| נשלח ב-17/11/2010 07:16 |
|
| |
לויבט "דער איד" אויסגאבע
איך פיל פאר א פליכט צו באדאנקען דער רעדאקציע פון דער איד פאר די הערליכע ארבעט, און דער זעלבע צייט וואלט איך געוואלט די אנדערע ליינער זאלן אויך ארויסברענגען זייערע מיינונגען בנוגע דער איד.
פאר איר שרייב ווייטער וויל איך קלאר שטעלן אז איך ארבעט נישט ביי דער איד, ניטאמאל באקום איך באצאלט פון זיי, פון דער אנדערע זייט פארשטייט זיך איך בין א שטארקע פאטראנאזירער אין שטיצער פאר זיי, אין בכלל איך האב ליב צי ליינען זשורנאלען, אויסגאבעס, צייטונגען.,, דעריבער וואלט איך געקענט באשטיין זיך אדורכצושמיעסען מיט זיי, אדער עכ"פ זאלן זיי כאטש וויסן די מיינונגען פון די לייענערס.
ערשטענס: איך בין זייער צופרידען ווי אזוי די וועלטליכע נייעס ווערט לעצטענס געדעקט, אמאל פלעגט עס זיין באשריבן קורץ און שארף, אריינגעווארפען עטליכע "אלטמאדישע" ווערטער, ווען איך זאל וועל לייענען אויפן קול וואלט איך ווען פארלוירן עטליכע ציינער...
די לעצטערע חדשים איז אנטשטאנען אין דעם א גרויסע שינוי לטובה, יעדע נייעס {נארמאלע} איז געדעקט און באשריבן אויסערגעווענליך גיט!
די פאליטישע ארטיקלען און אבזערוואציעס איז ממש צום באלעקן.
קהל'ישע נייעסער זענען איז אויך נישט אוועקצומאכן, אגב פארוואס האט מען לעצטענס אויפגעהערט לייגען קאלירטע בילדער פון רבנים?
איך האב נאך אסאך צו שרייבן ועוד חזון למועד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2010 08:01 |
|
| |
איך מיין די קלאסיפייד אין די וועטער באריכט זענען גענצליך איבריג, אנשטאט דעם קען אריינלייגען וועלטליכע בילדער אין טעכנעלאגיע ערפינדונגען, קיינעם אינטערסירט נישט די וועטער פין לאנדאן אין אריזאנע, אדער וויפיל שירעמס זענען ביי טאהש בית המדרש.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2010 19:21 |
|
| |
סאיז זייער שיין לעצטענס איך מיין אויב ווילן זיי צילייגן זאכן וואס יעדער וועט הנאה האבן זאלן זיי לייגן א מעשה יעדע וואך אזא שטייגער ווי די צייטונג האט נישט נאר פארזעצונגן נאר יעדע וואך א מעשה צי פין א צדיק אדער פין היינטיגע צייטן אדער פין מלחמה איבערלעבער א א וו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2010 21:04 |
|
| |
שיין זעהט דער איד אויס אז נאכען אינוועסטירן אזוויפיל געלט פאר פאזלעך אין קעסטל רעטענישען אין געמאכט גאר נאך א ביילאגע דארפן זיי נאך עפנען א PR אשכול אויף היידפארק...
ווי קעציל זאגט עדות אז ער ארבעט נישט אין דער איד אפיס
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2010 21:13 |
|
| |
איך האב איין פראבלעם מיט "דער איד", איך הער אז "די צייטנג" האט דעם זעלבן פראבלעם. עס הייבט זיך אן א נייעס אויף זייט 10 נאכן ליינען 15 שורות שיקט ער דיר אויף זייט 72 און ביים ליינען נאך 12 שורות שיקט ער דיר אריבער צום פאלגאנדען זייט און דערנאך צו בלאט 79
פארוואס אזוי צוטיילן די נייעס? מען דארף יא גיין מער אויפן בלאט און פראבירן צו ענדיגן דעם גאנצן נייעס אויף איין בלאט, עס וועט אויך העלפן האלטן "דער איד" דינער, גרינגער צו האלטן און אפשר אביסל ביליגער צו דריקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2010 21:25 |
|
| |
די וועטער פון אריזאנע איז זייער וויכטיג...
[quote] איך מיין די קלאסיפייד אין די וועטער באריכט זענען גענצליך איבריג, אנשטאט דעם קען אריינלייגען וועלטליכע בילדער אין טעכנעלאגיע ערפינדונגען, קיינעם אינטערסירט נישט די וועטער פין לאנדאן אין אריזאנע, אדער וויפיל שירעמס זענען ביי טאהש בית המדרש. [/quote]
תוקן על ידי SatmarNews ב- 17/11/2010 21:28:01
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2010 21:46 |
|
| |
| חיי_שעה כתב: |  | איך האב איין פראבלעם מיט "דער איד", איך הער אז "די צייטנג" האט דעם זעלבן פראבלעם. עס הייבט זיך אן א נייעס אויף זייט 10 נאכן ליינען 15 שורות שיקט ער דיר אויף זייט 72 און ביים ליינען נאך 12 שורות שיקט ער דיר אריבער צום פאלגאנדען זייט און דערנאך צו בלאט 79
פארוואס אזוי צוטיילן די נייעס? מען דארף יא גיין מער אויפן בלאט און פראבירן צו ענדיגן דעם גאנצן נייעס אויף איין בלאט, עס וועט אויך העלפן האלטן "דער איד" דינער, גרינגער צו האלטן און אפשר אביסל ביליגער צו דריקן. |
| קודם זעע איך אז דו ווילסט נישט מודה זיין אז דו ליינסט די בלאט... יעצט לעניננו. יעדע צייטונג איז אזוי אויסגעשטעלט. פשוט ווייל מעו וויל לייגן אלע נייעסן אין די ערשטע 10-15 פעידזשעס אז מען זאל זעה די קעפלעך און אביסל פון די נייעס און באשליסן אויב מען וויל עס ליינען צו נישט. אויב וועט שטיין די גאנצע נייעס אויפאיינמאל וועסטו דארפן מישן 30 פעידזשעס ביז דו קומסט אן צו די נייעס וואס דו האסט ליב. וועגן דעם טאקע די אנאליזן. פארזעצונגען וכו' זענען אין די העכערע נומערן פעידזשעס ווייל געווענליך איז עס די צווייטע זאך וואס מען זוכט. און יענס איז געווענליך כמעט די גאנצע ארטיקל אויף איין פעידזש. פארשטייסט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2010 21:59 |
|
| |
עטס רעטס ענק אפ פארגארנישט, דער איד איז ממש פערפעקט, מ'דארף גארנישט טוישן, אלעס איז פונקט גוט, די געלונגעסטע פון אלעם איז פארשטייצעך די מעכטיגע עדיטאריעלס פון מ"ל דייטש קעגן ר' אהרן, אוי איז דאס גוט!! איבערהויפט ווען ער שרייבט מיט גרויסע חכמה "געוועזענע קרית יואלער רב", איך זאג ענק די אהרונים שעלטן אזוי!! פארוואס זעהט מען לעצטנעסנישט מער פון די געלונגענע עדיטאריעלס, דער עולם לעכטס זייער דערנאך,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 06:00 |
|
| |
rebyankel איך זאג דיר צו אז איך ארבעט נישט אינעם איד אפיס, אז די ווילסט קענסטו פרעגן רבי מענדעל בינער, קענסט מיר אפשר זאגן וואס פארגינסטו אינז נישט די קעסטל רעטעניש מיט די פאזלען? עטץ באקימטס א פאזל פון די נייע סקילמאן שוהל וואס האט שאקירט גאנץ וויליאמסבורג, עטץ גייטס פארן אויף א טריפ מיט שיפן, עטץ באקימטס פיינעפעל מיט פאטעטאס פון גערי שלעזינגער, עטץ האטס פיקטשערס אין בלאט א עקסטערע ביילאגע, עטץ האטס די גרעסטע שוהל מיט די הייליגסטע רבי מיט די מערסטע מענטשען הן אין וומ"ב הן אין ב"פ הן ק"י הן מאנסי הן אנטווערפען אין ב"ב, אלעס זענען לויטער אנ"ש לויטער חסידים פונעם פעטער, איך בעהט דיר לאז אינז כאטש בלייבן מיט די קעסטל רעטעניש אויף וואס משה גבאי ארבעט אזוי שווער, אין מאך נישט קיין חוזק דערפין ווייל די מאכסט אינז פילן ווי גרויסע בעביס
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 06:53 |
|
| |
ביטע צוריקפירן די שמועס אויף די ריכטיגע רעלסן
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 07:15 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | שיין זעהט דער איד אויס אז נאכען אינוועסטירן אזוויפיל געלט פאר פאזלעך אין קעסטל רעטענישען אין געמאכט גאר נאך א ביילאגע דארפן זיי נאך עפנען א PR אשכול אויף היידפארק...
ווי קעציל זאגט עדות אז ער ארבעט נישט אין דער איד אפיס |
|
א גראד ווארט קען מען דא נישט רעדן???? ווי קומט אריין די אלע בייסיגע זאכן, ער שמועסט אויס די אויסגאבע "דער איד" וואס א חילוק צו ער ארבייט דארט צו נישט, ??!!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 07:19 |
|
| |
ביסט גערעכט מילכיגער, מלכתחלה האב איך געוואלט רעדן איבער דער איד, אבער אלץ דארפען די נארמאלע אשכולות אריינגעמישט ווערן צו פאליטיק, קען מען טאקע נישט פירען קיין געהעריגע שמיעס? איך בעהט קיינער זאל נישט אוועקדרייען,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 07:31 |
|
| |
בנוגע די וואס רעדט זיך אפ אז מען דארף כסדר מישן ביי די נייעסער, איז נישט אזוי גערעכט, ווייל דאס גיבט א געלעגענהייט אז די ליינערס זאלן זעהן די אדווערטייזמענטס. נאר וואס עס איז יא א פראפבלעם -עס מאכט זיך טאקע נישט אפט, אבער ווען יא איז עס נאך אלץ ביטער- אז בטעות שיקט עס מיר צי א נישט ריכטיגע פעידזש, דאן קען איך דורך מישן די צומאל 250 זייטן ביז ווילאנג איך טרעף די המשך. מיט דעם וואס עס איז אין באזינדערע ביילאגעס מאכט עס אויף א וועג גרינגער ווייל אזוי ווייס איך כאטש בערך ווי צי זיכען
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 07:22 |
|
| |
איך האב אלץ געהאלטען אז ס'וועל געווען א גיטע זאך עס זאל זיין א עקסטערע ביילאגע יעדע וואך וואס זאל אנטהאלטען פיקטשערס איבער אלעמען וואס האט זיך אפגעשפילט איבער די וועלט, אבער איך האב געטוישט מיין מיינונג זינט איך זע אינגערע אין אפילו ערוואקסענע שלעפן ארויס די פיקטשערס ביילאגע פון די שעלפס אין גראסערי'ס, אין קיקן עס דארט דורך, נאכדעם טראסקעט מען עס אראפ ערגעץ ווי, רוב מאל נישט צוריק אונעם בלאט, אזוי צופאלען אלע צייטונגען פון שעלפס. אחוץ דעם ברענגט עס אויך אז ווייניגער מענטשען זאלן קויפן נאכדעם אויב האט מען שוין סיי ווי געזען די פיקטשערס, ווייל נייעס האבן זיי שוין געהערט אויף קול מבשר, אדער זענען זיי גאר נישט אינטערסירט אין נייעס, במילה איז מיין מיינונג אז עס לוינט נישט צי לייגען בילדער באזינדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 17:13 |
|
| |
| קעציל כתב: |  | בנוגע די וואס רעדט זיך אפ אז מען דארף כסדר מישן ביי די נייעסער, איז נישט אזוי גערעכט, ווייל דאס גיבט א געלעגענהייט אז די ליינערס זאלן זעהן די אדווערטייזמענטס. נאר וואס עס איז יא א פראפבלעם -עס מאכט זיך טאקע נישט אפט, אבער ווען יא איז עס נאך אלץ ביטער- אז בטעות שיקט עס מיר צי א נישט ריכטיגע פעידזש, דאן קען איך דורך מישן די צומאל 250 זייטן ביז ווילאנג איך טרעף די המשך. מיט דעם וואס עס איז אין באזינדערע ביילאגעס מאכט עס אויף א וועג גרינגער ווייל אזוי ווייס איך כאטש בערך ווי צי זיכען |
| נישט ממש. ווייל איך רעד אפילו פון די פעידזעס וואו עס איז נישט דא קיין עדס. עס איז נאר אז אנפאנג זאל דער ליינער וויסן פון וואס מען רעדט און נאכדעם ליינען די ארטיקל. די בלאט האט א שטיק צייט געהאט אז אויפן פראנט פעידזש איז געשטאנען 5 שורות און ביי די נייעס פעידזש איז נאכאמאל געשטאנען די גאנצע זאך. דאס גיבט א געלעגנהייט צו ליינען די גאנצע(אדער עכ"פ רוב) פון די נייעס אויף איין פעידזש. איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן אויפגעהערט. איין זאך האב איך מוראדיג הנאה פונעם יוד. אז די וועלטליכע און חסידישע נייעס זענען עקסטער. און ווען איך האלט אינמיטן א אבאמא נייעס ווער איך נישט איבערגעהאקאז פאפא רבי האט באזוכט כאצאצקער רבי.....
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2010 05:49 |
|
| |
מורא'דיגע הערליך די היינטיגע וואך, ספעציעל כ"א כסלו באשרייבונגען.
|
|
|
|
|