יעצט געקומען א מודעה פון בית רבינו אז די וואך פר' משפטים וועט די רבי נישט ארויס קומען צום ציבור.
נשלח ב-27/1/2011 10:53
דינסטאג נאכט איז א באס פון קרית יואל ישיבה געקומען צי פארען צי מונטריאל פאר בראדע רבי חתונה אויפן וועג זיך אפ געשטעטלט אין קרית טאהש אין אריין אל קודש פנימה צי הרה"ק מ'טאהש שליט"א אלע האבען באקומען ברכת קדשו אין אויך מטבאות. אויך אפאר מגידי שעור.
רבין'ס שטוב האט געמאלדן: אז די וואך פר' תרומה וועט הרה"ק מ'טאהש שליט''א אויך נישט אריין קומען צום עולם אין עס איז נישט געקומען צי פארען קיין געסט.
אויך אלע בחורי ישיבתינו הק', צוזאמען מיט די מנהלים ומגידי שיעור, וועלן די וואך לכבוד שבת ראש חודש אדר א', עסן די סעודת ליל שבת קודש אין שטוב פון הגה"צ אבד"ק טאהש שליט''א.
_________________
נשלח ב-10/2/2011 03:02
געהערט אז די וואך פר' תצוה וועט רבינו שליט''א יא ארויס קומען צום עולם אויף שבת, און אז די וואך וועט זיין צוגעשטעלט אשל.
היינט נאכט אין בית צירל אין קרית טאהש מאכט ישראל בינימין לויען חתונה א אייניקעל ער איז די מייסד אין ראש פון חברה הצלה ד'קרית טאהש ער האט פארקויפט די שטח פון די נייע דירות פאר אבד"ק טאהש
_________________
נשלח ב-10/2/2011 15:38
טאהש פלייש
_________________
נשלח ב-10/2/2011 21:43
אדמור מ'קראלא די וואך אין מאנטריאל געקומען באזוכען הרה"ק מ'טאהש
הרה"ק מ'טאהש שליט"א האט געפירט טיש שבת אין אריין געקומען צי קבלת שבת שתב אין דערפרי איז געוועהן א ברית ווי די רבי איז געוועהן סנדיק (פון מרמלשטיין) אין ביי שלש סעודת פון רבין איז געוועהן א שבע ברכות א אייניקעל פון לויען. מוצא שבת זענען אלע געסט אריין אל קודש פנימה מיט קוויטלעך
אבד"ק טאהש שליט"א פארט זינטאג קיין ארץ ישראל מיט צווי מינינים צי די חתונה בבית טאהש-תולדות אברהם יצחק חתונה דינסטאג יום שנכפל בו כי טוב אין ביתר עלית אין א גרויסע שאטער דינסטאג וועטן זיך די רב מיט תלמידי וחסידי טאהש ציזאם קומען ביים אור החיים הק' ציון.
נשלח ב-24/2/2011 12:32
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
בילדער פון די חתונה פון נכד הרה"ק מ'טאהש שליט"א.
החתן מאיר סג"ל בן הר"ר יחזקאל שרגא שליט"א בן הרב מרדכי זצ"ל, עב"ג הכלה בת אב"ד תוא"י ביתר בן אדמור מתולדות אברהם יצחק, חתונה געוועהן אין ביתר.