בית פורומים אידישע געדאנק

מאנטשעסטער אהרוינים אין שאק, הרב הורוויץ וויינט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2010 21:30 לינק ישיר 
מאנטשעסטער אהרוינים אין שאק, הרב הורוויץ וויינט

קהל יט"ל האט אפגעקויפט א גרויסער בנין און שטח אלס א ביהמ"ד פאר קהלת סאטמאר אין מאנטשעסטער, דער בעל הצוויבל צוואה רידערט וועלטן אז די אהרוינים זאלן אים ארויסנעמען פון מאנטשעסטער און געבן א שענער שטעלע. דערווייל אן ערפאלג.

די אהרוינים האבן אים געהאט צוגעזאגט אין אויסטויש פון פארבערצירן דעם צוויבל צוואה אז זיי וועלן אים געבן לאנדאן, דערווייל האבן די לעוו'ס אין לאנדאן געלייגט א פיס און ר' אהרן האט זיך געמיזט ברעכן.

ווען קהל יט"ל האט אנגעהויבן האנדלען וועגן דעם נייעם בנין האבן די העדקוואדערס אין מאנרא צוגעזאגט פאר הרב הורוויץ אז זיי וועלן ארויפציען די פרייז און קויפן פאר זיך. דערווייל ווען ס'איז געקומען למעשה האבן די מאנרא חברה אים געלאזט אויפן וואסער, ער האט יעצט געזאגט אז אויב גיבט מען אים נישט תשובה ביז 24 קומט ער פערזענליך צו פארן צו הגה"ק אים פארהאלטן פאר די פורים וואס מען האט געמאכט פון אים.

דערווייל האבן זיי אים פארגעשלאגן ער זאל קומען וואוינען אין מאנסי און זיין א דיין אינטער הרב וואזנער, ס'פארשטייט זיך אז ער איז נישט צופרידן דערפון ער פאדערט דאס אהרוינישע רבנות אין אנטווערפן אבער די אנטווערפענע אהרוינים זענען נאך אפגעבריט פונם אמסטערדאמער און ווילן נישט הערן דערפון.


תוקן על ידי המהדרין ב- 19/11/2010 02:45:13




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 21:33 לינק ישיר 

אין וואס זאגט מעדאף הארוויץ פין מאנרא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 21:42 לינק ישיר 

וואס איז רב הורוויץ מיט רב צוויבל שולדיג אז דער ברך משה האט זיי איבערגעגעבן די הוא ולא אחר צוואה, קענסט גיין צום ברך משה'ס קבר זיך אפרעדן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 21:44 לינק ישיר 

אויב ער האט עס אמאל געזאגט ! זאג נאר זיין געשריבענע צוואה וואס ער האט אינז איבער געלאזט גלייבסטו אויך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 21:45 לינק ישיר 

דער הר' הורוויץ'ס ברידער האט אויך טראגיש פארלוירן זיין פרנסה און זיין כבוד, ממש אויפן זעלבן אופן, ער האט געהאט א בכבודיגען פאזיציע אלס מנהל פונם סאטמארן ת"ת אין בעיסוואדער און נאכדעם וואס ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און אריינגעברענגט אהין די פליטיק האט ער פארלוירן זיין פאסטן און געמיזט אפיאגן וואוינען פון דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 22:00 לינק ישיר 

דער_אקס כתב:
אויב ער האט עס אמאל געזאגט!

אויף וואסערע סמך זאל איך דן זיין 2 ערליכע אידן, בחזקת כשרים, אלס שקרנים, וואס זאלן משקר זיין פארנט פון א ארון קודש. 

זאג נאר זיין געשריבענע צוואה וואס ער האט אינז איבער געלאזט גלייבסטו אויך?

די געשריבענע צוואה האט איין גרויסע פאטאלע פראבלעם, אז דער ברך משה האט דאך למפרע מבטל געווען כדת וכדין אלע נאכפאלגענדיגע צוואות וואס איז בניגוד צו זיין ארגינעלע צוואה, אנגעבענדיגע אז ער האט מורא אז ער וועט פארגעסן, און כידוע איז דער געשריבענע צוואה פראדוצירט געווארן אין די סארט עפאכע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 22:06 לינק ישיר 

שששאאאאאא רבותי! דער עולם זאל זיך האלטן שטיל און לאזן דעם תלמוד חכם עצום רעדן!  סקאטמאלען פארקויפט בקיעות אין חושן משפט...

זאג נאר סקאט דער ברך משה האט למפרע מבטל געוון כדת וכדין אלע נאכפאלגענדיגע צוואות? מיינט ביי דיר כדת וכדין 'הלכות חושן משפט' אדער סתם אהרוינישע לאזונגען?

דאכט זיך אז די כדת וכדין פון וואס די רעדסט איז אינם זעלבן חלק שולחן ערוך ווי ס'שטייט אז טאנצן אהין און צוריק איז א עמעראצעס און טאנצן אויף איין פלאץ איז א גאונות...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 22:11 לינק ישיר 

רעד נישט צו מיר, דאס האט דער ברך משה געטאן, ער האט עס למפרע מבטל געווען, נישט הורוויץ און נישט צוויבל, ער האט נאך אזוי גוט געוויסט עניני חושן משפט והמסתעף ווי סיי ווער, און אויב ער האט דאס געטאן, בין איך מיך סומך אויף זיין בקיאות אין שכל הישר אז דאס איז אויסגעהאלטן כדת וכדין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 22:17 לינק ישיר 

סקאט, יוזשעלי האלטסטו דיך גאנץ קיל, די צואה איז אזא אייטערדיג באבעל...?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 22:20 לינק ישיר 

סאיז אינטערסאנט דע ליצנות וואס ליגט אין די ווערטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 22:27 לינק ישיר 

הנגיד_רבי כתב:
סקאט, יוזשעלי האלטסטו דיך גאנץ קיל, די צואה איז אזא אייטערדיג באבעל...? _________________



וואס איז דיין באראמעטער צו מעסטן ווען איינער איז קיל אדער הייס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 22:29 לינק ישיר 

הלוואי שטעלט  זיך ר' זלמן לייב צו דין תורה אין וויליאמסבורג אין מיר כאפען די ''שאק''
ווען ענק מוזן קויפן זיך א אייגען בית מדרש

נאר אזעלכע שאק'ס באלד ווי ביי פאלאקס לאט אין די ווילסאן סוכה

אינטערסאנט אז ווען די ארונים האבען געקויפט די גרויסע בילדינג אין אנטווערפן פאר א נייע שול
האבען זיי געהאט גענוג ציפרידענהייט מיט די עצם מכירה אין נישט געדארפט צוקימען אז די זאליס שעלטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 23:57 לינק ישיר 

לאמיר לערנען מיט סקאטמאלען דער תלמוד המחכים את רבו בפרט אין סוגיא פון מתוך א שטיקלע גמרא וואס רוב 10 יעריגע אינגעלעך לערנען אין חדר...

עדות כשירה אלא בשנים...

קומט מען צוגיין צו בי"ד מיט א צעטעלע וואס זענען גע'חתמ'עט מיט 2 עדות, און ס'קומט א יחיד און איז מעיד אז פאר אים האט יענער געזאגט פארקערט?! וועם גלייבט מען?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 00:03 לינק ישיר 

נו, פארוואס האט איר מורא צו קומען צו א געהעריגע בית דין של זבל''א?????

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2010 00:07 לינק ישיר 

אפשר איז ער גערעכט אז איך גיי עם שרייבן אין זיך וויסענדיג מאכן פין זיין געשרייבאכטץ אבער יעצט איינמאל אין נאמער בל"נ.
אפשר פרעגסטו הגה"צ ר' משה מנחם טירנוער שליט"א ווער סוויל נישט קימען צי דין תורה


תוקן על ידי ווער_איז ב- 19/11/2010 00:10:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 00:17 לינק ישיר 

פריש כתב:
לאמיר לערנען מיט סקאטמאלען דער תלמוד המחכים את רבו בפרט אין סוגיא פון מתוך א שטיקלע גמרא וואס רוב 10 יעריגע אינגעלעך לערנען אין חדר...

עדות כשירה אלא בשנים...

קומט מען צוגיין צו בי"ד מיט א צעטעלע וואס זענען גע'חתמ'עט מיט 2 עדות, און ס'קומט א יחיד און איז מעיד אז פאר אים האט יענער געזאגט פארקערט?! וועם גלייבט מען?...


דער אמת איז אז דער פראגע געהער פאר א בי"ד כשר,

אבער אז די פרעגסט יא, וואלט איך געזאגט אז אויב מ'קען גלייבן ביידע דארף מען גלייבן ביידע, דהיינו זענען אמת'ר רצון איז טאקע געווען וויזוי ער האט לכתחלה מצווה געווען פאר די 2 אנשים כשרים - ווען ער איז נאך געווען מוחזק אז ער איז געווען בדעה צלולה - אז טאקע "הוא ולא אחר", איי שפעטער האט ער געזאגט פארקערט, דאס האט ער ממילא מבטל געווען למפרע, ממילא דער צווייטער צוואה ווערט נדחה ובטל פון די ערשטע.

ווי געשמועסט, כל הנ"ל איז לפוטפטי בעלמא, ואילו זכינו וואלט עס פארגעלייגט געווארן פאר א בי"ד כשר ומרוצה, אזוי ווי באבוב און סאטמאר בארא פארק וכדומה, ויקוב הדין ההר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מאנטשעסטער אהרוינים אין שאק, הרב הורוויץ וויינט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext