|
|
| נשלח ב-22/11/2010 22:16 |
|
| |
נפל זאל די צעטיל דינען פאר א סעמפל וואס פאר א בעקער אין פעלטשער די / ענק ביזט כ'זעה אז די ביזט זייער זשעלעס אויף די שיף כ'האב א עצה פאר דיר נעם די שיף אין וואק צו די 2 גאסען ביז ענקער זאל, ס'דאף ממש לעבן דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 22:50 |
|
| |
זאג נאר יאנקל, די האסט אויך געקויפט א ביליגע רינגל פאר דיין זינס ווייב כדי ס'זאל בלייבן גענוג געלט פאר שמואל ווידערס שיפלעך?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2010 05:13 |
|
| |
מ'האט דא פארגלייגט מערערע פראגעס, איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון, עד שידי מגעת,
פארוואס איך האב געעפנט א נייע אשכול איז ווייל דאס איז דער רצון פונעם מנהל ירום הודו, איך האב לכתחלה געשריבן באריכטן אין ר' זלמן לייבס אשכול אבער ער האט אלעס אפגעמעקט,
דער פלאץ איז א בנין נישט קיין שאטער,
פארוואס מ'שווענד געלט פאר שיפן, איז אזוי, קודם איך ווייס נישט צו ס'איז אזא טייערע זאך, צווייטנס די געדאנק פון א דינער איז בעצם א אינוועסטמענט צו ציען וואס מער נדבנים, ממילא יעדע זאך וואס קען ציען מער מענטשן איז א פשוט'ע ביזנעס אינוועסטמענט, היינט איז עס אזוי יעדע דינער פרובירט מען צו ענטערטענען די מענטשן,
צו ס'גייען הענגען פלאקאטן אויף די שיפן זעלבסט, אדער יא אדער נישט, הו קעירס.
ווי די קרית יואל'ער וועלן פארקן, איך גלייב אז עפעס פארקינג איז יא דא, נאר א באגרענעצטע צאל ערטער,
וואס ר' אהרן גייט רעדן? איך ווייס נישט פונקטליך, איך שטעל זיך פאר די יוזשעל סחורה, קודם א שיין דערהער אויף די פרשת השבוע אין אפשר א חנוכה סוגיא, נאכדעם דברים העומדים על הפרק, אפשר אינערנעט, שיעורים, חתונה תקנות, אפשר שחיטה אויך, מ'העמיר זיך דערוויסן דאן
אויך גייט זיין דארט א שבע ברכות פון דער רבי'ס אייניקל, ממילא וועט זיין אפשר אביסל בדחנות,
צו ר' אהרן גייט קומען מיט די שיף? זיכער נישט, דאס פאסט נישט אז דער רבי זאל פארן צוזאמען מיט די המון, ער וועט קומען מיט זיין פלאטע דירעקט צום בנין.
עני טינג עלס?
האט איינער באמערקט ? ער קומט מיט א פעסטקייט ווי איינער וואס האט אינסייד'ס אין די עולם ווארט שוין קוים צו הערען,
סקאט: וויפיל איך לייען פון די שורות שרייבסטו אז די ווייסט אויך נישט, אז מ'ווייסט נישט איז די מנהג צו זיין שטיל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2010 05:32 |
|
| |
דער אשכול הייבט אן אראפצוגיין פון די רעלסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 02:50 |
|
| |
Pictures of the Major preparing twitpic.com/photos/HatzolahBP
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 18:46 |
|
| |
איז אמת עס גייט פארטיילט ווערן פעדער'ס?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 10:43 |
|
| |
דזשעי נעט בלאקירט די צווייטע לינק אויכט...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 16:30 |
|
| |
ביים שיף האפן אין פאלאסקי, איז געהאנגן א גרויסן שולד מיט א בילד פון א טייטלבוים וואס די צווייגן האבן געהאט שטעט מיט נומערן וויפיל קינדער זענען דא אין די שטעט וואס זענען נישט קיין מאנהעטענער קינדער די נומבער דעגרייכט ביז איבער 22 טויזענט קינדער,
דער מרא דאתרא האט זיך מורא'דיג געפרייט צו דעם סיין, און געשריגן ווי א סוטה (לכבוד די סיום סוטה) אויף דער בוים וועט הענגן דעם גנב, סוף גנב לתליה, יעצט וועט יעדער זעהן ווער ס'האט דעם רוב, זאגט אים איינער אז לויט די נומבערס פון די באורד אוו עדיוקעשאן וועב סייט, האט די וויליאמסבורגע בעסטע אבער נישט גרעסטע מוסד נישט קיין 4000 טויזענט קינדער און דא שטיט 6000, זאגט ער ווער קוקט אויף די כלי? איך וועל בעטן במר נפשי יעדער זאל ארויסווארפן די קאמפיוטערס,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 21:40 |
|
| |
Wow א גוטע קאנספיראציע. יעצט שטימט שוין אלעס...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 22:09 |
|
| |
אונטערן איינדרוק פונעם ריזיגן כינוס המשולשת, וועלכע האט צוזאמגעברענגט אזויפיל טויזנטער טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער נוי יארק, איז היינט א טאג וואס אנשי שלומינו פרעגן זיך: איז טאקע נישטא איינמאל פאר אלעמאל א לעזונג צו די צענדליגער יארן'דיגער פראבלעים פון מאנגל אין פלאץ און אין סערוויס פארן ריזיגן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר? די איינדרוק איז אייגטליך הויפזעכטליך מער געיהלט צום אינהאלט פונעם געוואלדיגן מעמד, מיט די פילע קאכעדיגע דרשות, די געהויבענע ריקודין פון אזויפיל רבבות אנשי שלומינו. אבער מען קעין זיך נישט פארהוילן פון בארירן דעם לאנג יעריגן פראבלעם. ווער עס איז נאר ארויס צו די קארידארן אינמיטן דעם מעמד, האט זיך אנגעשטויסן אין הונדערטער, און טויזנטער(!) וועלכע זענען אנגעקומען צו א פול געפאקטן זאל, און נישט געקענט טרעפן וואו זיך צו פלאצירן, אין דעם ריזיגן ברייטן זאל. די היץ אין זאל איז געווען עפעס א אומערווארטעטער ערשיינונג, אויף וואס די עסקנים האבן מסתמא ניטאמאל זיך פארגעשטעלט, אז אינמיטן א פראסטיגן נאכט, אין א זאל וועלכע איז ברייט אפן מיט א טויער צום קאלטן גאס, זאל זיך אראפלאזן אזא היץ, אין רעזולטאט פון דעם מענטשליכן מאסן שטראם. און צו די פראגע האט אן ענטפער, איז אליינס א שאלה. וואס איז אמאל זיכער, אז דער ענטפער איז פארן עולם נישט בייגעפאלן: פארלאזן דעם זאל... אין קעגנזאץ צו וואס איך ליין אין א צווייטן פארום אז אין וועסטערן פלאזא האט זיך קע"ה געטוהן א גרויסער שטראם אויף ארויס די גאנצע צייט(...), איז דער סאטמארער ציבור אנדערשט געוואוינט, און דער ציבור קוקט ארויס אויפן הויכפונקט פון יעדן מעמד, וואס דאס איז נישט דער חזן, און נישט דער שפילער, און אויך נישט קיין עמאציאנאלע פארשטעלונגען וכדומה, נאר דאס איז די דברי אלוקים חיים וואס רבינו שליט"א איז משמיע ביי די צענטראלע דברות קודש, באטאנענדיג אלע דברים בעומדים על הפרק, לדעת את המעשה אשר יעשון, און אנצוקומען צו דעם הויכפונקט זענען געזיצן אלפים ורבבות אידן אין די היצן, און פילע שטייענדיג אויף די פוס, צמאים לשמוע את דבר ה'. אשרינו מה טוב חלקינו.
ע"כ פונעם באריכט וואס פייו בארא האט צו זאגן אויף נעכטן נאכט.
עס איז א שאד זיך צו טענה'ן אויף יעדעס ווארט. ר' אהרן האט סייוויזוי אומשאצבארע רבבות, ווארום 22 טויזענט קינדער וואקסן נישט אויפן בוים.. און אז ער האט 22 טויזענט קינדער האט ער דאך לערך 15 טויזענט טאטעס.
עס איז מיר אבער סתם א געלעכטער ווען מ'שטעלט ארויס גרויסע פלאקאטן אז בדחנים וועלן מהנה זיין נאכן דרשה פון רבין, און נאכדעם זאגט מען אז דער עולם איז געבליבן אויף די פוס צו הערן דעם עם הארץ'ס דרשה. סיידן אז מיר וועלן איינזעצן אז הפעם איז דער בדחן געווען דער עם הארץ זעלבסט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 22:23 |
|
| |
ער איז באמת גערעכט מיט דעם ענין, סאיז א שאד זיך צו טענה'ן דערוועגן.
פארפאלן, מיר האבן געמאכט א גרויסן טעות מיטן איבערלאזן אזא פה מפיק מרגליות, וואס האלט געשפאנט זיין גאנצן עולם בבחינת ויחד יתרו, מען פרייט זיך אז ער רעדט קאנטראווערסיאל - ווייל דאס האלט דאך דעם עולם צוזאמען, און מען בייסט די ליפן פאר נערוועזיטעט ווען ער רעדט.
נעבעך, אונזער רבי קאן דאס נישט. און על כגון דא שרייבט רש"י "לא מדובשך ולא מעוקצך".
בכל אופן, איז וויכטיג צו נאטירן דעם פונקט. ביי די אהרונים, וויפיל מענטשן עס זענען דא בשעת ר' אהרן'ס דרשה, אזויפיל מענטשן זענען דארט געווען דורכאויס די גאנצע נאכט. קיין איין מענטש מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 22:30 |
|
| |
פארוואס שעמט מען זיך מיט זיינע שפתותויו שושנים נוטפות מור? פארוואס פארציילט מען נישט וואס די דברי אלקים חיים זענען, וואס זענען לדעת את המעשה אשר יעשון?
|
|
|
|
|