בית פורומים כל העולם כולו

רז"ל טאנצט מצוה טאנץ בתוך שנת האבל פון זיין מאמע ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2010 18:21 לינק ישיר 

ב"ה דער אשכול האט אויפגעטון אז רז"ל האט נישט נאכאמאל מחלל געווען כבוד אמו און נישט געטאנצן ביי די פשעווארסקער חתונה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2010 21:44 לינק ישיר 

ווער האט שוין ווייטער געגעבן א היתר צו טאנצן בימי אבלו?

 

http://www.youtube.com/watch?v=OTRnd-wAhmc&feature=player_embedded#!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 00:42 לינק ישיר 

זיין אייגענער דיין ר' שלמה לייב וויינבערגער איז היי יאר אינגאנצן נישט געקומען ווייל ער איז בשנת האבל
אבער דער גרויסער שטריק האט גאר 'געטאנצען'

ווער עס געדענקט די ערשטע יאר בשנת האבל פין ברך משה האט דער בועט געהאט א היתר אז ער טאנצט נאר 'אן' מוזיק אבער היי יאר איז די היתר געווארען עקסטענדעט....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2010 10:45 לינק ישיר 

rebyankel כתב:

ווער עס געדענקט די ערשטע יאר בשנת האבל פין ברך משה האט דער בועט געהאט א היתר אז ער טאנצט נאר 'אן' מוזיק אבער היי יאר איז די היתר געווארען עקסטענדעט....
 

היתר פון גאב"ד קארלבורג








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 21:16 לינק ישיר 

טוויטער איז געווארן דער  פוסק ביי אידן??? WOW !
דאס איז איינס.

צוייטנס, ווער דארף א היתר צי עס מעג זיין מוזיק. דאס איז מותר -  אבער טאנצן איז אסור. און אויף דעם קען מען היתר נישט באקומען, חוץ אויב מאיז א גאר נאנטער קרוב ביי די חתונה.

א פעטער טאר נישט טאנצן ביי די חתונה פון א פלימעניק ווען ער איז אן אבל, חוץ אויב מ'האט א היתר.
א פאטער אדער א זיידע דארף נישט קיין היתר.

א ווייטע קאזין אדער א סתם א שטריק קען נישט באקומען קיין היתר ! פינקט ווי מ'קען נישט באקומען קיין היתר צו פרעסן אים תשעה באב פאר שוואוילטאג.

עס איז א נחת צו זעהן וואס דער לאקאלער שטריק טוט מיט זיינע שווענץ. ער טרעט אויף די תורה אז ס'גייט א רויעך. ער פייפט אויף אלע מנהגים אין דינים אין שלחן ערוך, אויף וואס פיל גרעסערע ערליכע רבנים פון אים האבט מרן רביה"ק מסאטמאר פארפירט אז זיי וועלן אראפפירן כלל ישראל.

מיר דארפן לויבן און דאנקען השי"ת אז די זאליס האבן אים אויסגעקליבן !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2010 21:28 לינק ישיר 

קען איינער מסביר זיין פארוואס מען איז נישט געגאנגען בעטן א היתר פון די דיינים וואס קענען תהלוכי הקהלה?

מען גייט צו איינעם וואס מען איז מבזה זיין פסק ביי אנדערע ענינים (עירוב)

נאר וואס דען? א היתר דארף מען? ס'איז א בחינה פון אבא האיך מעשרין המלח, מוזיק דארפסטו נישט קין היתר און טאנצן האסטו נישט היתר!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 03:55 לינק ישיר 

C"k Admor M'Satmar (Mhrz"l) Shlit"a attending now the Kabules Ponim of Ben R' Berish Berger.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 08:29 לינק ישיר 
ביי די חתונה אין מאנטריאל





_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 17:45 לינק ישיר 

טאנצט מיט התלהבות כאילו לא הי'...

בייגט זיך "שטארק" אראפ דעם קאפ פון גרויס דבקות.....






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 20:09 לינק ישיר 

מענטשן רופן אים בועט באביו ובאמו פאר'ן גיין צו חתונות אין טאנצן אין יאר.
עס איז נישט ריכטיג, ווייל ער איז נישט דא בועט דירעקט באביו ובאמו. ער איז בועט אין די תורה פון בארג סיני.


ער איז אן עבריין, בשאט נפש !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2011 21:30 לינק ישיר 

מכבדו בחיו ובמכבדו במותו
בחיו איז נאך געווען אסאך ארגער

כ'ווייס נישט וויפיל קינדער האבען אזוי מבזה געווען א אלטען טאטען פאר די גאנצע וועלט ווי דער בועט
ה''שנאה'' וה''תאווה'' וה''כבוד'' מוצאין את האדם מן העולם, כ''ש ווען אלע 3 אינאיינעם זענען גילטיג אויף איין מאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2011 23:38 לינק ישיר 

איינער שרייבט אין זאלונישן פארום:
 
ער איז געווען אויף חתונות און געטאנצן אפילו ער איז נישט געווען מסדר קידושין, די איינציגע היתר לכאורה איז אז דאס איז זיין פרנסה, ער איז סאטמארער רבי נאר מיט טאנצן אויף חתונות, דער ברודער פון קרית יואל קען זיך ערלויבן נישט צו גיין טאנצן אויף חתונות, ווייל אפילו בעפאר ער איז געווען אין יאר איז ער כמעט נישט געגאנגען אויף חתונות, (זייט ער איז געווארן רבי) ער קען זיין סאטמארער רבי מיט שובבי''ם תורות, הושענא רבא דרשות, תקיעות שופר דרשות, שיינע הקפות, פרק פארלערנען, געבן שיעורי הישיבה, חנוכה לעכט צינדן, שיינע לעכטיגע טישן, אויפטון אויף כשרות געביט, וכו' וכו', בקיצור, טאנצן אויף חתונות מאכט עהם נישט רבי און ס'איז ביי עם נישט קיין צורך כלל, אבער דער קליינער ברודער דארף גענייטיג האבן דאס טאנצן אויף חתונות, ווען קיין דרשות איז נישטא, קיין טישן איז נישטא, קיין שיעורי הישיבה איז נישטא, קיין הושענא רבא דרשות און שובבי''ם תורות איז נישטא, דארף ער דאס טאנצן ממש פאר פרנסה, במילא איז פארשטענדליך אז מען האט עם מתיר געווען בשעת הדחק לצורך גדול צו טאנצן אויף חתונות, ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז ר' שלמה לייב וויינבערגער לאזט אפילו נישט גיין אויף חתונות פון נאנטע משפחה  אין יאר, ר' זלמן לייב פיליפ וואס איז יא מיקל און לאזט יא גיין אויף חתונות (נאר צו גאר נאנטע משפחה) לאזט אבער בשום אופן נישט טאנצן, ער זאגט אז טאנצן איז דאס הארבסטע, על כן מיזן מיר זאגן אז לצורך הפרנסה בשעת הדחק (ווען די צייט דריקט...) האט ער באקומען א היתר.  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2011 01:28 לינק ישיר 

זשיגאן איז ציפידעלט
זיינע דורך פעלער אין אמעראצעס איז שוין א שם דבר
זיין שר האופים חי שעה איז ווידער געווארען איינגשפאנט
צו בארויגען די קעלבער מיט א גאנצע פשטעל אז די ארונים שפרינגן אז זשיגאן שפריצט אמעראצעס

זשיגאן ליבער
געב נישט אויף ווייז פאר די ארונים אז די פייפסט אויף די תורה
די האטס נישט קיין פראבלעם מיטן גאנצען שולחן ערוך
ווייז פאר יעדן מיט וואס די ביזט אנגעשעפט
זעה מ'זאל זיך קענען  אינטערהאלטן מיט דיין אמעראצעס ווי מער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2011 04:58 לינק ישיר 

אין אנדערן פארום טוט זיך א ליצנות עד לב השמים היתכן אז די ארונים האבן די חוצפה צו פרעגן ווי אזוי האט רז"ל געמעגט טאנצן אויף א חתונה בשנת האבל

איך בין דא מעתיק מיין תגובה פון דארט מפני סיבות המובנים

 

פאר ליצנות דארף מען נישט אנקומען צו ענק, ס'איז דא גרעסערע לצים וואס האבן שוין ליצנות געמאכט פון גרעסערע מענטשן

דא האט מען געפרעגט א שאלה, און אנשטאט ענטפערן א תשובה נעמט איר זיך מסביר זיין וואסערע שייגעץ ר' אהרן איז

שכויעך

וכי זו בלבד עשה לנו בן עמרם

דא האט איר געטראפן זיין שקאצעריי

ער איז דאך שוין איבער פערציג יאר א ציוני מיט א טעראריסט שפעטער איז ער געווארן א כופר ר"ל ווען ער האט געעפענט דעם סקול דיסטריקט, און נאך שפעטער האט ער אויפגעהערט מכבד צו זיין די טאטע און מאמע, ביז ער האט זיך אזוי ווייט דערקייקלט אז ער איז ממש געווארן א עם הארץ, דאס אלעס ווייסן מיר שוין לאנג, בפרט לעצטענס ווען ער האט נאך אנגעהויבן צו פארן אויף וויקעישאן אויף א פלאץ ווי ר"ל ס'איז דא א בית חב"ד וואס ווי באקאנט איז דאס איינס פון די ערגסטע עבירות אריינצוגיין אין א בית חב"ד ווייל מיט דעם איז מען מחזק די ציונים, און טאקע דארפאר זענען דא אזעלכע וואס האבן זיך אויסגעוועלט א צווייטע סאטמארע רבי, ווייל יענער איז א גאון בתורה, ממש לא פסיק פומי' מגירסא, נאכדערצו איז ער א פאר המעלות ונועם המדות, א ענוות חן און חכם עתיק וכו' וכו'

ממילא נאך די גאנצע הנחה איז דאך ניטאמאל א קשיא פארוואס ר' אהרן איז נישט געגאנגען צו זיין מאמע גאנצע דריי יאר פון זיין זעכציג יעריגן לעבן, ווייל אזוי קוקט מען נעבעך אויס ווען מען פארט אפ

אבער די קשיא מיט וואס מען האט אנגעהויבן איז נאך אלץ שווער, און הלואי אז דו קענסט עס פארענטפערן, וויבאלד ער האט עס נישט געטון יעצט די ערשטע מאל, ובנוסף איז עס ניטאמאל א קרוב משפחה, ממילא ווילן מיר זייער וויסן

ילמדינו רבינו, וואס איז די היתר פון טאנצן אויף א חתונה בשנת האבל

 

ביטע ענטפערן אויף דעם אויב ס'איז דא א תשובה

 

יישר כח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2011 19:54 לינק ישיר 

דארפסט פארשטיין וואלען

מען קען נישט זיין פארנומען צו פארענטפרן טעגליך זשיגאן'ס עמעראצעס
מוז מען מאכען ליצנות דערפון אין פארוואסערן
עפענען ניקס מיט אשכולות אנפיקעווען אין די וועלט אריין צו ס'שטומט צו נישט
אז די אייגענע חבורה זאל נישט ארומגיין מיט אזוויפיל קשיות אין קאפ
אויף די אינטערנעט האט דאך זשיגאן די אויבערהאנט בכמות ובאיכות

ווען ער זאל ווען אנהייבן צו פראבירן צו ענטפרן זיין טעגליכע עמעראצעס
וואלט ער נאך מער געדארפט דאפלען זיין בעקעריי סטעף

די משנה זאגט ''לץ'' אחד דוחה וכו', נאכדערצו אזא לץ ווי זשיגאן

נישט קיין תורה נישט קיין חכמה זעהט מען אויס אזוי וכ'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רז"ל טאנצט מצוה טאנץ בתוך שנת האבל פון זיין מאמע ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.