בית פורומים כל העולם כולו

2 ב"ב זיצונג פארטיג - זאלי חלומות אין נעגל וואסער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2010 04:46 לינק ישיר 
2 ב"ב זיצונג פארטיג - זאלי חלומות אין נעגל וואסער!

נעכטן איז פארטיג געווארן די 2'טע זיצונג איבער די דין תורה פון קהלתינו הק' אין בני ברק, די דין תורה האט אנגעהאלען א וואך צייט, די נעקסטע זיצונג גייט זיין אדר א', און נאכדעם 2 טאג נאך ל"ג בעומר, איינס אין ארץ ישראל און איינס אין בני ברק.

צוליבן פארלאנג פון בי"ד, נאכדעם וואס די זאליס האבן ביטער פארפירט אז מען איז זיי מבזה אין הייד פארק, און די בזיונות איז עד אין לשער, האט בי"ד געבעטען אז אינעם וואך וואס די דין תורה גייט אן, זאלן ביידע צדדים נישט שרייבן אויף הייד פארק, צוליב דעם האט מען נישט געקענט שרייבן דערוועגן ביז היינט.

איצט די פונקטן.

צוויי מעכטיגע באמבעס איז אויפגעדעקט געווארן די וואך.

1) ר' זלמן לייב ט"ב האט אריין געגעבען צום רשם התחברות, - דאס איז ווי מען גיט אריין פאפירן צו באשטעטיגען בעלות אויף א הויז וכו', - א בריוו פון ר' שמעון ווייס געשריבען תשס"ז, אז ער גיט איבער זיין שעירס און בעלות פונעם שיכון צו ר' זלמן לייב.

די רשם התחברות האט צוריק געפרעגט אז עטץ האטס אזא בריוו שוין 4 יאר, וואס דערמאנט עטץ זיך איצט. רז"ל האט גענטפערט אז אזוי ווי עס איז דא אן עיקול פונעם עדה החרדית, אז מען טאר גארנישט טוישן אדער טאן וכו' מיט די בניני המוסדות אין בני ברק, האט ער עס נישט געוואלט אריין געבען ביז איצט, אבער איצט האט ער זיך מיישב געווען אז ער גיט עס יא אריין ווייל...?

די בדי"צ העדה החרדית איז אים נישט מחייב!!!

שומו שמים! יא איר ליינט גוט, נאכמאל...!

די בדי"צ העדה החרדית איז אים נישט מחייב!!!

אזא פנים האט מען ווען מען איז עובר בשאט ובנפש און מען גייט אינעם ציוניסטישען טמא'נעם בג"ץ, און מען איז פארזינקען אין נ' שערי טומאה, און עד היום האט מען נאך נישט צוריק געצויגען דערפון, איז נישט קיין וואונדער אז די בדי"צ העדה החרדית איז אים נישט מחייב און ער פייפט זיך אריין, ווייל ער פייפט און טרעט בריש גלי אויף די תורה הקדושה, וואס איז אים ליידער אויך נישט מחייב!

2) די צווייטע באמבע איז געווען ווען הנהלת מוסדותינו האט געברענגט א בריוו פון ר' שמעון ווייס, וואס ער האט געשריבן בכתב ידו, ווי ער גיט איבער זיין בעלות און שעירס, צו הרה"ח ר' מאיר נפתלי פערל ני"ו מנהל מוסדת יטב לב באמעריקא, ר' שמעון שרייבט דארט אז ער שרייבט דאס ברצון און דאס איז זיין אייגענע ווילן, און טאמער איינער וועט ברענגן א אנדערע בריוו פון אים איז עס שקר, עס ווערט באשטעטיגט דורך א לויער, א נאטערי, און 2 עדות.

ווען די זאליס האבן עס דערזעהן, האבן זיי געמיינט אז דער ערד האט זיך געפענט אונטער זיי, דער תימן'נער טאלער מיט יצחק ווייס האבן אנגעהויבען צו מאכן קולי קולות אז עס איז שקר ווי די עבודה זרה, דער תימן'נער טאלער האט זיך פאר תימן'נעט און געשריגען אז ער שווערט אינעם אייבערשטען אז עס איז שקר... יצחק ווייס האט געשריגען אז ער איז געווען א נאנטער חבר מיט שמעון ווייס און ער האט אים געזאגט אז עס איז שקר...

זייער גאנצע 1000 שטאקעדיגע געביידעס פון חלומות און דמיונות, איז צוטראסקעט געווארן און אריין זיך אריין געקוילערט אין נעגל וואסער...

דער טוען מצד הזאלונים הרב עסטרייכער האט געזאגט, אז עס קען נישט זיין אז שמעון ווייס זאל עס האבן געשריבען, ווייל ער איז געווען א דם שונא פאר די אהרונים, האט דער טוען הרב שפיגעל געזאגט, אז עס קען נישט זיין אז ער זאל עס שרייבן פאר די זאלונים, ווייל ער האט פיינט געהאט משה גבאי און אליעזר צום טויט, האט הרב עסטרייכער געזאגט אז ווייסט נישט פונקטליך די נאנטשאפט צווישען די זאלונים מיט די בני יואל, און ער וועט איבער געבען די ווארט פאר זיין העלפער שטעסל און ער זאל דאס מסביר זיין.
 
שטעסל האט מסביר געווען אז די בני יואל מיט די זאליס זענען היינט געבינדען און געקניפ, און אלע בני יואל זענען היינט זאליס, און זענען בעסטע פריינד פון משה גבאי און אליעזר קעסטענבוים, אזוי ווייט אז משה גבאי, די ערשטע פאר וועם ער גיט שריים ביים טיש פון ר' זלמן  לייב, זענען די בני יואל.... און אליזער קעסטענבוים גיט היינט די מערסטע געלט פאר בני יואל... און די בני יואל זענען די גרעסטע חסידים פון ר' זלמן לייב...

דער בורר ר' זלמן גראס האט געזאגט פאר בי"ד אז ער האט שוין די בריוו פון שמעון ווייס שוין 3 יאר, אזוי איז געגאנגען קולות ביזן דאך. ווילאנג בי"ד האט געזאגט אז נאכן דורך טאן אלע פאקטן שטעלט זיך ארויס אז די בריוו פון שמעון ווייס איז אמת ויציב, און ר' מאיר פערל האט איבער גענומען די בעלות פון שמעון ווייס.

יצחק ווייס האט געכאפט זיין טיש און עס אראפ געטראסקעט, און געשריגען אז די גאנצע בי"ד זענען שקצים און בהמות, בי"ד האט אים געהייסען פארלאזן די שטוב, און ער האט געמיזט ארויס גיין אויף די לופט צו כאפן זיין אטעם.

איצט אפאר נקודות איבער די באמבע פון שמעון ווייס בריוו.

1) אויף די פארשריבענע בעלות פונעם שיכון איז ביז 3 יאר צוריק געווען 2 לעבעדיגע מענטשן 1) שמעון ווייס, 2) דער הולך לבג"ץ עזריאל גליק, ביידע זענען געווען די זעלבע שותפים.

די געזעץ זאגט אז טאמער איינער פון די שותפים שרייבט איבער זיין בעלות, אן רשות פונעם צווייטען, פארלירט ער די העלפט בעלות וואס ער האט, און ער בלייבט נאר מיט א קליינע בעלות, און דער אנדערער ווערט רוב בעל הבית, און נאר יענער קען ווייטער איבער שרייבען פאר וועם ער וויל, דער בג"ץ'ניק עזריאל גליק האט איבער געשריבען זיין בעלות צו ר' זלמן לייב און משה גבאי פאר 5 יאר צוריק, ממילא האט ער מיט דעם געמאכט אז נאר שמעון ווייס קען איבער שרייבן בעלות, איז איצט מיטן בריוו פון שמעון ווייס זענען די אהרונים פולקאמע ליגאלע בעלי בתים.

2) דאס מיינט אז אפילו ווען די זאליס וואלטן געבליבען אינעם טמא'נעם בג"ץ ווי זיי האבן געוואלט מיט אלע כוחות פארבלייבען, ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט אז דארט גייען זיי זיכער געווינען, וואלטן זייערע אלע חלומות און דמיונות אויס געגאגנען ווי א זייפן בלאז, און וואלטן מיאוס אלעס פארלוירען.

3) הנהלת קהלתינו הק' האט אויך געברענגט א בריוו פון אן עורך דין אליעזר פישער פון ארץ ישראל, ווי ער שרייבט פאר ירמי' טייטלבוים אז ער האט געטוישט די נעמען אינעם רשת התחברות, ער האט ארום געבאדערט און געטאן שייגץ שטיק וכו', און ער בעט אז מען זאל אים באצאלען $4000.

די עיקור פון די אלע זאכן האט מען געצייגט פארן בי"ד אז די פארשריבענע בעלות ביי די ערי', איז סתם א פורים און מיינט גארנישט, און נישט זיי זענען די אמת'ע בעל בתים.

נאר דער ציבור והנהלת מוסדותינו הק' ובראשם הרה"ח ר' משה חיים ווייס שליט"א, און רבינו שליט"א זענען די אמת'ע בעל הבתים.

אויך האט הנהלת דקהלתינו הק' געצייגט א בריוו פון הרה"ח הישיש ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א געוועזענער מנהל פון מוסדת יטב לב, וווי ער שרייבט א בריוו צו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ווי ער בעט אז די רבי זי"ע זאל זעהן איבער צו שרייבן די בעלות פון די מוסדות פון געוויסע מענטשען אויף וועם די בעלות איז געליגען, ווייל זייערע קינדער זענען נישט כהוגן, און די קינדער וועלן נאך טאנעהן אז די מוסדות באלאנגט צו זיי און זיי זענען די יורשים, און ער בעט רביה"ק זי"ע אז ער זאל זיי בעטן עס איבער צו שרייבן אויפען נאמען פון רביה"ק זי"ע, און דערנאך זאל עס רביה"ק זי"ע איבער שרייבן פאר די הנהלת המוסדת אין בני ברק.

דערמיט איז ארויס געוויזען געווארן, די שקר גס און חוצפה פון די זאליס וואס זיי האבן געהאט געזאגט, אז די מוסדות אין ארץ ישראל האט רביה"ק זי"ע געהאלטען פאר זיין נכסי פרטי, און יעדער איד וואס האט געגעבען געלט פאר יטב לב האט געוויסט אז דאס איז פאר רביה"ק פאריוואט, אזוי ווי מען האט געגעבען געלט פאר צרכי בית.

נאך די באמבעס האבן די זאליס געמאכט א 100% U TARN, און זיי האבן אנגעויבען צו טאנען אז טאקע נישט די פארשריבענע שמעון ווייס און עזריאל גליק זענען בעל הבית, נאר ר' זלמן לייב איז בעל הבית...

והא ריאה אז רוב קהלה און בני ברק זענען זאליס, איי...? די תירוץ איז... אז מען זאל ארויס ווארפען די 20 העכסטע אהרונים וועט יעדער זעהן אז רוב בני ברק זענען זאליס....

און נאך א ריאה לדבר, די דרשה וואס די אינשי דלא מעלי האבן פארגעשריבען פאר מרן בעל ברך משה זי"ע ווען ער איז נישט געזינט געווען ל"ע, ביי די בר מצוה פון ר' זלמן לייב זין, ווי ער זאגט אז מאכט ר' זלמן לייב רב אין ארץ ישראל.

בקיצור דארט האלט בערך די דין תורה, עס וועט פארזעצען אין 3 חדשים ארום.


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 10/11/2010 04:53:21




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 04:55 לינק ישיר 

די זאליס זענען שרעקליך ווילד דער בריוו פון ר' בנציון איז אסאך טיפעא ווי מ'מיינט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 06:48 לינק ישיר 

יונה איך בין געווען זיכער אז נאכדעם וואס מען האט דיר געכאפט מיט פראסטע שקר און יעדער האט זיך איבערצייגט אליינס אז די שרייבסט הוילע שקרים אפילו אין א פלאץ ווי יעדער קען זיך אליינס איבערצייגן אז דאס וואס די שרייבסט איז הוילע שקרים, בין איך געווען זיכער אז די וועסט לכה"פ טוישן דיין ניק.  http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2837809&forum_id=16386

אפילו דאס אויך נישט???? פארוואס אין יענעם לינק ווי מען קען זיך אליינס איבערצייגן האסטו נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו שרייבן ליגענט, און דא ביי א מעשה פון בני ברק זאל מען דיר יא גלייבן? די מיינסט טאקע אז דער עולם איז דום און מען דערשרעקט זיך פון דיינע גרויסע רויטע און ברוינע אותיות? אדרבה, די זאליס האבן אין זייער פורום באשריבן גאנץ א אנדערע ווערסיע ווי דיר, און פלאי פלאים אן רויטע אותיות און נאך אלס גלייב איך זיי מער, וועק זיך אויף פון דיין חלום און גיס זיך נעגל וואסער!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 14:40 לינק ישיר 

זארגט נישט ער וועט דאס ברענגען ווען דער מזייף וועט ענדיגן זיין ארבעט .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 19:56 לינק ישיר 

נפל
דיר קרענט די מערסטע די רויטע אותיות,דארפסט אבער נישט זיין ציבראכען
קוק די אשכול פין באלאנד האט אויך אלע מיני קאלערס אותיות

צום ענין
מ'דארף דאנקען דעם אויבערשטען אויף ביז אהער
מ'דארף זיך נישט אראפלאזען צו דיסקורין יעדע אישו, סייווי ווענד זיך עס וויאזוי בי''ד וועט פסק'ן,
מ'דארף מתפלל זיין אז די הנהלת המוסדות זאל קענען איבערווייזען די אמת אין די פאלטשקייט פין די הולכי בג''ץ הציוני זאל גרינג נתברר ווערן. אריינגרעכנט די שקרים מיט וואס זיי וועלן נאך אויפקומען.
אבער מ'דארף דאנקען דעם אייבירשטן ווי מ'האלט יעצט ב''ה, ר' יונה האט ווייניג געשריבן

עס איז אבער פינקט גענוג צו צייגען אויף וואס זייער הויפט טענה איז געבויט
כאילו רביה''ק ז''ל האט אויסגעקליבן צו האבען ריעל עסטעיט פינקט אין בני ברק.... זעהט אויס אז א שיכון איז א גיטע אינוועסמענט

וואס דארפט איר מער ווי דעם אז  זיי עפענען טעגליכע אשכולות צו ווייזען אז זיי שטייען יא גיט, אין זייער ווארט זאגער זאליHQ שיקט ארום אויף איין מאל א האלבע דאזען מעסעזשעס מיט אלע היידפארק ספין'ס

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 20:12 לינק ישיר 

 

לויט מיין מיינונג איז איבעריג די אלע שרייבערייען דא, ווער ס'האט די מעגליכקייט איז די גרינגעסטע מיטל צו וויסן די נייעס פון די בני ברק'ער די"ת דורך קוקן די זאלי'ס אין פנים, די פון זיי וואס האלטן אביסל מיט זענען שטארק צוקלאפט און האבן גוט ארויס זייער ברויך, זיי הייבן זיך אן צו כאפן אז דאס געשעפט גייט זיך אויסלאזן מיט גרויסע בזיונות פאר רז"ל (ער איז אויך אונטערגעשריבן אויף די שט"ב) מיט זיין פארטיי, און אויסער פאר'ן ספרדי טאלער פון ב"ב - וואס שלאגט זיך פאר זיינע אייגענע אינקאמ'ס - איז די גאנצע אריינטרעטן אין דעם שמוציגן מעראסט אין ב"ב געווען א דורכפאל און אומאויסגערעכנטע טריט...

די גרעסטע ראי' אויף זייער דערפרעסיע פונעם די"ת אין ב"ב איז, אז זיי נוצן אין זייער פארום אלס בארואיגונג מיטל די זעלבע בלאף וואס זיי האבן געשריבן נאך די ערשטע זיצונג אז ר' משה חיים ווייס איז נאך אלס געבליבן מיטן עיקול אין קארט... אז טאלער ברויך נאך אלס נישט באצאלן די רענט פאר די מוסדות... זאכן וואס יעדער פון ביידע זייטן ווייסן אז מ'האט איצט נאכנישט דן געווען איבער זיי.

וויפיל איך פארשטיי זענען די זאליס-קעפ צוטראסקעט זייענדיג אינגאנצן נישט גערישט צו אט דעם מעכטיגן ארבעט מצד די ארונים, דער ספרדי טאלער מיט זיין גרויסן שטאלץ האט זיי פשוט פארטושט די גאנצע צייט אז מ'האט דא צו טהון אדער מיטן האלט-יעריגער מנהל ר' משה חיים ווייס אדער מיט אפאר יונגע ראצערס וואס פארשטייען נישט צו גארנישט, און דא זענען ערשטוינט געווארן צו כאפן אזוינע אומגערישטע פראסקעס טאג נאך טאג איינס גרעסער פון צווייטן, אזויווי זייער געדונגענער שיק-יונגל י. ווייס פון ירושלים האט זיך אויסגעוויינט פאר א זאלי אין ניו-יארק "אונז האבן מיר זיי צו שטארק אונטערגעשעצט... זיי האבן זיך גוט גוט צוגעגרייט... זיי ברענגען צענדליגע דאקומענטן וואס מיר האבן קיינמאל נישט געזעהן און געוואוסט... זיי צושיסן אונז די גאנצע יסוד... ס'מוז זיין אז זיי האבן אסאך צוהעלפער'ס פון איבעראל..." א.א.וו.



תוקן על ידי אויששש ב- 10/11/2010 20:14:44




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 20:15 לינק ישיר 

 

למעשה האבן די זאלי'ס געהאלטן ביז דעם יעצטיגן זיצונג אז זיי וועלן טענה'ן "חברה" אז זיי זענען די לעגאלע בעלי-בתים פון די שכון קרית יואל, און ווידער די בני ברק'ער הנהלת המוסדות וועלן שרייען "ציבור" אז זיי זענען רוב רובו פון די קהילה און דארף די נכסי הציבור געהערן צו זיי, מיטאמאל האט זיך אבער געטוישט די גאנצע בילד, ביים יעצטיגן זיצונג זענען די הנהלת המוסדות געווען די וואס האבן גע'טענה'עט "חברה" אויפווייזנדיג מיט מערערע באווייזן און דאקומענטן אז אויב די חברת שכון קרית יואל איז א געהעריגע לעגאל-געפירטע חברה, זענען די הנהלת המוסדות די לעגאלע בעלי-בתים פון די חברה, און דאס ווי פארשטענדליך אויסער די איבעריגע טענות מצד נכסי ציבור וכו'.

אין אנדערע ווערטער, די זאליס האבן זיך געטראפן אפגעפרעגט און אפגעווארפן אין זייער איינ-איינציגסטע פאלטשע יסוד...

דער טוען מצד די הנהלת המוסדות פון ב"ב האט אראפגעלייגט באגלייט מיט דאקומענטן די גאנצע חברת שכון קרית יואל אין לויף פון די אלע יארן אנגעהויבן פון איהר יסוד אין תשי"ז מיט אלע אמת'ע שריטן וואס איז געטהון געווארן אין די חברה, און מיט אלע פאלטשע דרייערייען וואס איז אפגעטהון געווארן דורך די אינשי שלא מעלי לדורותיהם וועלכע האבן זיך געוואלט משתלט זיין אויף די נכסי ציבור אין ב"ב.

די זאליס האבן זיך געוואלט ריינ-וואשן פון די שאקירנדע פאלטשערייען פון שוין ארום צעהן יאהר צוריק וואס זענען געטהון געווארן און דערנאך נעלם געווארן דורך זייערע ירושלימ'ער שליחים, האבן זיי אנגעהויבן צו יאמערן אז די הנהלת המוסדות האט דאס געטהון און נישט זיי, האט דער טוען מצד די הנהלת המוסדות ארויסגעצויגן א קאפי פון בריוו וואס דער לויער שרייבט פאר זיי דאן אז זיי זענען איהם שולדיג 4000 $ אויף די ארבעט וואס ער האט פאר זיי געטהון אין די חברה.

אזוי אויך ווען דער טוען מצד די הנהלת המוסדות האט אויפגעדעקט דעם פיהר-יאריגער סוד אז ר' שמעון ווייס ע"ה האט איבערגעגעבן זיינע אלע שעיר'ס (ד.מ. רוב שעיר'ס פון די חברה) פאר ר' מאיר פערל, האבן די זאליס זיך גענומען שפרינגען אין די לופטן, דער ספרדי טאלער האט אנגעהויבן צו מאכן שרעקליכע קולות אז ס'איז פאלטש, ביז צוויי מינוט דערנאך ווען דער טוען האט ארויסגענומען די בריוו וואו ר' שמעון ע"ה שרייבט בכתב ידו אז ער גיבט אוועק די שעיר'ס פאר ר' מאיר פערל, דאן האט דער טאלער שוין געזעהן אז ס'איז חרב עולמו בעדו דער ר' שמעון האט טאקע געטהון דאס אומגלויבליכע, און נאר דער געדונגענער ווייס פון י-ם האט נאך געפאכעט מיט די הענט און זיך גענומען מאכן געוואלדטאטן ביז די רבנים האבן איהם איינגעשטילט.



תוקן על ידי אויששש ב- 10/11/2010 20:17:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 20:17 לינק ישיר 

 

די שריט פון ר' שמעון ווייס ע"ה איז א טויט קלאפ פאר די זאליס, נישט נאר אז ער האט איבערגעגעבן די שעיר'ס פאר ר' מאיר פערל, נאר נאכמער אז ס'איז געבליבן אזוי בסוד כמוס, אן זיי זאלן זיך דאס חלומ'ען אין ארגסטן שלאף.

צומארגנ'ס נאך זייער טויט קלאפ זענען די חכמי כעלעם אויפגעשטאנען מיט א מורא'דיגע קשיא, ס'קען נישט זיין אז ר' מאיר פערל האט באקומען די שעיר'ס ווייל אויב אזוי האט ער דאך געדארפט אויך אונטערשרייבן אויף די שט"ב ? און זיי אנטפלעקן דעם סוד ?

אבער נאכ'ן הערן די ענטפער איז זיי שוין גארנישט שווער געווען, הגאון רבי יקותיאל זלמן גרויז דער בורר מצד די הנהלת המוסדות האט מגלה געווען אז ר' מאיר האט שוין אונטערגעשריבן אויף די שט"ב אינעם זעלבן טאג ווען אלע חברי הנהלת המוסדות האבן אונטערגעשריבן.

די זאלי'ס זענען פארבליבן מיט איין ברירה אנצוהייבן מיט טעגליכע פראטעסטן נעבן די קבר פון ר' שמעון ע"ה ביי די בני יואל, און שרייען על קברו פארוואס ער האט געפאלגט ר' משה חיים ווייס פון ב"ב ענדערש פון בן פראדל פון ברוקלין...

מ'ברויך אבער דערמאנען די שענסטע פארדינסטן פון דעם זיצונג איז די אויפדעקונג פון די עוולה נוראה און נידעריגע גניבה וואס איז אויפגעקומען ביי די די"ת, אז מיט צוויי חודשים צוריק - שוין נאכ'ן אונטערשרייבן שט"ב - האט רז"ל בכבדו ובעצמו געמאכט שינויים אין די אפיס אוו קאפארעישן (רשם החברות) אין די בעלות פון די חברה, ער חתמ'עט דארט אז שמעון ווייס מיט עזריאל גליק האבן איהם איבערגעגעבן רוב שעיר'ס פון די חברה, און אויב די בזיון נישט גענוג שרייבט דערנאך זיין לויער א ברייו אין זיין נאמען אז ער (רז"ל) איז נישט געבינדעט צו די עיקול וואס די בי"ד הגדול שבירשלים האט ארויפגעלייגט נישט צו רירן גארנישט אין די חברה ביז נאך די בוררות... דאס מיינט אז מ'קען לערנען מעג מען אלעס...



תוקן על ידי אויששש ב- 10/11/2010 20:21:25




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 20:58 לינק ישיר 

נפל, די הנהלה וועט נישט טאלערירן קיין אטאקעס אויף פריוואטע ניקס. און מער וועט מען נישט ווארענען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 21:31 לינק ישיר 

קריטיק אויף די הנהלה קומט אויסשליסליך אין תיבה אישית


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2010 21:55:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 21:59 לינק ישיר 

[א דאנק פאר די עצה טובה. עצות טובות קומען אבער אויך אויסשליסליך אין אישית.]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2010 22:03:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 22:40 לינק ישיר 

קען איינער דא ארויף לייגן די בילד ווי ר זלמן איז מספיד ר שמעון ווייס ע"ה אין פראנט פין חרדים ?

יעצט וועט עס האבן סאך א זיסערע טעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 23:55 לינק ישיר 

סתם אינטערעסאנט צו זען וויאזוי א ראד דרייט זיך.

דער זעלבער ר' שמעון ווייס ע"ה וואס איז נאך אין דעם אשכול http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2261205&forum_id=16386 געווען א שונא, א פראסטער ימח שמו'ניק, איז פלוצים געווארן א צווייטער הגה"ק...

אדרבא, זאל מיר איינער לאגיש ערקלערן, איז דער ר' שמעון געווען א שונא אדער א אוהב?


תוקן על ידי לאפלאש ב- 11/11/2010 00:02:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 00:26 לינק ישיר 

לאפלאש,
דאס אז ר' שמעון ווייס ע"ה איז געווען א שונא פאר'ן ברך משה זי"ע איז אמאל זיכער, און דאס אז דער ברך משה זי"ע איז געווען אויף איהם זייער בייז איז אמאל זיכער, דאס אז דער זוהן רז"ל איז מיטן איהם מספיד זיין געווען א בועט באביו איז אמאל זיכער, אבער... מ'האט פון הימל באשערט פאר ר' שמעון באחרית ימיו ער זאל זיך פארדינען א גוט ווארט אויפן איבערגעבן די שעיר'ס פון די חברת שכון קרית יואל אין ב"ב אין די ריכטיגע הענט, זאל דאס איהם גערעכנט ווערן לטובה בגנזי מרומים 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2010 02:00 לינק ישיר 

לאפלאש איך אין די ווייסען אז ער איז מיר אין דיר געווען א שונא

די חילוק איז נאר אז די האסט זיך געחנפעט ווי א שוטה צי עם ווייל די האסט געמיינט אז ........ דערווייל האט ער געלערנט דעם ר זלמן הלכות דרך ארץ 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2010 02:16 לינק ישיר 

דער שמעון ווייס איז געווען א אינטערסאנטער אידל, ער האט זיך געהאט זיינע מיינוגען, און זיך געהאלטען מיט עקשנות דערביי, עס דערמאנט זיך די בריוו וואס ער האט געשריבען עטליכע יאר פאר זיין פטירה קעגן מאיר שפיץ פאר די גרויסע עבירה פון ארויס געבן קיצור דברי יואל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 2 ב"ב זיצונג פארטיג - זאלי חלומות אין נעגל וואסער!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext