בית פורומים אידישע געדאנק

איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2010 06:39 לינק ישיר 

איך וויל וויסן איין זאך. פארוואס נישט עסן געבראקטס. אדער זיך נישט מישן אים פסח הייסט נישט כל המשנה וכו' פארוואס איז בכלל דא אזא זאך ביי הלכות שבת ווי מחמיר זיין? כל המשנה וכו'? לשיטתכם איז די ווארט חומרא=אסור בתכלית האיסור ווייל כל המשנה וכו' דאווענען אין א געפרינטע סידור איז נישט כל המשנה?... די עצם זאך ווי שטריימל. בעקיטשע. הוט. חסידישע העמד. און אלע זאכן וואס מיר נוצן היינט. זענען אמאל געווען א נייע זאך. לשיטתכם דארף מען גיין אנגעטון מיט בלעטער אזויווי אדם הראשון. ווייל כל המשנה וכו' די פוינט איז אז די זאך פון כל המשנה איז נישט קיין שפילצציג וואס מען נוצט ווען מען וויל. נאר ווען עס איז א חומרא דאתי לידי קולא. למשל ווי די צדוקים וואס האבן מחמיר געווען נישט צו עסן הייסע זאכן שבת(וואס גראדע אדאנק זיי האבן מיר א טשולנט...)אויף זיי זאגט מען כל המשנה וכו' אבער ווען איינער וויל מאכן בעסער און ער בעט זיין עולם זאל עס נעמען. מיינט נישט אז ווייל ער איז דיין שונא איז ער טריפה. אז דו ווילסט נישט. עס נישט. נישט שריי כל המשנה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 17:24 לינק ישיר 

איך וועל מסביר מיין מיינונג בנוגע דעם ענין, פאר ווער עס איז איטרעסירט, מיין מיינונג פארטרעט נישט קיינעם חוץ מיר אליינס.

לעניית דעתי איז נישטא קיין שום פראבלעם איינצופירן פארבעסערונגען אין כשרות, נישט קיין חילוק וער עס טוט עס, אפילו איך האב נישט ליב ר' אהרן זעה איך נישט קיין פראבלעם אין פארבעסערן כשרות, סאיז נעריש צו זאגן אז דאס הייסט משנה זיין.

דא קומט א גרויסע אבער, דאס מזלזל זיין אין די פריערדיע דורות א שרעקליכע זאך,  דאס גאנצע יודישקייט איז אין דענזשער, דער רבי זי"ע פלעגט אלעמאל זאגן דעם ווארט, אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם, אם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים, דער ווארט איז ברייט באקאנט.

לעינינו, ווילסט אויפטון? זייער א גוטע זאך, עס איז דא אסאך וואס מען קען בעסער מאכן, בעסער האט נישט קיין שיעור, אבער זיך אויפשטעלען האלטן דרשות אז די גאנצע שחיטה איז ווייסעך וואס, אין מען פארציילט מעשיות, ווען דער עולם וואלט געוויסט וואס גייט פאר, איך קען נישט שלאפן ביינאכט, כהנה וכהנה, דערנאך קומט ארויס דער ס"ה אז עס איז טאקע כשר, נאר איינער מיט א ברייטע ביבער היט דארף מחמיר זיין, דאס איז דער פראבלעם, עס איז נישט קיין שום פראבלעם מחמיר צו זיין, אבער פון מחמיר זיין ביז "יענער איז מאכל נבילות וטריפות" איז פאלג מיר א גאנג.

 אין איך וועל דיר מודה זיין אז דער הייליגער קאשויער רב'ס שטעלונג בנוגע די שחיטה האט מיר בימים ההם פונקט אזוי וויי געטון, נישט ווייל איך בין געווען א עפעס א הייסער חסיד פון ברך משה, בפיריש נישט, נאר ווייל דאס משפיל זאכן וואס די פריערדיגע האבן מתקן געוועהן איז א גרויסע פראבלעם פאר יהדות.

 יעצט דער ר' אהרן וואס ווען דער קאשויער רב זי"ע האט אזוי גערעדט וועגן די שחיטה, האט ער געקוויטשעט עפ"ל, זיין טענה איז געווען אז, וואס הייסט דו רעדסט אויף די שחיטה, דער רבי זי"ע האט דאס דאך אזוי אוועקגעשטעלט, דאס איז גענוי וואס ר' אהרן טוט יעצט.



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 26/11/2010 17:30:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 17:47 לינק ישיר 

מלכ'ל דער קאשויער רב האט נישט מזלזל געווען אין די פריערדיגע, ער האט נאר געזאגט אז אזוי ווי עס איז געשען א שטארקע מכשול מיט חלב (דאורייתא) דעריבער איז כדאי מען זאל מאכן א גדר אין אוועקשניידן מער ווי מען פלעגט זיך פירן ביז היינט, כדי מען זאל דורך דעם פארהיטן ווערן פין פרישע מכשולות. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 18:43 לינק ישיר 

ווען קאשוי'ער רב ז''ל איז ארויס אקעגן די פלייש, איז זיין עיקר טענה געווען אז ס'איז דא אן הזנחה ביי די ניקור און מ'האט געטראפען חלב דאורייתא, און נישט אז די אופן הניקור וואס די רבנים און אמעריקע האבן עס אהער געשטעלט איז נישט געניג גוט.  די עיקר טענה אויף עם איז געווען אז ער דארף ווען נישט איבערדרייען די שטאט, נאר קומען פארן התאחדת הרבנים אדער פאר די בעלי מכשירים, און ווייזען די פלייש. און דאס אז ער האט געזאגט אז "די פעטער האט מאכל טריפות געווען דרייסיג יאר" האט מען נאר געהערט פון רבינו מהר''א בעידן ריתחא


אבער רבינו מהר''א האט גענומען אן אנדערע מהלך ער איז מפקפק אויף די שחיטה, סאיז לבו נוקפו אויף די ווייץ און ער טוישט די אופן השחיטה און ער נעמט אנדערע ווייץ (וואס איז דא א שאלה וועגן גאזאלצעלנע וואסער אדער יא אדער נישט).  



יעצט ווען ער זאגט אז עס האט זיך געמאכט א פראבלעם מיט א בודק סכינם און בעל מכשיר האט נישט געוויסט(כלשונו) וואלט ער געדארפט רופען די בעל מכשיר און מעורר זיין און נישט האלטן א דרשה איך, מיך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 19:20 לינק ישיר 




תוקן על ידי Plywood ב- 26/11/2010 19:21:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 19:21 לינק ישיר 

מיינע יעצטיגע הערות צו וואלןסח איז אין באלד רויט

וואלןסח כתב:

מיין תגובה צו פלייוואד

 

מקורות פליז

פרעג דיך נאך וואס טוט זיך אין לאנדאן, דארט האט מען לעצטענס אויפגעהערט וועגן די רעגירונג,

זיי נישט ברוגז איך רעד נישט פון יעצט אין לאנדאן, איך רעד פון דעמאלטס אין אמעריקא, באלד וועסטו מיר נאך זאגן אז די רבי האט געלאזט עסן אהן שעכטן ווייל מען האט דעמאלטס נישט געקענט אין אמעריקא, והא ראי' קוק וואס גייט יעצט פאר אין ניו זילאנד...

ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן מקור?

קוק א שורה שפעטער, שרייב איך וואס דער רבי האט דערציילט אז דער דברי יואל האט געשיקט דעם ברך משה

איך זעה נישט דארט קיין שום מקור, סך הכל טויסשטו פון דיינע אייגענע פריערדיגע השערות צו דיינע פרישע פאבריצירטע וואס נישטאמאל דיין רבי האט געזאגט (קוק וואס איך שרייב דארטן)

 

רבינו שליט"א האט דערציילט ברבים כ"ו אב תשס"ח אז ער געדענקט ווען דער פעטער ז"ל האט געשיקט זיין טאטן רבינו הברך משה ז"ל קיין מאנטריאל אין יאר תשכ"ז זיך אומקוקן אוף די שחיטה, ווייל זיי פלעגן נוצן א באקס איבערצודרייען די בהמה. ס'איז מסתבר אז לא יצא הדבר מכח אל הפועל, ווייל די רבי ז"ל איז גלייך נאכדעם נישט געזונט געווארן. אבער פארוואס האט דער ברך משה אליין גארנישט געטוהן נאכדעם אויב ער האט געוואוסט אז די רבי וויל עס?

ווייל מען האט אים געזאגט אז אין אמעריקא קען מען נישט

 סאו וואס שרייבסטו קודם וועגן די רבי איז נישט געזונט געווארן? וואס האט דעם רבינס נישט געזונט ווערן מיטן איינרעדן אז אין אמעריקא קען מען נישט? דו דרייסט ארום לויט ווי עס וועט דיר גוט אויסקומען און דו שרייבסט דיינע אייגענע בויך קרעמפן, און דו שרייסט נאך אז עס איז א מקור, פאר מיר לייגט זיך עס נישט אויפן שכל אז מען זאל קענען יעדן האבן איינגערעדט אז אין אמעריקא קען מען נישט (איך ווייס נישט וועלכע יאר רובאשקין האט אנגעהויבן אבער אויב איז עס שוין דעמאלטס געווען, האט  זיכער יעדער קלאר געוואוסט אז מען קען יא


רבינו שליט"א האט עטליכע מאל שוין דערמאנט, אז אים האט נישט געפאלן די וועג פון די שחיטה בימינו, אז דער שוחט דארף אוועקפארן פון אינדערהיים, וואס דורכדעם קומט אויס ער דאוונט נישט געהעריג מיט מנין, און האט נישט קיין געהעריגע מקוה. מה ענין שמיטה? און וואס האט מען מתקן געווען?

דערפאר האט ער מתקן געווען די בית השחיטה אין קרית יואל, שחיטה פאר בהמות האט מען טאקע געטון אסאך פעולות ס'זאל זיין נענטער, למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט האט מען געמוזט גיין קיין טעקסעס, ועכ"ז האט מען דארט צוגעשטעלט א אייגן הויז אין ביהמ"ד פאר די שוחטים מיט א מקוה א זאך וואס קיין איין שחיטה אין אמעריקא שטעלט נישט צו

 דו מאכסט א קוגל פון טעקסאס מיט קר"י כדי עס זאל גוט אויסקוקן, נישט שלעכט. אגב וואלט איך געוואלט וויסן ווען שטעלט זיך דער מנין פון די שוחטים יעדן טאג דארט אין טעקסאס, און למשל ווער וואטשט שבת דעם ביהמ"ד דארטן? לאזט מען דארט די ספרי תורות איבער שבת? אויב די קענסט ברעננגען בילדער פון דעם ביהמ"ד מיט די מנינים, וואלט איך עס אפרישיעטעד.

 

א טאג נאך די מיטינג קומט צו א שוחט צום רבין און זאגט אים, ליהוי ידוע די און די פראבלעם איז דא ביי די שחיטה, פרעגט אים די רבי פארוואס האסט עס נישט געזאגט נעכטן ביי די מיטינג, ענטפערט ער איך האב מורא געהאט, ווייל די בעלי בתים זענען דארט געזעסן, האט די רבי אויפגעציטערט און געזאגט: א שוחט קען זאגן ליגנט?! זייט דעמאלטס האט די רבי אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, וכידוע לכל האט די רבי פון דעמאלטס ביז ממש א יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די טעקסעס שחיטה נישט געגעסן קיין בהמה פלייש. אבער פארוואס האט ער קיינעם נישט פארציילט דערפון?

וואס זאל ער דערציילן? אז ער עסט נישט קיין בהמה פלייש?

ניין דאס ווייסט דאך שוין יעדער איינער אויך דעם שרייבסטו דאך "ידוע לכל", איך רעד פון די מעשה אז עס איז דא די אין די פראבלעם,און אז א שוחט האט מורא אוןער זאגט ליגנט, פארוואס האט ער עס נישט פארציילט פאר קיינעם?

 

יעצט האף איך אז איר פארשטייט, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט קיין נייע זאכן, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום, דאס איז געווען דער דרך פון שחיטה אלע יארן פאר די מלחמה, דא איז עס בטל געווארן, און אז די רבי האט געזען אז מען קען עס האבן האט ער עס געטון, און אזוי גייט ער אן מיט יעדע חומרא וואס מען קען צולייגן, לייגט ער עס צו. עס איז נישט קייין שכחום נישט קיין חזרום, מען האט אייביג געקענט מאכן און מען האט אייביג געוואוסט אז מען קען מאכן (באמת ווייס איך טאקע נישט די סיבה פארוואס יא אדער נישט עס איז מיר נאכנישט אויסגעקומען צו הערן פון איינעם וואס די ריכטיגע סיבות, אבער דיינע לאקשן אז מען האט נישט געקענט, און אז דיין רבי איז ערשט לעצטענס געוואר געווארן זאלסטו פארקויפן פאר א צווייטן)

נו זיי דו מיר מסביר, פארוואס אינדערהיים איז געווען מונחת אין דא אין אמעריקא נישט, האלטסט אז מען האט עס געטון לכתחלה, כל המשנה וכו'?

(איך האב דיר שוין געזאגט אז איך האב נאכנישט געהערט פון קיינעם דערועגן און איך ווייס נישט, און איך פיר מיך אביסן אנדערש ווי דיר אז אויך א זאך וואס מען דארך וויסן כדי צו קענען האבן א מיינונג, האלטט איך נישט גארנישט ווילאנג איך ווייס נישט, אבער דאס מיינט נישט אז איך דארף קויפן דיינע שטותים וואס לייגסט זיך נישט אויפן שכל און מאכט נישט קיין סענס

 

כל זה לגבי די עצם ענין פון שחיטה מונחת, אבער מיט וואספארא היתר רייסט מען אראפ כאחד הריקים די וואס טוהען וויאזוי מען האט געטוהן ביז יעצט און פארלאזן זיך אויף אלע פריערדיגע גדולים?

 

אין די אלע דרשות וואס ער האט גערעדט בנוגע שחיטה, דאכט זיך אז ער האט נאך קיינעם נישט אראפגעריסן וועגן נישט מאכן שחיטה מונחת, ער רעדט געווענליך וועגן אנדערע פראבלעמען וואס זענען באמת פראבלעמען, וכגון דער פראבלעם וואס ער האט דערמאנט מוצש"ק ביים דינער


פארוואס האסטו אראפגעשניטן דא א גרויס חלק פון מיין תגובה


איך געדענק נישט צו ער האט גערעדט ספעציפיש וועגן שחיטה מנחת, אבער דאס איז זיין שקצות ער רעדט געווענליך "נישט" פון ספעציפישע פראבלעמען ווי דו שרייבסט, ער רעדט ווי א דעמאגאג, לבי נקפי, קען נישט שלאפן ביינאכט, ועוד, ועוד, וואס איך געדענק נישט יעצט, און האקט אויף די פריערדיגע אהן זאגן פונקטליך פארוואס און פארווען, גראדע יעצט מוצש"ק האט עער אויך פארציילט א מעשה (וואס איך דארף בכלל גלייבן אז עס איז געווען, און אז ביי אים קען זיך עס נישט מאכן) אבער וואס האט די מעשה מיט די חלף צו טוהן מיט די ברייטע ביבער הוטן וואס פירן זיך אזוי ווי ביז היינט ווי די רמ"א?

איך האב געהערט די מעשה ווי ער האט עס דערציילט פאר א רב פון א"י יענע וואך, דער רב האט געשפרינגען און געפרעגט פארוואס קערט מען נישט איבער די שטאט?

האט אים די רבי געזאגט, איך קען נישט מתקן זיין די וועלט, אבער פאר אזעלכע פראבלעמען האב איך געמאכט א אייגענע שחיטה ווי איך פרוביר אכטונג צו געבן דערויף, און די רבי האט עס דערמאנט מוצש"ק וואס מען טוט צו אזא פראבלעם יא! יא! וויאזוי זאגט ער נאר "איך רעד דא און איך וויל מען זאל עס הערן אין די גאנצע וועלט"


אגב איז מיר שווער פארוואס האט קאשויער רב קיינמאל נישט מעורר געווען וועגן שחיטה מנחת, פון וועם האט ער מורא געהאט?


איך וועל נאכאמאל איבערחזרן וואס איך האב פריער געשריבן, וואס דאס איז א חלק פון וואס דו האסט אויסגעלאזט

"ווילאנג יעדער נייער אויפטוה וואס עטס וועטס אויפקומען וועט קומען באגלייט מיט אפלאכן און אפשטפעטן די אלטע און אטאקירן יעדן איינעם, איז עס חזיר טריפה, אפגעזעהן צו דער אויפטוה האט עפעס אינהאלט צו נישט"



תוקן על ידי Plywood ב- 26/11/2010 19:21:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 16:55 לינק ישיר 

 איך וועל פרובירן מסביר צו זיין וואס עס קען זיין א פראבלעם מיט שחיטה מונחת און פארוואס די רבנים האבן עס נישט איינגעפירט דא אין אמעריקע.

 

 לויטן הלכה דארף מען שחטן מלמעלה למטה, דאס מיינט אז די מעסער דארף גיין פון אויבן אראפ(אזוי ווי מען שנייט חלה). די סיבה איז ווייל די הלכה איז אז די שוחט טאר נישט דריקען מיט די מעסער, נאר עס דארף ווערן גע'שחטן מיט די שארפקייט פונם מעסער, דעריבר ווען מען לייגט די בהמה אויפן ריקן (מונחת) שנייד די שוחט פון אויבן אראפ, אזוי ווי די סדר ווי מענטשן שניידן  וועט ער נישט דריקען. ווייטער אויב די בהמה שטייט אויף ארויף דארף די שוחט שחטן פון אונטן ארויף, וואס איז נישט די סדר ווי מענטשן שניידן, האב איך מורא אז ער וועט דריקען מיט די מעסער און ס'וועט ווערן נבילה.

 

 יעצט אין אמעריקע איז דא צווי פראבלעמען אזוי צו שחטן, איינס אזוי ווי מ'שחט אסאך בהמות אגאנצן טאג, האבן די שוחטים געטענה'ט אז אזוי ווי זיי דארפן זיך בייגן א גאנצע טאג און די בלוט(פונם שוחט) גייט אריין אין די האנט און די הענט ווערט שווער, אויך איז שווער צוהאלטן די בהמה איבערגעדרייט ,איז דא א חשש אז מ'עט דריקען מיט די מעסער האט מען איינגעפירט אז מ'לייגט די בהמה אויפן זייט(און מ'בייגט די האלז אויף ארויף)אזוי איז גרינגער צו קאנטראלירען די בהמה, און די שוחט שטייט גראד(באקוועם)אזוי וועט ער ענדערשט נישט דריקן מיט די מעסער.

 

 נאכדעם איז מען אויפגעקימען מיט ''די באקס''  ווי דאס ארבייט אז די בהמה גייט אריין און א אזא גרויסע באקס, וואס האט א לעכל אז זיין קאפ זאל זיך ארויסשטעקן, דערנאך דרייט מען איבער די באקס (מיט מאשינען) און אזוי שחט מען ווען די בהמה איז אופן רוקן, אוןאזוי ווי די באקס שטייט

העכר די ערד, שטייט די שוחט גראד און ס'באקוועם צו שחטן, אזוי איז די ערשטע סיבה געלייזט געווארען.

 

איצט צו גיין צום צווייטן סיבה דארף מען מסבר זיין ווי אזוי א בית השחיטה ארבעט, קודם וועלן מיר אנהייבן מיט עופות, געווענטליך גיהערט די בית השחיטה פאר א איד,  ווען מ'שחט  די עופות האלטן עס די גוים אין די האנט, און די שוחט געט א שנייד אין האלז, דערנאך לייגט מען עס ארויף אויף א טשעין , בערך יעדע צען מיניטן איז די שוחט בודק די חלף, אויב טרעפט ער א פגימה ווארפט מען עוועק די גאנצע ליין, און מ'פארקויפט  דאס פאר פעניס, נישט אויף צו עסען נאר צו מאכן 'מיסט פאר די פעלדער' וכדומה, ווייל די הלכה איז אז מ'טאר נישט לכתחילה האנדלען מיט בשר נבילה אבער אז מ'האט שוין מעג מען עס פארקויפען.(קרית יואל שחיטה ''פלעגט'' אויפארבייטן די נבילה פלייש ביז רבינו מהר''א שליט''א  האט דאס אפגעשטעלט).  

                                                             

ביי בהמות איז אנדערשט, דארט נוצט מען נישט רוב פלייש וואס מ'שחט, ראשית נוצט מען נישט די חלק אחורים, דערנאך מאכט זיך אסאך סירכות וואס איז טריפות, ארבעט די 'סיסטעם' אז מ'שחט ביי א גוי'אישע קאמפעני, אדער בשותפות מיט  א גוי'אישע קאמפעני, די איד נעמט די כשרע פלייש און די גוי בלייבט מיט די אבריגע . מאכט זיך אמאל וואס ס'איז דא ביי די בהמות פונ'ם בית השחיטה אסאך סירכות,(וואס מ'נוצט נישט קיין שאלה'דיגע ווייל ס'איז 'גלאט כשר'), אדער מ'דארף אסאך פלייש פאר יום טוב וכדומה, לויפט מען ארום די גאנצע וועלט זוכען ווי ס'דא גוטע געזינטע בהמות(ווי סאוט אמעריקע, פולין וכו.), מען שיקט דארט אראפ אפאר שוחטים, בודקים ומשגחים און מ'ברענגט אהיים די פלייש.

 

אצינד איז דא צוויי פראבלעמן מיט שחטן מיט די 'באקס' ערשטענס רוב גוי'אישע קאמפעניס ווילן בכלל נישט אז מ'זאל שחט'ן מונחת, ווייל זיי זאגן אז די בלוט גייט שטאט ארויסביים שחטן,  ווערט די פלייש זייער רויט, וואס איז נישט אזוי שיין און ס'פארקויפט זיר נישט אזוי גיט.

 

צווייטענס קאסט אזא באקס אסאך געלט און צייט, און ס'איז כמעט במציאות אז ביי יעדע פלאץ אין די וועלט ווי מ'לויפט ארום שחטן, זאל מען אויפשטעלן אזא סיסטעם.

 

(עס איז דא אגרי-פראסעסינג(רובאשקין)וואס ניצן די באקס, אבער דארט איז דא אסאך אנדערע סיבות פארוואס אונזער עולם נוצט עס נישט, אפילו ווען זיי האבן גענומן די היימישע השגחות.  (עס איז דא א בריוו פון הרב שיין מ'לעקוואד וועגן אלע חששות דארט).

 

 יעצט לאמיר קומען צום אויספיר, ומה עמקו מחשובותם ווי טיף און ווייט איז געווען די בליק פון די לעצטע מנהגי הדור, וואס האבן אויפגעשטעלט אידישקייט דא אין אמריקא, אז זיי הבן איינגעפירט נישט קיין שחיטה מנוחת, ווייל דורך דעם קען מען אהערשטעלן גלאט כשר'ע פלייש פאר גאנץ יהדות החרדית, אן קיין שום שאלות טריפה, סירכות, הפסד מרובה ועוד. און נישט ח''ו  'שכחום' אדער מ'האט זיי אנגערעדט ועוד. (עס איז זיכער דא נאך טעמים וואס מיר פליישיגע אויגן זעען נאך נישט.)

 

 

 

ווען א קהילה וויל פארקויפען 'שחיטה מהודרת' פאר די בני הקהילה דארפן זיי וויסן אפאר זאכן.

 

מ'קען עס נישט צושטעלן 'גרעטער ניו יארק' ווי די עופות.

           

עס טאר נישט זיין אופן חשבון פון מתיר זיין שאלת טריפת(קרית יואל שחיטה ניצען טאקע נאר 'כמו בית יוסף' לחומרא ולא לקילא).

 

די בני הקהילה דארפן וויסן אז נישט אלץ איז דא אלא מיני פליישן, און אז די פרייזן קענען ארויף גיין לויט די שוועריקייטן וואס מ'טרעפט זיך אן.

 

אז פאר מ'הייבט אן דארף מען זיך אויסנעמן אז עס איז 'בלי נדר', ווייל אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס וועט  מען דארפן צירוק גיין צום פריעדיגן סיסטעם.

 

 

די פאקטן האב איך געהערט פון שוחטים ומשגיחים(וואס רעדן נישט קיין סאך וד''ל) ווער עס ווייסט מער אדער אנדערשט זאל ביטע מגיב זיין.

 

איך וועל אויספירן ווי איך האב שוין געשריבן,

  ''מיין מיינונג איז קיין מיינונג'' און יעדער זאל פרעגן זיין רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 19:35 לינק ישיר 

יישר כח 'אויסגעשפראכן' פאר די אינטערעסאנטע דעטאלן, אבער אפילו לשיטתך זעה איך נישט פארוואס מען קען נישט מאכן א 'באקס' בשותפות מיט א גוי, והכל על מקומו יבא בשלום.
חוץ מזה, לפי מיטב ידיעתי איז נישט דא קיין הוראה פין קיין שום רב מדור העבר אז מען זאל זיך מונע זיין פין שחיטה מונחת.
דאס וואס מען האט נישט געמאכט שחיטה מונחת אין אמעריקע, קען זיין אז עס איז פשוט געווען שווער (נישט 'אוממעגליך') דורכצופירן בימים ההם, און געווען פארבינדן מיט גרויסע הוצאות, און די רבנים האבן געהאלטן אז עס פעלט נישט אויס מחמיר צו זיין אזוי ווייט און מען קען זיך פארלאזן אויף שחיטה עומדת. (וכדידוע מדברי רבינו ז"ל בשו"ת דברי יואל שרב המכשיר צריך לאשר רק שהמוצר כשר מעיקר הדין ואינו צריך לחפש חומרות והידורים, כי המדקדקים בלאו הכי אין סומכין על שום השגחה, והדברים עתיקין). 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 20:03 לינק ישיר 

אויטענטיש

מיין עיקר פוינט איז אז מונחת איז א חומרה, און אז מ'פארקוקט איז דא אסאך גלאט כשרס פאר אזא גרויסע ציבור, (אינדערהיים איז מען געלאפן מיט די סירכות צום רב און ער האט זיך געפלאגט עס צו מאכן כשר אלץ הפסד מרובה וכדומה  משא''כ דא אין אמעריקע האבן זיי איינגעפירט ''גלאט כשר'')

 

ווער עס וויל עסען 'מהידרת' האב איך שפעטער געשריבן.

 

יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט א משגיח ער זאגט אז מיל מארט שחט סאוט אמעריקא 'מונחת'

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 20:35 לינק ישיר 

לא זכיתי להבין: אויב מאכט מען א באקס בשותפות מיט א גוי, זענען געלעזט אלע פראבלעמען וואס די האסט מיט שחיטה מונחת? (חוץ דאס אז פאר יום טוב וועט זיין א מאנגל)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 21:36 לינק ישיר 

ער וויינט דאך צו דיר אז דער גוי וויל בשום אופן נישט מאכן מונחת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 21:46 לינק ישיר 

וואס טוט מיעל מארט מיט די מונחת פלייש וואס מען טרעפט טריפה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 15:09 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 19:13 לינק ישיר 

למעשה האט קיינער נישט קיין תירץ אויף מיין קשיא, איך וועל עס נאכאמאל איבערחזרן,

פארוואס ווען קשויער רב האקט אויף די שחיטה קומט אים א עפ"ל ווייל דער רבי ז"ל האט עס דאך אויפגעשטעלט, (עס איז כדי אויסצוהערען דעם טעיפ) אין ר' אהרן מעג יא רעדן אויף די שחיטה וויפיל ער וויל?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 19:45 לינק ישיר 

ווילסט וויסן די ריכטיגע תירוץ, דענסמאל האט ער עס געטון על דעת אביו, און יעצט רעדט ער על דעת עצמו, ווען איז ער גערעכט, יעצט צו דעמאלט'ס, איז מחלוקות ארונים/זאלונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.