בית פורומים אידישע געדאנק

פרישע מחלוקת סאטמאר מיט וויזניץ איבער תקנות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/11/2010 06:33 לינק ישיר 
פרישע מחלוקת סאטמאר מיט וויזניץ איבער תקנות

א פייער האט אויסגעבראכן צווישן עלסטן זון פון סאטמאר רבין מיטן עלסטן זון פון וויזניצער רבין, ר' אהרן וואס איז אויך א שוואגער מיט ר' ישראל הגר, איז געפערליך גערעגט אויפן שוואגער, עד כדי כך אז ער ווארענט צו דערלאנגן מנה את אפים אין זיבעטן ריפ, ער טענה'ט ער האט אפגעהאקט מיט מענטשהייט, מיט דעם וואס ער איז אריין אין זיין טעריטאריע און האט איינגעפירט תקנות אויף שמחות,
ר' ישראל הגר וואס איז היינט דער מנהיג פון די גרעסערער טייל וויזניצער חסידות פון בני ברק, האט אזויווי אלע אנדערע גרויסע קהלות איינגעפירט נייע תקנות פאר שמחות, און דער שוואגער פון מאנרא שרייט פלניא גזלנא, דאס איז מיין קאמפיין אישו, און דאס איז קאפירייט,
ר' אהרן וואס ליידט נעבעך אויף די ביטערע מחלה "נאר איך" האט געמאכט שטארקע תעמולה אויף זיינע חתונה תקנות וואס איז נעבעך זייער ביטער דורכגעפאלן, אבער עשה עצמו כאילו לא ידע אז גור בעלזא האבן איינגעפירט בעסערע תקנות אסאך יארן פאר ער האט אפילו געחלומ'ט פון אויפשטיין פארטאגס ווערן רב הצעיר, און זייערע תקנות זענען חי וקיים, אבער ער פארשטייט נאך אלס אז ער איז דער פיאניר דער אויסטרעפער פון דעם איידיע צו שפארן ביי חתונות, און דעריבער איז ער זייער בייז אויפן שוואגר וואס האט אים פארכאפט דעם קאמפיין שליסל,

ווי עס קוקט אויס וועלן די ארונים גיין אין קאורט אדער וועלן זיי שרייבן אין בלאט אז וויזניץ זאל זיך שטעלן צו דין תורה
 
די וויזניצער טענה'ן אז זייט ר' אהרן האט איינגעפירט וויזניצער טישן, און איז מסיג גבול פון זייערע טעריטאריעס, מעגן זיי אויסכאפן זיינע קאמפיין אישוס,




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 06:39 לינק ישיר 

לדעתי וועלן זיי פשוט נעמען קרעדיט, ס'איז אסאך גרינגער און קיינער וועט זיך ניטאמאל מטריח זיין צו לייקענען. פונקט ווי דער בלאט האט מוחה געווען בשם די עדה קעגן די וואס זענען געגאנגען אין געריכט קעגן אבי ראזען און די עדה אליינס אין זייער אויסגאבע העדה האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דער בלאט'ס מוחאות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 06:43 לינק ישיר 

אין פאבליק וועלן זיי נעמען קרעדיט אויף אלעם, אזווי ווי על גאור וואס האט אויסגעטראפן דעם אינטערנעט, אבער אינטער די קאליסן פלאקערט ער ווי ילד שעשועים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 06:55 לינק ישיר 

זאל ער אים פארשרייבען אינעם פנקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 07:09 לינק ישיר 

פנקס איז נאר אין די חתונה תקנות פון קרית יואל וגלילותיה, דאס איז נישט אין די אינטערנאציאנאלע חתונה תקנות,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 07:16 לינק ישיר 

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, איז דא א זאך אויף דער וועלט וואס ר' אהרן זאל טוען און עטץ וועטס מסכים זיין דערצו אז ס'איז נארמאל וואס ער טוט? קודם שרייט עטץ אז ער איז א טעראריסט, נאכדעם האט עטץ אים אינגאנצן אינטערגעברענגט... און יעצט גאר אויב טרייט ער צו טוען עפעס גוטס ווי תקנות ביי שמחות, שחיטה, לימוד התורה, די עיקר ביי חתונה תקנות! רייסט עטץ אים אראפ כאילו ער טוט עפעס אומדערהערט... ממש לא שבקת חי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 07:19 לינק ישיר 

מיר רייסן אים נישט אראפ, ניין

מיר רייסן זיך פאר געלעכטער פון דעם שוטה

ער מאכט תקנות זייער פיין, אבער וואס איז די איבערקערענישן, האט נישט קהלות ווי גור און בעלז און באבוב, געמאכט סאך בעסערע תקנות, און זיי האבן נישט געמאכט קיין שום איבערקערנישן אין די מידיא,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 07:30 לינק ישיר 

מיט וואס איז די תקנות פון אנדערע קהלות בעסער אדער געלונגענער פון די סאטמארע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 07:56 לינק ישיר 

קהלות למשל ווי גור און בעלזא, האבן זיך גענומען צו די ערנסטע פראבלעמען ווי למשל דירות, און געבויט דירות פאר זייערע אינגעלייט פאר שפאט ביליג אין אנדערע געגענטער, איינגעפירט ביליגע חתונה זאלן אביעראל אויף דער וועלט, און דערנאך געמאכט תקנות אז דער עולם זאל שפארן געלט ביי די שמחות ווי בר מצות און תנאיםס שבע ברכות,

לעומת זאת, האט ר' אהרן אין קרית יואל ארויפגעשרויפט די פרייזן אלף פעמים, ער קאנטראלירט הינדערטער לאטס וואס באלאנגט פאר ועד הקריה וואס ווערט פארקויפט פאר דעוועלאפערס פאר עפרות זהב, און דערנאך בעט מען פון יעדע דירה 50 אלפים פאר ועד הקריה, איז דאך נישט מעגליך פאר איינעם וואס איז נישט "פארמעגליך" צו האבן א דירה אין קרית יואל,

ווידער מיט ביליגע זאלן, האט ר' אהרן אויפגעבויט לעצטענס אין קרית יואל א מאדערענער זאל וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט, עס הייסט קרן ויואל משה, הערליכער בנין מבית ומבחוץ שטייט אויפן שענסטן פלאץ פון שטעטל, רייצט דעם אפעטיט פאר אידן צו מאכן דארט שמחות, ווי בר מצות תנאיםס שבע ברכות'ן, ר' אהרן האט געהעכרט דעם סטאנדארט פאר עווערידש אינגערמאן צו מאכן א שמחה אויפן טייערסטן אופן, אלעס ווייל ער מיט מאיר הירש ווילן יאכלו וישבעו,

אינדערצייט וואס סאטמאר אין וויליאמסבורג האט געבויט א ביליגע תקנות זאל מיט די סטאנדארט פון שענסטע חתונה זאלן, און בעלז אין בארא פארק האט געבויט תפארת רבקה א הערליכע זאל מיט תקנות פעקעדש, און זיי האבן נישט געמאכט קיין שום פראפאגאנדע,

האט ר' אהרן נישט אוועקגעגעבן קיין איין פעני, אז א איד זאל זיין גרינגער א שמחה, ער האט אים נאר מיט זיין תאות השררה געצווינגן אז זיין טאכטער זאל נעמען א פאלשן דיימאנט רינג (אויסער דעם עכטן דיימאנט וואס מגעט בסוד) און ער האט איבערגעקערט א וועלט, כאילו ער איז דער ערשטער און דער בעסטער,





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 16:46 לינק ישיר 

אין בארא פארק איז דא אן ארגאנאזאציע וואס הייסט איחוד הקהלות, וואס האט יארן לאנג משקיע אין דער ענין פון העלפן אידן ביי שמחות, זיי האבן צוגעשטעלט זאלן אין בארא פארק פאר ביליג, זיי ארבעטן מיט עטליכע גרויסע דעוועלעפארס צו בויען נייע אידישע געגענטער, און קיין שום פראפאגאנדע ווערט נישט געמאכט, קיינער זוכט נישט קיין קרעדיט, און טויזענטער אידישע משפחות זענען זיך מחי'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 17:27 לינק ישיר 

דזשאסט פאר די רעקארד

ווען רבינו שליט"א (מהר"א) האט פראקלאמירט די תקנות האט ער דאן געזאגט ס'איז נישט מיין אייגנס, ער האט אויסגערעכנט אז מען האט דאס געטון בימי רבינו הדברי יואל ובימי רבינו הברך משה, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 17:30 לינק ישיר 

שארטקאט כתב:
קהלות למשל ווי גור און בעלזא, האבן זיך גענומען צו די ערנסטע פראבלעמען ווי למשל דירות, און געבויט דירות פאר זייערע אינגעלייט פאר שפאט ביליג אין אנדערע געגענטער, איינגעפירט ביליגע חתונה זאלן אביעראל אויף דער וועלט, און דערנאך געמאכט תקנות אז דער עולם זאל שפארן געלט ביי די שמחות ווי בר מצות און תנאיםס שבע ברכות,

לעומת זאת, האט ר' אהרן אין קרית יואל ארויפגעשרויפט די פרייזן אלף פעמים, ער קאנטראלירט הינדערטער לאטס וואס באלאנגט פאר ועד הקריה וואס ווערט פארקויפט פאר דעוועלאפערס פאר עפרות זהב, און דערנאך בעט מען פון יעדע דירה 50 אלפים פאר ועד הקריה, איז דאך נישט מעגליך פאר איינעם וואס איז נישט "פארמעגליך" צו האבן א דירה אין קרית יואל,

ווידער מיט ביליגע זאלן, האט ר' אהרן אויפגעבויט לעצטענס אין קרית יואל א מאדערענער זאל וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט, עס הייסט קרן ויואל משה, הערליכער בנין מבית ומבחוץ שטייט אויפן שענסטן פלאץ פון שטעטל, רייצט דעם אפעטיט פאר אידן צו מאכן דארט שמחות, ווי בר מצות תנאיםס שבע ברכות'ן, ר' אהרן האט געהעכרט דעם סטאנדארט פאר עווערידש אינגערמאן צו מאכן א שמחה אויפן טייערסטן אופן, אלעס ווייל ער מיט מאיר הירש ווילן יאכלו וישבעו,

אינדערצייט וואס סאטמאר אין וויליאמסבורג האט געבויט א ביליגע תקנות זאל מיט די סטאנדארט פון שענסטע חתונה זאלן, און בעלז אין בארא פארק האט געבויט תפארת רבקה א הערליכע זאל מיט תקנות פעקעדש, און זיי האבן נישט געמאכט קיין שום פראפאגאנדע,

האט ר' אהרן נישט אוועקגעגעבן קיין איין פעני, אז א איד זאל זיין גרינגער א שמחה, ער האט אים נאר מיט זיין תאות השררה געצווינגן אז זיין טאכטער זאל נעמען א פאלשן דיימאנט רינג (אויסער דעם עכטן דיימאנט וואס מגעט בסוד) און ער האט איבערגעקערט א וועלט, כאילו ער איז דער ערשטער און דער בעסטער,




אזוי? מען האט געבויט דירות?

אפשר זאגסטו מיר ווי איך קען טרעפן אין ב"פ א 8 רומיגע דירה פאר אונטער 400 טויזענט דאלאר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 19:07 לינק ישיר 

דער גערער רבי דער לב שמחה, האט געבויט גרויסע קאמפלעקסן פון דירות און פארשידענע שטעט ברחבי ארץ ישראל, אשדוד ערד און דער בעלזער האט דאס נאכגעטוהן, זיי האבן פארשפארט הינדערטער טויזענטער דאלאר פאר משפחות,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 20:18 לינק ישיר 

איך הער אז מאיר הירש האט געגעבן אן עצה פאר די אלע וואס פלאגן זיך צו באצאלן די שווערע וועד הקריה געלטער, אז מען זאל גיין צו ראט'ס שלש סעודות און הערן זיינע ווערטער, וועט מען נישט האבן א גאנצע וואך קיין שום דאגות...

דאס וואס רא"ט טומלט ארום מיט זיינע תקנות מער ווי נארמאלע רביים, איז פשוט א חלק פון זיין נאטור צו רעדן הויך, און יעדן צו ווייזן זיין געוואלדיגע חכמה, און זיין שטארקע אנגעוויזנקייט אויף נאכאנאדיגע קאמפלימענטן... היינטיגע צייטן רופט מען די מחלה "עספערדזשעס סינדארם" און מסילת ישרים רופט זיך די מידות  מיט אנדערע לשון קודש נעמען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:24 לינק ישיר 

מיט יארן צירוק ווען סאטמאר האט איינגעפירט אז מזאל אנהייבן מאכן ביליגע שבע ברכות האט מען געטון צי די זאך און ציגעשטעלט די שמח תשמח זאלן וואס איז בשעתו געווען א חידוש עצום, די זעלבע היינט ציטאגס ווען סאטמאר וויל ארויסהעלפן מיט די טייערע חתונות שטעלט מען צי א פראכטפולע פרדס פיגא זאל, אזוי זעהט מען אויס ווען ממיינט עס ערענסט.  רא"ט פון די אנדערע זייט מאכט בר מצוה תקנות צי העלפן אנפילן זיין מניחה ושמחה זאלן ער בעהט קרוב צי טויזענט דאללער פאר אביסל לעקאך מיט ברוינפען אין זיין תקנות-ווארט שטיבל, און ווען ער מאכט שוין יא א ביליגע לאנטש רום אין מאנרוי  מאכט ער אויך זיכער צי פארדינען דערויף ווען די באטייליגטגע מיזן אהיימגיין הינגעריג                                         



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 08:34 לינק ישיר 

א אשכול מלא שטותים מיט הוילע דימיונות... נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרישע מחלוקת סאטמאר מיט וויזניץ איבער תקנות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext