| נשלח ב-25/11/2010 19:02 |
|
| |
איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?
כיודע אז אין יעדע שטאט ווי רביה''ק מ'סאטמאר איז געווארען רב איז די ערשטע זאך וואס ער געטון איז געווען צו מאכען שטארקע השגחות און תקינום אויף די פלייש געשעפטען און אויך אז די מקוואת זאלן זיין מיט אלע הידירים וואס איז שייך און ווען רביה''ק איז געקומען קיין אמעריקע און ער אויפגעשטעלט זיין קהילה האט ער זיך אליין אפגעגעבן מיט די מקוה עס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות און חימרות ווייטער די שחיטה האט ער נישט געמאכט אן אייגענע שלאכט הויז נאר ער האט גענימען די פלייש פון מיל מארט ווי ער פלעגט נישט אליין אראפגיין נאר ער ער האט זיך פארלאזט אויף די משגיחים פון מיל מארט(נירברטער רב סוגיט'ער רב) און אין די קהילת פלייש געשעפט איז נאר געווען מניקור ואילך און אויף דעם האט געשריבן בכי''ק ''יאכלו ענוים וישבעו'' (דאס איז געווען און געזינטע יארן און זאגען אז רעב זריעל האט עם פארדרייט די קאפ אין לך טיפשות גדול מזה) וואס איז היינט געווארען אנדערשט אז מ'דארף יעדן טאג זוכען נייע שחיטות און חימרות איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 19:35 |
|
| |
די ווייסט נישט אז רז''ל איז געווארן תשנט ךב אין וומ''ס ?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:17 |
|
| |
| וויליבאג כתב: |  | די ווייסט נישט אז רז''ל איז געווארן תשנט ךב אין וומ''ס ? |
|
פיין ארויס געברענגט מיין point אז מ'האט א פראבלעם מיט די מליחה אדער ניקור אדער די טראסט עם נישט משום איזה סיבה פארשטיי איךאבער ס'קוקט אויס אז די פראבלעם איז מיט די שחיטה וויל איך פארשטיין איז עס אנדערשט ווי פאר פיפציג יאר צירוק.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:22 |
|
| |
זיכער אז ס'איז אנדערש, רבי יונה האט געזאגט אז פופציג יאר צוריק איז דער דיין געווען א פאסט אפיס מענטש, זיכער איז א פאסט אפיס מענטש חשוב'ער ווי א דיין.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:23 |
|
| |
| outspoken כתב: |  |
כיודע אז אין יעדע שטאט ווי רביה''ק מ'סאטמאר איז געווארען רב איז די ערשטע זאך וואס ער געטון איז געווען צו מאכען שטארקע השגחות און תקינום אויף די פלייש געשעפטען און אויך אז די מקוואת זאלן זיין מיט אלע הידירים וואס איז שייך און ווען רביה''ק איז געקומען קיין אמעריקע און ער אויפגעשטעלט זיין קהילה האט ער זיך אליין אפגעגעבן מיט די מקוה עס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות און חימרות ווייטער די שחיטה האט ער נישט געמאכט אן אייגענע שלאכט הויז נאר ער האט גענימען די פלייש פון מיל מארט ווי ער פלעגט נישט אליין אראפגיין נאר ער ער האט זיך פארלאזט אויף די משגיחים פון מיל מארט(נירברטער רב סוגיט'ער רב) און אין די קהילת פלייש געשעפט איז נאר געווען מניקור ואילך און אויף דעם האט געשריבן בכי''ק ''יאכלו ענוים וישבעו'' (דאס איז געווען און געזינטע יארן און זאגען אז רעב זריעל האט עם פארדרייט די קאפ אין לך טיפשות גדול מזה) וואס איז היינט געווארען אנדערשט אז מ'דארף יעדן טאג זוכען נייע שחיטות און חימרות איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?
|
|
ווייסט טאקע נישט דעם חילוק צעווישן די מיל-מארט שחיטה פון תש''כ און היינט? וויפל שוחטים בודקים האבן דאן געארבייט פאר מיל-מארט און וויפיל האט מען פראדעצירט, און וויפיל פראדעצירט מען היינט, און מיט וויפיל שוחטים, בכלל, דיין קשיא טיט גארנישט מינימיזירן די געוואלדיגע אויפטוה פון די הידורים וואס ר' אהרן האט אהער געשטעלט, אלע רבנים וואס האבן נאר באזיכט דעם בית השחיטה אין קרית יואל (און זייער אסאך רבנים ודיינים זענען שוין דארט געווען, און זאג קיינעם נישט אויס, אפילו אפאר זאלי און בני יואל רבנים, שא, מאך א שוייג...), זענען מקפיד און מהדר נאר צו ניצן די קרית יואלער פלייש,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:28 |
|
| |
משהלע, אלע וואס ניצן "נאר" קרית יואלע פלייש איז דאס ווייל עס איז די גרינגסטע אנצוקומען אהין. אינזער ליין פון קרית יואלע פלייש האט אונזערע הידורים מיט אונזערע דיינים אן קיין שום פארבינדונג צו ר' אהרן. פונקט אזוי ווי איך דינג-ארויס קאנטינענטל אדער קאנקארד ווען איך מאך חתונה דינג איך ארויס מאיר הירש'ס שלאכט הויז ווען איך שחט... האק מיר נישט אין טשייניק מיט "קרית יואלע הידורים" כאילו ס'עגזעסטירט אזאנס.
_________________
תוקן על ידי נפל ב- 25/11/2010 20:30:12
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:40 |
|
| |
נייפעלע, פילסט בעסער?, ברוך השם!!!, איך חידוש נפלא פון דעם טאשער/זאלי, ווען איך קויף א סענדוויטש ביי קליין'ס רעסאראנט, עס איך נישט קליינס, איך האב בלויז אפגעדינגען קליין'ס קעכער, דאס הייסט אזוי, ווער עס עסט די ממליחה ואילך פלייש פון 92, עסט זאלי פלייש, און ווער עס ניצט די מפוקפדיקע פסחדיגע מצות פון בראדוויי, עסט זאלי הכשר, אבער אין קרית יואל האט דאס גארנישט מיטן הכשר, מען דינגט נאר אפ, א קאפשטיק אויפטוה...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:49 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | ווייסט טאקע נישט דעם חילוק צעווישן די מיל-מארט שחיטה פון תש''כ און היינט? וויפל שוחטים בודקים האבן דאן געארבייט פאר מיל-מארט און וויפיל האט מען פראדעצירט, און וויפיל פראדעצירט מען היינט, און מיט וויפיל שוחטים, בכלל, דיין קשיא טיט גארנישט מינימיזירן די געוואלדיגע אויפטוה פון די הידורים וואס ר' אהרן האט אהער געשטעלט, אלע רבנים וואס האבן נאר באזיכט דעם בית השחיטה אין קרית יואל (און זייער אסאך רבנים ודיינים זענען שוין דארט געווען, און זאג קיינעם נישט אויס, אפילו אפאר זאלי און בני יואל רבנים, שא, מאך א שוייג...), זענען מקפיד און מהדר נאר צו ניצן די קרית יואלער פלייש, |
|
מיל-מארט האט נישט קיין בית השחיטה פאר עופות און דער בית השחיטה אין קרית יואל שחט נישט קיין בהמות סך הכל שחט קרית יואל בהמות ביי מיל-מארט אדער ביי פריעדמאן(רובאשקין) אויףאן אנדערן וועג ווי ס'איז געווען פאר פיפציג יאר ווען די ווילסט שיקן אייגענע משגיחים אדער אפילו אייגענע שוחטים פארשטיי איך אבער טוישן די ''אופן'' השחיטה פרשטיי איך נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 21:25 |
|
| |
פארבעסערן, און מהדר זיין, איז קיין פראבלעם, א הידור אדער א חומרה איז קיינמאל קיין פראבלעם נישט געווען, דער רבי זי''ע פאר זיך איז נישט אריין צו מיל מארט קויפן פלייש, ער פאר זיך האט יא מהדר געווען, ביי די ווייץ האט ער נישט געגעסן די אלגעמיינע ווייץ, זיין ווייץ האט מען געקליבן, און היינט אז מען איז מהדר פארן גאנצן ציבור, איז תבא עליהם ברכה, קיינער האט נישט געאסערט ענקער פלייש, אדער ענקערע מצות, די אלע זאלחי פראפעגאנדע אז מען אסרט ענקער פלייש איז נישט מער ווי ביליגע שקרים פראפעגאנדע, און נישט ווי ביים עירוב, ווען האלב וויליאמסבורג האט געהאט בלאק עירוב'ס און אויפאיינמאל איז דאס אסור געווארן, ווילסט מחמיר זיין און נישט ניצן דעם עירוב, אה קיי, קענסט דיר מחמיר זיין, אבער שרייען אז ס'איז אסור, אדער דאס איז נאר פאר גויים, איז פשוט א בזיון פאר די פריריגע, און אינטרעסאנט, מהרהר זיין אויף די פריריגע איז ביי ענק פארשטענדליך, אבער מהדר און מחמיר זיין איז ביי ענק א בזיון, און די פארשטייסט דאס נישט, הפלא ופלא.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 22:12 |
|
| |
וואו זענען אלע חומרות געווען ביז תשנט?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 22:16 |
|
| |
[quote]פארבעסערן, און מהדר זיין, איז קיין פראבלעם, א הידור אדער א חומרה איז קיינמאל קיין פראבלעם נישט געווען, דער רבי זי''ע פאר זיך איז נישט אריין צו מיל מארט קויפן פלייש, ער פאר זיך האט יא מהדר געווען, ביי די ווייץ האט ער נישט געגעסן די אלגעמיינע ווייץ, זיין ווייץ האט מען געקליבן, און היינט אז מען איז מהדר פארן גאנצן ציבור, איז תבא עליהם ברכה, קיינער האט נישט געאסערט ענקער פלייש, אדער ענקערע מצות, די אלע זאלחי פראפעגאנדע אז מען אסרט ענקער פלייש איז נישט מער ווי ביליגע שקרים פראפעגאנדע, און נישט ווי ביים עירוב, ווען האלב וויליאמסבורג האט געהאט בלאק עירוב'ס און אויפאיינמאל איז דאס אסור געווארן, ווילסט מחמיר זיין און נישט ניצן דעם עירוב, אה קיי, קענסט דיר מחמיר זיין, אבער שרייען אז ס'איז אסור, אדער דאס איז נאר פאר גויים, איז פשוט א בזיון פאר די פריריגע, און אינטרעסאנט, מהרהר זיין אויף די פריריגע איז ביי ענק פארשטענדליך, אבער מהדר און מחמיר זיין איז ביי ענק א בזיון, און די פארשטייסט דאס נישט, הפלא ופלא. [/quote]
טענו לו בחיטן והדעו לו בשעורים קודם ביסטו מודה אז מיל מארט (זאלי) פלייש איז כשר. יעצט צום ענין ווען די האסט ווע ן א רב וואס ער האט קיינמאל נישט געטון אין שחיטה נאר ער האט זיך פארלאזט אויף אנדערע וואלסטו אפשר גערעכט געווען אבער דא רעדט מען פון א רב וואס האט איבערגעדרייט די שטעט סאטמאר,ארשיווע, קראלי וועגן די אופן השחיטה און ער האט גליטען רדיפות פון די קצבים און דא אין אמעריקע האט ער און אלע אנדערע רבנים איינגעפירט א אופן שחיטה וניקר און אויף דעם האט ער געשריבן ''יאכלו ענוים וישבעו'' איז ווער ס'טוישט די ''אופן'' השחיטה איז ידו על התחתונה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 22:27 |
|
| |
דאס איז דיין מיינונג, און די מיינונג פון אלע רבנים ודיינים חשובים וואס ניצן אויסדריקלעך נאר קרית יואל פלייש איז אז א הידור איז א חשובע זאך, און ווער עס קען מהדר זיין און איז נישט,
איז ידו על התחתונה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 22:41 |
|
| |
פארפאלן, מיט טאלאנטן וואס די ארונים האבן קענען מיר זיך נישט פארמעסטן
זיי האבן א טאלאנט אז אויף יעדע מענטש וואס איז דא זעהען זיי נאך טויזענט נעבן אים, און ווען איין ארוני זאגט עפעס אויף היידפארק זאגן מיט אים מיט אלע ערליכע אידן און אלע רבנים ודיינים חשובים,
פארפאלן, אז איינער איז באשאנקען מיט כשרונות, אבער מוזט נישט אויסנוצן דיינע טאלאנטן צו מאכן אז די זאליס זאלן אראפגיין פון זינען
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 22:49 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | דאס איז דיין מיינונג, און די מיינונג פון אלע רבנים ודיינים חשובים וואס ניצן אויסדריקלעך נאר קרית יואל פלייש איז אז א הידור איז א חשובע זאך, און ווער עס קען מהדר זיין און איז נישט,
איז ידו על התחתונה. |
|
די מיינונג פון אלע רבנים ודיינים חשובים וואס ניצן אויסדריקלעך נאר קרית יואל פלייש איז אז א הידור איז א חשובע זאך און ס'דא די מיינונג פון רבנים ודיינים חשובים שליט''א און די מיינונג פון רבנים דור הקודם(פרשת קאשוי)אז מ'זאל נישט משנה זיין איז כל המשנה ידו על התחתונה
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 23:14 |
|
| |
האסט געפרעגט א גוטע קשיא, און איך וועל דיר פרובירן צו ענטפערן
רבינו הק' בעל דברי יואל האט טאקע מתקן געווען און איינגעשטעלט א סדר השחיטה דא אין אמעריקא, במציאות פלעגט מען פאר די מלחמה שחט'ן שחיטה מונחת איבעראל
פארוואס דא אין אמעריקא האט מען געסטאפט איז דא עטליכע סיבות
איינע פון די אמת'ע סיבות, ווייל דא אין אמעריקא איז דא א גרעסערע פראדאקשען ליין, און ס'איז געווען א שאד די צייט איבערצודרייען די בהמה, האט מען גע'שחט'ן שטייעדיג, און ס'האט זיך איינגעגעבן אויף דעם וועג נאכדעם וואס אין געוויסע מקומות האט די רעגירונג דאס נישט געלאזט צוליב צער בעלי חיים.
ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן
רבינו שליט"א האט דערציילט ברבים כ"ו אב תשס"ח אז ער געדענקט ווען דער פעטער ז"ל האט געשיקט זיין טאטן רבינו הברך משה ז"ל קיין מאנטריאל אין יאר תשכ"ז זיך אומקוקן אוף די שחיטה, ווייל זיי פלעגן נוצן א באקס איבערצודרייען די בהמה. ס'איז מסתבר אז לא יצא הדבר מכח אל הפועל, ווייל די רבי ז"ל איז גלייך נאכדעם נישט געזונט געווארן
רבינו שליט"א האט עטליכע מאל שוין דערמאנט, אז אים האט נישט געפאלן די וועג פון די שחיטה בימינו, אז דער שוחט דארף אוועקפארן פון אינדערהיים, וואס דורכדעם קומט אויס ער דאוונט נישט געהעריג מיט מנין, און האט נישט קיין געהעריגע מקוה.
אין קרית יואל פלעגט מען יארן לאנג שחט'ן אויף א קליינע פארנעם אין בעק פון די בוטשער, מיט די צייט האט זיך געהויבן די פארלאנג, האט מען געבויט די בית השחיטה וואס אין זיינער זייט געווען ווייניגער ווי העלפט די גרויס ווי ס'איז היינט, און אז ס'האט זיך אנגעהויבן די סקאנדאלן פון פינקל, האט עס נאר געהויבן דער מבוקש צו זוכן ווי בעסער און מהוד'דיגע פלייש.
אין די אנהייב נ' יארן איז געווען א סקאנדאל איבער א געוויסן שוחט פון בהמות, איז געווען א מיטינג ווי רבינו שליט"א איז אויך דארט געזעסן, און מען האט אויסגעפרעגט די שוחטים אויב זיי האבן זיך עפעס אפצורעדן, און יעדער האט געזאגט אז ס'איז אלעס אין בעסטן ארדענונג.
א טאג נאך די מיטינג קומט צו א שוחט צום רבין און זאגט אים, ליהוי ידוע די און די פראבלעם איז דא ביי די שחיטה, פרעגט אים די רבי פארוואס האסט עס נישט געזאגט נעכטן ביי די מיטינג, ענטפערט ער איך האב מורא געהאט, ווייל די בעלי בתים זענען דארט געזעסן, האט די רבי אויפגעציטערט און געזאגט: א שוחט קען זאגן ליגנט?! זייט דעמאלטס האט די רבי אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, וכידוע לכל האט די רבי פון דעמאלטס ביז ממש א יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די טעקסעס שחיטה נישט געגעסן קיין בהמה פלייש.
למעשה אין די יארן וואס די רבי איז געווארן מער אינוואלווד אין די שחיטה, און האט געזוכט ווי מען קען פארבעסערן ביי זיך, איז פארן רבין אויסגעקומען צו זיין אין עטליכע בתי שחיטה, איין טאג אנקומענדיג צו רובאשקין האט ער געזען אז ס'איז דא דארט שחיטה מונחת, האט ער געזאגט, הייסט עס אין אמעריקא קען מען יא מאכן מונחת, ואז עלה במחשבה מען גייט מאכן א אייגענע שחיטה פאר בהמות צו קענען נאכקומען אלע חומרות.
יעצט האף איך אז איר פארשטייט, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט קיין נייע זאכן, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום, דאס איז געווען דער דרך פון שחיטה אלע יארן פאר די מלחמה, דא איז עס בטל געווארן, און אז די רבי האט געזען אז מען קען עס האבן האט ער עס געטון, און אזוי גייט ער אן מיט יעדע חומרא וואס מען קען צולייגן, לייגט ער עס צו.
*
יעצט א שאלה צו די זייט
אויב איינעם'ס מאמע גייט מיט א שייטל, און די טאכטער באשליסט צו וויל יוצא זיין שיטת הדברי חיים וכל קדושיו עמו און טוט זיך אן א שפיצל, איז כל המשנה ידו על התחתונה?
והראי' די רבי האט ביי קיין איין דרשה ברבים נישט פארלאנגט דא אין אמעריקא מען זאל אנטון שפיצלעך
אוודאי איז ידוע אז רצונו איז דאס געווען, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געפאדערט ברבים, נו אפשר זאג כל המשנה ידו על התחתונה?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2010 00:01 |
|
| |
אויב אזוי, פארוואס ווען דער הייליגער קאשויער רב זי"ע האט געהאט טענות אויף די שחיטה איז אים געקומען א עפ"ל? איינער האט א תירץ דערויף?
|
|
|
|
|