איך פארשטיי נישט וואס מען איז דא דן, ר' אברהם לייטנער האט אזוי געהאלטן, צו אזוי געהאלטן, איינער איז נאך מסביר בטוב טעם וואס ר' אברהם'ס "שיטה" איז געווען, הו קעירס?, רבי אברהם זצ''ל כבודו במקומו מונח, אבער אונזער מנהיג איז ער נישט געווען, אונזער מורה דרך איז ער נישט געווען, ער איז געווען א תלמיד חכם עצום, און אפשר א גרויסער צדיק, אבער זיין מיינונג איז קיינעם נישט מחייב, ביי מיר איז דער מיינונג פונעם גרינדער פון שערי חמלה דער הייליגער ברך משה זי''ע דער איינציגער וואס איז מאסגעבענד, זיין מיינונג איז מיך מחייב, רבי אברהם האט געהאלטן אז מען טאר נישט? , נו, זיינע חסידים האבן טאקע נישט געמאכט קיין סקןל דיסטריקט, (אינטרעסאנט, עבודה זרה איז דאך אסור בהנאה, אבער עם כל זה זענען זיינע אייניקלעך דארט געגאנגען, אלזא, קיין עבודה זרה איז דאס זיכער נישט און קיין יהרג ועל יעבור איז דאס אוודאי און אוודאי נישט), רבי אברהם'ס שיטה איז געווען איין זאך, צו צוברעכן סאטמאר, ער האט דאס אפן געזאגט ביי שלש סעודות תורות, (איך האב די טעיפס), ער האט געטענה'ט אז ס'טאר נישט זיין א מנהיג יחידי, (איר געדענקט די זיסע תורות?), און אזוי ווי סאטמאר האט זיך צובראכן, האט ער זיך צו געשטעלט דערצו, א צובראכענע סאטמאר האט ער זייער ליב געהאט, און ער איז געקומען פערזענדליך שעפן נחת, על כל פנים די הנהלה אין קרית יואל איז זיכער נישט נייגעריג אויף זיין חוות דעת, און אויב וויל די הנהלת המוסדות אנשליסן די בית רחל סקול אינעם סקול דיסטריקט צו מאכן אפאר דאלאר, תבא עליהם ברכה,רבי אברהם'ס אוהדים וחסידים שיקן במילא נישט זייערע קינדער אין די מוסדות, און פאר זיי איז פאסיג צו זאגן, מיינט יור אוען ביזנעס.
תוקן על ידי משהלע ב- 15/11/2010 18:45:02
 |
|
|