נשלח ב-3/12/2010 07:09
ג"א מצטרף, דער איד איז א שיינע פראפעסיאנעלע אויסגאבע, רייכע ארטיקלען און זייער שיין אויסגעשטעלט. אזוי אויך איז כדאי דא זיי צו דערמאנען לשבח, אז די סאטמאר'ע פאליטיק ארטיקלען זענען דארט מער ווייניגער געקומען צו אן ענדע, וואס דאס האט זיי נישט געברענגט קיין שום כבוד, און האט געשטעלט דעם צייטונג אויף אן העכערן ניווא. יישר כוחכם!
_________________
נשלח ב-3/12/2010 07:55
די בילדער אויף עמוד 2 פון די ציונים און מדינת ישראל צושלאגן בארבאריש די פרידליכע מוחים קעגן גראבן קברים, איז שרעקליך!!! אונאיינוועגס וואס איז די פשט פון דעם עדיטאריעל'ס אלטע FONTS? וואלט שוין געמעגט ניצן א שענערע, עס פארשווערט צו ליינען.
נשלח ב-3/12/2010 12:06
ספרינטער כתב: מורא'דיגע הערליך די היינטיגע וואך, ספעציעל כ"א כסלו באשרייבונגען.
דרך אגב: כ'האב די וואך דורכגעליינט סיי די "איד" און סיי דעם "בלאט", און ממש ס'אינו דומה!
די כ"א כסלו ארטיקלען אין דער בלאט זענען צעהן מאל מער אינטרעסאנטער ווי די כ"א כסלו ארטיקלען אין דער איד.
נשלח ב-29/12/2010 19:13
איך האף אז "דער איד" וועט באריכטן דעם שניי באריכות, באגלייט מיט אסאך בילדער.
נשלח ב-29/12/2010 20:07
דייקן כתב: ג"א מצטרף, דער איד איז א שיינע פראפעסיאנעלע אויסגאבע, רייכע ארטיקלען און זייער שיין אויסגעשטעלט.
אזוי אויך איז כדאי דא זיי צו דערמאנען לשבח, אז די סאטמאר'ע פאליטיק ארטיקלען זענען דארט מער ווייניגער געקומען צו אן ענדע, וואס דאס האט זיי נישט געברענגט קיין שום כבוד, און האט געשטעלט דעם צייטונג אויף אן העכערן ניווא.
יישר כוחכם!
_________________
און פארוואס דער בלאט איז נאכנישט געקומען צום שכל און אויפגעהערט ליידן נארישע פאליטיק ארטיקלעך ווואך איין וואך אויס, ווייסט איין באשעפער. זעט אויס אז זיי מאכן מער געלט פון די פאליטישע ארטיקלן ווי פון סתם ציווילע קאסטומערס.
אגב, דאס בעבישקייט און אומפראפעסינאלקייט וואקסט דארט משבוע לשבוע. די אויסשטעלער מאכן גראבע טעותים, זיי דרוקן די הגהות פון דעם שרייבער פונעם ארטיקל וויאזוי אויסצושטעלן זיין ארטיקל. טראץ וואס זיי האבן א גאנצע בילדער מאגאזין יעדע וואך אין א באזונדערע באלייגע, געפינען זיך נאך עטליכע אין צוואנציג בלעטער פון בילדער פון מאנקיס עסן בענענעס, עלעפאנטען געשטראנדערט אין שניי א.א.וו.
נאך א קליינע דוגמה, עס איז דא א אינגערמאן וועלכע שרייבט ארטיקלעך סיי פארן איד און סיי פארן בלאט, עס איז ממש הימעל און ערד דער חילוק פון זיינס אן ארטיקל אין איד און זיינס אן ארטיקל אין בלאט, ווען אין איד גייט דאס דורך א פולע רעדעאקציע בעפאר עס גייט צום פרינט, איז אין בלאט אייביג מלא מיסטעיקס, דער ארטיקל הייבט זיך אן און ענדיגט זיך זייער פאצעריש, דער עיקר איז דארט אז דער קעפל איז פאני און מענטשן זאלן דאס אנקוקן. א לענדערע באהאנדלונג איבער די קוואליטעט דיפרענץ צווישן די צוויי וועט אי"ה נאגפאלגן.
נשלח ב-6/1/2011 21:56
דייקן כתב: ג"א מצטרף, דער איד איז א שיינע פראפעסיאנעלע אויסגאבע, רייכע ארטיקלען און זייער שיין אויסגעשטעלט. אזוי אויך איז כדאי דא זיי צו דערמאנען לשבח, אז די סאטמאר'ע פאליטיק ארטיקלען זענען דארט מער ווייניגער געקומען צו אן ענדע, וואס דאס האט זיי נישט געברענגט קיין שום כבוד, און האט געשטעלט דעם צייטונג אויף אן העכערן ניווא. יישר כוחכם!
_________________
עס איז נישט דא וואס צו רעדן, דער איד איז מורא'דיג הערליך שיין, און אלע אפטיילונגען, די נייעס, אנאליזן, תורה'דיגע ארטיקלען, דאך שטים איך נישט צו (יעדער מעג האבן זיין מיינונג) אז דער איד זאל מאכן אינגאנצן אן ענדע צו די פאליטיק ווען עס פעלט זיך אויס פונקט ווי אלס א צייטונג דינט דאס פאר א מקור פאר נייעס און אינפארמאציע, די זעלבע דארף דאס (מיט א מאס, נאר ווען עס פעלט אויס) דינען פאר די אינפארמאציע פאר אינערליכע קהילה נייעס, וואס איז שטארק נוגע צו וויסן ווען עס פעלט אויס, וד"ל
נשלח ב-5/5/2011 17:45
זייער שיין און ברייט געדעקט היינטיגע טאג אין דער איד די דערפאלגרייכע אקציע קעגן בין לאדין.
_________________
נשלח ב-5/5/2011 19:44
rebyankel כתב: שיין זעהט דער איד אויס אז נאכען אינוועסטירן אזוויפיל געלט פאר פאזלעך אין קעסטל רעטענישען אין געמאכט גאר נאך א ביילאגע דארפן זיי נאך עפנען א PR אשכול אויף היידפארק... ווי קעציל זאגט עדות אז ער ארבעט נישט אין דער איד אפיס
קעציל האט פארלוירן זיין דזשאב ביי דער איד? מען זעט אים מער נישט
נשלח ב-5/5/2011 19:52
עםהארץל כתב: שיין זעהט דער איד אויס
אז נאכען אינוועסטירן אזוויפיל געלט פאר פאזלעך אין קעסטל רעטענישען אין געמאכט גאר נאך א ביילאגע
דארפן זיי נאך עפנען א PR אשכול אויף היידפארק...
ווי קעציל זאגט עדות אז ער ארבעט נישט אין דער איד אפיס
קעציל האט פארלוירן זיין דזשאב ביי דער איד? מען זעט אים מער נישט
וואס פאלט דיר ביי?
אין איד פארלירט מען נישט אזוי שנעל קיין דזשאבס....
קוקט אויס אז קעציל איז פשוט ביזי געווארן מיט ארבעט אינעם קינדער אפטיילונג
נשלח ב-5/5/2011 19:55
איי געס איך וועל מוזן פרעגן ר' מענדל בינער
נשלח ב-5/5/2011 19:57
יא, ברענג אים צוריק אהער
נשלח ב-6/5/2011 02:33
יעצט פארענדיגט ליינען דעם איד, די חברה דארט האבן זיך שרעקליך שטארק אויסגעריבן, דער באריכט ארום בין לאדין און אלע ארטיקלעך אין דעם הינזיכט זענען סופער! ס'פארפאקט אפילו אלבערט פריעדמאן'ס באריכט, אפגערעדט פון דער בלאט וואס האט ממש איבערראשט מיט זייער טרוקענעם באריכט,
נשלח ב-6/5/2011 04:00
יעצט אין שווארטץ גראסערי אין וויליאמסבורג
נשלח ב-6/5/2011 04:03
נשלח ב-8/5/2011 21:36
נעכטן נאכט געליינט דעם איד, הערליך אראפגעלייגט מיט אלע פרטים ווי אויך דארף ארויסגעברענט ווערן לשבח אז זיי האבן נישט געלייגט קיין בילד פונעם טויטן פגר אזויווי אנדערע "אידישע" אויסגאבעס האבן ליידער געטאןתוקן על ידי מנהל_ניק ב- 08/05/2011 22:47:51