שטורמישער "מאַסן פּיקעטינג" פון הונדערטער בני תורה
היינט מיטוואָך נאָכמיטאָג פאָרנט פון עיבי ראָזען'ס וואינונג
ניו יאָרק. — היינטיגן מיטוואָך נאָכמיטאָג, בעת מיר גייען צום דרוק, זענען הונדערטער בני תורה פון די וויליאַמסבורגער כוללים אין שפּיץ פון הרבנים הגאונים די ראשי הכוללים שליט"א, ארויסגעגאַנגען לרחובה של עיר, צום צווייטן מאָל ביי אַ "מאַסן פּיקעטינג" אין די אָפּער מאַנהעטן געגנט, פאָרנט פון די וואינונג פון עיבי ראָזען, דער אייגנטומער פון די אַר.עף.אַר. ריעלטי פירמע.
עיבי ראָזען, ליידער מזרע ישראל ה"י, דער מענטש וועלכער האָט פרעכערהייט זיך ארויסגעשטעלט מיט אַן אומדערהערטן עזות אין א קאָנפראָטאַציע מיט דער אָרטאָדאָקסישער אידנטום, און ערקלערט אַז ער לאַכט זיך אויס פון דעם ביטערן וויי געשריי וואס דאס יהדות הנאמנה פון איבער דער גאנצער וועלט שרייט איבער די ביטערע גזירה פון חיטוטי שכבי. ער נעמט די פולסטע פאַראָנוואָרטליכקייט אויף די אומענדליגע קברים גראָבונגען אינעם יפו ביה"ח אין ארץ ישראל, וואו ער איז אין סאַמע ברען פן די בוי-אַרבעט אויפצושטעלן אַ לוקסעריעזע האָטעל געביידע אויף דאָס געביין פןן אידישע קברים ה"י.
אין ווייטערדיגע שריט, נאָכדעם ווי די קאָמיטע אינוועסטירט אין די איצטיגע טעג און וואָכן אומערמידליכע כוחות פון צייט און געלט צו הייבן אַ מעכטיגן פּרעשור אויף די פירמע און איר אייגנטומער אַז זיי זאָלן זיך באַזינען פון זייערע שענדליכע אַקטן און צורו לאָזן דעם אור-אַלטן בית עלמין, האָט מען באַשלאָסן אָנצוהייבן אין די טעג פון אַן אנדערן ריכטונג, צו גיין פּיקעטן ביי זיין פּריוואַטער וואוינאָרט אין די טייערע אָפּער מאָנהעטן געגענט, און אזוי ארום פרובירן צו ברעכן זיין הארטנעגיקייט ווייזנדיג אז מ'איז גרייט אויף א פולשטענדיגע מלחמה מיט זיינע בייזוויליגע פּלענער פון אויסרייסן א גאנצער אידישער בית הקברות צוליב זיין בלויזער געלט רייץ.
היינט מיטוואך איז מען ארויס שוין צום צווייטן מאל אין פראנט פון זיין הויז. צום ארט זענען אנגעקומען עטליכע פול-געפאקטע באָסעס וואָס האָבן געברענגט הונדערטער בני תורה פון די וויליאַמסבורגער היכלי כוללים, און מען האָט זיך קאָנצעטרירט אויף די גאַנצע גאַס פאָרנט פון ראָזענ'ס הויז, אויף די 80'סטע גאַס ביי פיפט עוועניו. אין צענטער פון די גאס האט מען אויפגעשטעלט א פראוויזארישע פלאטפארמע, און פון די צוויי זייטן צו די גאס זענען געווען פארזאמעלט די הונדערטער אינגעלייט מיט טאוולן און פאסיגע אויפשריפטן אין די הענט.
געעפענט דעם פיקעטינג האט דער חשוב'ער עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה הרה"ח רבי יצחק גרינפעלד שליט"א, פון די אקטיווע מיטגלידער אינעם וועד הפעולה שע"י התאחדות הרבנים, וועלכע האט ארויסגעברענגט די אורזאך פון ארויסקומען אויף די גאסן, ספעציעל ביי די פריוואטע וואוינונג פון ראזען, וואס דאס איז איצט דער שטערקסטער מיטל אים צו ברעכן.
הגה"צ רבי משה מאיר בריעף שליט"א רב דק"ק איבראן, האט געזאגט א לענגערע דרשה, אויפלאמענדיג די הערצער פון די פארזאמעלטע מיט דברי התעוררות און התחזקות. אויך הרה"ג ר' ירמי' פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דק"ק שאפראן האט געזאגט א פייערדיגע דרשה בחובת השעה, צו וועלכע דער ציבור האט זיך צוגעהערט מיט גרויס ערנסטקייט.
מיט אַ שטאַרק-געלונגענע דרשה אין די ענגלישע שפּראַך האָט גערעדט דער לוחם מלחמות ה' הרה"ג ר' הערשל קלאַר שליט"א מחכמי ורבני כולל תורה ויראה, וועלכער האט אומצוויידייטיג אַרויסגעברענגט דעם קלארן מעסעדזש פונעם ערליכן אידנטום, און ערלקערט אז מען וועט אָנהאַלטן די מלחמת חרמה ביז צו די ענדע. עיבי ראזען זאל וויסן אַז מען וועט אים נישט צורו-לאָזן אזוי לאַנג ווי ער וועט נישט אַראָפּנעמען זיינע הענט פון אידישע קברים. שפעטער האָט אויך געזאָגט א פלאַמעדיגע דרשה דער לאנגיעריגער עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה הרה"ח ר' מרדכי ברילל שליט"א, וועלכער האט דערמאנט די וויכטיגקייט פון אנהאלטן די פיקעטינגס און הייבן דעם דרוק אויף ראזען.
מיט התעוררות האט דער גאנצער פארזאמעלטער ציבור געזאגט די הארציגע תפלה פון הרה"ק ר' חיים פלאג'י זי"ע, וואס הרה"ג רבי מענדל אונגאר שליט"א רב דק"ק נייטרא ב"פ וראה"כ נייטרא וויליאמסבורג האט פארגעזאגט בקול בכי. נאכדעם האט מען געשלאסן דעם מעמד קודש לה' מיט קבלת עול מלכות שמים ופסוקי יחוד פארגעזאגט דורך הגה"צ איבראנער רב שליט"א.
דאַן האָט מען אין א קאָארדינירטער אויסשטעל זיך ארויסגעלאזט דער גאנצער ציבור אין א ספּאָנטאַנער מאַרש אויף די בלאָקס אַרום די 80'סטע סטריט, טראָגנדיג טאָוולען אין די הענט מיט גרויסע אויפשריפטן איבער ראָזען און זיינע פאַרברעכנס. ס'איז געווען אַ מחזה פון קידוש שם שמים ווי חסידישע ערליכע אידן האָבן מיט אַ באַשיידענע צוגאַנג איבערגענומען די מאנהעטענער גאסן, אַרומגייענדיג דעם גאנצן סקווער בלאק און אויסגעשריגן פארשידענע סלאגאנען אויף אן איידעלן אופן, און פארטיילט ליפלעטן פאר די פארבייגענדע.
אומצאליגע פאַרבייגייערס, פאליציי לייט און פרעסע אגענטורן, דערונטער פילע ביזנעסלייט און גרויסע געשעפטן אייגנטומער פון די רייכע איינוואוינער אין די אפער מאנהעטן, האבן מיט וואונדער זיך אפגעשטעלט באַטראַכטן די איידעלע פראטעסטירער און די ערנסטע באנעמונג. אסאך האבן זיך אראפגעשטעלט כאפן בילדער, און אנדערע האבן זיך מער פאראינטערסירט איבער דער ציל פון דער פיקעטינג.
'משתדלים' זאגט אז די פראטעסט פיקעטינגס ביי ראזענ'ס וואוינארט, אינאיינעם מיט די פילצאליגע אנדערע פעולות און כוחות וואס מ'לייגט אצינד אריין אויף אלע פראנטן, וועט האפנטליך שלאגן ווארצלען. ראזען וועט אנהייבן שפירן אז דאס יהדות הנאמנה לויפט אים נאך פון אלע ריכטונגען, און איז גרייט אים צו דעריאגן איבעראל ביז ער וועט אפשטעלן די ביטערע קברים שענדונגען.
ערליכע אידן האָפן אַז מען זאָל האָבן די ריכטיגע סייעתא דשמיא צו קענען ברענגן א אפשטעל צו די ענדלאזע קברים שענדונגען פון די רשעי ישראל אין ארה"ק. ולה' הישועה.