|
|
| נשלח ב-19/11/2010 08:55 |
|
| |
| פריש כתב: |  | אומזיסט פראביר צו פארקויפן ענקער לאקשן ביי ענק אין פורום. כא כא כא "מען האט אים געכאפט שווערצן"... "מ'האט אים געסטראשעט אראפצונעמען דעם הכשר"... "אהרוינים האבן עני וועי"...
סך הכל האבן די אהרוינים אים יעצט געהייסן פארקויפן נאר טעקסעס פלייש, האט ער זיי געזאגט מוחל טובות איך דארף נישט ענקער הכשר. וחסל, א גוטן פורים אלע אהרוינישע שווענץ |
|
אנטשולדיגט, כ'האב נישט געוויסט אז דער פארום באלאנגט פאר דיר. סאו פאר האב איך נאר דא רשות כתיבה, און דא שרייב איך פון צייט צו צייט.
איך שרייב נאכאמאל וואס כהאב פריער געשריבן, די פאקט איז אז ביז היינט האט ער נאר פארקויפט אהרונישע פלייש, דאס איז ביי עופות, ביי בהמות ווייס איך נישט,קען זיין אז דער וועד הכשרות האט נישט תיכף אינפארסירט די רול אז מען מעג נאר האבן זייער פלייש אויך ביי בהמות.
למעשה מאכט נישט קיין סענס ער זאל וועגן דעם אליינס אראפנעמען דעם הכשר, ווייל ווען ער וויל ווען טון דעם שריט פון צופרידנשטעלן די 47 פראצענט קרית יואל וואס עסט נישט די אהרוני'שע פלייש, וואלט ער עס שוין לאנג געדארפט טון.
אלא מאי, ליגט עפעס אונטער דעם.
פארשטייט זיך עס מוז נישט זיין עפעס נעגאטיוו, עס קען זיין סיי וואס, פון אז די טעקסאס פלייש איז הארט... ביז אז די צאל בחורים אין מאנרא איז געשרינקען, און אלעס אינצווישן. נישט קיין חילוק.
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 19/11/2010 17:32:59
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 18:17 |
|
| |
מיטן הכשר פין פאפא רב אין מאנסי

|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 19:46 |
|
| |
ער האט געמאכט א פשוטען חשבון, די קעי דשזעי בויעס עסן ממילא אלעס, זיי זענען קיינמאל נישט געווען אזאנע מחמירים אין הלכות מונחת, א גוט שטיקל שווארמא אדער יאפטשיק האט מען מונחת אין דער ערד, משא"כ די פרומערע עולם וואס עסט נישט קיין מוסקאוויס כפסקו של מהר"י ראטה (שערעור על חתנו ועל העגל) האבן נישט איינגעקויפט ביז היצטערט דארט, במילא אזוי טוט ער צופרידען שטעלן יעדעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 02:13 |
|
| |
די קלארע פאקטן איבער קאושער גריל
איך האב זיך געוואונדערט כנ"ל וואס עפעס קאושער גריל האט מחליט געווען אפצוהאקן מיט די אהרונים, און דאס וואס נפל / פריש שרייבט האב איך געוואוסט איז נישט אמת, ווייל יעדער חדר אינגל ווייסט אז קאושער גריל האט ביז היינט געהאט סטריקטלי קרית יואלע פלייש.
נאכגייענדיג אביסל, בין איך אויפגעקומען אז די זאך איז געווען, אז די בוטשער אין ק"י האט געצווינגען קאושער גריל צו קויפן דוקא טעקסאס פלייש דורך זיי, דאס הייסט ריטעיל, און זיי האבן אים נישט געוואלט פארקויפן אויף האולסעיל בשו"א. דאס איז אים אויסגעקומען זייער טייער, טייערער ווי צו דערלייגן די אכצן הונדערט משפחות וואס האבן ביז היינט יא געקויפט, אין אויסטויש פאר די אנדערע אכצן וואס האבן ביז היינט נישט געקויפט.
ער האט געטענהט צו זיי מיט רעכט, אז סאיז נישט קיין יושר, אז דער קאמפעטישאן זיינער די דעלי אין שאפינג סענטער באקומט יא די פלייש פאר האלסעיל, און ער זאל מוזן קויפן ריטעיל.
האט ער איינגעמאלדן פאר וועד הכשרות אז ער קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, און ער גייט אנהיייבן קויפן מיל מארט פלייש. פארשטייט זיך אז דאס איז א "פארלעצונג". אבער נישט אז זיי האבן אים געכאפט מיט עפעס, ער האט זיי קלאר מודיע געווען פון פארדעם אז דאס גייט ער טון.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:59 |
|
| |
אויב אזוי מיט וואס פאר א רשעות שברייבט מען אז מען האט אים געכאפט מיט פארלעצונגען? כאילו ער האט ארומגעפאפט דעם בעל מכשיר, דאס איז שוין פשוטע רשעות, צו באשמוצן א מענטש פאר ריין ביזנעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 01:52 |
|
| |
וויאזוי האט ער געזאגט? "פאליטיק פאליטיק און פאליטיק"...
|
|
|
|
|