בית פורומים כל העולם כולו

שוידער: קברי רבותינו לבית סיגוט זי"ע בסכנה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/11/2010 02:14 לינק ישיר 
שוידער: קברי רבותינו לבית סיגוט זי"ע בסכנה!

די אטעם בלייבט שטיין און די פעדער בלייבט שטים, ווען עס איז נישט דא די ווערטער ארויס צו ברענגען די שוידערליכע שרעקליכע פאסירונג, וואס שפילט זיך איצט אפ מיטן בית החיים אין סיגוט, מקום מנוחת קדשו פון מרנן רבותינו הק' לבית סיגוט זי"ע.

שוידערליך!  שוידערליך!  שוידערליך!

די בית החיים אין סיגוט איז ליידער אין די לעצטע יארן געווען שטארק נאך געלאזט, נאך דעם וואס די רעגירונג דארט האט נישט צוגעלאזט קיינעם, ווייל די לעצטע פאר יאר האבן זיי געלייגט אן אויג אפען בית החיים און עס געוואלט פארקויפען פאר א קאמפעני, וואס זאל ח"ו אויף גראבן דעם גאנצן בית החיים, און מאכן דארט הייזער רח"ל.

הנהלת דקהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג און קרית יואל, ובראשם רבינו שליט"א ואחיו רבי שלום אליעזר שליט"א, און נאך אייניקלעך, האבן זיך אריינגלייגט די לעצטע 3 יאר בכל כוחם צו ראטעווען די בית החיים, מען האט איינגעשלאסען די אמעריקאנער סטעיט דיפארמענט, און יעדע פאלעטישאן וואס קען העלפן, מען האט געארבעט שטיל, ווייל אלע עסקנים האבן געזאגט ווי שטילער מען וועט ארבעטן, וועט מען קענען גרינגער פוילען ביי די רעגירונג זיך אפלאזען פונעם בית החיים, אויך אדמת קודש מיט זייערע שטארקע אייראפישע קאנעקשאנס האבן אריין געלייגט כוחות דערצו.

ב"ה הודו לה' כי טוב לעולם חסדו, פאר א האלבע יאר צוריק איז ב"ה אנגעקומען די בשורה טובה, אז די רעגירונג האט איבער געשריבען די בעלות פונעם בית החיים אין סיגוט פאר א קאפארעשאן פון ניו יארק, וואס געהערט פאר קהל יטב לב דסאטמאר, זינט דעמאלס האבן מען זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו צורעכט ברענגען די בית החיים, און עס גענצליך איבער בויען, און היינט צו טאג ארבעטן מען און מען פרישט איבער די גאנצע בית החיים.

פאר 2 וואכן צוריק ויבוא השטן! די באוויסטע מחרחרי ריב, די וואס האלטן זיך נישט אפ צוליב זייער תאות ניצחון וממון פון גארנישט, די הולכי בג"ץ הציוני, וואס טרעטן אויף די תורה הק' בריש גלי, זענען געוואויר געווארען דערפון, האבן זיי זיך גענומען ארבעטן מיטן גרעסטן אימפעט אז די רעגירונג זאל צוריק ציען פונעם מקח, און צוריק נעמען די בעלות פונעם בית החיים, און עס איבערגעבען פאר ר' זלמן לייב ט"ב, וואס ער איז דער איינציגסטער אמת'ער יורש פון מרן רבותינו זי"ע, און עס באלאנגט צו אים!
ר' זלמן לייב בכבודו ובעצמו, האט אפ געשריבען א בריוו די וואך זינטאג, ווי ער שרייבט פאר די רעגירונג, אז די אהרונים וכו' זענען גנבים און חמסנים, און זיי זאלן עס איבערשרייבן פאר אים, און יעקב בער טייטלבוים מיט משה גבאי, שמשון שפאטיווקער און נאך זענען אפגעפארן קיין סיגוט, ווי זיי ארבעטן איצט מעשים אז די רעגירונג זאל עס איבערשרייבן פאר ר' זלמן לייב, אז נישט זאל עס צוריק גיין אויף די נאמען פון די רעגירונג, אויך האט דער אכזר משה דוד נידערמאן אנגעהויבען ארבעטן ביי פאליטישענס, אז זיי זאלן לייגן דרוק אויף די רעגירונג צוריק שרייבן די בית החיים, אויך מיידלעך שטערן פארפירט און שרייבט מיאוסע געמיינע בריווען אין נאמען פון אתרא קדישא.

אלע עסקנים שרייען ווי יעדער פארשטייט, אז דאס מיינט ליידער אז די רעגירונג וועט זאגן א כפרה מיט ביידע, און מיט די קברים, און זיי וועלן צוריק נעמען די בעלות און אויסגראבען די בית החיים ל"ע ווי זייער פלאן איז געווען.

גדולי רבנים שליט"א און עסקנים האבן זיך די וואך פארבינדען מיט ר' זלמן לייב און אים געבעטען אז ער זאל אפלאזן די בית החיים, ווייל די תוצאה דערפון וועט זיין שרעקליך רח"ל, אבער ער האלט זיך ביי זיינס און טוט וואס אימער אז די רעגירונג זאל צוריק ציען דערפון.

איצט שטייט די בית החיים ומקום מנוחת קדשו פון מרנן רבותינו הק' זי"ע, אין א שרעקליכע סכנה אפען שוועל פון ווערן ארויס געגראבען רח"ל, דורך זייער אייניקעל ר' זלמן לייב ט"ב!

אנשטאט גיין מוחה זיין ביי די RFR פירמע אין מאנהעטן וכו', דארף כלל ישראל ארויס גיין מוחה זיין קעגן RZL ר' זלמן לייב ט"ב, וואס לייגט איצט אריין כוחות עצומות, וואס די שרעקליכע תוצאה דערפון, וועט ליידער זיין אז מען וועט אויסגראבען די בית החיים אין סיגוט.

מרן רבינו בעל ייטב לב זי"ע, מרן רבינו בעל קדושת יו"ט זי"ע, מרן רבינו בעל עצי חיים זי"ע, בעטן זיך צו זייער אייניקל דער סורר ומורה:
ר' זלמן לייב ט"ב הרף! גראב נישט אויס אונזער קברים, לאז אונז על מי מנוחות!

גענוג וואס די האסט גע'הרג'ט און געצאפט דאס בלוט מיט רשעות ואכזריות פון דיין טאטע מרן בעל ברך משה זי"ע וזוגתו הצדיקת ע"ה, איצט גראב נישט אויס אונזער קברים רח"ל!

נאך א נקודה, ווי יעדער פארשטייט לגבי פאליטיק, איז די בעלות פונעם בית החיים אין סיגוט נישט קיין שום נפקא מיניה, עס איז לא מעלה ולא מוריד פארוועם עס באלאנגט, עס איז נישט קיין געלט, מען באגראבט נישט קיינעם דארט, נאר ווי שוין ערווענט, פאר די זאליס תאות הניצחון זענען זיי גרייט צו פארברענען די גאנצע תורה הק' רח"ל.


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/11/2010 03:00:07




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2010 02:21 לינק ישיר 

וואס איז די פראבלעם...

די זאליס זאלן קודם זינגען אז די בית החיים איז גאר אויף זייער נאמען....

שאול פערלשטיין זאל זיך נאכמאל אויפשטעלען ווי די איראקער אויסערן מיניסטער...

טאמער עס וועט נישט ארבעטן, זאלן זיי קויפן א פאלאק לאט דערנעבן...

און פטור אן עסק...

פאלאק האט נישט קיין לאט לעבן ביה"ח אין סיגוט?


תוקן על ידי טראק ב- 11/11/2010 02:30:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 02:39 לינק ישיר 

נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט דעם וועלט בארימטען עסקן הרה"ח המפואר ר' אהר'לע יאקטער, ער זאגט אז ס'הייבט זיך נישט אן ס'גאנצע מעשה, דאס זענען אפאר סיקריקים וואס זענען נעבעך הונגעריג פאר "אקשן" ווי ער רופט עס.
 
אזוי אויך האט מיר דער יו"ר פון אדמת קודש הרה"ח מוהר"ר גרשי שלעזינגער שליט"א באשטעטיגט אז דאס איז נישט אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 02:56 לינק ישיר 

איך בין מסכים אז די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער. ווען וועלט געווען אין די מעשה אפילו עפעס איין שמץ אמת וואלטן די אהרוינים נישט צוגעלאזט רבי יונה זאל דאס מפרסם זיין און דערמיט אויפברענגען א שמייכל ביי אלע ליינער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 03:01 לינק ישיר 

די אהרונים אראנדזשירן אין די טעג א מעכטיגע טעלעפאן דרייוו, אזוי ווי RFR בשעתו, ווי קינד און קייט וועט אנרופן ר' זלמן לייב טייטלבוים און אים בעטן ער זאל אפלאזן דעם ביה"ח אין סיגעט. לויט ווי עקספערטן זאגן איז צום ערווארטן אז די זאליס וועלן אינוואלוון די FBI אזוי ווי RFR, און די FBI וועט ארויסגעבן א צעטיל אז די אהרונים טוען גארנישט קעגן דעם געזעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 03:11 לינק ישיר 

ווי די עסקנים געבן איבער האבן שוין ר' מלכיאל קאטלער מיט ר' אליקים שלעזינגער אונטערגעשריבן אויפן קול קורא צום פראטעסט וואס וועט פארקומען פארענט פון ר' זלמן לייב'ס הויז, בהשתתפות פופציג טויזענט אידן ובראשם ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' אביש הורוויץ מספינקא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 03:18 לינק ישיר 

גייט נעמט טאבלעטען.

אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן, מיט פערלשטיין לגיונות קאטשקערייען ווערט גארנישט פארענטפערט.

איך פארשטיי אז עטץ האטס תירוצים פארוואס מען דארף גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ, וועטס עטץ סוף כל סוף דא אויך אויף קומען מיט א תירוץ פארוואס מען דארף ארויס גראבען די בית החיים אין סיגוט.

די רעבנים פון די לישקע סיין ובראשם דער געוועזנער פאסט ארבטער, וועלן שרייבן א בריוו עת לעשות לה' הפרו בית החיים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2010 03:45 לינק ישיר 

קישקע לישקע שוין ארויסגעגעבן דעם בריוו
 
ווען איז דער פראטעסט למעשה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 03:46 לינק ישיר 

אין שוידערליכע נייעס קומט דער באריכט אז דער פאסט אפיס האט אפגעזאגט פריעדמאן פון זיין פאסטן, נאך זיין פארזוך פון גנב'נן דעם ביה"ח אין סיגעט...
 
כלל ישראל איז ווייטער מתפלל שלא ירעו ולא ישחותי בכל הר קוטשי

תוקן על ידי לאפלאש ב- 11/11/2010 03:49:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 08:51 לינק ישיר 

דער ר' זלמן לייב איז געווארן א שרייבער אויף די עלטער,
אין אייראפע שרייבט ער וועגן חילול בית החיים אין סיגוט, אין ארץ ישראל שרייבט ער וועגן חילול ה' אין די אפיס אוו קאפארעישנ'ס, כ'מיין אז וואס זיין פיסקל האט נאנכנישט גענוג אנגעמאכט מיט איהם וועט איהם זיינע הענט אנמאכן..

איין זאך איז זיכער, ר' זלמן לייב אנטוישט אונז נישט ער פאלגט נאך די ארדערס פון בן פראדל אויף טריט און שריט, און וואס די סוף דערפון איז ווייסן מיר דאך..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2010 19:54 לינק ישיר 

אוודאי וויסן מיר וואס דער סוף איז, וישן ויחלום שינית. 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 20:42 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי ביי די שמיציגע פרשה פין טאלעדע בית החיים
ווי די זאליס האבען ג'טענה'ט אז אויב גייט עס נישט דורך אינז זאל מען מפנה זיין די גאנצע בית החיים, ר''ל

לאמיר האפען אז זיי וועלן האבען אזא  סוף ווי ביי שפאניע בית החיים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2010 20:44 לינק ישיר 

הייסט דאס אז די שמיציגע פרשה פון טאלעדע שפאניע איז אויך נאר געווען ארוינענאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 20:44 לינק ישיר 

הלואי זאל עס זיין א חלום

אבער פאקט בלייבט פאקט

עס איז א נחת צו זעהן ווי לאפלאש, מלך נפל, זענען ווילד געווארן און ענטפערן באלד ווי דעם קריואזען גאווענאר באלאגאוויטש פון אילנאי

גייטס אן עס איז א נחת צו זעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2010 21:03 לינק ישיר 

סעפטיק, טראק, יונה, יאנקל. פון שרייבן אויף היידפארק וועט RZL נישט אויפהערן גראבן. הייבט אן טון תכלית.
 
איז שוין דא א דאטום פארן פראטעסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 21:40 לינק ישיר 

א הא זענער מיר ווילד, דעם אטעם קענען מיר זיך נישט כאפן פאר געלעכטער, דער זלמן נישט נאר וואס ער איז

א ע"ה,
א זשיגאן,
א גנב,
א גזלן,
א מחוצף פארן ברודער,
א ממזר מאכער,
וכ' וכ',

איז יעצט צוגעקומען א נייע פאך וואס ער קען, ער גראבט קברים, נישט ווייניגער נישט מער, אין די זאליס זענען ווילד אז ר' יונה האט עס אויסגעטראפן, OMG

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 11/11/2010 21:43:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידער: קברי רבותינו לבית סיגוט זי"ע בסכנה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext