וועט מהר"א אננעמען דעם אנבאט?
לויט ווי איך הער פון א גאר קראנטן קוואל, איז עפעס א פלעטבושער נגיד, געקומען צו פארן צום רבי'ן זז"ג אין מחנה דברי יואל, מיט א לאקס / באב"ד / הארעדענקא סטיל שלום פלאן, וואס נעמט אריין זעלבסט פארשטענדליך א דין תורה צווישן די צדדים.
לויט ווי איך הער, האט אים דער רבי געענטפערט, אז ער איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה, אונטער די פאלגענדע באדינגונגען:
ער וויל נישט ר' אהרן זאל שיקן זיינע פארטרעטער און נישט ער זאל שיקן זיינע. נאר וואס, פשוט די 2 ברודער [ר'] אהרן טייטעלבוים, און [ר'] זלמן לייב טייטלבוים זאלן זיך שטעלן אליין ביי דין תורה, איינס פאר איינס. פארשטייט זיך אז די רבנים קענען שיקן זייערע באי כח אין בי"ד, אבער זיי 2 זאלן זיין די "בעלי דין". ער טענה'ט, אז צו וואס מאכן סתם חוכא וטלולא און קיינמאל נישט פערטיג ווערן, לאמיר גיין גראד צום שפיץ, און זיך אויסקומען איין מאל פאר אלע מאל.
דער נגיד איז פון דארט געפארן ווייטער צו ר' אהרן, און איצט ווארט מען צו הערן די רעאקציע פון זיי. פון א סארקאסטישן קוק ווינקל, לאזט זיך איינרעדן אז זיי וועלן זיכער אננעמען דעם אנבאט. סוכ"ס ווארטן זיי שוין צען יאר - יא, אלף שמות היי יאר ווערט שוין צען יאר! - אז מען זאל מסכים זיין צו גיין צו דין תורה. נו, יעצט אז זיי האבן ענדליך די געלעגנהייט, וועלן זיי זיכער נישט קארגן דאס ביסל טינט פון א קליין פעדער'ל.
ולה' הישועה.
 |
|
|