גרויסער קידוש ה' ווען תושבי בארא פארק האנדלען זיך איין "קנסות" למען אסירי עמנואל
א ריזיגער ציבור תושבי ב"פ האבן זיך נעכטן באטייליגט אין די מאסן אין די זאלן פון הילמאן פלאזא און געענטפערט דעם רוף פון "מי לה' אלי" פון די די אסירי עמנואל – וועלכער היינט איז געקומען די נייעס פון ארה"ק אז דער טמא'נער בג"ץ האט אויף זיי ארויפגעלייגט א פרישער הוספה פון נאך 400 שקל צו יעדע קנס!
עס האבן זיך באטייליגט רבני העיר שליט"א, און עס האט אויפגעטרעטן הרב הערשל פריעדמאן הי"ו וועלכער האט מיט זיינע פערלדיגע ווערטער אנגעווארעמט דעם ציבור לטובת אט דעם גאהר קריטישן מצב אין עמנואל, ווען אין צווישן זיינע ווערטער דערמאנט ער פאר'ן ציבור אויסהערער אויף די טלעפאון ליניע'ס אז מ'קען ביישטייערן אויפן טעלעפאון מיט א קרעדיט קארד – ווי הונדערטער האבן טאקע תורם געווען פאר'ן צוועק.
דערנאך האט מען געהאט די געלענהייט צו הערן לעבעדיג די געשיכטע וואס איז פארלאפן אין עמנואל פונעם מסי"נ מנהל הרב ישעי' אייכלער הי"ו וועלכער וויילט אצינד אין ניו יארק לטובת דעם צוועק.
♦♦♦