|
|
| נשלח ב-15/11/2010 01:42 |
|
| |
אגב, איך האב געפרעגט היינט א קשיא דא, כווייס נישט פארוואס עס איז פארשוואונדן.
איינער ווייסט די סיבה פ"וו מען ברויך צוקומען צו דעם אז די טיטשערס זענען טאטערס פאר ספעשיל קידס, און פערציג פראצצענט מידלעך זענען פאררוקט חלילה, פ"וו קאן מען נישט פשוט אריין שטעלן דעם גאנצן מוסד אין פובליק סקול אזוי ווי עס שטייט און גייט. זייט ווען לערנען נאר ספעציעלע קינדער אין די פוובליק שולעס?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 02:07 |
|
| |
עמי הארצים אין ר' אברהם דעה!
ר' אברהם האט קלאר געזאגט צאלויזע מאל אז עס איז ביהרג ואל יעבור צו פארמאגן אזא מוסד, אריינלייגן דארט א קינד איז נישט קיין פראבלעם!
די פראבלעם איז די דעקלעראציע אז מען גייט נישט מישן שטאט אין רעליגיע.
די גאנצע היתר וואס ר' אהרן האט געבויעט פארן פאבליק סקול איז אז ס'איז א שפיטאל און דאס האט ער מעלה גרה געווען ערב ובוקר וצהרים, עס ווינדערט מיר וואס די אפיציעלע תירץ גייט זיין יעצט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 03:51 |
|
| |
פנחס,
קומסט מיט א מעשה מיט אן אייניקל פיין, אי"ה קומענדיגע וואך מוצאי וועל איך האבען צייט פאר מעשיות, קענסט צוגרייטן נאך איך וועל אפרישיעטען
ס'טוישט נישט די פאקט אז גדולי דורינו זענען ארויס שארף קעגען דעים אין געפאסקענט אז ס'איז ביהרג ועל יעבר, אין קיין איינער האט נאך "ביז האנט" נישט צוריקגעצויגען, אין קעגען אנדערע זענען זיי נישט ארויס,
א חלק זענען ב"ה נאך צווישען אינז, איך גלייב אז אויב זיי וואלטען געהאלטען ווי דיר וואלטען זיי ארויס קעגען יענעם אויך
אלא מאי
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:05 |
|
| |
| פינחס_יואל כתב: |  | באקומען אין אישי"
אין פאקטישע מציאות
האבען די זאליס אין וומ''ס א העד סטארט מיט א דעי קעיר מיט יו קי פי קלאסען
וואס איז לויטן געזעץ די זעלבע הלכה ווי א פאבליק סקול
אין ווען אינספעקטארס קומען טארען די טיטשערס נישט לערנען די סדרה מיט די קינדער
אויף דעם קען עדות זאגען יעדע טיטשער וואס איז געווען אין העד סטארט אדער דעי קעיר אדער יו פי קעי
אין אויב געדענק איך גיט האט די ענגליש דעפארטמענט אויך אזא דין אז ס'מוז זיין סעקולער אין מ'טאר נישט דעמאנען דעם אייבורשטן'ס נאמען
אין נאך מער די אלע ווערטער וואס בערנאדא האט געזאגט אז געווען אין ליכט פין די פרעכע מסירות פין די מוסרים אין קרית יואל
נישט אז ער איז געגאנגען רעדן כפירה ח''ו ברבים
אין דאס שרייבען אינטער אלע העד סטראטס אין דעי קעיר'ס כו'
_________________
|
|
די העדסטארט פראגראם איז געאייגענט צו שפילן פונקט וואו פוד סטעמפס איז געאייגענט צו עסן, און אז מ'לערנט און די צייט פון העדסטארט איז פונקט ווי מ'נוצט פוד סטעמפס פאר פעיפער גוד'ס, פאר דעם טאר מען נישט לערנען יענערצייט, נישט אלס סעקיולער (פרייהייט אויף רעליגיע), ס'האט א שייכות מיט סעקיולער פונקט ווי סעקיולער האט מיט פוד סטעמפס, די מוסד מעג זיך שטעלן זיי ווילן דירעקט מענער טיטשערס ביי די יונגלעך און פרויען טיטשערס ביי די מיידלעך די זעלבע איז ביי די ענגלישע לימודים, די מוסד מעג זיך שטעלן אויף זאכן וואס איז קעגן רעלידשעס.
פון וועלעכע פרעכע מסירות פון וועלעכע מוסרים פון וועלעכע קרית יואל רעדט א איד?
די יונייטעד זשאואיש קאנגרעס (די פלעינטיף), איז א נעשענעל גרופע אין לאנד וואס זארגט זיך אויף די פאבליק סקולס וואס ברעכן די אמעריקאנע קאנסטוטוציע, לויט מיינע אינפארמאציע וואוינען זיי נישט אין קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:05 |
|
| |
געלע-באס, אויב האט דער וויזניץ מאנסי רבי שליט"א טאקע געהאלטן אז דאס איז יהרג ואל יעבור (און נישט בלויז ווייל סאטמאר האט דאס געמאכט דארף מען זיי אונטער רייסן) ווי אזוי איז ער נישט מוחה ווען זיינע אייגענע וויזניצע חסידים, די אריינגעשטימטע סקול באורד מעמבערס האבן אן אייגענע סקול דיסטריקט אין מאנסי ?
הא לן והא להו סאטמאר טאר טאקע נישט אבער וויזניץ מעג יא.
און אגב געלע באס, טאקע אמת גערעכט עס זענען דא גדולי דורינו וואס זענען שארף ארויס דערקעגן, אבער זיי מיר מסביר פ"וו אויב די אייגענע סאטמארע דיינים האבן מיר דאס מתיר געווען וואס דארף איך אננעמען די פסק פון די פרעמדע רבנים וואס אלעס וואס סאטמאר טוט איז ביי זיי טרייף? אדער דארף איך זיך אנדערשט רעכענען מיט מיינע אייגענע דיינים וואס האבן דאס מתיר געווען ? (ובפרט מיט אזא האקעלע נושא וואס אויף די חשבון פון די צובראכענע נשמות איז א מצוה צו זיכען קולות עס מתיר זיין )
זאג מיר ווען עס טוט זיךא שאלה אין טאהש אדער אין סקווירא, ווער איז דן איבער די נושא היימישע רבנים אבער מען לויפט זיכען וואס פרעמדע רבנים (מיט מלא נגיעות קעגען זיי) האבן צו זאגן ???
________________
תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 15/11/2010 04:19:24
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:26 |
|
| |
פנחסיואל, וויזינצער רבי'ס חסידים האבן נישט קיין פאבליק סקול. דאס איז בלויז א שם רע וואס דער פוער פיו נגד כל גדולי הדור האט ארויסגעלאזט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:27 |
|
| |
קלארשטעלונג
רבי אברהם'ס שיטה בנוגע דעם פאבליק סקול איז ווי פאלגענד:
א. מאכן דעם פובליק סקול איז פארבינדן מיט איסורים וואס זענען ביהרג ואל יעבור. ב. אריינלייגן דארט א קינד קען מען מצדד זיין אז עס איז נישט נכלל אין די אויבנדערמאנטע איסורים, אבער דעס איז נאך אלס נישט אויסעהאלטן מכח דעם וואס דער חינוך איז משועבד צו די רעגירונג, דעריבער: א. א קינד וואס איז נישט לעבנסוויכטיג אריינצולייגן דארט זאל מען בשום אופן נישט אריינלייגן דארט. ב. א קינד וואס דארף דאס האבן לעבנסוויכטיג (פיקוח נפש) האר רבי אברהם מערערע מאל מגלה דעת געווען בכתב ובעל פה אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג ווייל ער ווויל נישט דן זיין קיין דיני נפשות. עד כאן מדבריו הברורים וואס יעדער קען אליין הערן און ליינען.
יעצט בנוגע די מעשה פין זיין אייניקל: ווער עס האט מיטגעהאלטן די געשענישן בשנת תשנ"ה געדענקט אז דאס איז אלץ געווען פין די שטערקסטע טענות קעגן די אוסרים נעמליך; זיי האבן דארט אייניקלעך אדער תלמידים, נאר דעמאלטס איז עס געווען אקעגן קאשויער רב, און יעצט האט זיך פנחס יואל אויפגעוועקט אז רבי אברהם האט דארט אויך א אייניקל. אבער לאמיתו של דבר איז עס בכלל נישט קיין נפקא מינה למעשה, ווייל קודם כל האט רבי אברהם אליין געזאגט אז עס איז דא אופנים וואס מען קען נישט זאגן א איסור ברור, צווייטנס דאס וואס א אייניקל פאלגט נישט דעם זיידן מיינט נישט גארנישט, והדברים פשוטים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:33 |
|
| |
אומזינסט, ביז אויף געקומען מיט א באמבע חילוק צווישען געצונטע אין נישט געזונטע קינדער, קענסט מיר אפשר מסביר זיין ווי נעמט זיך א היתר אז קראנקע קינדער מעגן דינען עבודי זרה? יהרוג ואל יעבור איז נאר ביי דריי עבירות ע"ז, ג"ע ושפ"ד , ני אויב די רבנים האבן איינגעזען די סקול דיסטריקט אלס א בית מינות ממש אזש זיי האבן געשריגן יהרוג ואל יעבור, טא ווי קען זיין אז קראנקע קינדער מעגן יא? ווי טרעפט מען אין שו"ע א היתר אויף דעם?
אין אגב אויב די ווייסט נישט די טיישט פון יהרוג ואל יעבור זאג איך דיר , יהרוג ואל יעבור איז טיישט אז אפי' עס איז נישט דא קיין שום אנדערע ברירה, און די מוזט עובר זיין אויף די עבירה, טאמער נישט וועסטו געהרגעט ווערן מיט דעם אלעם טארסטו נישט טוהן די עבירה , נאר זיך לאזן הרגנען ווי איידער טוהן די עבירה ,
ני ווי אזוי טרעפט מען יעצט א היתר אריין צו שיקן די קראנקע קינדער אין אזא פלאץ? האט מען דען זיי געווארענט אז אויב זיי וועלן נישט גיין וועט מען זיי הרגנען ? זענען זיי דען אין א סכנת חיים ? ( אפי' אויב יא טארן זיי אויך נישט גיין ווייל געוואלד אין געשריגן יהרוג ואל יעבור)
_________________
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:36 |
|
| |
| פינחס_יואל כתב: |  | ובפרט מיט אזא האקעלע נושא וואס אויף די חשבון פון די צובראכענע נשמות איז א מצוה צו זיכען קולות עס מתיר זיין ________________ תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 15/11/2010 04:19:24
|
|
דאס איז די גערעסטע שקר אין די גאנצע מערכה בנוגע דעם פובליק סקול. דער פאקט איז אז עס איז געווען אין קרית יואל א מוסד פאר קראנקע קינדער וואס אידן האבן אויסגעהאלטן מיט אייגן געלט, און האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות, בהמשך הזמן האט די הנהגה געזען אז מען קען מאכן געלט האבן זיי איבערגענומען דעם מוסד און כמלומרשט אנגעפאנגן צו קעמפן פאר די רעכטן פין די קראנקע קינדער אין דערצייט וואס די גאנצע צייט וואס 'שערי חמלה' איז געשטאנען האט מען פין די הנהגה נישט באקומען די מינסענסטע הילף, און במשך הזמן וואס שערי מחלה איז געווען איינקוואטירט אין א בנין וואס האט געהערט צו די מוסדות האבן זיי אפילו געדארפט צאלן רענט פאר די הנהלת המוסדות, דעריבער די גאנצע היתר פין קראנקע קינדער איז בשקר יסודה, ווייל מען האט געקענט בשעתו לאזן אלעס ביים אלטן אין די קראנקע קינדער זאלן האבן ווי צו גיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:42 |
|
| |
פנחסיואל מאכט זיך טעמיש אדער ער איז א באמת א קלאץ?
יהרג ואל יעבור איז געזאגט געווארן אויף האלטן אזא מוסד, נישט אויפן לערנען דארט.
דער וואס האט דעם מוסד שרייבט אינטער אז ער וועט נישט אריינלאזן דארט קיין מלכות שמים, משא"כ א תלמיד קען דארט טון "וואס זיין הארץ באגערט", פונקט אזוי ווי די הנהלה (ליין = ר' אהרן) טאר נישט אריינברענגען דעם באשעפער'ס נאמען, פונקט אזוי קען מען נישט אפהאלטן ר' אברהם לייטנער'ס אייניקל פון זאגן דארט אז ר' אהרן איז א שגץ פארן האלטן אפען אזא מוסד אינטער זיין נאמען.
נאך מער, ווען א קינד זאגט אזאנס אין ר' אהרן' חדר וועט מען אים ארויסווארפן, משא"כ ווען א קינד זאגט אזאנס אינם פאבליק סקול ווייל דאס איז זיין רילידשעס ביליפ'ס, קען אים קיינער נישט ארויסווארפן! די קינדער האבן די רעכט צו לערנען תורה און דינען דעם באשעפער, משא"כ די בעלי בתים.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:45 |
|
| |
פנחס,
לגבי וויזניץ איך גלייב אז אויב ס'וואלט געווען אמת אז זיי האבען די זעלבע וואלט וויזניץ'ער רבי נישט ארויס קעגען ק"י קיין גולם איז ער דאך נישט אויך אויב ס'וואלט געווען אמת וואלטן די אלע איבעריגע ארויס קעגען עהם
לגבי וואס די פרעגסט וועגען אייגענע דיינים איך גלייב נישט די מיינסט עס אמת'דיג היינט ווייסט שוין יעדער די ליצנות דערפון,
ין ס'טושט זיכער נישט די מציאות אז שטארקע גדולים זענען ארויס אזוי שארף
די געדענקסט אפשר נאך א פאל ווען רבנים זענען ארויס אזוי שארף ?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 05:42 |
|
| |
פנחס יואל, כגיי זיך נישט קריגן מיט דיר. עטליכע וואכן צוריק איז געווען געדריקט אין חומת הדת די דרשה פון רבי אברהם בשעתו, און ער זאגט קלאר דארטן וואס איך האב דיר געזאגט.
איך ווארט צו הערן ווער עס ווייסט די סיבה פארוואס מען מוז אריין גיין אונטערן פובליק סקול נעץ אויף אזא אינטערעסאנטן אופן, פארוואס מען קען נישט גיין גראד. איינער ווייסט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 09:08 |
|
| |
אויטענטיש, לשיטתך אז די גאנצע היתר פון האלטן דארט קראנקע קינדער איז א שקר מיסודה, טא פארוואס טאקע איז ר' אברהם ז"ל קראנקע קינדער יא דארט צו לערנען?
נפל, אויב איז טאקע אזוי אז נאר די בעלי בתים זענען עובר אויף יהרוג ואל יעבור, משא"כ די קינדער קענען טוהן וואס די הארץ בעגערט אויב אזוי פארוואס טאקע טארען דארט נישט לערנען קיין געזונטע קינדער ? פון ווי האט ר' אברהם גענומען די חילוק צווישען געזונטע און נישט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 16:20 |
|
| |
נפל פארוואס איז אסור ביהרוג ואל יעבור צו גיין צו דער בחירות און דער מדינה הטמאה........???????????
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 17:06 |
|
| |
| jhol כתב: |  | נפל פארוואס איז אסור ביהרוג ואל יעבור צו גיין צו דער בחירות און דער מדינה הטמאה........??????????? |
|
הייב נישט אן צו קענען דעם ויואל משה און פארופן זיך נאך חסידים פון אים... שעם זיך אז א טאהשע חסיד דארף דיר דאס מסביר זיין.
די פראבלעם מיט די בחירות איז אז מיטן אריינלייגן פאר יענעם א וואוט, ווערט יענער דיין שליח און אלעס וואס ווערט אפגעטון אין כנסת איז אויף דיין שליחות!
|
|
|
|
|