|
|
|
|
|