בית פורומים אידישע געדאנק

איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2010 00:15 לינק ישיר 

איך הער וואס דו פרעגסט

(ואגב איז דאן נישט געווען די רעדע פון שחיטה מונחת נאר פון ניקור)

ס'האט א תירוץ, איך האב נישט קיין צייט יעצט אריינצוגיין

אבער נניח אז מען בלייבט ביי די קשיא

פארשטייסטו אבער אז דא איז נישטא קיין טענה פון כל המשנה?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 00:30 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

outspoken

האסט געפרעגט א גוטע קשיא, און איך וועל דיר פרובירן צו ענטפערן

רבינו הק' בעל דברי יואל האט טאקע מתקן געווען און איינגעשטעלט א סדר השחיטה דא אין אמעריקא, במציאות פלעגט מען פאר די מלחמה שחט'ן שחיטה מונחת איבעראל

פארוואס דא אין אמעריקא האט מען געסטאפט איז דא עטליכע סיבות

איינע פון די אמת'ע סיבות, ווייל דא אין אמעריקא איז דא א גרעסערע פראדאקשען ליין, און ס'איז געווען א שאד די צייט איבערצודרייען די בהמה, האט מען גע'שחט'ן שטייעדיג, און ס'האט זיך איינגעגעבן אויף דעם וועג נאכדעם וואס אין געוויסע מקומות האט די רעגירונג דאס נישט געלאזט צוליב צער בעלי חיים.

ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן

רבינו שליט"א האט דערציילט ברבים כ"ו אב תשס"ח אז ער געדענקט ווען דער פעטער ז"ל האט געשיקט זיין טאטן רבינו הברך משה ז"ל קיין מאנטריאל אין יאר תשכ"ז זיך אומקוקן אוף די שחיטה, ווייל זיי פלעגן נוצן א באקס איבערצודרייען די בהמה. ס'איז מסתבר אז לא יצא הדבר מכח אל הפועל, ווייל די רבי ז"ל איז גלייך נאכדעם נישט געזונט געווארן

רבינו שליט"א האט עטליכע מאל שוין דערמאנט, אז אים האט נישט געפאלן די וועג פון די שחיטה בימינו, אז דער שוחט דארף אוועקפארן פון אינדערהיים, וואס דורכדעם קומט אויס ער דאוונט נישט געהעריג מיט מנין, און האט נישט קיין געהעריגע מקוה.

אין קרית יואל פלעגט מען יארן לאנג שחט'ן אויף א קליינע פארנעם אין בעק פון די בוטשער, מיט די צייט האט זיך געהויבן די פארלאנג, האט מען געבויט די בית השחיטה וואס אין זיינער זייט געווען ווייניגער ווי העלפט די גרויס ווי ס'איז היינט, און אז ס'האט זיך אנגעהויבן די סקאנדאלן פון פינקל, האט עס נאר געהויבן דער מבוקש צו זוכן ווי בעסער און מהוד'דיגע פלייש.

אין די אנהייב נ' יארן איז געווען א סקאנדאל איבער א געוויסן שוחט פון בהמות, איז געווען א מיטינג ווי רבינו שליט"א איז אויך דארט געזעסן, און מען האט אויסגעפרעגט די שוחטים אויב זיי האבן זיך עפעס אפצורעדן, און יעדער האט געזאגט אז ס'איז אלעס אין בעסטן ארדענונג.

א טאג נאך די מיטינג קומט צו א שוחט צום רבין און זאגט אים, ליהוי ידוע די און די פראבלעם איז דא ביי די שחיטה, פרעגט אים די רבי פארוואס האסט עס נישט געזאגט נעכטן ביי די מיטינג, ענטפערט ער איך האב מורא געהאט, ווייל די בעלי בתים זענען דארט געזעסן, האט די רבי אויפגעציטערט און געזאגט: א שוחט קען זאגן ליגנט?! זייט דעמאלטס האט די רבי אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, וכידוע לכל האט די רבי פון דעמאלטס ביז ממש א יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די טעקסעס שחיטה נישט געגעסן קיין בהמה פלייש.

למעשה אין די יארן וואס די רבי איז געווארן מער אינוואלווד אין די שחיטה, און האט געזוכט ווי מען קען פארבעסערן ביי זיך, איז פארן רבין אויסגעקומען צו זיין אין עטליכע בתי שחיטה, איין טאג אנקומענדיג צו רובאשקין האט ער געזען אז ס'איז דא דארט שחיטה מונחת, האט ער געזאגט, הייסט עס אין אמעריקא קען מען יא מאכן מונחת, ואז עלה במחשבה מען גייט מאכן א אייגענע שחיטה פאר בהמות צו קענען נאכקומען אלע חומרות.

 

יעצט האף איך אז איר פארשטייט, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט קיין נייע זאכן, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום, דאס איז געווען דער דרך פון שחיטה אלע יארן פאר די מלחמה, דא איז עס בטל געווארן, און אז די רבי האט געזען אז מען קען עס האבן האט ער עס געטון, און אזוי גייט ער אן מיט יעדע חומרא וואס מען קען צולייגן, לייגט ער עס צו.

 

*

יעצט א שאלה צו די זייט

אויב איינעם'ס מאמע גייט מיט א שייטל, און די טאכטער באשליסט צו וויל יוצא זיין שיטת הדברי חיים וכל קדושיו עמו און טוט זיך אן א שפיצל, איז כל המשנה ידו על התחתונה?

והראי' די רבי האט ביי קיין איין דרשה ברבים נישט פארלאנגט דא אין אמעריקא מען זאל אנטון שפיצלעך

אוודאי איז ידוע אז רצונו איז דאס געווען, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געפאדערט ברבים, נו אפשר זאג כל המשנה ידו על התחתונה?

 




יישר כח פאר די שיינע מעשות,

  אז איר געדעקנט האט פאפא רב ז''ל אנגעטראגן ביי די אסיפת התאחדת הרבנים אז מ'זאל איינפירען ניי חומרות האט אים די ברך משה ז"ל אונעטרגעריסן אז מ'טר נישט משנה זיין, און אזוי האט אויך געהאלטן די קרית יוא'לע רב שליט''א באותו זמן.

דאס וואס איר שרייבט אז

"ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן",

איז מער מסתבר אז ער האט געהאלטן אז דא אין אמעריקא איז בעסער אז מ'שחט נישט מונחת ,ווייל ער האט אויך געוויסט אז די רב הכולל ז''ל האט געשחטן מונחת דא אין ניו יארק ,און נישט געדארפט אנקומען צו רובאשקין צו  זען אז ס'איז דא דארט שחיטה מונחת , (און אז איר דאפט אלע פאשקעווילן פון ר' שלום יודא גראס וועגן שחיטה מונחת פאר דרייסיג יאר צירוק  בעט מיר אין אישי)

און וואס איר שרייבט וועגן שייטלעך איז משם ראי' ווייל ער האט אלץ גערעדט אז ער וואלט ווען געוואלט אז מ'זאל גיין מיט שפיטצלעך, און תשכ''ח איז געווען א צעטל וואס מ'איז ארום געגאנגן פאר חתימות פון בחורים אז מ'וועט טיען א שידוך דווקא מיט אשפיטצל, אבער ביי די פלייש האט ער געשריבן  ''יאכלו ענוים וישבעו'.'

 

 

נ''ב ווען איר שרייבט אין אן אומפארטייאישע פורום שרייבט ווער רבינו שליט''א איז, ווייל לכאורה איז דיין רבי ,נישט רבי פאר די גאנצע וועלט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 01:16 לינק ישיר 

קודם אנטשולדיגט

להתוודע ולהגלות, ווען איך שרייב רבינו שליט"א מיין איך מהר"א

יעצט א קליין ווארט, באותו זמן תשמ"ג איז רבינו מהר"א נאך נישט געווען קרית יואל'ער רב, און זיין גאנצע שייכות'ת שאפט מיט התאחדות הרבנים איז געווען אז ער איז געווען א מורה הוראה דארט, און נאכאמאל לפי ידיעתי איז דאן נישט געווען די רעדע פון מונחת.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 01:42 לינק ישיר 

מלך מלכים פרעגט א קשיא ולית מאן דאשגח בי'..

ווען קאשויער רב זצ"ל האט געזאגט אז ס'איז דא חלב אין די פלייש איז ער געווען נישט ווייניגער ווי א "עפרא לפומי'", און ווען דער וואס איז אנגעפרעסן מיט שחיטה וואס איז נישט מונחת, און מיט "לבי נוקפי" מאכלים,  און חשש חמץ גמור מצות, און ער מעג יא זיך אויפשטעלן יעדע מאל מ'גיט אים א מייק אין די הענט, און ער מעג קריטיקירן פלייש און מצה וואס הונדערטער צדיקים און טויזנטער אידן עסן שוין באלד זיבעציג יאר, דאס איז פיין און וואויל...

1+1..... 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 01:49 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

outspoken

האסט געפרעגט א גוטע קשיא, און איך וועל דיר פרובירן צו ענטפערן

רבינו הק' בעל דברי יואל האט טאקע מתקן געווען און איינגעשטעלט א סדר השחיטה דא אין אמעריקא, במציאות פלעגט מען פאר די מלחמה שחט'ן שחיטה מונחת איבעראל

פארוואס דא אין אמעריקא האט מען געסטאפט איז דא עטליכע סיבות

איינע פון די אמת'ע סיבות, ווייל דא אין אמעריקא איז דא א גרעסערע פראדאקשען ליין, און ס'איז געווען א שאד די צייט איבערצודרייען די בהמה, האט מען גע'שחט'ן שטייעדיג, און ס'האט זיך איינגעגעבן אויף דעם וועג נאכדעם וואס אין געוויסע מקומות האט די רעגירונג דאס נישט געלאזט צוליב צער בעלי חיים. מקורות פליז

ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן מקור?

רבינו שליט"א האט דערציילט ברבים כ"ו אב תשס"ח אז ער געדענקט ווען דער פעטער ז"ל האט געשיקט זיין טאטן רבינו הברך משה ז"ל קיין מאנטריאל אין יאר תשכ"ז זיך אומקוקן אוף די שחיטה, ווייל זיי פלעגן נוצן א באקס איבערצודרייען די בהמה. ס'איז מסתבר אז לא יצא הדבר מכח אל הפועל, ווייל די רבי ז"ל איז גלייך נאכדעם נישט געזונט געווארן. אבער פארוואס האט דער ברך משה אליין גארנישט געטוהן נאכדעם אויב ער האט געוואוסט אז די רבי וויל עס?



רבינו שליט"א האט עטליכע מאל שוין דערמאנט, אז אים האט נישט געפאלן די וועג פון די שחיטה בימינו, אז דער שוחט דארף אוועקפארן פון אינדערהיים, וואס דורכדעם קומט אויס ער דאוונט נישט געהעריג מיט מנין, און האט נישט קיין געהעריגע מקוה. מה ענין שמיטה? און וואס האט מען מתקן געווען?

אין קרית יואל פלעגט מען יארן לאנג שחט'ן אויף א קליינע פארנעם אין בעק פון די בוטשער, מיט די צייט האט זיך געהויבן די פארלאנג, האט מען געבויט די בית השחיטה וואס אין זיינער זייט געווען ווייניגער ווי העלפט די גרויס ווי ס'איז היינט, און אז ס'האט זיך אנגעהויבן די סקאנדאלן פון פינקל, האט עס נאר געהויבן דער מבוקש צו זוכן ווי בעסער און מהוד'דיגע פלייש.

אין די אנהייב נ' יארן איז געווען א סקאנדאל איבער א געוויסן שוחט פון בהמות, איז געווען א מיטינג ווי רבינו שליט"א איז אויך דארט געזעסן, און מען האט אויסגעפרעגט די שוחטים אויב זיי האבן זיך עפעס אפצורעדן, און יעדער האט געזאגט אז ס'איז אלעס אין בעסטן ארדענונג.

א טאג נאך די מיטינג קומט צו א שוחט צום רבין און זאגט אים, ליהוי ידוע די און די פראבלעם איז דא ביי די שחיטה, פרעגט אים די רבי פארוואס האסט עס נישט געזאגט נעכטן ביי די מיטינג, ענטפערט ער איך האב מורא געהאט, ווייל די בעלי בתים זענען דארט געזעסן, האט די רבי אויפגעציטערט און געזאגט: א שוחט קען זאגן ליגנט?! זייט דעמאלטס האט די רבי אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, וכידוע לכל האט די רבי פון דעמאלטס ביז ממש א יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די טעקסעס שחיטה נישט געגעסן קיין בהמה פלייש. אבער פארוואס האט ער קיינעם נישט פארציילט דערפון?


למעשה אין די יארן וואס די רבי איז געווארן מער אינוואלווד אין די שחיטה, און האט געזוכט ווי מען קען פארבעסערן ביי זיך, איז פארן רבין אויסגעקומען צו זיין אין עטליכע בתי שחיטה, איין טאג אנקומענדיג צו רובאשקין האט ער געזען אז ס'איז דא דארט שחיטה מונחת, האט ער געזאגט, הייסט עס אין אמעריקא קען מען יא מאכן מונחת, ואז עלה במחשבה מען גייט מאכן א אייגענע שחיטה פאר בהמות צו קענען נאכקומען אלע חומרות. האקסט א טשייניק יעדער רב האט אייביג געוואוסט אז ביי רובאשקין איז דא מונחת און אז מען קען עס מאכן אויך אין אמעריקא, דיין רבי איז נישט געוואויר געווארן לעצטענס

 

יעצט האף איך אז איר פארשטייט, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט קיין נייע זאכן, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום, דאס איז געווען דער דרך פון שחיטה אלע יארן פאר די מלחמה, דא איז עס בטל געווארן, און אז די רבי האט געזען אז מען קען עס האבן האט ער עס געטון, און אזוי גייט ער אן מיט יעדע חומרא וואס מען קען צולייגן, לייגט ער עס צו. עס איז נישט קייין שכחום נישט קיין חזרום, מען האט אייביג געקענט מאכן און מען האט אייביג געוואוסט אז מען קען מאכן (באמת ווייס איך טאקע נישט די סיבה פארוואס יא אדער נישט עס איז מיר נאכנישט אויסגעקומען צו הערן פון איינעם וואס די ריכטיגע סיבות, אבער דיינע לאקשן אז מען האט נישט געקענט, און אז דיין רבי איז ערשט לעצטענס געוואר געווארן זאלסטו פארקויפן פאר א צווייטן)

 


כל זה לגבי די עצם ענין פון שחיטה מונחת, אבער מיט וואספארא היתר רייסט מען אראפ כאחד הריקים די וואס טוהען וויאזוי מען האט געטוהן ביז יעצט און פארלאזן זיך אויף אלע פריערדיגע גדולים? וואס דאס איז דער עיקר אויף וואס יעדער האקט אויף דיין רבין, ווילסט מאכן עפעס ניי נאו פראבלעם, אבער פארוואס האקסטו אויף אלע פריערדיגע, און פארוואס עפעס האט זיך דאס אנגעהויבן זייט ר' זלמן לייב איז געווארן רב אין וומ"ס? ווילסט עסן אריזאנע ווייץ, או קעי, אבער פארוואס דארף מען יעדעם אונטעררייסן, אין דעם המאור ווי מען האט געטראפן אז אין תשכ"ו האט מען גענומען אריזאנע ווייץ, איז דארט אויך דא א דרשה פון רבין זי"ע ווי ער ברענגט ארויס זיין געוואלדיגע שמחה, און האקט אויף די חמץ'דיגע מעל פון די פלאקן מצות? פארוואס ווען מען האט יעצט גענומען די איזאנא ווייץ האט מען נישט געטוהן אז מען לייגט אריין א שיינע פול פעידזש אין בלאט אז ב"ה מען קען האבן אריזאנע ווייץ ווי עס רעגענט נישט פונקט ווי כ"ו, פארוואס אהט עס געמוזט קומען באגלייט מיט צענדליגע דרשות מסביר זיין די גרויסע שמחה, און אטאקירן וועם עס קומט אונטער.


ווילאנג יעדער נייער אויפטוה וואס עטס וועטס אויפקומען וועט קומען באגלייט מיט אפלאכן און אפשטפעטן די אלטע און אטאקירן יעדן איינעם, איז עס חזיר טריפה, אפגעזעהן צו דער אויפטוה האט עפעס אינהאלט צו נישט 

*

יעצט א שאלה צו די זייט

אויב איינעם'ס מאמע גייט מיט א שייטל, און די טאכטער באשליסט צו וויל יוצא זיין שיטת הדברי חיים וכל קדושיו עמו און טוט זיך אן א שפיצל, איז כל המשנה ידו על התחתונה?

והראי' די רבי האט ביי קיין איין דרשה ברבים נישט פארלאנגט דא אין אמעריקא מען זאל אנטון שפיצלעך

אוודאי איז ידוע אז רצונו איז דאס געווען, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געפאדערט ברבים, נו אפשר זאג כל המשנה ידו על התחתונה?

 



תוקן על ידי Plywood ב- 26/11/2010 01:53:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 01:55 לינק ישיר 

ווען מהר"א וואלט ווען געמאכט אייגענע חומרות און געשוויגן ווער וואלט ווען בכלל גערעדט דערפון, אבער איצטעט ווען ער קומט און האקט אקעגין יעדעם איינעם, צו עס איז מיט די ווייץ, אדער מיט די פלייש, איז מיין קושיא ווער ביזטו, איז ביז היינט נישט גוט געווען?, וווילסט בעסער, קיינער שטערט דיר נישט, אבער מאך בעסער און פאק איין,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 02:02 לינק ישיר 

מיין תגובה צו פלייוואד

 

מקורות פליז

פרעג דיך נאך וואס טוט זיך אין לאנדאן, דארט האט מען לעצטענס אויפגעהערט וועגן די רעגירונג

ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן מקור?

קוק א שורה שפעטער, שרייב איך וואס דער רבי האט דערציילט אז דער דברי יואל האט געשיקט דעם ברך משה

 

רבינו שליט"א האט דערציילט ברבים כ"ו אב תשס"ח אז ער געדענקט ווען דער פעטער ז"ל האט געשיקט זיין טאטן רבינו הברך משה ז"ל קיין מאנטריאל אין יאר תשכ"ז זיך אומקוקן אוף די שחיטה, ווייל זיי פלעגן נוצן א באקס איבערצודרייען די בהמה. ס'איז מסתבר אז לא יצא הדבר מכח אל הפועל, ווייל די רבי ז"ל איז גלייך נאכדעם נישט געזונט געווארן. אבער פארוואס האט דער ברך משה אליין גארנישט געטוהן נאכדעם אויב ער האט געוואוסט אז די רבי וויל עס?

ווייל מען האט אים געזאגט אז אין אמעריקא קען מען נישט

 

רבינו שליט"א האט עטליכע מאל שוין דערמאנט, אז אים האט נישט געפאלן די וועג פון די שחיטה בימינו, אז דער שוחט דארף אוועקפארן פון אינדערהיים, וואס דורכדעם קומט אויס ער דאוונט נישט געהעריג מיט מנין, און האט נישט קיין געהעריגע מקוה. מה ענין שמיטה? און וואס האט מען מתקן געווען?

דערפאר האט ער מתקן געווען די בית השחיטה אין קרית יואל, שחיטה פאר בהמות האט מען טאקע געטון אסאך פעולות ס'זאל זיין נענטער, למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט האט מען געמוזט גיין קיין טעקסעס, ועכ"ז האט מען דארט צוגעשטעלט א אייגן הויז אין ביהמ"ד פאר די שוחטים מיט א מקוה א זאך וואס קיין איין שחיטה אין אמעריקא שטעלט נישט צו

 

א טאג נאך די מיטינג קומט צו א שוחט צום רבין און זאגט אים, ליהוי ידוע די און די פראבלעם איז דא ביי די שחיטה, פרעגט אים די רבי פארוואס האסט עס נישט געזאגט נעכטן ביי די מיטינג, ענטפערט ער איך האב מורא געהאט, ווייל די בעלי בתים זענען דארט געזעסן, האט די רבי אויפגעציטערט און געזאגט: א שוחט קען זאגן ליגנט?! זייט דעמאלטס האט די רבי אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, וכידוע לכל האט די רבי פון דעמאלטס ביז ממש א יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די טעקסעס שחיטה נישט געגעסן קיין בהמה פלייש. אבער פארוואס האט ער קיינעם נישט פארציילט דערפון?

וואס זאל ער דערציילן? אז ער עסט נישט קיין בהמה פלייש?

 

יעצט האף איך אז איר פארשטייט, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט קיין נייע זאכן, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום, דאס איז געווען דער דרך פון שחיטה אלע יארן פאר די מלחמה, דא איז עס בטל געווארן, און אז די רבי האט געזען אז מען קען עס האבן האט ער עס געטון, און אזוי גייט ער אן מיט יעדע חומרא וואס מען קען צולייגן, לייגט ער עס צו. עס איז נישט קייין שכחום נישט קיין חזרום, מען האט אייביג געקענט מאכן און מען האט אייביג געוואוסט אז מען קען מאכן (באמת ווייס איך טאקע נישט די סיבה פארוואס יא אדער נישט עס איז מיר נאכנישט אויסגעקומען צו הערן פון איינעם וואס די ריכטיגע סיבות, אבער דיינע לאקשן אז מען האט נישט געקענט, און אז דיין רבי איז ערשט לעצטענס געוואר געווארן זאלסטו פארקויפן פאר א צווייטן)

נו זיי דו מיר מסביר, פארוואס אינדערהיים איז געווען מונחת אין דא אין אמעריקא נישט, האלטסט אז מען האט עס געטון לכתחלה, כל המשנה וכו'? 

 

כל זה לגבי די עצם ענין פון שחיטה מונחת, אבער מיט וואספארא היתר רייסט מען אראפ כאחד הריקים די וואס טוהען וויאזוי מען האט געטוהן ביז יעצט און פארלאזן זיך אויף אלע פריערדיגע גדולים?

 

אין די אלע דרשות וואס ער האט גערעדט בנוגע שחיטה, דאכט זיך אז ער האט נאך קיינעם נישט אראפגעריסן וועגן נישט מאכן שחיטה מונחת, ער רעדט געווענליך וועגן אנדערע פראבלעמען וואס זענען באמת פראבלעמען, וכגון דער פראבלעם וואס ער האט דערמאנט מוצש"ק ביים דינער

איך האב געהערט די מעשה ווי ער האט עס דערציילט פאר א רב פון א"י יענע וואך, דער רב האט געשפרינגען און געפרעגט פארוואס קערט מען נישט איבער די שטאט?

האט אים די רבי געזאגט, איך קען נישט מתקן זיין די וועלט, אבער פאר אזעלכע פראבלעמען האב איך געמאכט א אייגענע שחיטה ווי איך פרוביר אכטונג צו געבן דערויף, און די רבי האט עס דערמאנט מוצש"ק וואס מען טוט צו אזא פראבלעם




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 02:05 לינק ישיר 

[quote]ווען מהר"א וואלט ווען געמאכט אייגענע חומרות און געשוויגן ווער וואלט ווען בכלל גערעדט דערפון, אבער איצטעט ווען ער קומט און האקט אקעגין יעדעם איינעם, צו עס איז מיט די ווייץ, אדער מיט די פלייש, איז מיין קושיא ווער ביזטו, איז ביז היינט נישט גוט געווען?, וווילסט בעסער, קיינער שטערט דיר נישט, אבער מאך בעסער און פאק איין,[/quote]
ער האט גערעדט צו דיר?

ער האט גערעדט צו זיין ציבור, און זיי מסביר געווען וואס ס'גייט פאר, און געבעטן מען זאל עס נישט האלטן פאר גרינג

ער איז נישט שולדיג אז אלע זאלונים זיצן אויף קול סאטמאר


ער האט קיין איין פרעמדן איד נישט פארגעהאלטן אדער מוחה געווען פארוואס ער עסט מיעל מארט פלייש

 

איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער יעצט ענטפער דו מיר

רז"ל וויל זיין פרום און הייסן זיין קהלה נישט טראגן מיטן עירוב, בכל הכבוד

וואס דרייט ער אבער די שטאט און שרייט נאך מענטשן און שלעפט שייטלעך פון די וואס טראגן יא?



תוקן על ידי וואלןסח ב- 26/11/2010 02:08:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 02:54 לינק ישיר 

וואלןסח

דא האט איר פון הםאור תשי''ט ווי ער רעדט פון שחיטה מונחת ס'שווער צו גלייבן אז די בעל דברי יואל האט דאס נישט געזען ווייל ער פלעגט ליינען די הםאור און די תשובה איז געשריבן צום העלמעצער רב און  הרב ר' אליעזר סילווער ז"ל שרייבט אז דא אין אמעריקא פלעגט מען שחטן מנחת (פאר רובאשקין)



הרב ר' אליעזר סילווער ז"ל

מעורר נגד השחיטה תלוי'

(נדפס בירחון המאור בחודש טבת תשי"ט, שנה עשירית, חוברת ג' [פט]).

וז"ל בהמאור שם במכתב שכתב מוהר"א זילבער שליט"א להרב הגאון הצדיק מוה"ר חנני' י"ט ליפא דייטש שליט"א:

הגאון האדיר מוהר"א זילבער שליט"א אב"ד סינסינטי כותב לו בנד"ז: לידי"נ הרב הגאון המוכתר בש"ט, עסקן נפלא להטבת מצב הטהרה במדינה ולכלה הקוצים מן כרמי ישראל, ירא וחרד בכל דרכיו מוה"ר חנני' יו"ט ליפא דייטש שליט"א, אב"ד דק"ק העלמעץ וכו'...

על השחיטה התלוי'

ו. אודיעו טעמי ונימוקי על פקפוקי נגד שחיטה תלוי' שהתנהגו ברוב העירות ובתי המטבחים במדינה בשנים האחרונות, ושכבר אסר באיסור גמור הרידב"ז מסלוצק וצפת לפני חמשים שנה כשהי' פה בדענווער. וכן אסרתי אני אח"ז בראותי שהנכרי המחזיק הראש של השורים והגסות התלויות מנענע את הרעש בעת השחיטה פעמים רבות, ובפרט כשהבהמה מתאמצת להטות ראשה אל הצד מהפכה בידיו בעת השחיטה ודוחק הראש על הסכין, ונמצא כמו מסייע ממש בשחיטה, וכמו ישראל ונכרי שוחטים יחד, הנכרי מוליך הראש על הסכין, והשוחט מוליך נגדו הסכין על הצואר. מלבד שלפעמים דוחק הוא הנכרי את הראש על הסכין. וכזה ראיתי הרבה פעמים ואסרתי שחיטה תלוי'.

ובס"ד בעירות שהייתי ובבתי המטבחים שהיו תחת פקודתי השחיטה הי' על הארץ כשמונחת הבהמה וכה נהגו עד לפני שנים כל בתי מטבחים הגדולים בנוי יורק ושיקאגו, בוסטון וכו', ורק אחרי מות הרבנים זקני הת"ח ונמסרה השחיטה לפיקוח הצעירים תקנו ממוני בתי המטבחים אחד אחד מבלי שאלם את הרבנים הזקנים, ואני על משמרתי אעמודה שספק נבלה יש בכמה מהם.

בברכה הננו שלו,

אליעזר זילבער

בהרה"ג ר' בונם צמח זצ"ל, הרב לאגה"ק

פה סינסינעטי, ראש נשיאות אגוה"ר דארה"ב

 נ.ב.

ראה בספר חן טוב מהרה"ג השו"ב ר' אהרן צבי פרידמאן שנדפס בשנת תרל"ה, שמה שהנהיגו שמה חידוש בשחיטה אשר עדיין לא נראה ולא נשמע בכל תפוצות ישראל, שלפענ"ד אסור לשחוט כן והשוחט על זה הדרך מאכיל טריפות לישראל בלתי ספק, וכל אשר יראת ה' נוגע בלבבו ישמר ויזהר שלא לאכול מבשר זבח הלזה כי פיגול הוא לא ירצה ולא יטמא נפשו בתועבה הלזה. ומעיד על עצמו אף שזה יותר מל"ג שנים שעומד ומשמש בעבודת הקדש בשחיטה, אומר שאי אפשר בשום אופן לשום אומן לשחוט בדרך הזה ושא"א לירא ה' לעשות הרעה הגדולה הזאת לחטוא ולהחטיא הרבים יעו"ש שמביא ששתים רעות עושים שמה.

א. שנוהגין בנוא יארק בשחיטת בהמות הגסות, שקושרים בחבל שני הרגליים האחוריים, והחבל נקשר להחבל הקבוע בגלגל מלמעלה בבית המטבחיים, וסובבים את הגלגל והחבל עולה עם הגלגל, ומושך את הבהמה בשני רגלי' עד שאינה יכולה לעמוד על רגלי' הקדמיים, ונופלת לארץ ומונחת על צדי', ורגלי' הקדמיים אינם אסורים כלל, ויכולה לנענע ולפרכס אותם כרצונה, ומשרתי הטבחים תופסים ראשה בחזקה ומעמידים את הראש על שתי קרניו בארץ עד שאינה יכולה לנענע ולפרכס עם הראש והצואר מתוח, ובא השוחט במהירות בבהלה ובפחד גדול לשוחטה יען כי ירא שלא ילקה על ידי הרגליים הקדמיים של הבהמה שאינם אסורים.

בשארי מדינות או עיירות קושרים הד' רגלים כדי שלא תוכל לפרכס ולנענע גם בהם כן נהגו אבותינו ואבות אבותינו ששחטו על דרך זה אשר הפילו הבהמה על הארץ ומחזיקין בראשה ושוחטין אותה.

ב. מתאונן בדבר שנתחדש שם מאיזה טבחים להעלות בגלגל כל הבהמה עד שתלוי' ברגלי' האחוריים באויר וראשה ורגלי' הקדמיים סמוך לארץ, ומגיעים מלמטה עד נגד הצואר וחותך מלמטה למעלה ומשרתי הטבחים אוחזים השור בשתי קרניו, ובא השוחט ומכניס סכינו מלמטה נגד הצואר וחותך מלמטה למעלה, ומשרתי הטבחים דוחקים את הראש עם הצואר על הסכין, והשוחט שוחט נגדם, והשוחט אין לו מקום לעמוד אלא בצד הבהמה, כי ירא ונבהל מרגלי הבהמה הקדמיים אשר אינם אסורים, שמא תפרכס הבהמה בהם.

וזה ידוע אשר כל דבר התלוי בוודאי מתנענע, כי אינו נסמך על שום דבר, ובפרט שמשרתי הטבחים עוזרים עוד לדחוק הצוואר על הסכין אז בוודאי מתנענע, ואף אם ינענע רק קצת, תהי' שהיי' ודרסה.

וזה ראיתי בעיני שכולם הם אשמים באשם תלוי, ואף שתהי' רק כהרף עין ראוי לחוש כמו שביארנו, וכי יכול לומר כל שוחט שאינו נבהל כשהשור מתחיל לפרכס ברגליו, ואף אם השוחט יבהל רק קצת, כדרך כל הירא לנפשו, ומשרתי הטבחים כאשר מתחיל לפרכס דוחקין עוד יותר והיא דרסה וודאית בלי שום ספק.

מלבד כל זאת הרי אנו אוסרין לשחוט מלמטה למעלה אף באין דוחקין הצוואר על הסכין ובנד"ד דוחקין בחוזק הצוואר על הסכין ואסורה משום דרסה וודאית (ויש לעורר עוד דהוי כשוחטין ישראל ועכו"ם מסייע לו), וראוי לגזור על אותן השוחטים שלא יזידון ולא יעשו עוד התועבה הזאת, וכל מי שיש בידו למחות ואינו מוחה עתיד ליתן את הדין. אל תאמינו לדברי השוחטים באופן זה שאומרים שהיא שחיטה יפה, רעה היא בעיני אלקים ואדם וחוטאים בנפשותם האומרים כן וכו' וכו' יעו"ש רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:30 לינק ישיר 



און ברם זכור לטוב הרב אמסל ז''ל וואס די בעל דברי יואל האט עם מכיר טובה געווען אז ער האט אים געהאלפן פירען די מערכה אנטקעגן ההזרעה המלאכותיתת, און ער ברענגט די אויבענדערמאנטע תשובה פאר רעב זריעל איז געווארן גבאי 

איז כל המשנה ידו על התחתונה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:41 לינק ישיר 

משהלע כתב:
דאס איז דיין מיינונג, און די מיינונג פון אלע רבנים ודיינים חשובים וואס ניצן אויסדריקלעך נאר קרית יואל פלייש איז אז א הידור איז א חשובע זאך, און ווער עס קען מהדר זיין און איז נישט,

איז ידו על התחתונה.



איך האב שוין אמאל געהערט אזא אויסדריק אויף איינע פין די גרסטע גדולי דורינו מדור הקדום ''זיין מיינונג איז קיין מיינונג'' איז אוודאי מיין מיינונג איז נישט קיין מיינונג און יעדע זאל פרעגן זיין רב





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 04:03 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

קודם אנטשולדיגט

להתוודע ולהגלות, ווען איך שרייב רבינו שליט"א מיין איך מהר"א

יעצט א קליין ווארט, באותו זמן תשמ"ג איז רבינו מהר"א נאך נישט געווען קרית יואל'ער רב, און זיין גאנצע שייכות'ת שאפט מיט התאחדות הרבנים איז געווען אז ער איז געווען א מורה הוראה דארט, און נאכאמאל לפי ידיעתי איז דאן נישט געווען די רעדע פון מונחת.


אבער אויף זיך אוישפשטעלן רעדן אויף קאשו'ער רב ז''ל(וועגן דעם ענין) איז ער געווען גענוג רב





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 04:49 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט

אבער די דרשה קעגן קאשויער רב איז געווען תשנ"ה

און די אסיפה פון וואס דו רעדסט ווען פאפא רב ז,ל האט גערעדט וועגן חומרות איז געווען תשמ"ג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 05:07 לינק ישיר 

אבער אויף זיך אוישפשטעלן רעדן אויף קאשו'ער רב ז''ל תשנ"ה (וועגן דעם ענין) איז ער געווען גענוג רב




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 05:44 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט

אבער די דרשה קעגן קאשויער רב איז געווען תשנ"ה

און די אסיפה פון וואס דו רעדסט ווען פאפא רב ז,ל האט גערעדט וועגן חומרות איז געווען תשמ"ג



 

געניג אלט צו מאכען ריסארטש אז נישט רבינו מהר"א האט אנדעקט אמעריקע,  די אינטערנעט און שחיטה מונחת ,נאר ווען ער האט זיך נאך געשפילט אין די זאמט האט זיך שוין איבער געקערט וועגן שחיטה מונחת ,און די בעל דברי יואל האט אויך געוויסט אז דא אין אמעריקא קען מען שחטן מנחת, ס'איז נישט שכחום וחזרום ויסדום נאר יסדום וחזרום וחורבם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.