יעצט אביסל פאקטען
-עס מאכט זיך צומאל אז א מציבה פאלט אראפ ווען די פאנדעישאן איז נישט גענוג פעסט,
לדוגמא ווען דער שטריק פלעגט נאך ארויפפארען מיז זיינע לעלוס אין בית החיים אין טאג פין די יארצייט
איז שוין געווען אז א מציבה איז אראפגעפאלען ווען זיין לעלו האט זיך דורכגעשיפט ארויסצופארען דורך די לינקע טויער לעבן די ציגעלייגטע חלקה לעבן די חלקת הרבנים.
-ר' זעליג ז''ל איז געווען פין די אויסגערופענע מגידי שיעור אין סאטמאר ישיבה גדולה,
{זיין פטורה האט בשעתו ציטרייסעלט די גאנצע קהילה בכלל אין זיינע תלמידים בפרט אין בתוך השבעה האבען די בחורים זיך מקבל געווען א דבר טוב צירוק צו באפעסטיגען די אלטע תקנה פין רביה''ק ז''ל אז תלמידי הישיבה זאלען גענצליך נישט גיין צו חתונות פין חברים}
-די זאלי'ס האבען זיך ארויפגעכאפט אויף דעם בילד כאילו זיי האבען אנדעקט די גרעסטע קאראפשאן אין די היסטארי קוקט ווי זייער ווארט זאגער וועלכע פירט זייער גרעסטע טוויטער גרופ - א בחור'ל פין קווינס
ליארעמט מיט די 'שאקינג'
SatmaHQ: Shocking Yiden went 2 Tzion 2day found Matzeives laying broken mismanaged old Chelka of Beis Hachaim
-די בילד איז א חלק פין די ארבעט אין מארקעטינג פאר זייער בית היים
וואס די עיקר ארבעט פין די זאליס איז ארום לויפן צו אלטע יודן אין שפיטעלער וכו' מ'זאל אינטערשרייבן אז מ'וויל ליגען אינטערן גדר ווייל די ארונים גייען בעטן פין זיי 50 טויזענט דאללער פאר א קרקע
זענדיג אז די שקר קומט ארויס, פראבירן זיי לעצטנס אנדערע מיטלען ווי למשל אז די מציבות ליגען צו נאנט (זעהט אויס עזריאל האט געטשענזש זיין מיינד וויאזוי מ'זאל לייגען מציבות ווען מ'וויל אנפילן א ביה''ח שנעל),
אין מ'לייגט מציבות צו פרי,
אין די ביה''ח איז אין ערכעות (דורך וועם?),
אין וואס פאר א שיינע זאמד זיי ניצן (אין זייער שולן הענגט יעדע וואך בילדער פין די שיינע זאמד),
(לאכטס נישט קוקט איין וואך אין זייער צייטונג - דער איד אדער אויף די ווענט פין זייער שולן) וואס ברענגט נאר ארויס שפאז ביי יעדן רעכטן מענטש
אבער יעצט האט די ארץ החיים קאמפעני געכאפט די באמבע נעמליך אז ''דארט ברעכט מען מציבות.....'' אין די גאנצע בית החיים איז מיסמעניזשט.
-להערה בעלמא, אין פאקט איז דא ווייניג בתי חיים וואס זענען אזוי גיט קער גענומען ווי קרית יואל, סיי די מעינטנענסט סיי צירוקהאלטען די אלע מיני שרצים אין חיות וואס מאכען זיך אין געוויסע בתי חיים, אין די בילד איז געכאפט לכאורה ממש נאכדעם וואס די מציבה איז אראפגעפאלען דורך א טרעקטאר וואס האט זיך צובראכען לעבן די מציבה.
אין האפענטליך וועט איינער קענען ארויפשטעלן די בילד פין די זאלי שיק יונקעל וואס כאפט די בילד מיט זיין בלעק בערי (די גאנצע בית החיים האט נאך די קעמרעס וואס די זאלי'ס האבען אינסטאלירט בערך 6/7 יאר צירוק, אבער זיי קענען עס שוין נישט זעהן אויף זייער סקרין'ס)
-עס בלייבט נאר איבער זיי צו ווינטשן המקום ינחם
ווי עס קוקט אויס האט פאללאק געהאט ווייניגער לוי'ס דעם ווינטער ווי די אויסגעשפילטע זאל פין די רעבעלן לעבן קרית יואל