בית פורומים כל העולם כולו

בעלז גיט ארויס אודווארי בריוו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2010 01:24 לינק ישיר 

קונצן איך שוין דיך שרעקליך
פאר עפעס א סיבה האט זיך די וועלט ענדערש אנגענומען פאר כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן אדמו"ר מסאטמאר  זצ"ל, ווי איידער אויף די וואס פארריפן זייער שגץ שטיק אויפן נאמען פין כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן אדמו"ר מבעלזא זצ"ל
די בעלזא זענען ממש אימשילדיג
די דערמאנסט מיך פין בני יואל, זיי האבען ענליכע טענות ביי די קול קורא ווי די גדולי הדור האבען שארף ארויסגעטרעטן קעגן זיי
די ס''ה איז
אז איינער קומט 25 יאר שפעטער אין זאגען אז דעמאלטס איז געווען אזוי אין אזוי, אין יעדער איז געווען געצווינגן וכו' , האט נישט קיין שום נאמנות

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 01:35 לינק ישיר 

היראים כתב:

דו גאנצע וועלט? וועלכע וועלט? דו וועלט וואס פאנגט זיך אן ביי דיוויזאן עבעניו און ענדיגט זיך אויף לינטש סטריט? דו 4 עקעדיגע באקס וואס דו לעבסט און?

אדער דו וועלט פון כלל ישראל?
ביי דו בחירות און א"י נעמען אנטייל מער פון א האלבע מיליון פרומע (נישט מזרחי) אידן (לפי דו מספר וואס האבען געוועלט פאר פרימע פארטייען).
דא און אמריקע זענט עטץ טאקע א גרוסע קהילה, אבער עטץ זענטס נישט מער ווי אפשר 10% פון יהדות החרדית.

עס וועט נאך אי"ה ארויסקימען בבוא היום א הערליכן ספר - מיט בריוון און חתימות נישט נאר פון 25 יאהר שפעטער און נישט נאר פון איינצעלע חותמים - נאר פון רוב פון דו חותמים, (און אלץ א רמז - פרעג זיך נאך וואס האט פאסירט ווען אדמו"ר מקאשוי זצ"ל האט באזיכט ביים פאפא רב פון מונטריאל).

_________________

תוקן על ידי קונצען ב- 01/12/2010 01:41:17

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 02:13 לינק ישיר 

תוקן על ידי קונצען ב- 01/12/2010 02:15:59

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 02:15 לינק ישיר 

_________________

_________________

תוקן על ידי קונצען ב- 01/12/2010 02:19:15

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 02:32 לינק ישיר 

די בריוו מהגה"צ מאודווארי זצ"ל איז געווען געדרוקט די וואך אינעם אפיציעלן בעלזע צייטונג "המחנה החרדי"

תוקן על ידי לאעליכם ב- 01/12/2010 02:47:31

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 03:01 לינק ישיר 

קונצען כתב:
 
געגאנגען,

לא דובים ולא יער – נישט געשטויגען און נישט געפלויגען, אדרבה זאל איינער ברענגען א טעיפ פון דו דרשה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. (שקרים נוסח סאטמאר)

לעקינגטון,

פון וואס ר' משה אריה שרייבט ווער איך אויך נישט נתפעל, פונקט אזוי וויא מען קען נישט גלייבען ענקערע אלע חתימות פון ענקערע רבנים (מכתב אדווארי ועוד יוכיח) (וכ"כ הבפני נכתב ונחתם שנתפרסם בעיתון דער איד ודער בלאט בענין ההזמנה לחתונה של צד הר"ר אהרן – שרבנים משני הצדדים חתמו על עדות שסתר אחד את השני – ועוד ועוד ועוד).

דעס אז דער בעל דברי יואל האט געזאגט "אהרן עשה את העגל" און נאך אזעלעכע סטעטמענטס וועלען קענען אלע זקני חסידי בעלזא מאשר זיין – סיי דו חסידים פון בעלזער רב שליט"א וויא אויך דו מתנגדים, און אויך דו וועלעכע דרייען זיך און מחנופקא.

איך וועל ענדרשט גלייבען דו זקני חסידים וויא ענקער שקר מאשין, בפרט נאכן אדורך ליינען "על הגאולה ועל התמורה" וואס דער מחבר רעדט דארט גאר אסאך פון "חטא העגל" און גלייכט  צו ציונות, בחירות, וכו' צום חטא העגל.

וויא אויך איעדער איד וואס דריידט זיך דערנעבען סאטמארע חסידים ווייסען פון ווערטער "עגל הציוני" "עגל הזהב הציוני" און נאך, עס נעמט זיך פון ערגעץ.

און ר' משה אריה צו שרייבען אז דער רבי האט אום געזאגט אז "היות לפלא שכל ענין העגל כלל לא עלה על מחשבתו" איז מבחינת כל המוסיף גורע,

איך וועל דא אי"ה פאסטען אפאהר בלעטער פון על הגואולה ועל הת.. וואס רעדט פון חטא העגל.

און טאמער ברענגסטי דו זכור ימות עולם, וועל איך דיר בעטען צו ליינען פרק מ"א (דף 135)

קונצען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון כהאף דיר אויפצוווייזן דיין לעכערליכער פארקרומטקייט

קודם דיין הענט זאלן דיר געלעימט ווערן פארן אזוי צו שרייבן אויפן קדוש אלוקי רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל

איין לימוד זכות האב איך אויף דיר אז די ביסט א יונגל וואס האט נישט מיטגעלעיבט קיין געשיכטע און נתגדל געווארן אינטערן איינפלוס אז די פלאץ ווי די דרייסטיך וואס פאררופט זיך בעלזא איז גאר א המשך צו בעלזא פון אמאל וואו אונזערע עלטערן פלעגן גיין צום פריערדיגן בעלזער רב ר' ישכר דוב זצוק"ל - און מען האט דיר פרובירט צו קארמען אז עטץ זענטס די אריגינאלע פרימע און חסידיש'ע - און סאדענלי ביסטו מיר אונטערגעוואקסן און זיך אנגעהערט אביסל וואס דיין אדמו"ר האט אנגעשטינקען פאר א צירקע דרייסיק יאהר צוריק בערך און די קענסט עס נישט פארטראגן כפארשטיי דיין ווייטאג אבער ליידער ליידער איז דאס אמת

ער האט צאמגערעדט אויף אלע אונזערע פריערדיגע גדולים וביניהם רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל ושאר גדולי אונגארין תלמידי החת"ס כאחד הריקים - אדרבה אויב די לייקענסט עס דאן ברענג אהער דעם טעיפ פון די שטייעדיקע תורה דעמאלץ און זאלן מיר טאקע אלע איינזעען דיין אמת פון דיינע טענות (איך האב שוין געברענגט עדות פון יודן וואס זענען דארט געווען און פון הרמ"א פריינד זצ"ל עס אינישט צופיהל נוגע צו די וועסט נתפעל פון ר' משה ארי' צונישט צו דיין גרויס ווייטאג ווערט אבער יעדער יא נתפעל פון עם)

דאן זענען ארויסגעטרעטן קעגן עם אלע ערליכע גדולי הרבנים אנגעפירט פון דעם ברך משה זצ"ל און פון דעם פשעווארסקער רבין שליט"א און זיין פאטער זצ"ל און יא דער ברך משה האט אויף ענק געזאגט נעאלאגן - און יעמט שטעלט זיך ארויס די אמתדיגקייט דערפון - ווי זאגט נאר די וועלט די קליינע קייען וואס די גרויסע שפייען פון דיין שרייבן אויף גדולי ישראל זעט זיך אן די השכלהדיגע'ר חינוך וואס די האסט ליידער באקומען

למשל נאך א דוגמא ליידער - איבעראל איז בעלזא דער וואס ברעכט אלע פריערדיגע גדרים וואס אונז האבן מקובל מדור דור - ווי למשל אין מאנטריאל איז ארויס א געזעץ אז ממוז לערנען לימודי חול און די ישיבות און איעדע מוסד האט זיך אקעגן געשטעלט און סהאט אויסגעקוקט אט אט ווי מגייט עס געווינען און די ממשלה וועט זיך ברעכן - קומען אבער די בעלזא ווי סאטמאר רב זצ"ל דער ברך משה רופט זיי אן נעאלאגן און זיי זאגן ניין מיר זענען מסכים צום חוק פון די קאנאדישע רעגירונג אנע שום פראבלעם  "שומו שמים דא רעדט זיך א זאך וואס אלע דורות האט מען זיך מוסר נפש געווען נישט צו לערנען קיין לימודי חול אין א ישיבה סיי אין ליטע וואו דער וואלאזשינער ישיבה האט זיך צוליב דעם פארמאכט סיי אין אלע פלעצער אין די וועלט ווי סאיז געווען היימישע ישיבות ביים כלל ישראל איז מען געשטאנען פעלזן פעסט נישט אריינצולאזן קיין לימודי חול

ווי גערעכט ליידער האט דער ברך משה געבלוטיגט אויף די מצב אין בעלזא ער איז געווען א פייערדיגער בעלזער חסיד פון דערהיים ער האי נישט געפירט דעם מערכה ]פאר קיין שוואויל טאג

כזעי נאר ווי די לאכסט אזוי אפ פון סאטמאר רב וואס שרייבט עגל הציוני כאילו מרעדט דא פון א חדר יונגל און די קומסט דא מאכן דזשאוקס אויף זיין חשבון - שעם דיך , ווער נאך אזוי ווי דער בעלזער רב ר' ישכר דוב האט געפירט א מלחמה מיט טאקע אט דעם עגל הציוני - די מיינסט אפשר אז סאטמאר רב האט ערפינדן דעם מערכה? די מערכה האבן שוין אנגעפאנגען אלע צדיקי הקודמים שוין איבער 100 יאר צוריק -

סוועט ענק בעלזע קיין סאך נישט העלפן ענקער רבי איז אריין אין היסטארי פאר א באנדיט שפער פיו על צידיקי הדור הקודם און דער קול קורא איז פאר די ביכער ער האט איין ברירה זיך אויפצושטעלן און איבערבעטן דח גדולים אויף וועם ער האט גערעדט -דערווייל זעי איך ענק פייגערן אז די עדה החרדית מיט סאטמאר זאלן ענק אקצעפטירן נישט מיר לויפן ענק נאך נאר פארקערט

כמיז דיר זאגן באמת טוט מיר וויי אויף די אלע חשובע בעלזע יונגעלייט איבעראל איז בעלזא א שבט בפני עצמו עס הערשט א געוויסע אפגעזינדערקייט אויף בעלז אלע דרייען זיך ארום מיט דעם קאמפלעקס וואאס שרייט ארויס פון דיינע העסליכע תגובות דא - פארפאלן כלל ישראל זעט אויס האט אפגעקויפט אז עטץ זענטס פארקרומטע בעלי השקפה

ווען די פרעגסט וועלכע וועלט וועל איך דיר זאגן אלע וואס אידענטיפיצירן זיך מיט די עדה החרדית -

אויף דיין טענה אז מיליאנען גייען ליידער צו בחירות ווענט גארנישט אפ די הארבקייט דערפון אדרבה ווענד אפ דעם על הגאולה מיטן ויואל משה נישט שריי ווי א פרייער יוד וואס מאכט חוזק פון יודישקייט מיטן זעלבן נוסח ווי די פונעם סאטמארן רב

סוועט נישט העלפן קיין ביכער וואס די זאגסט אז סוועלן ארויסקומען די דאזיגע בריוו איז מער ווערט פון די אלע ביכער מיט אלע 
ענקערע אויסגאבעס

ווי איך זעי איז דאס פאר דיר א רויטע שמאטע דאן נאדיר 

תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 01/12/2010 03:03:20

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 03:05 לינק ישיר 

בני יואל'ע, איך ווייס נישט וואס איר האט טענות אויף ר' אהרן, ס"ה האט ער די זעלבע מענטאליטעט ווי זיין פעטער, לויט ווי בעלזא לייגט עס אראפ, דאס איז פון איין משפחה, ממילא דרייט נישט קיין קאפ מיט ענקערע קרעפ

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 03:11 לינק ישיר 

א דוגמא פון די באנדיטן וואס האבן זיך געדרייט ארום בעלזע רב זצ"ל אין יענע תקופה א באנדע שלעגערס און אויסווארפן
 
לויט דעם פארשטיי מיר שוין פארוואס סאטמאר רב האט מורא געהאט צופיל זיך איינצוטענה'ן מיטן בעלזער רב איבער די בחירות נושא וואגן זאל ער צופיל צו רעדן וואס שמעקט נישט אן פאר די גראבע יונגען וואלט עס געווען א שאלה פון פיקוח נפש

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 03:15 לינק ישיר 

נאך אזאך וויל איך קלאר שטעלן
סאטמאר רב זצ"ל האט נישט געפירט קיין מערכות מיטן בעלזער רב און ער האט געהאט א רעכט זיך מחולק צוזיין מיטן חוב קדוש

בעלזער רב איז געווען א קדוש אלוקי אבער צו די מערכות וואס זיינע מענטשן האבן עם פארדרייט מיט שקרים האט ער נישט פארשטאנען פשוט טאקע ווייל צוליב זיין גרויס הייליגקייט און דעהויבנקייט איז ער פשוט געווען א מלאך און צו פארשטיין צו מענטשן דארף מען זיין א מענטש

אגב, ווי באקאנט איז דער סאטמאר רבזצ"ל געווען געוואלדיג בידידות מיטן בעלזער רב און בשעתן 2ט'ן וועלט קריג האט ער טאקע אנגעארבעט מעשים פאר די הצלה פונעם בעלזער רב

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 03:39 לינק ישיר 

פרשת 'הבחירות', והקשרים בין סאטמאר-לבעלזא

http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=8650&hilit=%D7%91%D7%A2%D7%9C%D7%96%D7%90#p255987

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 03:48 לינק ישיר 

א איטערעסאנטער היסטארישער בריוו ווי דער ביגרייער רב זצ"ל איז זיך מזכיר פארן סאטמאר רב זצ"ל

אויך שרייבט ער אז די רבי זאל מתפלל זיין שנזכה לגדל בנינו "ישכר דוב בן מרים"

ווי באקאנט איז דער היינטיגער בעלזער געקומען צו רבינו הק' זצ"ל זיך מזכיר זיין ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער ערגעץ וואו אין די ל' יארן - דעמאלץ זעט זי ך אויס אז מהאט דעמוזט פארקוקן אויף די אלע טענות וואס קונצען לייגט דא פאר כאילו רבינו זצ"ל האט געזאגט אויפן בעלזער רב זצ"ל ויעש אהרן את העגל

אז איינער זאגט אזוי אויף מיין רבין און פעטער א קדוש אלוקי וואלט איך זיך נישט מזכיר געווען ביי עם

אלא מאי תיובתא דקונצען תיובתא

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 04:14 לינק ישיר 

א שיינער באלערנדער מאמר באשריבן די גאנצע פולמוס פון די בחירות צווישן רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל מיטן בעלזער רב זצ"ל און איבער די קשרים פון סאטמאר מיט בעלזא - געווען געדריקט אין קול התאחדותינו

1

2

3

4

5

6

7

_________________

תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 01/12/2010 04:15:56

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 18:20 לינק ישיר 

לעקסינגטון, איך וועל דיר ענטפערען על ראשון ראשון (מיינע ענטפערס און רויט)

קונצען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון כהאף דיר אויפצוווייזן דיין לעכערליכער פארקרומטקייט

קודם דיין הענט זאלן דיר געלעימט ווערן פארן אזוי צו שרייבן אויפן קדוש אלוקי רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל

שעלטען? דאס קענט עטס שוין לאנג, נישט נאר ענק חסידים נאר אויך ........

ער האט צאמגערעדט אויף אלע אונזערע פריערדיגע גדולים וביניהם רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל ושאר גדולי אונגארין תלמידי החת"ס כאחד הריקים - אדרבה אויב די לייקענסט עס דאן ברענג אהער דעם טעיפ פון די שטייעדיקע תורה דעמאלץ און זאלן מיר טאקע אלע איינזעען דיין אמת פון דיינע טענות (איך האב שוין געברענגט עדות פון יודן וואס זענען דארט געווען און פון הרמ"א פריינד זצ"ל עס אינישט צופיהל נוגע צו די וועסט נתפעל פון ר' משה ארי' צונישט צו דיין גרויס ווייטאג ווערט אבער יעדער יא נתפעל פון עם)

דו מיינסט מיטען איבער חזר,ן דו זעלבע שקר אפאהר מאהל ווערט דאס אמת, בעלזער רב שליט"א האט קיין מאהל נישט גערעדעט קעגען ח"ס און אויך נישט קעגען בעל דברי יואל. ווער עס האט גערעדט קעגען גדולי ישראל איז דער בעל דברי יואל (איך וועל נישט אריין גיין אין דעם ברך משה'ס באוויסטע דרשות).

מיטן זאגען ברבים "אהרן עשה את העגל" אויף כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן ר' אהרן מבעלא זצ"ל

מיטן רעדען דברי זילזול אויף גדולי ישראל וואס האבען נישט געהאלטען מיט אום, דוגמת אלע גערער רבי'ס, אמרי חיים מויזניץ, טשבינער רב, חזן איש, סטייפלר, קלוזענבורגר רב זצ"ל, אין מאך צענדליגע גדולים םון יענעם דור און זיי אנריפען מיט זילזול ווערטער ווי לדוגמא "אלה שכרעו לבעל" הציוני (און דאס קענט איר נישט לייקענען ווייל דאס איז געדריקט)

דאן זענען ארויסגעטרעטן קעגן עם אלע ערליכע גדולי הרבנים אנגעפירט פון דעם ברך משה זצ"ל און פון דעם פשעווארסקער רבין שליט"א און זיין פאטער זצ"ל און יא דער ברך משה האט אויף ענק געזאגט נעאלאגן - און יעמט שטעלט זיך ארויס די אמתדיגקייט דערפון - ווי זאגט נאר די וועלט די קליינע קייען וואס די גרויסע שפייען פון דיין שרייבן אויף גדולי ישראל זעט זיך אן די השכלהדיגע'ר חינוך וואס די האסט ליידער באקומען
די ברך משה (וואס האט אויך גערעדט דברי קדושה און פורים אויף א. ל. מאמע?),האט געריפן נאלגען אלע חסידים וואס דאס איז כולל זקני וחסידי בעלזא וואס אסאך פון זיי האבען אום איינגעפאקט בתורה ובחכמה וביראת שמים ווי אויך געווען עלטער פון אים, "יא דאס הייסט חוצפה"

למשל נאך א דוגמא ליידער - איבעראל איז בעלזא דער וואס ברעכט אלע פריערדיגע גדרים וואס אונז האבן מקובל מדור דור - ווי למשל אין מאנטריאל איז ארויס א געזעץ אז ממוז לערנען לימודי חול און די ישיבות און איעדע מוסד האט זיך אקעגן געשטעלט און סהאט אויסגעקוקט אט אט ווי מגייט עס געווינען און די ממשלה וועט זיך ברעכן - קומען אבער די בעלזא ווי סאטמאר רב זצ"ל דער ברך משה רופט זיי אן נעאלאגן און זיי זאגן ניין מיר זענען מסכים צום חוק פון די קאנאדישע רעגירונג אנע שום פראבלעם  "שומו שמים דא רעדט זיך א זאך וואס אלע דורות האט מען זיך מוסר נפש געווען נישט צו לערנען קיין לימודי חול אין א ישיבה סיי אין ליטע וואו דער וואלאזשינער ישיבה האט זיך צוליב דעם פארמאכט סיי אין אלע פלעצער אין די וועלט ווי סאיז געווען היימישע ישיבות ביים כלל ישראל איז מען געשטאנען פעלזן פעסט נישט אריינצולאזן קיין לימודי חול
ווי גערעכט ליידער האט דער ברך משה געבלוטיגט אויף די מצב אין בעלזא ער איז געווען א פייערדיגער בעלזער חסיד פון דערהיים ער האי נישט געפירט דעם מערכה ]פאר קיין שוואויל טאג

אינטרעסאנט!!! ווי איז דער ברך משה געווען ביים סקול דיסטריקט אין ק"י (שערי חמלה)? ווער האט געבראכן גדרים?

כזעי נאר ווי די לאכסט אזוי אפ פון סאטמאר רב וואס שרייבט עגל הציוני כאילו מרעדט דא פון א חדר יונגל און די קומסט דא מאכן דזשאוקס אויף זיין חשבון - שעם דיך , ווער נאך אזוי ווי דער בעלזער רב ר' ישכר דוב האט געפירט א מלחמה מיט טאקע אט דעם עגל הציוני - די מיינסט אפשר אז סאטמאר רב האט ערפינדן דעם מערכה? די מערכה האבן שוין אנגעפאנגען אלע צדיקי הקודמים שוין איבער 100 יאר צוריק -
 
לאכען פון אלע גדולי ישראל איז אייביג געווען ענקער דרך, איך (לפי לשונך) לאך איך נאר אויף איינעם וואס איז געווען בדעת מועט.

כמיז דיר זאגן באמת טוט מיר וויי אויף די אלע חשובע בעלזע יונגעלייט איבעראל איז בעלזא א שבט בפני עצמו עס הערשט א געוויסע אפגעזינדערקייט אויף בעלז אלע דרייען זיך ארום מיט דעם קאמפלעקס וואס שרייט ארויס פון דיינע העסליכע תגובות דא - פארפאלן כלל ישראל זעט אויס האט אפגעקויפט אז עטץ זענטס פארקרומטע בעלי השקפה

איך וויס נישט אין וועלכער וועלט דו לעבסט, אבער אויב איינער איז אפגעזינדערט פון כלל ישראל זענט דאס עטץ סאטמערע אידן,

וויפיל אידן פון אנדערע קרייזען (ווי צבש. באבוב, וויזניץ, פאפא, קלוזנבורג, סקוורא, באיאן, רחמסטריווקא, צאנז, סלונים, גור, און נאך) נעמען איידעמער בחורים פון סאטמערע ישיבה? און וויפיל נעמען און האבען שוין גענימען בחורים פון בעלזער ישיבה?

און דו אלע אויבערדערמאנטע קרייזען, איז דא מער בעלזע מחנכים אדער סאטמערע?

וועלעכער אידן און קרייזען לערנען דו זעלבע לימודים (דף היומי) און ווער איז אפגעטיילט?

וועלעכע קרייזען האבן דו זעלבע אבות ובנים פראגראם פאר דו קינדער? אין ווער איז באזינדער?

מיט וועלעכע ניגונים איז מען זיך היינט נתעורר ביי דו טישען פון רוב גדולי ישראל?

און דו אלע אויבערדערמאנטע קרייזען קען מען בכלל טרעפען א ויואל משה און ביהמ"ד? און וואס האלט מען דארט אויףהגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה ר' אהרן מבעלזא זצ"ל?

ווען די פרעגסט וועלכע וועלט וועל איך דיר זאגן אלע וואס אידענטיפיצירן זיך מיט די עדה החרדית -
יעצט האסטי גיט גענטפערט, "עדה החרדית" = סאטמאר, תולדות, און דשינסקי (אפשר וועסטי טרעפן נאך אפאהר קליינע נעמען (נאנאש, קיוויאשד, פאיה)

אויף דיין טענה אז מיליאנען גייען ליידער צו בחירות ווענט גארנישט אפ די הארבקייט דערפון אדרבה ווענד אפ דעם על הגאולה מיטן ויואל משה נישט שריי ווי א פרייער יוד וואס מאכט חוזק פון יודישקייט מיטן זעלבן נוסח ווי די פונעם סאטמארן רב

הייסט דו האלטסט אויך אז דו אלע אידען וואס פאלגען זייער רבי'ס "חוב קדוש" און גייען צו בחירות זענען ווי פרייע אידן?

סוועט נישט העלפן קיין ביכער וואס די זאגסט אז סוועלן ארויסקומען די דאזיגע בריוו איז מער ווערט פון די אלע ביכער מיט אלע ענקערע אויסגאבעס
ווי איך זעי איז דאס פאר דיר א רויטע שמאטע דאן נאדיר

 א געטייפטע בריוו מיט געטייפטע חתימות (וואס רוב פון דו חותמים האבען צירוקגעצויגען מיט זייער ארגינעלער כתב אדער מודיע געווען אז עס איז געווען שלא בידיעתם) איז א רויטע שמאטע?

ענקער רויטע שמאטע וועט זיין ווען עס וועט ארויס קימען אלע בריוון (נישט געטייפטע) מיטן ארגינלע כתב און חתימה פון דו רבנים אז מען האט געפאלשט זייער חתימה, אדער מען האט זיי טערארזירט צו מסכים זיין צום חתימה – דאס וועט זיין א זאפטיגע רויטע שמאטע.

דוגמא פון די באנדיטן וואס האבן זיך געדרייט ארום בעלזע רב זצ"ל אין יענע תקופה א באנדע שלעגערס און אויסווארפן
איך האב הנאה צו זעין אז ווען עס לוינט זיך ענק איז א פרייע ציונותדיגע צייטונג באגלייבט און גיט צו ניצען

נאך אזאך וויל איך קלאר שטעלן
סאטמאר רב זצ"ל האט נישט געפירט קיין מערכות מיטן בעלזער רב און ער האט געהאט א רעכט זיך מחולק צוזיין מיטן חוב קדוש

אבער נישט צו זאגען "אהרן עשה את העגל" און נישט צו זאגען "אלה שכרעו לבעל"

בעלזער רב איז געווען א קדוש אלוקי אבער צו די מערכות וואס זיינע מענטשן האבן עם פארדרייט מיט שקרים האט ער נישט פארשטאנען פשוט טאקע ווייל צוליב זיין גרויס הייליגקייט און דעהויבנקייט איז ער פשוט געווען א מלאך און צו פארשטיין צו מענטשן דארף מען זיין א מענטש
דו חוצפה פון זאגען אז פון אלע גדולי ישראל איז נאר געווען איינער וואס האט פארשטאנען, אין נאר איינעם וואס מען האט נישט געקענט פארנארען האט זיך נישט אנגעהויבן ביי ענק נאר דאס האט שוין דער בעל דברי יואל פאברעצירט, און דאס איז נאך אסאך ערגער ווי דעם "אהרן עשה את העגל"

א איטערעסאנטער היסטארישער בריוו ווי דער ביגרייער רב זצ"ל איז זיך מזכיר פארן סאטמאר רב זצ"ל
אויך שרייבט ער אז די רבי זאל מתפלל זיין שנזכה לגדל בנינו "ישכר דוב בן מרים"
ווי באקאנט איז דער היינטיגער בעלזער געקומען צו רבינו הק' זצ"ל זיך מזכיר זיין ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער ערגעץ וואו אין די ל' יארן - דעמאלץ זעט זי ך אויס אז מהאט דעמוזט פארקוקן אויף די אלע טענות וואס קונצען לייגט דא פאר כאילו רבינו זצ"ל האט געזאגט אויפן בעלזער רב זצ"ל ויעש אהרן את העגל
אז איינער זאגט אזוי אויף מיין רבין און פעטער א קדוש אלוקי וואלט איך זיך נישט מזכיר געווען ביי עם

דער דאטום פון דער בריוו איז פון אסאך פאר דעם וואס דער בעל דברי יואל האט געזאגט "אהרן עשה את העגל" (ער איז געווען זיין ברידער נישט פעטער- לערן אביסל היסטוריה)

תוקן על ידי קונצען ב- 01/12/2010 18:47:01

תוקן על ידי קונצען ב- 01/12/2010 18:49:11

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 18:41 לינק ישיר 

לעקסינגטון,

איך וועל דיך געבען אביסעל היים ארבייט, איך וועל דיך נישט נאר פרעגען דו שאלות נאר אויך מרמז זיין דן תשובות כדאי עס זאל דיר נישט צו שווער אנקימען,

1) ווער איז געווען דער ערשטער פון דו חסידישע רבי'ס וואס איז געגאנגען און בג"ץ הציוני? (בעל דברי יואל בענין הביהמ"ד בצפת).

2) פארוואס זענען דו הינדרעטע  BANKS דא און אמריקא נישא גיט געווען ווען מען האט געקויפט דעם שטח און קרית יואל? (והאם נתן בנק לאומי הלוואה לזה).

3) ווער זענען געווען דו איינציגסטע רבי'ס וואס האבען זיך באניצט מיט דו סערוויסעס פון דו מדינה ומשטרה הציונית צו מאכן א פאראדע PARADE (הערליכע פאליס עסקארט, פערדן, ביציקלעך, און נאך) ווען זיי פלעגען קומען קיין א"י? (בעל דברי יואל און ברך משה).

4) מיט וועלכן כח הפועל אל הנפעל האט זיך דער בעל דברי יואל געראטעוועט פון קריג?
(איך גלייב אז אויף דעם וועסטי קענען ענטפרין אסאך גיטע פשטלעך)

ביי אינז האט מען געוויסט אז ביי נס חנוכה ווען עס האט זיך געהאנדלט פון ראטעווען דעם נפש (נשמה) פון כלל ישראל האט מען געטיען למעשה אלץ וואס מען האט געקענט, און ביי נס פורים ווען עס האט זיך געהאנדעלט פון ראטעווען דעם גוף האט מען נאר מתפלל געווען.
זעיט אויס ביי ענק ווען עס קימט צו בויען אידישקייט און מוסדות טאר מען נישט אנקימען צו די ציונים אבער ווען עס קימט צו ענקער "אנכי" דאן איז אלעס מותר.

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 19:38 לינק ישיר 

עס איז א הערליכע ארבעט.

דף 4 און 5 איז די זעלבע, עס פעלט איין פעטש.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בעלז גיט ארויס אודווארי בריוו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.