בית פורומים כל העולם כולו

בעלז גיט ארויס אודווארי בריוו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2010 18:46 לינק ישיר 
outspoken

קענסט מיר אפשר זאגען פארוואס ער דארף איבער בעטען דעם ח"ס?
אדער קענסט מיר אפשר זאגען וואס האט כ"ק אדמור מבעלזא שליט"א געזאגט אנטקעגען ח"ס (קים נישט מיט קיןן סאטמערע מעשיות און פשעטלעך - ביטע שרייב ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט).

ווי אויך ביטע שרייב ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט אנטקעגען בעל דברי יואל? (נישט קיין פשעטלעך - נאר וארט ביי ווארט).

און צום לעצט: האט די בעל דברי יואל זיך משתטח געווען אופן ציון פון  כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל און אים איבער געבעטען אויף די דברי חו..... וואס ער האט געזאגט אנטקעגען אים ברבים? "אהרן עשה את העגל" (נישט קיין פשעטלעך - נאר דברים כמשמעו)

נאכדעם וואס די וועסט שרייבען ווארט ביי ווארט ווי אובן דערמאנט, וויל איך די זאלסט מיר זאגען וועלכס איז ערגער אין וועלעכס ברויכט אז מען זאל איבער בעטען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 19:24 לינק ישיר 

שמחת תורה תשמ''ב וואס די בעלזע רבי בכבודו ובעצמו(ער איז געווען א אינגעמאנטשיג פון דרייסיג יאר)  חוזק געמאכט פונעם הייליגן חתם סופר און תלמידיו  וכלשונו"ווען דעע חברה האבן נאכנישט געוויסט פון קיין שיטה צוזאגען און זיי האבן נאך געגעסן שטאפ גענז" (וכיודע האט די חתם סופר געהאלטן אז שטאפ גענז איז כשר אבער חסידים האבן נישט געגעסן)און אז שיטת הרה''ק מסאטמר איז ''טערראר''



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 19:30 לינק ישיר 

ס'דא א טעיפ ווער ס'האט דאס זאל עס ביטע ארויפלייגן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 19:49 לינק ישיר 

קונצען כתב:
קענסט מיר אפשר זאגען פארוואס ער דארף איבער בעטען דעם ח"ס?
אדער קענסט מיר אפשר זאגען וואס האט כ"ק אדמור מבעלזא שליט"א געזאגט אנטקעגען ח"ס (קים נישט מיט קיןן סאטמערע מעשיות און פשעטלעך - ביטע שרייב ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט).

ווי אויך ביטע שרייב ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט אנטקעגען בעל דברי יואל? (נישט קיין פשעטלעך - נאר וארט ביי ווארט).

און צום לעצט: האט די בעל דברי יואל זיך משתטח געווען אופן ציון פון  כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל און אים איבער געבעטען אויף די דברי חו..... וואס ער האט געזאגט אנטקעגען אים ברבים? "אהרן עשה את העגל" (נישט קיין פשעטלעך - נאר דברים כמשמעו)

נאכדעם וואס די וועסט שרייבען ווארט ביי ווארט ווי אובן דערמאנט, וויל איך די זאלסט מיר זאגען וועלכס איז ערגער אין וועלעכס ברויכט אז מען זאל איבער בעטען?



ס'דא א שפריך ווארט ''טענה דיך נישט מיט מיט א נער ווייל ער וועט דיר אראפברענגען צו זיין מדריגה און וועט דיר  דארט געווינען מיט זיין טיפשת''. ב''ה איך האלט נישט אזוי נידריג וועל איך נישט אריין גיין אין דעבאטע מיט דיר.

יעצט פארשייט מען פון ווי עס האט זיך גענימען אזא חוצפה פון א דרייסיג יעריגע אינגערמאן, ער האט זיך אנגענימן אויפן פעטער, רח''ל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 20:03 לינק ישיר 

נאך שרייבט דארט א בעלזער מחוצף:

אחרי שאנחנו רואים איך שגדולי הרבנים האמיתיים, שבסאטמאר מעריצים אותם, חזרו בהם (את המכתב של הקארלסבורגר כבר הביאו כאן?) ואף מכחישים כעבור הרבה שנים שמעולם לא חתמו, ורק הוחתמו בלא ידיעתם, וגם את זה מפחדים לגלות בריש גלי, אז אתם יכולים לומר הכל, זה לא מעלה ולא מוריד.
לא נכנס כאן לוויכוח מי יותר גדול, המנחת יצחק וכל השאר או להבדיל בחל"ח כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. לדידן זה ברור ביותר. אבל דבר אחד גם כן ברור, כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א מעולם לא הסתכל לאחוריו מהי דעת הקהל. תמיד הוא ביטא בפומבי את ההשקפה הטהורה ודעת התורה ללא מורא וללא חת.
כל הגדולים האחרים, רובם פחדו פחד מוות מהציבור שלהם.
זה לא סוד שהמנחת יצחק גם כן חזר בו מהסכם השלום לאחר שקיבל איומים מאמריקה.
וזה גם לא סוד שרוב רבני ואדמו"רי ה"עדה החרדית" שליט"א חפצים להתקרב לבעלזא ולהשלים אתם (יש גם בזה מכתבים מפתיעים, אבל איננו רוצה להרע להם, ולכן אינם מתפרסמים), אך הם חוששים לעורם מצאן מרעיתם...
מתחת לשולחן יש להם קשר חם עם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אבל שינסו רק לבטא את הערצתם מעל השולחן, אוי ואבוי להם. כל קירות ירושלים יכוסו בפשקווילים ובחרמות בנוסח "רבינו הקדוש סר מן הדרך"...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 20:38 לינק ישיר 
outspoken

גיט צו וויסען אז דו קענסט גיין נידריגער ווי דו האסט פריער געטוהן מיטן ריפן א מנהיג ישראל, א מנהיג פון אן עדה קדושה, מיטן ווארט "מ"

 

און צו דען וואס דו שרייבסט, האסט דו מסלף געווען, (איך שרייב נישט ווארט ביי ווארט אבער כמעט ווארט ביי ווארט).

כ"ק מר"ן אדמו"ר מבעלזא האט געזאגט "זיי קימען אינז אויס לערנען וואס מיינט לוחם זיין קעגען ציונות, מיר ווייסען דאס פאר זיי און האבען לוחם געווען אסאך פאר זיי אנטקעגען ציונות, ווען זייערע זיידע,ס זענען געווען פארנימען מיט שטאפ גענז, האבן אינזערע זיידע,ס שוין לוחם געווען אנטקעגען ציונות,,

און דער פעטער זצ"ל (כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה ר' אהרן מבעלזא זצ"ל) האט בעסער געוויסט פון זיי וואס מלחמה בציונים איז, אין עכ"ז האט ער מדריך געווען ווי אזוי זיך צו פירען אין א"י.

 

(בעלזער רב איז בכלל נישט אריין און די ענין צו שטאפ גענז איז מותר אדער אסור)

פשוט כמשמעו מיינט עס ח"ו א פגיעה און ח"ס? אדער א פגיעה און די סאטמערע אינגאטשעס וואס ווילען אויסלערנען זקני וחסידי בעלזא וואס מלחמה בציונים מיינט און זענען קורא תיגר אופען דרך הקודש פון כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה ר' אהרן מבעלזא זצ"ל, (וואס זיין דרך איז נאך אזוי הייליג ווי די שיטה הקדושה אפי' עס האט נישט אן אפציעלע נאמען בשם שיטה)?

 

דאס הייסט חוצפה? אדער?

 

* ווען א רב בישראל האט זיך אויפגעשטעלט ברבים און געזאגט אויף כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה ר' אהרן מבעלזא זצ"ל "אהרן עשה את העגל"?

 

* ווען א רב בישראל האט אנגעריפן ברבים א קהילה פון טוזנטער משפחות און צענדליגער טוזנטער נפשות בשם "נאלאגען".?

 

* ווען מען האט געחתמ"ט פאלשע חתימות פון רבנים שלא בידיעתם?

 

* און נאך וד"ל

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 01:57 לינק ישיר 

קונצן.

דער אויסדריק וואס דו שרייבסט אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך אויסגעדריקט קעגן מהר"א מבעלזא זי"ע איז אן אלטער שקר וואס די בעלזער חסידים האבן גענוצט צו פארענטפערן די בזיונות וואס זיי האבן בשעתם אויסגעגאסן קעגן רביה"ק זי"ע.

בנוגע די ווערטער פון היינטיגן בעלזער רבי'ן, איך האב אמאל געהערט דעם טעיפ, איך געדענק נישט פונקטליך וואס ער האט אלס געזאגט דארט (עפעס געדענק איך אז ער האט געזאגט א הלצה אז מ'קומט צו איינעם נאך געלט פאר הכנסת כלה זאגט ער אז ער איז נישט מסכים צום שידוך), ער האט אויך דערמאנט אז ר' שמעון סופר איז געזעצן אין פוילישן סיים [וואס לדעתי איז עס ווייט פון די טעמע כרחוק מזרח ממערב, אבער שוין... ער דרוקט זיך דארט אויך אויס מיט די ווערטער "די וואס ווייסן היסטאריע, ליידער איז דא זייער ווייניג וואס ווייסן", און כ'געדענק ווי איך האב מיך דעמאלטס אונטערגעשמייכלט, ווער ווייסט דען נישט אז ר' שמעון סופר איז געזעצן אין סיים...?], אבער איך געדענק אויסדריקליך די ווערטער "ווען זיי האבן נאך געגעסן שטאפ גענז".

און אז דו ווילסט דוקא וויסן וויאזוי רביה"ק זי"ע האט זיך אויסגעדריקט אויף מהר"א מבעלזא קענסטו פרעגן ר' שלום פויגל, וועלכער איז ברוב עזותו אנוועזנד געווען אין שטוב ווען דער רבי זי"ע האט געפרעגט דעם מהר"א "בעלזער רב אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים....................". דוק ותשכח.

_________________


If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it




תוקן על ידי געגאנגען ב- 30/11/2010 02:04:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2010 02:00 לינק ישיר 

און אגב, אויב האט ער זיך ווירקליך אויסגעדריקט אויפ'ן אופן ווי דו ברענגסט עס אראפ מיינט עס אז ער האט נישט נאר מזלזל געווען אין די תלמידי החת"ס, נאר זאגאר חוזק געמאכט פון אלע גאונים וקדושים וועלכע האבן נושא ונותן געווען אין די האקעלע שאלה פון שטאפ גענז, סיי די אוסרים און סיי די מתירים, כאילו זיי האבן עוסק געווען אין דברים של מה בכך.

אייגנטליך האט ער באמת חוזק געמאכט פונעם שולחן ערוך זעלבסט, וואס איז כל כולו עוסק אין עניני שפיר ושליא.

און אויב אזוי איז די ליסטע וועמען ער דארף איבערבעטן פיל לענגער ווי איך האב געמיינט ביז היינט.

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2010 03:02 לינק ישיר 
מכתבו של הרמ"א פריינד גאב"ד ירושלים זצ"ל נדפס בספר המאזרני חיל ע"י הרהגה"ח ר' ליפא שווארץ זצ"ל

[quote]

און צום לעצט: האט די בעל דברי יואל זיך משתטח געווען אופן ציון פון  כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל און אים איבער געבעטען אויף די דברי חו..... וואס ער האט געזאגט אנטקעגען אים ברבים? "אהרן עשה את העגל" (נישט קיין פשעטלעך - נאר דברים כמשמעו)

נאכדעם וואס די וועסט שרייבען ווארט ביי ווארט ווי אובן דערמאנט, וויל איך די זאלסט מיר זאגען וועלכס איז ערגער אין וועלעכס ברויכט אז מען זאל איבער בעטען?
[/quote]

נאדיר דעם בריוו וואס איז דא פונעם גאב"ד ירושלים זצ"ל איבער דעם ליגנט וואס די בעלזע פארקויפן

יעצט ברענג דו דעם דרשה פון דיין רעבין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 03:29 לינק ישיר 

אז מרעדט שוין לאמיר שוין צוברענגען אביסל ברייטער וואס ר' ליפא שווארץ זצ"ל שרייבט - זאל דער יונגער עולם וואס וויסט נאכנישט וויסן מיט וואספארא געמיינע יונגען דער בעלזער רב איז געווען ארומגענימען
וואספארא ליגנטס זיי פראבירן שוין כמעט פופציק יאהר צו פארקויפן -

1

2

3


4



5



6



7




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 03:36 לינק ישיר 

נאט אייך אויך וואס שרייבט אינעם ביכל זכור ימות עולם ארויסגעגעבן דורך הרב צבי זאב פר"מ פון בני ברק ווי געמיין די בעלזע האבן זיך שוין דאן אויפגעפירט

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=21709&st=&pgnum=135




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 00:02 לינק ישיר 

 

געגאנגען,

לא דובים ולא יער – נישט געשטויגען און נישט געפלויגען, אדרבה זאל איינער ברענגען א טעיפ פון דו דרשה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. (שקרים נוסח סאטמאר)

לעקינגטון,

פון וואס ר' משה אריה שרייבט ווער איך אויך נישט נתפעל, פונקט אזוי וויא מען קען נישט גלייבען ענקערע אלע חתימות פון ענקערע רבנים (מכתב אדווארי ועוד יוכיח) (וכ"כ הבפני נכתב ונחתם שנתפרסם בעיתון דער איד ודער בלאט בענין ההזמנה לחתונה של צד הר"ר אהרן – שרבנים משני הצדדים חתמו על עדות שסתר אחד את השני – ועוד ועוד ועוד).

דעס אז דער בעל דברי יואל האט געזאגט "אהרן עשה את העגל" און נאך אזעלעכע סטעטמענטס וועלען קענען אלע זקני חסידי בעלזא מאשר זיין – סיי דו חסידים פון בעלזער רב שליט"א וויא אויך דו מתנגדים, און אויך דו וועלעכע דרייען זיך און מחנופקא.

איך וועל ענדרשט גלייבען דו זקני חסידים וויא ענקער שקר מאשין, בפרט נאכן אדורך ליינען "על הגאולה ועל התמורה" וואס דער מחבר רעדט דארט גאר אסאך פון "חטא העגל" און גלייכט  צו ציונות, בחירות, וכו' צום חטא העגל.

וויא אויך איעדער איד וואס דריידט זיך דערנעבען סאטמארע חסידים ווייסען פון ווערטער "עגל הציוני" "עגל הזהב הציוני" און נאך, עס נעמט זיך פון ערגעץ.

און ר' משה אריה צו שרייבען אז דער רבי האט אום געזאגט אז "היות לפלא שכל ענין העגל כלל לא עלה על מחשבתו" איז מבחינת כל המוסיף גורע,

איך וועל דא אי"ה פאסטען אפאהר בלעטער פון על הגואולה ועל הת.. וואס רעדט פון חטא העגל.

 

און טאמער ברענגסטי דו זכור ימות עולם, וועל איך דיר בעטען צו ליינען פרק מ"א (דף 135)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 00:48 לינק ישיר 

     ער דערמאנט מיר ווי די פנים חדשות האט אראפגעריסן סאטמאר, ווייל זיי האבן אמאל געמאכט אן ענגע מסיבה אין יאנג איזריאל אויף בעדפארד עוועניא, ער האט ארפגעברענגט גאנצע ראיות אז יאנג איזריאל זענן ציונים, ווען לא דובים ולא יער ס'נישט דא קיין יאנג איזריאל שול אין וויליאמסבורג, סך הכל איז עס די ווינער מיידל סקול.

 אזוי דארף ער אונז דורכגעוויגטע סאטמאר'ע חסידים נישט גוגלען 'עגל הזהב' מיר קענען די הייליגע תורת און ספרים סך הכל האט ער גאזאגט פאר ר' משה ארי' אז ווען ער האט גערעדט פון אהרן ביים עגל האט ער נישט געמיינט די הייליגע בעלזא'ר רב זצוק''ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 00:53 לינק ישיר 















דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 01:06 לינק ישיר 

ווער האט גערעדט אויף וועמענס שיטה,

שיטת כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן אדמו"ר מבעלזא זצ"ל "חוב קדוש להשתתף בבחירות"

און קומט סאטמאר רב און נישט נאר אז ער בארעדט דו שיטה פון "חוב קדוש" נאר שרייבט דאס ערגסטע וואס מען קען נאר
שרייבען אנקעגען דו שיטה "יהרג ועל יעבור" וכו', נאר ער און דו סאטמערע חסידים האבען גאר דו חוצפה צו זאגען אויף כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן אדמו"ר מבעלזא זצ"ל, כל מיני דברים וואס אשרי מי שישמר לשונו מלומר.

און עטץ זענס די דאזיגע וואס וויינען "קאזאק הנגזל".

אויף דעם בירך משה'ס דרשה ווי ער ריפט דו אידען וואס פירען זיך אויפן דרך פון כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן אדמו"ר מבעלזא זצ"ל "נאלאגען" האט עטץ קיינער נישט גענטפערט.



תוקן על ידי קונצען ב- 01/12/2010 01:10:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בעלז גיט ארויס אודווארי בריוו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.