בית פורומים אידישע געדאנק

איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2010 20:56 לינק ישיר 

מלך, דיין טענה איז אז מ'דארף אויף מהר"א'ס ווערטער אויך זאגן עפ"ל?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 22:47 לינק ישיר 

מלך דאס האבּ אני הקטן געשׁריבּן צוויי טאג צוריק

נאר א פאקט
מהר״א שׁליט״א האט קינמאל נישׁט געזאגט עפ״ל אויף הגה״ץ מקאשׁוי זצ״ל ווייל ער האט געהאקט אויף די פליישׁ, בּיי די חלב פּרשׁה איז ער בּכלל נישׁט געווען פארמישׁט, און אפילו אויבּ ער האט געהאלטן אז עס איז א פּראבּלעם מיט די חלב ( דאן איז געווען א מדובּר נאר וועגן די חלק האחוריים צו מען דארף עס מנקר זיין צו נישׁט, עס בּכּלל נישׁט געווען א מדובּר וועגין כּשׁרות הבּשׁר בּכּלליות) האט ער נישׁט געקענט זאגן גארנישׁט מפּני כּבודו שׁל אביו, לפי זכרוני האט ער קיינמאל נישׁט גערעדט דערפון בּרבּים.
יארן שׁפּעטער בּיי די סקול דיסטריקט פּרשׁה האט ער נאכגעזאגט בּשׁם זיין טאט׳ן אז קאשׁויער רב האט געזאגט אז 30 יאר האט מען געגעסן טריפות, אויף דעם האט ער געזאגט עפ״ל
דאס איז די קלארע מציאות הדברים






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 03:53 לינק ישיר 

ניין די מציאות הדברים איז, אז דער קאשוי'ער רב האט געזאגט אז דער פאבליק סקול וואס קרית יואל האט געמאכט אז אסור על פי הלכה, און אויף דעם ארויף האט ר' אהרן געהאלטן עטליכע דרשות און אראפגעריסן דעם קאשויער רב, דער אלטער פון בעדפארד הילס אלע באמעס פון ניו יארק זענען זיינע תלמידים ער איז מלא קנאה ושנאה אויף מיר, ווייל זיין ישיבה איז אויסגעשפילט אז אפילו זיין אייניקל קומט לערנען ביי אונז אין ישיבה,

זיין בזיון תלמידי חכמים האט בשעתו אויפגערעגט יעדן סאטמארער חסיד עד כדי כך אז דער ברך משה האט געמוזט אהיימקומען פון שעראן ספרינגס און רעדן א דרשה פארן עולם און האט גערעדט זייער שיין אויפן קאשוי רב, אז ער איז בידידות מיט אים געווען אסאך יאר, און היינט לאזט מען אים נישט וויסן דעם אמת וכו' וכו',

מיט אפאר חדשים שפעטער האט ר' אהרן אונמיטן א דרשה, מיט א מורא'דיגען כעס געשריגן איך וועל אים געבן מנה אחת אפים אין זיבעטן ריפ אריין, און ער האט געגאסן פעך און שוועבל אויפן קאשויער רב, בתוך הדברים האט ער געזאגט אז ער האט געזאגט אז דער רבי ז"ל האט מאכיל געווען יודישע קינדער נבילות וטריפות דרייסיג יאר אין אמעריקע און איך וועל אים זאגן עפרא לפומיה,

ער האט גארנישט גערעדט פון זיין טאטע פון זיין מאמע, ער האט קלאר געזאגט איך וועל אים געבן מנה אחת אפים, און ער האט געזאגט "איך וועל אים זאגן עפרא לפומיה"

די מציאות פון די שחיטה ווייסט נישט יעדער, קאן מיר זיך דינגען איבער פאקטן, אבער די דרשות דופי וואס דער פה דובר נבלה האט צוזאמגערעדט ברבים, דאס קענסטו נישט לייקענען, און שרייבן דאס איז די מציאות הדברים,






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 04:08 לינק ישיר 

שארטקאט, ער האט אים ביי זיין ערשטע דרשה פרייטאג צו נאכטס פרשת דברים תשנ"ד אנגערופן "דער פון בעדפארד הילס", די איבריגע ווערטער זענען שוין די לגיונות וואס מען האט צוגעלייגט

ווען דער ברך משה איז אהיימגעקומען פון שעראן ספרינגס האט ער טאקע גערעדט אנהייב זייער שיין פיין אים, און דערנאך האט ער אים אויך גוט אויסגעפראקט, ווען בתוך הדברים האט ער געזאגט, הקנאה התאוה והכבוד מוציאים את האדם מן העולם, מען ווערט אויס מענטש (שטעל דיך פאר ווען רבינו שליט"א זאגט די זעלבע ווערטער וואסערע שטורם דאס וואלט געמאכט, און ווי פארשטענדליך איז די משמעות הדברים די א. ד. ווערטער וואס דו האסט צוגעלייגט אז זיין ישיבה איז אויסגעשפילט)

די דרשה מיט א פאר חדשים שפעטער, האט ער בנוסף צו די ווערטער וואס דו ברענגסט אויך גערעדט פון טאטן, ער האט זיך נישט אויפגעשטעלט סתם זאגן אז קאשויער רב האט געזאגט אז דער פעטער האט מאכיל נבילות וטריפות געווען און געזאגט עפ"ל, ער האט אראפגעלייגט די גאנצע השתלשלות ווער דער קאשויער רב איז, און ווי נאך ער האט געלאזט הערן זיינע מיינונגען און אויף וואס, און בתוך הדברים האט ער דערמאנט אז ער האט געשריבן אז דער מייסד פונעם סקול דיסטריקט איז א חוטא ומחטיא את הרבים, און ער האט געזאגט "יעדער איינער פארשטייט אליין וועמען ער מיינט" מיינענדיג דעם ברך משה וואס ער האט עס מייסד געווען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 05:37 לינק ישיר 

איבער זיין דרשה שבת דברים, האב איך נישט קיין טעיפ איז שווער איבער ווייזן, אבער ער האט געזאגט קלאר איך האב גערפעגט זיין אייניקל וואס לערנט דא אין ישיבה פארוואס קומסטו אהער ווען דיין זיידע האט א ישיבה האט ער מיר געזאגט אז זיין זיידןס ישיבה איז נישט פאר קיין בחור צו לערנען, און ער האט מסביר געווען אז דאס איז די סיבה פארוואס דער קאשויער רב אסר'ט דעם פאבליק סקול וויל ער איז מיך מקנא, אלע באמעס פון ניו יארק זענען זיינע תלמידים, ער האט געזאגט נאך נערישע און חוצפה'דיגע סטעיטמענסט וואס איך דענק נישט,

ובנוגע זיין עפרא לפומיה דרשה איז בכלל נישט נוגע וואס ער האט געזאגט פארדעם און נאכדעם ער האט געזאגט ער האט זייער קלאר געזאגט אז דער קאשויער רב האט געזאגט אז דער רבי ז"ל (גראדע זאגט ער נישט פעטער ז"ל דארט) האט מאכיל געווען נבילות וטריפות דרייסיג יאר אין אמעריקע און איך וועל אים זאגן עפרא לפומיה, ער דערמאנט נישט זיין טאטע האט געזאגט, קען זיין אז ער מאכט זיך ווי ער נעמט זיך אן אויף זיין טאטענס כבוד, דאס איז אבער נישט נוגע, ווייל למעשה שנייד ער אריין אין זיבעטן ריפ ווייל קאשוי'ער רב האט געהאלטן אז מען קען מחמיר זיין אויפן סדר השחיטה פון רבי'ן און דעריבער איז ער א שייגץ,

איז די קשיא פארוואס דעמאלס איז דאס געווען א חוצפה און היינט נישט,






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 19:20 לינק ישיר 

סך הכל וואס ער דערמאנט זיין טאטן ביי די עפרא לפומי' דרשה איז, אז זיין טאטע האט אים געהייסן אז ער זאל גארנישט זאגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 19:50 לינק ישיר 

קען מיר איינער פון צד בני יואל/חסידי מהרי"י ביטע פארשטיין געבן,

האט הרב מקאשוי געהאט טענות אויף די דעמאלטס'דיגע שחיטה?

האט מהר"א געהאט א גערעכטע טענה אויף הרב מקאשוי פארן רעדן אויף זיין פעטער/טאטע?

האט מהר"א עפעס פארמינערט הידורים אין כשרות אין זיינע בתי שחיטה?
(אויב מעגליך ביטע נישט דא אריינמישן די קאטשקע-פרשה, ישר כח למפרע)

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 19:54 לינק ישיר 

שקר נאך שקר, קאשויער רב זצוק"ל האט יא מעורר געווען אז די פלייש איז נישט גוט מנוקר און אז 'מטרעפט חלב דאורייתא, און אויף דעם האט דער פוער פיו געשריגן עפרא לפומי' בשעת קאשויער רב האט געהאט די "חוצפה" צו אסר'ן דעם שוטה'ה כפירה פאבליק סקול.

דא איז די בריוו ואס ער האט ארויסגעגעבן

http://israel613.com/books/KASHRUT_CHELEV_KASHO-H.pdf





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 20:00 לינק ישיר 

דייקן כתב:
האט מהר"א געהאט א גערעכטע טענה אויף הרב מקאשוי פארן רעדן אויף זיין פעטער/טאטע?

ניין!!!

קודם כל איז ער געווען א ראצער פון א אינגערמאן, און ער האט בכלל נישט אריינצורעדן צו א איד וואס קען זיין זיידע, שנית, איז נישטא קיין היתר אין דער וועלט (אפילו אויב זאל זיין עפעס א טענה) צו זאגן אויף קיין שום רב די געמיינע אויסדרוק און קללה "עפרא לפומי'",
ווען קאשויער רב האט דיך געכאפט מיט אריינברענגען מינות וכפירה בלויז פאר געלט אינטערעסן, האסטו אלע ברירות צו זאגן "איך, איך, איך און מיך און איך האלט אז מ'מעג...", אבער דאס גיט נישט קיין שום רעכט נישט תורה'דיג און נישט שכל'דיג צו רעדן מיט אזא נידריגקייט און שמוציגן פיסק ווי דער שוטה רשע וגס רוח האט געטון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 20:29 לינק ישיר 

KJ, די האסט מיר נישט גוט פארשטאנען,

איך האב נישט געפרעגט צו מהר"א איז גערעכט געווען מיטן זיך אויפשטעלן רעדן וואס ער האט גערעדט.

איך האב געפרעגט צו ער האט רעכט צו האבן טענות אויף הרב מקאשוי פארן רעדן אויף זיין פעטער און טאטע?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 20:52 לינק ישיר 

וואס ער טוט אין זיין מחשבה איז צווישן אים און רבוש"ע, צו ער האט רעכט צו האבן א שווער הארץ, נקמה געפילן, אדער אנדערע טונקעלע הרהורים, דאס איז זיין פריוואטע עבירה, פונקט ווי זיינע אנדערע פערזענליכע מחשבות וואס ער טוט נישט אויסקלאפן ברבים.

ווען ער לאזט הערן אזעלכע מיאוסע ווערטער, נאך ברבים, איז ער א גרויסער שייגעץ, מילד גערעדט..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 20:54 לינק ישיר 

און בדרך אגב, קאשויער רב זצ"ל האט קיינמאל נישט גערעדט אויף זיין "פעטער", די ליגענט אז "די פעטער האט מאכיל געווען נבילות וטריפות דרייסיג יאר אין אמעריקא" איז פאבריצירט געווארן אויפ'ן פלאץ דורך דעם שוטה רשע וגס רוח בשנת תשנ"ה,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 20:57 לינק ישיר 

איך האב פריער געפרעגט עטליכע פראגן,
אויב איינער פון צד בני יואל/חסידי מהרי"י קען מיר זאכליך ענטפערן, וועל איך אים דאנקבאר זיין.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 20:59 לינק ישיר 

חלה דעקל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 21:31 לינק ישיר 

קאשוי רב ז"ל האט אויפן רבי'ן נישט גערעדט זיין נייער חבר'ס טאטע די קלויזענבערגער האט גערעדט!

קאשוי רב האט אויף זיין טאטע נישט גערעדט !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.