איך האלט מיך צוריק פון אריינגיין אין וויכוחים מיט איינעם וועלכע אנערקענט נישט אז די דעת תורה האט רעכט צו זאגן אויף א זאך וואס "טויזנטער מענטשן טוען" אז דאס איז א איסור חמור ושותפות לדבר עבירה בג' עבירות החמורות.
אבער אויף די איינע אויסגעשפראכענע שקר קען איך דיר גיבן א גוטן מראה מקום:
קונצען כתב:
4) מיט וועלכן כח הפועל אל הנפעל האט זיך דער בעל דברי יואל געראטעוועט פון קריג? (איך גלייב אז אויף דעם וועסטי קענען ענטפרין אסאך גיטע פשטלעך)
רוף 212-444-9899
און דרוק נומער 222
און הער אויס דריי אנאליזן פון ר' הערשל פריעדמאן אין דעם ענין, ויסכר פי דוברי שקר.
נשלח ב-1/12/2010 20:03
FIVE BORO
איך האב דאך געשריבן (אז איך גלייב אז אויף דעם וועט עטס קענען ענטפערן אסאך גיטע פשטלעך - נוסח סאטמאר)
איך וואלט נאר געוואלט הערען דו שיינע מעשיות און פשעטלך אויף דו אנדרע דריי קשיות.
לעקסינגטון,
איך וועל דיך געבען אביסעל היים ארבייט, איך וועל דיך נישט נאר פרעגען דו שאלות נאר אויך מרמז זיין דו תשובות כדאי עס זאל דיר נישט צו שווער אנקימען,
1) ווער איז געווען דער ערשטער פון דו חסידישע רבי'ס וואס איז געגאנגען און בג"ץ הציוני? (בעל דברי יואל בענין הביהמ"ד בצפת).
2) פארוואס זענען דו הינדרעטע BANKS דא און אמריקא נישט גיט געווען ווען מען האט געקויפט דעם שטח און קרית יואל? (והאם נתן "בנק לאומי" הלוואה לזה?). ולמה מותר להנות מהציונים רק בבניית קרית יואל (כח הפועל אל הנפעל - אלה שכרעו בפני בעל הציוני ועוד)?
3) ווער זענען געווען דו איינציגסטע רבי'ס וואס האבען זיך באניצט מיט דו סערוויסעס פון דו מדינה ומשטרה הציונית צו מאכן א פאראדע PARADE (הערליכע פאליס עסקארט, פערדן, ביציקלעך, און נאך) ווען זיי פלעגען קומען קיין א"י? (בעל דברי יואל און ברך משה).
4) מיט וועלכן כח הפועל אל הנפעל האט זיך דער בעל דברי יואל געראטעוועט פון קריג? (איך גלייב אז אויף דעם וועסטי קענען ענטפערן אסאך גיטע פשטלעך - נוסח סאטמאר)
ביי אינז האט מען געוויסט אז ביי נס חנוכה ווען עס האט זיך געהאנדלט פון ראטעווען דעם נפש (נשמה) פון כלל ישראל האט מען געטיען למעשה אלץ וואס מען האט געקענט, און ביי נס פורים ווען עס האט זיך געהאנדעלט פון ראטעווען דעם גוף האט מען נאר מתפלל געווען. זעיט אויס ביי ענק ווען עס קימט צו בויען אידישקייט און מוסדות טאר מען נישט אנקימען צו די ציונים אבער ווען עס קימט צו ענקער "אנכי" דאן איז אלעס מותר.
__
_________________
נשלח ב-1/12/2010 20:48
קונצען, זיי ביטע אביסל קלארער מסביר דיין לעצטע טענה, די האלטסט אז מ'טאר נישט נהנה זיין פונעם מדינה? אדער איז דיין קשיא געבויעט, אז וויאזוי האט מען לויט שיטת סאטמאר געמעגט הנאה האבן פונעם מדינה?
_________________
תוקן על ידי דייקן ב- 01/12/2010 20:51:26
נשלח ב-2/12/2010 00:06
קונצען כתב:
קונצן איך שוין דיך שרעקליך
פאר עפעס א סיבה האט זיך די וועלט ענדערש אנגענומען פאר כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, ווי איידער אויף די וואס פארריפן זייער שגץ שטיק אויפן נאמען פין כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מר"ן אדמו"ר מבעלזא זצ"ל
די בעלזא זענען ממש אימשילדיג
די דערמאנסט מיך פין בני יואל, זיי האבען ענליכע טענות ביי די קול קורא ווי די גדולי הדור האבען שארף ארויסגעטרעטן קעגן זיי
די ס''ה איז
אז איינער קומט 25 יאר שפעטער אין זאגען אז דעמאלטס איז געווען אזוי אין אזוי, אין יעדער איז געווען געצווינגן וכו' , האט נישט קיין שום נאמנות
דו גאנצע וועלט? וועלכע וועלט? דו וועלט וואס פאנגט זיך אן ביי דיוויזאן עבעניו און ענדיגט זיך אויף לינטש סטריט? דו 4 עקעדיגע באקס וואס דו לעבסט און?
אדער דו וועלט פון כלל ישראל?
ביי דו בחירות און א"י נעמען אנטייל מער פון א האלבע מיליון פרומע (נישט מזרחי) אידן (לפי דו מספר וואס האבען געוועלט פאר פרימע פארטייען).
דא און אמריקע זענט עטץ טאקע א גרוסע קהילה, אבער עטץ זענטס נישט מער ווי אפשר 10% פון יהדות החרדית.
עס וועט נאך אי"ה ארויסקימען בבוא היום א הערליכן ספר - מיט בריוון און חתימות נישט נאר פון 25 יאהר שפעטער און נישט נאר פון איינצעלע חותמים - נאר פון רוב פון דו חותמים, (און אלץ א רמז - פרעג זיך נאך וואס האט פאסירט ווען אדמו"ר מקאשוי זצ"ל האט באזיכט ביים פאפא רב פון מונטריאל).
_________________
מיין פוינט איז נישט וועלכע ''וועלט''
מיין פוינט איז אז 25 יאר שפעטער ווען קיינער ליגט שוין נישט אין די זאך קומסטו פארקויפן וואס דעמאלטס איז געווען
טראגסט די זעלבע פנים ווי די אלע אנטי סאטמאר וואס האבען יעצט אנגעהויבן פארבריצירן מעשיות וואס איז אלס געווען די לעצטע 30 יאר,
נשלח ב-2/12/2010 00:25
היראים כתב:
מיין פוינט איז נישט וועלכע ''וועלט''
מיין פוינט איז אז 25 יאר שפעטער ווען קיינער ליגט שוין נישט אין די זאך קומסטו פארקויפן וואס דעמאלטס איז געווען
טראגסט די זעלבע פנים ווי די אלע אנטי סאטמאר וואס האבען יעצט אנגעהויבן פארבריצירן מעשיות וואס איז אלס געווען די לעצטע 30 יאר,
דו אלע מעשיות האב איך נישט יעצט אנגעהויבען צו פארציילן, דו און אסאך אנדערע פון ענק האבען פשוט גלעבט אין ענקער 4 עקעדיגע באקס און נאר געוואלט הערען וואס מען פיטערט ענק און וואס עס לוינט זיך פאר ענק צו הערען, און מען האט זיכער געמאכט ביי ענק אז דו אידן במחניכם וואס האבען שוין יא עפעס געוואלט הערן פון דו אנדערע צד, זאלן נישט האבן דו מעגליכקייט צו הערן, ווער עס האט נאר עפעס גערעדט אנדערשט ווי ענק האט מען טרארעזירט - א צייטונג ווי המודיע (וואס איז נישט אזוי ווי ענקערע צייטונגען אין פארמאגט א חשובע השגחה פון חשובע רבנים דוגמת ראש ישיבת שערי יושר שליט"א און נאך, און האט נישט קיין שום לשון הרע און רכילות ווי ענקערע צייטונגען האבן) האט מען טערארעזירט איעדן געשעפט וואס האט זיך דערווייגט צו פארקופן, כדאי דו וועלעכע וואס ווילען יא הערען און פארשטיין דו אנדערע צד זאלען נישט קענען הערען (איך ווייס אז עטץ האטס פשעטלעך אויך אויף דעם) דו אלע טענות וואס איך שרייב קימט נישט פון מיר און איז שוין געזאגט געווארען דאן מיט יאהרן צוריק.
תוקן על ידי קונצען ב- 02/12/2010 00:28:11
נשלח ב-2/12/2010 03:39
מאדנע, ווען דו קומסט אן דא מיט א זאק וואס האלב דערפון איז פאבריצירט געווארן נאך מיט 50 יאר צוריק לעבן מיר אין א פיר עקעדיגע באקס.
משא"כ דו וואס גלייבסט קדשי קדשים די מעשה פון ענקערע בעלזער שקצים וועגן ויעש אהרן את העגל דו לעבסט אינדרויסן פון די באקס...
דער פאקט איז אז דער היינטיגער בעלזער רבי האט אלס יונגער צוציק זיך צעאמפערט מיט די גאנצע חסיד'ישע וועלט, ערשט אויף דער עלטער ווען ער איז געווארן דעפרעסט נאכ'ן זיך ארומזען וואס עס בלייבט פון די שיינע חתונה און בר מצוות וד"ל האט ער אנגעהויבן אויספלאסטערן א וועג פאר זיין זון דורך זיך איבערבעטן באזונדער מיט יעדן אויף וועמען ער האט געטרעטן.
איך מצידי בין גערן גרייט צו פארגעסן אלטע מחלוקת'ער, אבער נישט בעפאר ער בעט איבער די קדושי עליון אין וועמענ'ס כבוד ער האט מזלזל געווען [לויט מיר נאר די תלמידי החת"ס און רביה"ק זי"ע, לויט דיר אלע גאונים וקדושים זי"ע וועלכע האבן זיך מפלפל געווען אין די נושא פון שטאפ גענז].
און אגב, "א צייטונג ווי המודיע (וואס איז נישט אזוי ווי ענקערע צייטונגען אין פארמאגט א חשובע השגחה פון חשובע רבנים דוגמת ראש ישיבת שערי יושר שליט"א און נאך, און האט נישט קיין שום לשון הרע און רכילות ווי ענקערע צייטונגען האבן)"
אמת'דיג?! האסט געהערט אמאל פון א צייטונג המבשר? נייגעריג וואס דו וואלסט געזאגט ווען איך כאפ א שמועס מיט דיר תשמ"ט, נאכ'ן טאנצן מיט דגל און יתד...
און איך לעב נאך אין א באקס.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 02/12/2010 04:27:13
נשלח ב-2/12/2010 04:07
קונצען כתב:
א צייטונג ווי המודיע (וואס איז נישט אזוי ווי ענקערע צייטונגען אין פארמאגט א חשובע השגחה פון חשובע רבנים דוגמת ראש ישיבת שערי יושר שליט"א און נאך, און האט נישט קיין שום לשון הרע און רכילות ווי ענקערע צייטונגען האבן)
הרב קונצען טייערע! דו נעמסט מיר ארויס פון גלייכגעוויכט.
אויף "אהרן עשה את העגל" קען איך נאך פארשטיין ווי אזוי עטץ האטס נאך דו חוצפה עס צו לייקענען שטיין און ביין, ווייל עס איז געזאגט געווארען אום שבת און עטץ ווייסט אז עס איז נישט אפגעכאפט געווארן.
אבער אויף דו אלע סטעימענטס פון דעם בעל דברי יואל ווי לדוגמה "אלה שכרעו לבעל", וואס דאס איז א דירעקטע פגועה און אלע גדולים און זייערע אנהענגער וואס האבען געהאלטען דעם שיטה פון "חוב קדוש", און דאס איז געדריקט און דו ספרים פון בעל דברי יואל – און איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי עטס האטס דו חוצפה און דאס לייקענען.
אבער אזוי ווי איך זעי אז עטץ קענטס דאס לייקענען קען איך פארשטיין ווי אזוי עטץ קענטס זאגען שקר אויף כ"ק מר"ן אדמו"ר מבעלזא שליט"א – וואס דו דרשה איז רעקארדירט געווארן און באשריבן געווארן – און לא דובים ולא יער.
.............................
און ווען דו רעדסט פון בר מצוה'ס און חתונות – בעלזא האט ביי אירע שמחות אסאך א שענערע אויבן אן מיט רבנים פון אלע קרייזען (חוץ פון עדה = סאטמער – תולדות – דשינסקי = 1,500 משפחות אין א"י = מועט שבמועט פון כלל ישראל – וואס רוב פון דו רבנים האבען א דירעקטע אפענע אדער באהאלטענע קשר מיט בעלזא) ווי ענק ביידע סאטמער'ס דא האט און אמריקע ביי ענקערע שמחות.
...........................
און וועגען דו "המודיע" איך גלייב אז דו ביט נישט אזא גרויסע נער ווי דו מאכסט דיך (איך פארשטיי אז עס קימט ענק אויס בעסער זיך צו מאכען ווי עטס האטס פארשטאנען אז איך האב גערעדט פון דער המודיע אין עברית פון א"י) איך האב גערעדט פון דו "ענגלישע המודיע" וואס איז אינטער דו השגחה פון דו אובנדערמאנטע רבנים, אין איז נקי מכל חשש לשון הרע וכו'.
און אז דו האסט שוין דערמאנט דעם א"י "המודיע" וועל איך צו לייגען אז עס איז אסאך מער אויסגעהאלטען פון ענקערע אלע שמוציגע צייטונגען.
אל תזכור לנו עוונות הראשונים, אז דער בעלזער האט וויל תשובה טאן, היינט איז ער שוין גאר וואויל נאך די אלע שלעק וואס ער האט געכאפט, ער שלאגט זיך שוין נישט מיט די עדה, ער רעדט שוין נישט אויף קיינעם, וכו', אבער קודם מיז ער איבער בעטן די קדושים ושרפי מעלה אויף וועם ער האט געדרעדט ובראשם דער הייליגע חתם סופר זי"ע.
וואס פינקטלעך האט דער בעלזער גערעט אויפן הייליגן חתם סופר ? איך האב געהערט די טעפ פין די באקאנטע דרשה און איך געדענק עפעס נישט אז דער נאמן פונם הייליגן חתם סופר זאל ווערען בכלל דערמאנט.
אויך דאס וואס די שרייבסט בשם דער סטייפלער און רב שך איז מיר א גרויסן חידוש, עס איז דאך באוויסט אז רב שך איז געווען ממש א חסיד פונם בעלזן, ער פלעגט זיך אנשטרענגן און קימען צו זיינע שמחות טרוץ זיין טיפער עלטער און זיין שוואכן געזונט צושטאנד.
עפעס שטימט נישט דא, אדער האט דע קונצן מצליח געווען ארויסצונעמן דעם רבי יונה פון די כלים אז ער זאל רעדן פאר פייער און וואסער.
נשלח ב-2/12/2010 18:20
וואס איז שייך זיך צי טענה'ן מיט א בעלזער קאלב וואס לעבט און זיין "כבוד בית בעלזא באקס" וואס האט דעם בלעכענעם פנים צי זאגן אז ר' משה ארי איז נישט באגלייבט ווי אויך ר' ליפא שווארץ, די האבן זיך אלע ציזאמען גענומען במחשך און אויפגעקומען מיט א סטראטעגיע עס צילייקענען, ווידער דער נאמן איז גאר דער הערש וואלף פרידמאן וואס שרייבט אז דער סאטמארע רב זצ"ל האט געזאגט ביים טיש אז די בעלז'ער גבאים זענען נואפים און רשעים אין דאס האט ער גאר פארגעליינט פאר הקדוש מבעלזא, און די סאטמארע לעבן און א באקס ווידער קומט דער אנדערער כבוד בית בעלזא קאלב, און שרייט גאר אז רב שך איז געווען א חסיד פון ה'אדמו"ר מבעלזא שליט"א,ס'הייסט און די גאנצע דור פון רבי'ס נאכן קריג האט ער אויסדערוועלט דעם בעלזען רבי'ן צי זיין כלשונו "ממש א חסיד", דאס וועט דאך דעם כבוד בית בעלזא קאלב נישט איינפאלען אז אויב עפעס איז עס געווען א פאליטישער אדמיירעישאן מכוח'ן זיין זיך צי שטעלן צינעם בשנת תשמ"ט
נשלח ב-2/12/2010 20:43
עוג מלך
איך האב יעצט געהערט קול מחזיקי הדת, אינטערסאנט זיי האבן אלע שטייעדיקגע תורת אנגעהויבן פון...... תשמ''ה אפשר קענסטו פוילען אז מזאל צולייגן נאך צוויי יאר, (ער האט דאך נאר געזאגט מוסר אז פרויען זאלן זיך אנטון היטן און אז ווער ס'קען זיך קאנקערירן מוטן פעטער זאל זיך אויפשטעלן..)
נשלח ב-2/12/2010 21:04
עוגמלךהבשן, וואס וועט זיין ווען איך וועל דיר ברענגען די בריוו, ווי דער סטייפלער און הרב שך שרייבען אפיקורס אפען בעלזער, וועט דאס בכלל אויס מאכן ביי דיר, דעמאלס וועט דער בעלזער ביי דיר ווערן אן אפיקורס?
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/12/2010 21:06:00
נשלח ב-2/12/2010 21:24
,
אין מיינע אויגן איז עס אסאך מער געמיין. און איך וועל יעצט נישט אריינגיין אין דעם אז עס איז היינט נישטא קיין איין אידישקייט ענין ביי ענק וואס איז נישט פארמישט דערין ענקערע עקלדיגע פאליטיק, פון תאוות השררה און תאוות הממון פון די ממון ע"ז, ווען אפילו ווען עס קומט פאר א אסיפה פון די רבי'ס, איז עס מלא פאליטיק און חשבונות. מיר שארפן זיך נישט שעמען פאר ענק ב"ה.
ווער עס מישט אריין אידישקייט און פאליטיק דאס זענען ענק סאטמאר.
איך זאג בדרך הלצה, אז אזוי ווי איך וויל מיך נישט אריין מישען אין ענקער אינערליכע פאליטיק און נישט נעמען קיין צד, האב איך ביי מיר געמאכט א פשרה אז איך וועל אנעמען דו טענות פון ביידע זייטען וואס לפי דעם קומט אויס, אז לכה"פ האלב סאטמאר,
·האלטען דאס ערגעסטע אויף בנו בכורו פון ברך משה (ערגער פון ציונים).
·האלטען אז בנו בכורו פון ברך משה ברענגט שווערע מכשולות פאר כלל ישראל.
·האלטען דאס ערגעסטע אויף בנו הצעיר פון ברך משה (עם הארץ – שטריק און אסאך מער)
·האלטען אז בנו הצעיר פון ברך משה ברענגט א חורבן אויף כלל ישראל.
איך האב נישט צוגעלייגט דו דעה פון דו "בני יואל" און למען הפשרה מיז איך אויך מקבל זיין פון זיי.
·האלטען דאס ערגסטע אופן ברך משה – אדער ווי זיי ריפן אום "ויקצוף משה".
לפי דו פשרה וועל איך מסכם זיין!!!!!
דער ברך משה מיט זיינע קינדער זענען פון דאס ערגסטע פון כלל ישראל און ברענגען אינטער כלל ישראל, חסידי ותלמידי בעל דברי יואל מסאטמאר זענען עובר און נכשל אויף דו ערגסטע איסורים וואס איז נאר פארהאן = פושע ישראל. (נאר בדרך הלצה – ח"ו נישט אויסטייטשען אנדערשט)
און דאס איז דער "כח הפועל אל הנפעל פון???????????????
יעצט נאך דו הלצה האף אוך דו ועסט בעסער פארשטיין וואס איך וועל דיר מסביר זיין, ביי ענק און סאטמאר האט מען א יעדע פאליטישע וויכוח אריין געלייגט און אידשקייט, און איעדע זאך וואס ענק האבן זיך איינגערעדט אז עס שטייט ענק און וועג האט געמאכט דערפין א פרשה און אידשקייט, עירוב אגודה, בעלזא, און אזוי אויך מיט ענקער אינערליכע פאליטיק.
ביי אינז און בעלזא קופן אסאך אידן נישט פרודוקטן מיט דו הכשר פון דו עדה, אבער מען האט ביי אינז קיינמאהל נישט סתם פארקויפט פארן עולם אז עדה איז נישט כשר, מען האט געוויסט אז מען קויפט דאס נישט ווייל זיי האבן פוגע געווען און אינזער הייליגען רבי'ן – אזו אויך ווען מען האט געהאט א סיכסוך מיט אגודה/גור, קיין איין צאהל האט גור נישט באשמיצט בעלזא און אזוי אויך בעלזא נישט באשמיצט גור און דו פארטייאישע צייטונגען, ווי איר טיט ציווישען אייך אדער אנקעגען ענקער בר פלוגתא'ס.
"איז נעקסט טיים פאר דו שרייכסט אז בעלזא מישט אייביג אריין אידישקייט אין פאליטיק טראכט" דאס איבער."