| נשלח ב-14/11/2010 18:19 |
|
| |
קרית יואל'ע בית רחל גייט אריבער אינטער זייער פאבליק סקול נעץ
פאריגע וואך מיטוואך איז געווען א מיטינג מיט אלע טיטשערס פון די ענגליש דעפארטמענט, ווי יעדער טיטשער איז געבעטן געווארן ביי די הנהלה אריינצוברענגען 10 שוואכע מיידלעך פון קלאס וואס מ'דארף האבן כדי צו גרייכן 40 פראצענט צו קענען אריבערגיין אינטערן סקול דיסטריקט נעץ, ע"כ וואס א יונגערמאן האט מיר פארציילט פון זיין חבר וואס די פרוי איז דארט איינגעשטעלט און איז געווען ביים מיטינג. וואס קרית יואל סקול דיסטריקט איז, אויף דעם וועל איך איבערגעבן דאס ווארט פארן געוועזענעם סופעראיטענדענט דער משומד סטיווען בערנאדא, וואס ער וועט וועט אונז געבן א שטיקל בליק, פון וואס מ'רעדט. דא האט איר אויסצוגן פון זיינע סטעיטמענטס וואס ער האט קאנפירמד אין סופרים קאורט אין יענערצייט ווען די סקול דיסטריקט האט זיך געגרינדעט.
(איך לייג קודם איבערגעטייטשט אויף אידיש, און נאכדעם א קאפי פון די אריגינעלע וואס מ'האט אריינגעגעבן אין קארט)
מ'דארף נישט מוסיף זיין, די דאקומענטן זענען גענוג קלאהר, יעדער פארשטייט דער באדייט פון קרית יואל סקול דיסטריקט, דאס איז א פרייע פאבליק סקול פונקט ווי א פאבליק סקול אין די בראנקס ווי בערנאדא האט זיך אויסגעדרוקט. און קיינער זאל זיך נישט לאזן פאפן אז דאס אלעס איז נישט נוגע ווייל מ'לערנט דארט למעשה יא געהעריג תורה מיט אידישקייט, ווייל דאס איז א ליצנות, ס'גארנישט אנדערש ווי א מוסד אין ארץ ישראל וואס פארפליכטעט זיך אינטער די מדינה'ס תנאים כדי צובאקומען זייער טריפהנע שטיצע, אבער אינעווייניג אין מוסד רופט ער אויס מיט א מייק איני מכיר… די מקור טוישט זיך נישט, דאס איז טריפהנע געלטער און די חינוך איז א טריפהנע חינוך, ותוצאותיו מי ישירנה. ווי אזוי האט זיך ר' געציל אויסגעדרוקט, היעלה על הדעת אז רבינו הקדוש האט געוואלט אזא מין הארבע זאך אין זיין שטעטל, מיר פרעגן די זעלבע זאך מיט ווייטאג רבינו הקדוש דער גרעסטער לוחם אויף דע געלטער וואס קומען ממקורות זרים, מ'דארף נישט מאריך זיין, האט בערוב ימיו אויפגעשטעלט מיט בלוט אין שווייס דאס שטעטעלע קרית יואל, און דארט און דעם הייליג שטעטעלע זאל מען אריינשטעכן א מעסער אין זיינע הייליגע מוסדות, אויף דעם האט ער געבליטוגיט אויפצושטעלן דעם שטעטל? ברוך הוא אלוקינו.. והבדילנו מן התועים, מיר האבן זיך אפגעטיילט מיר האבן נישט קיין מגע ומשא מיר האבן אייגענע בתי חינוך על טהרת הקודש אפילו די טראנספארטאציע וואס מיר זענען געזעצליך עליזשיבעל צו נוצן פאר אונזערע מוסדות אלס איינוואוינער אין דעם דיסטריקט, נעמן מיר אויך נישט, טראץ די כסדר'דיגע אפפערס, מיר ווילן נישט האבן די מינדעסטע שייכות און אוודאי נישט קיין בענעפיטן פון דע מקום זר דאס איז די רוחנית'דיגע חלק די גשמיות'דיגע חילוק וועט יעדער שפירן קומענדיגע יאר אויף זיין סקול טעקס ביל, און די טענענטס אויף זייער ארענדע ביל
בנוגע אויף למעשה, ליידער האבן זיי אלץ מצליח געווען צו פארווירקליכן זייערע פלענער בעוה"ר, אבער מיר האפן אז דאס מאל זאלן זייערע פלענער בלייבן ביים פלאן און זאל קיינמאל נישט געשען למעשה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 19:20 |
|
| |
אוי, דער בג''ץ'ניק איז דערביטערט, די אהרונים גייען שוין מאכן אפאר טאלער, אוי וויי, דער רביזיכרוינעבראכע האט נישט געלאזט, וויי וויי וויי, בג''ץ'ניק, הער אויף צו כליפען, מיין קינד, פרעג נאר דיין טאטע וואס עס הייסט אנטי פאווערטי, פרעג נאר דעם ר' דוד ראזענבערג מנהל המחנות -א גרויסער זאלי- וויפיל פראגראמס ער האט פון די גאווערמענט, איך פארשטיי אז עטץ ניצט דעם באקאנטן היתר פון הגאון הקדוש הצדיק המפורסם הראב''ד שליט''א, וואס ער פסקעט ווען עס לוינט זיך אז "דער אלטער פסק איז יעצט נישט אקטועל" , אדער, הא לן והא להו.
אלזא לאמיר עס צולייגן אויף קליין געלט, גיין אין בג''ץ, האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, זיך ארום כאפן מיט א חבר הכנסת האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, הכשר ממליחה ואילך פלייש האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, מפוקפק'דיגע ווייץ האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, צענדליגע גאווערמענט פראגראמס פאר די זאלי מוסדות האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, טאנצן מצוה טאנץ מיט מוזיק אין שנת האבל האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, גיין אין ערכאות העכו''ם בלי רשות בית דין און אנמאכן א חילול השם איום ונורא מיט שרייען אין קארט אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה, האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, פורץ גדר זיין מיט פסולע סידור קידושין נגד המרא דאתרא, האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, אראפ כאפן שייטלען פון נשים וואס פאלגן זייערע דיינים בנוגע דעם עירוב, האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, אבער וואס האט ער בשום אופן נישט געוואלט, אז די אהרונים זאלן מאכן געלט פון א פראגראם, דאס האט ער כידוע פארדאמט מידי שבוע בשבוע ביי די הייליגע שלש סעודות תורות, יעדער ווייס אז ווען דער רבי האט גערעדט פונעם חטא הידוע האט ער געמיינט דעם טמא'נעם אהרונישן סקול דיסטריקט, ווער עס האט נאר אמאל אריין געבליקט אין הייליגן ספר דברי יואל, זעט בחוש ווי ער באווינט די פירצה נוראה פון די אהרונים וואס מאכן געלט פון גאווערמענט פראגראמען, נעבעך נעבעך, די קנאה קענען זיי נישט אריבער טראגן, וואס קען איך אייך זאגן? פלוץ יפלצון,
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 14/11/2010 20:42:33
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 19:34 |
|
| |
וויי וויי משהלע, דו ווייסט נאך נישט אז די ארונים זענען די בליטיגן אויס וועגן די פראגראם, זיי זענען די וואס שרייען אין פארפירן אז הירש פירט זיי אין באד אריין, ברואיג דיך, גיי פרעג קודם שמואל בדחן וואס די אפיציעלע ארונישע שטעלונג איז, אין נאכדעם קום אהער אין באשמיר די בלעטער דא מיט דיין ביטערניש,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 19:48 |
|
| |
קיין איין אהרוני בלוטיגט נישט, אלע פרייען זיך, די מוסדות וועלן מאכן געלט, און די טיטשערס באקומען א רעיס, ס'איז א ווין ווין סיטואציע, בלוטיגן בלוטיגן נאר די אומפארגינערישע זאליס און בני המן, זיי האלטן נישט אויס אז די אהרונים מאכן שוין ווידער מיליונען, יעדער ווייסט אז די זאליס/בני יואל זענען רוב אין שטעטל און געלט מאכן נאר די אהרונים, און דאס דערביטערט זיי דאס לעבן,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 19:50 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 19:53 |
|
| |
מ'איז ביזי מיט אלעם שחיטה יסודי התורה זאלץ פלייש וכו' וכו'
קען זיין דעיס אלעס איז א הידור
אבער די גרעסטע זאך וואס איז ביהרג ועל יעבר וואס דער גרעסטער מיקל בדורינו האט אויך גע'אסר'ט דאס איז נישט קיין פראבלעם פאר זיי
אפילו איך וואלט נאר פארמאגט 10% פון מיין שכל גלייב איך נישט איך וואלט געקענט זיין אן ארויני
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 20:15 |
|
| |
כסף כסף כסף, הרבה כסף ירוויח המוסדות, רק צרה אחד יכול לצאת מזה ברגע שהבית רחל נכנס תחת כנפי הפאבליק סקול כבר אי אפשר לזרוק ילדים! וזה צרה אמיתי, מה נעשה ברגע שאחד מאנ"ש יחליט לעשות מעשה נגד ההנהגה? או מה נעשה אם בני יואלע אויברחכם יתן דירה לגוי והוא ירשום הבת שלו לבית רחל???
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 20:33 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | אוי, דער בג''ץ'ניק איז דערביטערט, די אהרונים גייען שוין מאכן אפאר טאלער, אוי וויי, דער רביזיכרוינעבראכע האט נישט געלאזט, וויי וויי וויי, בג''ץ'ניק, הער אויף צו כליפען, מיין קינד, פרעג נאר דיין טאטע וואס עס הייסט אנטי פאווערטי, פרעג נאר דעם ר' דוד ראזענבערג מנהל המחנות -א גרויסער זאלי- וויפיל פראגראמס ער האט פון די גאווערמענט, איך פארשטיי אז עטץ ניצט דעם באקאנטן היתר פון הגאון הקדוש הצדיק המפורסם הראב''ד שליט''א, וואס ער פסקעט ווען עס לוינט זיך אז "דער אלטער פסק איז יעצט נישט אקטועל" , אדער, הא לן והא להו.
אלזא לאמיר עס צולייגן אויף קליין געלט, גיין אין בג''ץ, האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, זיך ארום כאפן מיט א חבר הכנסת האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, הכשר ממליחה ואילך פלייש האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, מפוקפק'דיגע ווייץ האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, צענדליגע גאווערמענט פראגראמס פאר די זאלי מוסדות האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, טאנצן מצוה טאנץ מיט מוזיק אין שנת האבל האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, גיין אין ערכאות העכו''ם בלי רשות בית דין און אנמאכן א חילול השם איום ונורא מיט שרייען אין קארט אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה, האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, פורץ גדר זיין מיט פסולע סידור קידושין נגד המרא דאתרא, האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, אראפ כאפן שייטלען פון נשים וואס פאלגן זייערע דיינים בנוגע דעם עירוב, האט דער רבי זי''ע יא געלאזט, אבער וואס האט ער בשום אופן נישט געוואלט, אז די אהרונים זאלן מאכן געלט פון א פראגראם, דאס האט ער כידוע פארדאמט מידי שבוע בשבוע ביי די הייליגע שלש סעודות תורות, יעדער ווייס אז ווען דער רבי האט גערעדט פונעם חטא הידוע האט ער געמיינט דעם טמא'נעם אהרונישן סקול דיסטריקט, ווער עס האט נאר אמאל אריין געבליקט אין הייליגן ספר דברי יואל, זעט בחוש ווי ער באווינט די פירצה נוראה פון די אהרונים וואס מאכן געלט פון גאווערמענט פראגראמען, נעבעך נעבעך, די קנאה קענען זיי נישט אריבער טראגן, וואס קען איך אייך זאגן? פלוץ יפלצון, |
|
זאלסט מיר מוחל זיין אבער כ'פארשטיי נאכנישט קיין איין ווארט מה ענין שמיטה אצל הר סיני, דו האסט שוין אמאל געענפערט וואס מ'האט דיך געפרעגט..?
וואס כ'קען מוסיף זיין, אויב איז דער פאבליק סקול מתחלה כשר וואס דארף מען צוקומען צו די פורים תורה אז דאס איז א שפיטאל? און אויב איז דאס א שפיטאל וואס איז די היתר צו נעמן געלט פארן בית רחל?
אפשר קענסטו מיר ברענגן אויסער לאנטש פראגראם'ס א עדזשוקעישן פראגרעם וואס מיר נעמן פון די רעגירונג אויפן תנאי צו רעמאווען גאט בשעת'ן לערנען?
כ'בעט דיך נאכאמאל לאז יעצט איינמאל ארויס דעם סעפטיק מיטן קרעטשמע מיט באגאץ מיט זאלץ מיט שמאלץ און רעדט צום דבר
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 14/11/2010 20:45:13
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 21:09 |
|
| |
סויפער VS הירש, איך האף אז הירש וועט אויספירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 22:44 |
|
| |
מלךץ אבער די גרעסטע זאך וואס איז ביהרג ועל יעבר וואס דער גרעסטער מיקל בדורינו האט אויך גע'אסר'ט דאס איז נישט קיין פראבלעם פאר זיי
איך וויל זאלכט אפשר זאגן איינער וואס האלט אז עס איז יהרג ואל יעבר, שאלתי מפי אחד מנכדי הגה"צ ר' אברהם לייטנער ז"ל גאב"ד מאנטיווידאי וואס האט געריבן יהרוג ואל יעבר היתכן די האלסט דיין קינד דארטן, האט ער געענפערט אז ער האט געפערג דעם זיידן ר' אברהם זצ"ל אין ער האט אים געענפערט אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז עס איז א איסור, ער האט בלויג געמיינט אז פאר סאטמאר פאסט דאס נישט, וכן אמר הגה"צ הנ"ל זצ"ל לר' מרדכי ליבערמאן מווויליאמסבורג
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 22:50 |
|
| |
פנחס'ל לעכטיגס ר: דיינע פערזענליכע שמועסן מיט מהר"א לייטנער'ס אייניקל קען איך נישט באשטעטיגן אדער אפפרעגן, אבער רבי אברהמ'ס מיינונג איבער'ן סקול דיסטריקט איז דא צו באקומען בכתב ובעל פה גענצליך אומצענזוזרירט און טאמער דו ווילסט אריינרעדן אין דעם נושא, האב זיי מוחל די מינימום 'סעלף רעספעקט' און זיי עס מברר בעפאר די שרייבסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 23:37 |
|
| |
its all non sense, the aroinim are trying to help david eckstein in his fight against Mier Hirsch , that's all, don't help them, let them fight for them self
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 01:11 |
|
| |
טעות
תוקן על ידי בגץ_פילן ב- 15/11/2010 01:15:34
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 01:20 |
|
| |
אויטענטיש: נאכאמאל! פון נגיעות פון זאגן ברבים זאכן וואס ער אליין האט נישט געהאלטן וויל איך נישט רעדן, נאר אזוי פיל זאג איך דיר נאכאמאל, דער מאנטיווידעאי רב זצ"ל האט אן אייניקל אין קרית יואל, וואס איז גענצליך נישט קיין ארויני (שיין גערעדט) איר קענט אים איבער פרעגן וואס זיין זיידע האט אים אים געזאגט (איך וויל נישט רעדן מיט קיין נעמען אבער א סימן ער איז א מורה הוראה ) פראביר צו כאפן וועם איך מיין און קענסט אים אליין פרעגן וואס דעת קדשו פונעם זיידן איז געווען ווען עז איז געקומען צו א אייגענע אייניקל, און דאס זעלבע קענסטו פרעגן פון הרה"ח ר' מרדכי ליבערמאן פון וויליאמסבורג (איך מיין אז ער איז די פאטער פון יואלי וועם די ארוינים רופן קעטשאפ) וואס ער האט אליי ןגעהערט פון הגה"צ הנ"ל זצ"ל
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 01:22 |
|
| |
באקומען אין אישי" אין פאקטישע מציאות האבען די זאליס אין וומ''ס א העד סטארט מיט א דעי קעיר מיט יו קי פי קלאסען וואס איז לויטן געזעץ די זעלבע הלכה ווי א פאבליק סקול אין ווען אינספעקטארס קומען טארען די טיטשערס נישט לערנען די סדרה מיט די קינדער אויף דעם קען עדות זאגען יעדע טיטשער וואס איז געווען אין העד סטארט אדער דעי קעיר אדער יו פי קעי אין אויב געדענק איך גיט האט די ענגליש דעפארטמענט אויך אזא דין אז ס'מוז זיין סעקולער אין מ'טאר נישט דעמאנען דעם אייבורשטן'ס נאמען אין נאך מער די אלע ווערטער וואס בערנאדא האט געזאגט אז געווען אין ליכט פין די פרעכע מסירות פין די מוסרים אין קרית יואל נישט אז ער איז געגאנגען רעדן כפירה ח''ו ברבים אין דאס שרייבען אינטער אלע העד סטראטס אין דעי קעיר'ס כו'
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 01:37 |
|
| |
| פינחס_יואל כתב: |  | אויטענטיש: נאכאמאל! פון נגיעות פון זאגן ברבים זאכן וואס ער אליין האט נישט געהאלטן וויל איך נישט רעדן,
נאר אזוי פיל זאג איך דיר נאכאמאל, דער מאנטיווידעאי רב זצ"ל האט אן אייניקל אין קרית יואל, וואס איז גענצליך נישט קיין ארויני (שיין גערעדט) איר קענט אים איבער פרעגן וואס זיין זיידע האט אים אים געזאגט (איך וויל נישט רעדן מיט קיין נעמען אבער א סימן ער איז א מורה הוראה ) פראביר צו כאפן וועם איך מיין און קענסט אים אליין פרעגן וואס דעת קדשו פונעם זיידן איז געווען ווען עז איז געקומען צו א אייגענע אייניקל, און דאס זעלבע קענסטו פרעגן פון הרה"ח ר' מרדכי ליבערמאן פון וויליאמסבורג (איך מיין אז ער איז די פאטער פון יואלי וועם די ארוינים רופן קעטשאפ) וואס ער האט אליי ןגעהערט פון הגה"צ הנ"ל זצ"ל _________________
|
|
הונדערט פראצענט גערעכט. הגה"צ מ'מאנטעווידעא האט קלאר געזאגט אז ער קען נישט פסק'נען אויב איינער האט חלילה א קראנק קינד, ער זאל נישט אריין לייגן דארט. "ס'איז דיני נפשות, און כ'קען וועגן דעם נישט פסקענען" האט ער זיך אויסגעדריקט ברבים. אבער תוך כדי דיבור האט ער צוגעלייגט, אז אוודאי געזונטע קינדער איז חלילה וחלילה סאיז אסור באיסור גמור ארין צו לייגן דארט. ווער עס ווייסט פון א געזונט אייניקל פון מאנטיוועדעאר רב זצ"ל וואס לערנט דארט, זאל זיך לאזן הערן.
_________________
|
|
|
|
|