בית פורומים כל העולם כולו

חתונה נכדת כ"ק מרן רבינו (מהר"א) שליט"א היינט נאכט אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2010 19:04 לינק ישיר 
חתונה נכדת כ"ק מרן רבינו (מהר"א) שליט"א היינט נאכט אין קרית יואל

היינט נאכט זונטאג וישב קומט פאר אין קרית יואל די חתונה פון די עלטסטע טאכטער פון הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ישמח משה דקיט"ל ומח"ס בנין שמעון  וואס גייט אונטער די חופה מיט החתן בן הגה"צ ר' יואל רוקח שליט"א בן אב"ד קאזלאוו וחתן אב"ד פאפא מאנסי שליט"א

 

ווי אין די פארגאנגענהייט וועט די חתונה פארקומען זייער פונקטליך, בערך 5:30 וועט רבינו שליט"א ערשינען צום קבלת פנים, און אי"ה אום 11:00 אזייגער וועט זיין ברכת המזון.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 01:09 לינק ישיר 

די רבי שליט''א איז שוין אריינגעקומען צו די קבלת פנים אין מבצר הכוללים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 01:19 לינק ישיר 

הכנות אין קרית יואל צו די שמחה בחצרות קדשינו

 

ביים אריינגאנג צום שכונת ברך משה

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 01:28 לינק ישיר 

מרן רבינו שליט"א זיך משתטח אויף די ציונים הק' ביום החופה

 

ביים זאגן די ברכת מחי' מתים

 

ביי תהלים זאגן ביי די ציונים פון רבותיה"ק זי"ע

 

 

ביים ליינען די קוויטלעך

 

 

ביי די ציון פון אמו הרבנית הצדיקת

(דער רבי האט נישט מתפלל געווען אויפ'ן ציון פון די רעביצין זיינעד'יג בתוך השנה לפטירתה)

♦♦♦

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 01:31 לינק ישיר 

די חתונה בחצרות קדשינו 

אויף א הערליכן און התרוממותדיג'ן פארנעם איז נעכטן נאכט געפראוועט געווארן די שיינע חתונה בחצרות קדשינו.

 

בערך 5:15 זענען די חתן און מחותנים אנגעקומען צו ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א ווי דער רבי שליט"א  האט געבענטשט דעם חתן פאר'ן גיין צו די חופה, און דערנאך איז מען אינאיינעם געגאנגען צום מעמד קבלת פנים אין היכל השלחנות.

 

עס זענען געזינגען געווארן ניגוני התעוררות, און דער בדחן ביים קבלת פנים איז געווען הרב נפתלי משה ווייס הי"ו וועלכער האט מיט ווארימע דיבורים מעורר געווען די זכותים פון די זיידעס קדושי עליון נבג"מ וועלכע קומען אראפ צו די שמחה.

 

דערנאך האט רבינו האט משמיע געווען דברות קודש – דברי כיבושין לכבוד דעם געהויבענעם זמן ווי מ'שטייט אצינד, ווי בתוך הדברים האט דער רבי שליט"א דערמאנט אז די שמחה איז די ערשטע שמחה ווי די מאמע די רעביצין ע"ה קומט אראפ פון אויבן זיך משתתף זיין ביי די שמחה, דערנאך האט די רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן ומחותנים, 

 

נאכ'ן מעמד קבלת פנים איז דער חתן מיט די זיידע'ס שליט"א געגאנגען צום זאל פון "קרן ויואל משה" ווי עס איז פארגעקומען דער קבלת פנים פאר די כלה, צום באדעקן.

 

נאך א קורצע צייט איז דער חתן און מחותנים ערשינען אויפן בימה פון די חופה פארנט פון ביהמ"ד הגדול ווי עס איז שוין דאן געווען פארזאמלט א ריזן ציבור.

 

עדי כתובה זענען געווען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מהנהלת המוסדות בקרית יואל.

 

מרן רבינו שליט"א איז געווען דער מסדר קידושין, די עדות זענען געווען הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, און הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהילתינו בארא פארק, מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן דער קאזלעווא'ר רבי שליט"א זיידע פון חתן, מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן דער זיידע סיגעיט'ער רב שליט"א, און מיט ברכה אחריתה הגה"צ דער פאפא-מאנסי רב שליט"א  זיידע פון חתן.

 

עדי יחוד זענען געווען הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו און הרה"ח ר' שמואל זענוויל פאלטשעק הי"ו .  

נאך די מעמד החופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכתו הקודש פאר'ן גאנצער קהל, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ.

 

די סעודה פאר די מענער איז פארגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי די איבערגעגעבענע עסקנים האבן מיט א געניטע געטריישאפט און אויסערגעווענליכע סדר אנגעפירט מיטן אויסטיילן די סעודת החתונה, און פאר די נשים איז די סעודה פארגעקומען אין זאלן פון בית רחל פאראדייס.

 

אום 8:50 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די סעודת החתונה, ווי דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן, און דאן האט מען געטיילט די פלייש.

 

בערך 9:30 איז דער חתן ערשינען צו די חתונה.

 

עס האבן זיך אנגעזעהן ביי די חתונה פארשידענע רבנים שליט"א און חשובע קרובי המשפחה.

 

אום 11:00 אזייגער פונקטליך האט מען געענדיגט טאנצן, די עסקנים האבן צוגעגרייט דאס ביהמ"ד צום מצוה טאנץ.

 

מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן הגה"צ דער פארא פארקע'ר רב שליט"א א פעטער מצד הכלה, און מיט 5 ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזניץ בני ברק שוואגער פון רבי'ן שליט"א, דאן איז הרה"ג ר' אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא מכובד געווארן מיט א ברכה, און דער פאפא רבי שליט"א פון בארא פארק  מיט ברכה אחריתה.

 

הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו בדחנא דמלכא האט מיט זיינע פער'לדיגע און תוכן'פולע ווערטער אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין של מצוה.  

 

גאהר געהויבן איז געווען דער גייסט אינעם היכל ביהמ"ד הגדול בשעת מרן רבינו שליט"א האט צוגעטרעטן צו די ריקודין של מצוה המיט א הלהבות אש קודש, וועלכער האט אנגעווארמעט די הערצער פון די טויזענטער חסידים וואס האבן געהאט די זכי' צו זיין דערביי.

 

 ♦♦♦

מען קען שוין אויסהערן די רעקארדירונג פון די גאנצע חתונה אויף קול סאטמאר

2124449899

#53

 ♦♦♦

 

היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס האבן גומל געבענטשט די געסט וועלכע זענען געקומען מעבר לים לרגל די שמחה בחצרות קדשינו.

 

אין די פארמיטאג שעה'ן איז הגה"צ סיגעיטער רב שליט"א געקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א.

 ♦♦♦

 

ישיבה לצעירים חלק ב' – קרית יואל לערנען שעות רצופות אלס מתנה פאר'ן רבי'ן שליט"א

לכבוד די שמחה במעון קדשו פון רבי'ן שליט"א האבן די תלמידי ישיבה לצעירים – חלק פון הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א געשאנקען דעם רבי'ן שליט"א אלס מתנה 4,253 שעות רצופות! וואס איז געלערנט געווארן אין די וואך פון יום א' וישלח העעל"ט ביז יום א' וישב העעל"ט

 ♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 01:32 לינק ישיר 

שמחת החתונה בחצרות קדשינו

 

בילדער דורך:

SOS IMAGES

 

 

חלק א'

 

-מעמד קבלת פנים-

 

 

 

 

דער בדחן ביים קבלת פנים הר"ר נפתלי משה ווייס הי"ו

 

רבנים וקרובי המשפחה ביים מעמד

 

 

 

בשעת די ניגוני התערוות ביים מעמד קבלת פנים

 

 

בשעת די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א

 

 

 

 

רבנים וקרובי המשפחה ביים מעמד

 

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר'ן חתן

 

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר מחותנו הגה"צ סיגעיטער רב שליט"א

 

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר חתנו דער אבי הכלה שליט"א

 

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר מחותנו קאזלאווא'ר רבי שליט"א

 

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר מחותנו פאפא רב שליט"א פון מאנסי

 

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר מחותנו קאזלאווא'ר רב שליט"א דער אבי החתן

 

דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 01:33 לינק ישיר 

-מעמד החופה-

 

אויפ'ן וועג צו די חופה

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 02:24 לינק ישיר 



2nagidm Yidy goldbrger & yanky Soifr Dancing 2gether @weddng Kj
see also sh. brisk from sheir dalet & ML Glcik & kiva hesh klein



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 02:24 לינק ישיר 

http://www.twitvid.com/EVKKO8




תוקן על ידי פשווארסק ב- 23/11/2010 02:30:03




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 02:24 לינק ישיר 
Nice clip from yesterday wedding

* width="425" height="344"> <*
*
http://www.twitvid.com/5X25H

תוקן על ידי פשווארסק ב- 23/11/2010 02:26:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 18:49 לינק ישיר 

שמחת החתונה בחצרות קדשינו

 

בילדער דורך:

SOS IMAGES

 

 

חלק ב'

 

-סעודת החתונה-

 

מרן רבינו שליט"א ביים אריינקומען צו דער סעודת החתונה

 

דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים

 

דער רבי שליט"א טאנצט מיט'ן חתן

 

 

דער רבי שליט"א אין א טאנץ מיט חתנו דער אבי הכלה שליט"א

 

הגה"צ אבד"ק סיגעיט שליט"א זיידע פון די כלה

 

הגה"צ אבד"ק קאזלאוו שליט"א זיידע פון חתן

 

הגה"צ אבד"ק פאפא-מאנסי שליט"א זיידע פון חתן

 

אבי החתן שליט"א

 

אבי הכלה שליט"א

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 18:51 לינק ישיר 

די פייערליכע ריקודין

 

 

 

 

די צאן קדשים ילדי תשב"ר ביי די ריקודין

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 18:52 לינק ישיר 

סקווירא רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר'ן חתן און מחותנים

 

 

 

סקווירא'ר רבי שליט"א טאנצט מיט'ן חתן

 

סקווירא רבי שליט"א טאנצט מיט גיסו כ"ק מרן רבינו שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 18:57 לינק ישיר 

הגה"צ גאב"ד נאראל שליט"א ביי די שמחה

 

הגה"צ אבד"ק טאהש שליט"א ביי די חתונה

 

האדמו"ר מ'אלכסנדר שליט"א, און הרה"ג ראש ישיבת אלכסנד שליט"א ביי די שמחה

 

 

הונדערטער לומדים זקנים ונערים אין היכל ראזעבערג

בשעת מען ווארט אויפן אריינקום פון רבי'ן שליט"א

 

 

דער "סאטמארער קאפליע" ביי די שמחה

 

די געטרייע עסקנים ביים פארטיילן דאס עסן ביי דער סעודה

 

 

 

דער מחותן אבי הכלה הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א חדב"ן נעמט אויף מזל טוב ביים ציבור

♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 18:58 לינק ישיר 

שבע ברכות בביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א 

נעכטן אווענט איז פאהרגעקומען א געהויבענע און אייגענארטיגער שבע ברכות בבית מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל אפגעראכטן דורך רבינו שליט"א, ווי עס זענען געלאדענט געווארן אלע מנהלי תלמוד תורה און חברי וועד החינוך פון די אינגלעך פון מוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל, און אזוי אויך האבן זיך באטייליגט בני וחתני ונכדי רבינו שליט"א.

 

דורכאויס די גאנצע צייט האבן די מנהלים שליט"א געהאט די געלעגנהייט צו זיין במחיצת הקודש פון רבי'ן שליט"א און אדורכשמועסן אקטועלע טעמע'ס בעניני חינוך הבנים לדעת את המעשה אשר יעשון.

 

נאך א לענגערע שמועס מיט די חשובע מנהלים און מחנכים איבער פארשידענע אקטועלע טעמע'ס און נושאים וואס איז נוגע הלכה למעשה אין די תלמוד תורה, האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א מנהל כיתה א' פון קרית יואל.

 

דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש דברי חיזוק והדרכה פאר די מנהלים, איבער זייער עבודת הקודש און די גרויסע אחריות וואס ליגט אין זייער הייליגע אויפגאבע.

 

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם אבי החתן אב"ד אוהל משה שליט"א, און מיט די שבע ברכות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם זייד'ן קאזלאווע'ר רב שליט"א.

 

דערנאך האבן די באטייליגטע זיך ארויסגעלאזט אין א ווארימע רקידה לכבוד די שמחה בבית רבינו שליט"א.

 ♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 19:22 לינק ישיר 

שמחת החתונה בחצרות קדשינו

 

חלק ג'

ברכת המזון און מצוה טאנץ

 

בילדער דורך:

SOS IMAGES

 

הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א מכובד מיט ברכת המזון

 

הגה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ בני ברק מכובד מיט 5 ברכות

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חתונה נכדת כ"ק מרן רבינו (מהר"א) שליט"א היינט נאכט אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext