|
|
| נשלח ב-12/11/2010 21:51 |
|
| |
וואלן, רעד דיר נישט איין קיין איין מינוט אז דער מיסט זעקל איז נישט דא בלויז צו פארדרייען דעם שמועס.
דאס אז הגזל"ן האט נישט געוויסט אז מען טאר נישט טאנצן בשנת האבל איז נאכנישט קיין וואונדער, ווייל אזוי לאנג ווי ער איז דער מנהיג אינעם מלחמה קעגן סאטמאר פארלאנגען זיינע חסידים אינגאנצן נישט אז ער זאל קענען הלכות. אבער דער וואונדער איז יא אז קיינער האט אים נישט געוויסט אנציווארענען דערוועגן, אדער כאטש אפשטעלן.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2010 21:58 |
|
| |
געוואלדיגער חידוש נפלא! ר' יוסף קארוי אסרט ארומצוטאנצן און איז מתיר צו טאנצן אויף איין פאלץ... איז דאס אויך א געוואלדיגער מתוך פונם גאון עולם?
ליצנות אין א זייט געלייגט, לאמיר רעדן ערענסט. האלטסטו דען נישט אז איינער וואס איז עובר אויף א הלכה ווייל ער איז א עם הארץ און ווייסט נישט איז א קלענער שגץ ווי א תלמוד חכם וואס קען יא און פייפט זיך אריין?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 09:44 |
|
| |
Satmar Rebbe - Mitzvah Tanz
<*
תוקן על ידי SatmarBum ב- 14/11/2010 09:47:57
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 19:40 |
|
| |
דאס האב איך געשריבן פאר עטליכע חדשים אויף זייער קווינס פארום דיני אבילות לידיעה בעלמא
איך העפן א נייער אשכול ווייל איך וויל נישט אריינגיין מיט די אנדערע נערישע טענות און שטותים
איך ווייס אז אסאך וועל איך נישט אויפטון דא אבער להגדיל תורה ולאדירה וועל איך ברענגען די שטיקל באמת איז אז רוב עולם און רוב רבנים קענען נישט הלכות אבילות, ווייל ווער לערנט הלכות אבילות פאר ער דארף דאס, וועל איך דאס אביסל מסביר זיין
עפ"י הלכה (לויט ווי ר' יוסף קארו מיט ר' משה איסערליש האבן געשריבן) איז נישטא א איסור צו הערן מוזיק בימי אבל אביו ואמו, נאר בימי בין המצרים, אזוי ווי עסן פלייש איז נאר אסור בימי בין המצרים און נישט בימי אבל אביו ואמו, איז אויך הערן מוזיק די זעלבע זאך, קיינער וועט מיר נישט קענען טרעפן איין פוסק וואס זאל שרייבן מוזיק, די זעלבע זאך איז מיט רקידה,
וואס איז יא אסור וואס שטייט יא און שו"ע (באגלייט א קאפי) איז אז מע טאר נישט גיין צו א סעודת מרעים, וואס דאס איז כולל לפי רוב שיטות האשכנזים ברית, קידוש, פדיון הבן, בר מצוה, חתונה, שבע ברכות, הכנסת ספר תורה, וכו' וכו', אבער נאר די סעודה, די שפעטערע אחרונים האבן אויך גאסערט רקידה. פארשטייט זיך אז ביי א קינד איז נישט שייך דער איסור, ובדרך אגב אויך מסדר קידושין זיין ווען ער איז נישט מרא דאתרא איז אסור,
יעצט צו שרייען ער האט גהערט מוזיק ל"ג בעומר, דאס איז נישט קיין שום איסור, געטאנצען איז ער נישט, אזוי אויך פאריגע וואך ביי די הכנסת ספר תורה אין מאנסי איז ער נישט געטאנצען און די סעודה איז געווען א טיש,
אבער באמת רוב רבנים קענען נישט די הלכות, איך האב ליידער גפרעגט ווען איך האב געדארפט אסאך גרויסע רבנים קיינער האט נישט גהאט קיין תירוץ
דא איז באגלייט דער דף און שו"ע יו"ד סי' שצ"א

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 19:45 |
|
| |
נפל טייערער אריין גיין אין א חתונה זאל איז אסור בתכלית האיסור לפי שיטת הרמ"א און דאס האט גארנישט מיט טאנצען צו טוען עצם אריין גיין איז אסור משא"כ גיין צו א חופה איז מותר
לגבי די הכנסת ספר תורה דער רבי איז נישט געטאנצען בכלל נאר געשטאנען אויף איין פלאץ ארום גענומען די ספר תורה מיט חביבות (ער ווייסט דעם זיסקייט פון דעם ספר תורה וויפיל זיס און געשמאק דאס ברענגט נישט פראבלעמען) ניטאמאל געגבן א טאנץ פשוט געשטאנען אויף איין פלאץ קענס איבער קוקן די קליפ פון די הכנסת ספר תורה אין מאנסי וועסטו זען
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 19:55 |
|
| |
דא האסט א לינק צו די קליפ פון הכנסת ספר תורה אין מאנסי
צו זעהן די ווידאו-קליפ 
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 20:50 |
|
| |
איין זאך איז זיכער געלונגען דא פאר נפל
צו פארקריכן די נושא פין דעם לאו לייף'ס בעיטה באביו
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 22:05 |
|
| |
פאדריי דעם נושא וויפיל ס'גייט, אבער דיין רבי וועט מיט דעם א תלמיד חכם נישט ווערן
וואס אונזער רבי טוט אויפן פליגער בדיעבד ביי א אכט/צוועלף שעה'דיגע רייזע זיך אויסצולופטערן טוט ער לכתחלה בקודש פנימה, פרעג נאר די צעירים בחורים פון די נ' יארן
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 22:08 |
|
| |
וואלען, איך בין געווען זיכער אז עס איז א פאלטש בילד, סאיז אן אמת בילד?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 22:19 |
|
| |
בנוגע לאפלאש'ס נארישע פיקטשער מיט וואס די זאליס זענען שוין אסאך מאל ביזי וויל איך סתם דערציילן וואס איך האב אליינס געזען ביי א חתונה אין עטרת אברהם מיט אפאר יאר צוריק (פאר ער האט געשפילט רבי) וויאזוי ליפא זענטער האט געברענגט פארן שטריק א שטיקעל המודיע צו לייענען און ער האט עס דארט אויסגעשפרייט און געלייענט בנעימות.
איך האב מיך נישט אפגעריפען ווייל איך בין דאך געווען פסול, א אהרוני, אבער איינער א פרעמדער איד האט זיך הויעך געוואנדערט (סאיז געווען א זאלי חתונה) מילא ער לייענט עס מסתם דארף ער עס וויסען, אבער וויאזי שעמט ער זיך נישט צו לייענען דא בפרהסיא?!
צוריק צום ענין פון די אשכול, מהאט ענק שוין געפרעגט דא, וואסא חילוק וואס די רבי טוט, איז די רבי די וועגווייזער פאר הגזל מיט אלע זיינע זאכן?! DONT THINK SO
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 23:31 |
|
| |
גוט, פשעווארסק
איך האב מיר איינגעהאלטן צו ענטפערן דעם ענטפער ווייל איך ווייס וואס קומט יעצט, בעיני ראיתי דבר זה נאך אין די פריערדיגע יארן, און ס'איז נאטינג ראונג.
אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול, רבינו שליט"א איז דערווייל זייער שולחן ערוך, יעדע זאך וואס די רז"ל טוט, ברענג מען א מראי מקום, קוק די רבי טוט אויך אזוי
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 00:50 |
|
| |
די פיקטשער פין רבי'ן אויפן פליגער איז ווען זיין שכן - דעם ברך משה'ס הויז בחור אדער א צווייטער האט אים געוויזן א שטיקל אינעם איד אין קענסט זעהן אז ער האט קוים אפאר בלעטער, דאס איז נישט געווען פריוואט דאס איז געווען ביי א נסיעה פין ברך משה ז''ל אין אלע אנוועזענדע - אסאך אין צאל, וואס האבען דאס באמערקט קען דערויף עדות זאגען
אין אז די ווילסט דוקא, קענסטו דא טרעפן צענדליגע בילדער צו פארדרייען די שמיעס
צום ענין האסטו דערווייל נישט געטראפען קיין שום תירוץ פארוואס דער שטריק קען נישט קיין פשוט'ע דיני אבילות אבער כ'בלעם דיר נישט, ווייל..... דאס איז נאך ביי אים א קליינע אמעראצעס אז מ'לערנט נישט קען מען נישט
אין בנוגע כיבוד אב, הלואי זאל דאס זיין די ערגסטע פחיתות כבוד פין ר' זלמן לייב קעגן זיין טאטע אין מאמע ז''ל
|
|
|
|
|