בית פורומים אידישע געדאנק

אלע נייעס און באריכטן ארום טאהש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2011 01:00 לינק ישיר 

אנטשוליגט MR. טראכטען.
איינער וואס האלט אנדערש פון מיר פארדינט זיך נאך נישט דעם שיינעם נאמען נאר וואס דען ווען איינער איז געזיצען דא אין טאהש ביים רבין אין שטאט און געלעבט אויף זיין חשבון און די רבי האט זיך אנגענומען פאר אים ווען תולדות אהרן רבי האט אים ארויס געווארפען און די גאנצע וועלט האט אים אויסגעשפיגען און דעס טוט ער אים צוריק. און צווייטנס אז ער זיצט ביי יענעם אין שטאט און ער לאזט פאלען אזעלכע דברי חוצפה פון זיין מויל פארדינט ער זיך דעם טיטל זייער ערליך.



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 30/03/2011 01:11:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2011 04:38 לינק ישיר 

איך הער אז זיין גאנצע חטא איז אז ער האט מוחה געווען אויף ר' אלימלך טאהשער פארן גיין צום כותל

אויב איז עס אמת בין איך נישט מקנה דיין חלק אין גיהנם פארן באשמוצן אזא ערליכן איד

_________________



תוקן על ידי SatmarNews ב- 30/03/2011 04:50:44

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2011 05:02 לינק ישיר 
ארשיווע רב איז מוחה קעגען טאהש....



* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="500" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2011 05:06 לינק ישיר 
הרה"ק מ'טאהש שליט"א ביי די יארצייט טיש פון הרה"ק ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע


_________________



תוקן על ידי SatmarBum ב- 30/03/2011 05:07:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2011 19:28 לינק ישיר 
באקומען אין EMAIL

מעשה שהי כך הי
פורים בייטאג נאכן מקיים זיין מצות היום כראוי, געטרינקן משקה לרוב כדבעי,
האט הבחור החשוב עדיו לגאון א. ש. זיך ארויסגעלאזט שפאצירן, האט מען משמים געטון אזוי פירן, אז ער זאל טרעפן זיך מיט׳ן הרב הגאון, פאר גרויס התרגשות נישט וואוסנדיג וואס צו טאן,
אט איז דא א איד וואס איז מקיים א גאנץ יאר, עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי איז ביי אים קלאר, אידן באשמוצן אראבערס באפוצן, אונזער הייליגען רבין מיט די קינדער מיט די קהלה קדושה, באי ביתו של רבינו הק׳ און די משב״ק בארעדט מען מיט די ערגסטע לישנא בישא, האט הב׳ החשוב א. ש. אים פשוט געוואלט צאם קישן, און לאמיר זיך נישט צומישן, עס איז דאך בעצם יום הפורים, נכנס יין יצא סוד די אהבה רבה כמנהג שכורים, אבער אונזער הרב הגאון דו האסט זיך נישט געלאזט, אקעגן געשטעלט דעם חשובן בחור דו האסט, ע״כ ביזטו אביסל געווארן צושלאגן, וועגן דעם דארף מען נישט ווערן אזוי צוטראגן.
און יעצט לאמיר רעדן ערנסט, כבר הי׳ לעולמים אז א יחיד האט געשלאגן א צווייטן ״ליידער״ מאי כולי האי? האסט א טענה, רוף אים צו דין תורה, יש דין בישראל, עס איז נישט גיוועהן א מצב פון דו מוזט דיך ראטעווען, אדער אז דו האסט מורא געהאט אז ער וועט נאך אמאהל שלאגן, ניין ביז׳ן קומענדן פורים איז דא גענוג צייט צו גיין צו דין תורה, איז אלזא וואס איז דער פשט פון ארום שיקן פאשקעווילן אין די גאנצע וועלט און באשמוצן כאילו טאהש האט דאס געטאן? און אויך וואס איז דער היתר רופן פאליציי? מסירה? און זאג נישט אז אנדערע האבן גערופן, ווייל דו האסט אונטערגעשריבן די קלאגע, ומענין לענין וויל איך פרעגן, די אידן צו וועם דו קלעיבסט האבן דיך אלע יארן גערודפט, דו געדענקסט אוודאי די אסיפה ווען דער הייליגער רבי האט זיך אנגענומן פאר דיר, אטו כי רוכלא איזיל און אויסרעכענען די נעמען פון דיינע יעצטיגע פריינט וואס האבן דיך אלע יארן גערודפט? אויב עס וועט אויספעלן וועט מען עס אויך טוען, אדרבה ענטפער, וויא אויך זיי אונז מסביר ווער איז דיין גוטער איד אדער רב פון וועים דו ביזט מקבל מרות? דיינע שתי כליות? דעם סאטמאר רבין זי״ע האסטו נישט געקענט, דיין תו״א רבין האסטו אוועקגעווארפן מיט 35 יאר צוריק, אונזער הייליגער רבי, פון ווען דו באקומסט שוין נישט דיין שטיצע האסטו ליידער ממאס געוועהן אין אים, רבנים, מאכסטו אלע אוועק, די רבנים וואס זענען אלע יארן געזעסען ביים סאטמאר רבין זי״ע ביי של״ס תורות, די עלטערע די יונגערע די זענען אלע נעבעך פארפארן אין דיינע אויגן, ואותר אני לבדי שרייסטו, נו לאמיר דיר פרעיגן, ש״ס ופוסקים האסטו גענדיגט? ד׳ חלקי שו״ע קענסטו? ששה סדרי משנה האסטו דארך געלערנט? וואס איז דיין גדולה? אז דו קענסט אביסל נביא ומדרש, מיט דעם האסטו א דעת תורה מכריע צו זיין און די הייקעלסטע ענינים? שומו שמים, וויא עס איז נאר דא א מייק ביסטו גרייט צו גיין דרשענען אין פארפירן אין נאמן פון קידוש השם, איי אפשר מאכסטו א חילול השם נורא מסוף העולם ועד סופו וויא מען זעהט פון די איצטיגע מעשה? לאמיר אפירנעמען אביסל היסטאריע, הרב איטשע מאיר לעווין איז געוועהן באזוכן ביים סאטמר רבין זי״ע האט אים דער רבי פארגעווארפן וועגן געוויסע ווערטער וואס ער האט געזאגט, א״מ האט געלייקנט האט דער רבי געבעטן דעם צייטונג וואס האט עס באשריבן און פארלאנגט ער זאל אריינלייגן אן הכחשה האט ער נישט געוואלט האט אים דער רבי געזאגט אז משם ראי׳ אז ער האט עס געזאגט, דא איז אויך אזוי וויבאלד דו ביסט נישט מוחה איז א סימן אז דו שטייסט ארונטער.   
דער שרייבער פון די שורות האט געהאט די זכי׳ צו זעהן גדולי הדור וויא דער אלטער סקולענער רבין ספינקער רבין שארמאשער רב צעלימער רב פאפא רב וואידיסלאווער רב וכו׳ זי״ע ולהבחל״ח אונזער הייליגער רבי זאל זיין געזונט דער סקולענער רבי זיי האבן און זענען מקיים אלע תרי״ג מצות מיט אלע דודיקיה ופרטותיה מיט דעם אלעם האבן זיי קנאות איבערגעלאזט פאר דעם סאטמאר רבין און וואס ער האט פארלאנגט האט מען זיך צוגעשטעלט און היינט איז עס דער גאב״ד פון עדה החרדית ובית דינו אבער א סתם לא קרא ולא שנה׳ניק זאל זיך אליינס מכתיר זיין אלץ שר הקנאות בדורינו? רחמנא לצלן
אפשר ליגט אין דעם מער גאות וויא קנאות? און אפי׳ די רבנים נ״ע שאפראנער רב און ר׳ אברהם לייטנער און קאשויער רב ודוגמתם וואס האבן יא שטארק עוסק געווען אין קנאות האבן קודם דארך געלערנט כל התורה כולה ולא כל הרוצה לטול יבא ויטול. 
המשך יבא בע״ה
ובזה אבקש שמי שיש לו איזה הערה נא להתקשר אלי בטל  או בכתב. והאמת נר לרגלי.  
החותם בכאב על עלבונה של תורה
טובי מאיר ניימאן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2011 20:14 לינק ישיר 

יעצט אראפגעלעעגט דעם טעלעפון מיט ר' טובי' מאיר, "איך האב דאס נישט געשריבן" ענד קוואויט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2011 21:05 לינק ישיר 

ר' טובי' מאיר האט דעס נישט געשריבען אזוי ווי חיים יוסף איז א צדיק און איך האלט נאך אנמיטען געוואור ווערן ווי מען קען באקומען די אנדרע צעטליך פון ר' טובי' מאיר און ר' טובי' מאיר שעהמט זיך נישט דערמיט ער שטייט אין בית המדרש איעדן טאג און איז מוחה אויף די מחוצפים און וואס פארשעהמן דעם הייליגען שטעטלע טאהש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2011 22:50 לינק ישיר 

איך האב יעצט געקאלט טובי' מאיר ער האט אזא צעטיל קיינמאל נישט געשריבן


צווייטנס ס'געפעלט מיר וויאזוי דער א.ש. האט איהם געוואלט קישן, אך און וויי פאר זיינע פריינד אז ווען ער קושט דארף מען אריינפארן אין שפיטאל מיט וואונדן אויפן קאפ...
ווי איך הער האט ער איהם געקושט מיט נשיקות וואס זענען כדי להמית

און אגב ער האט נישט אוועקגעווארפן תו"א, ער איז אנטלאפן פון א"י נאכדעם וואס די פאליציי האט איהם געוואלט איינזעצן פארן מוחה זיין אנטקעגן די מדינת הציונות.

איך וועל דיר זאגן די זעלבע זאך וואס דו שרייבסט "וויבאלד דו ביסט נישט מוחה איז א סימן אז דו ביסט עס" (איך האב געמיינט אז דו ווילסט ער זאל ווייניגער מוחה זיין, נישט אזוי?)
איך זעה דיר נישט מוחה זיין אויף די מעשה נבלה פון באפאלן א איד א ת"ח אינמינטן גאס און האקן און קאפ, איך זעה דיר נאר מוחה זיין אויף די פאשקעווילן וואס דעקן אויף די מעשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2011 16:38 לינק ישיר 

Tosh09

טאהשער רבי האט געעפענט דעם שטעטל פאר אידן ווי ר' חיים יוסף, אויב עס גיפעלט דיר נישט קענסטו מופן קיין מרנטריאל און דאווענען ווי טאהשער רבי פלעגט דאוונוען ביז ער האט געפענט דעם שטעטל פאר אידן ווי ר' חיים יוסף!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2011 21:21 לינק ישיר 

טאץ_פרוכט כתב:
Tosh09

טאהשער רבי האט געעפענט דעם שטעטל פאר אידן ווי ר' חיים יוסף, אויב עס גיפעלט דיר נישט קענסטו מופן קיין מרנטריאל און דאווענען ווי טאהשער רבי פלעגט דאוונוען ביז ער האט געפענט דעם שטעטל פאר אידן ווי ר' חיים יוסף!

איך מיין אז די ביזט גערעכט די רבי האט עס געעפענט פאר אזעלכע יודן וואס זענען מחוצפים פאר אלע מנהיגים און רבנים, און פאר אזעלכע וואס גייען אין קאורט אן קיין שום היתר בית דין. נעמטס נאר דעם משוגנעם צו ענק פאר איין חודש און נאכדעם וועל איך מיט דיר רעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2011 22:46 לינק ישיר 

הרה"צ מטאהש האט ליב דיזע משוגעים!

and again, you are the one that is not welcome in Tosh, be happy Tosh Rebbeh don't throw you out



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2011 04:26 לינק ישיר 

משוגעים יא און מחוצפים און מוסרים נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2011 04:26 לינק ישיר 
מזל טוב מזל טוב

כלל ישראל ווינטשט מזל טוב פאר הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א צום געבארען פונעם ערשטען אור אור אייניקעל ביי הרב אהרן ישעי פיש שליט"א א זון פון הר"ר צבי הירש שליט"א און א איידעם פון הר"ר אלעזר דוד קאהן שליט"א א זון פון אדמו"ר מהאדאס שליט"א חדב"ן.
מיר ווינטשען אלע פארען הייליגען רבין אסאך נחת פון דעם אייניקעל און פון אלע אייניקלעך געזונטערהייט בבריות גופא ונהורא מעליא און אונז צו פירען אקעגן משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2011 23:10 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2011 23:25 לינק ישיר 

בס"   ד 
אן אונטערגעהערטער שמועס  - הרהח ר טובי מאיר ניימאנן 
מיט ידידו הרב נטע שמואל קארנפעלד, רב דביהמד שובה 
ישראל פלאשינג קווינס  , ממחרת שושן פורים  . נתפרסם 
ברשות .    
øøø',',',  א גוטן שתסר, שבסר, וויא האלט מען ר טובי מאיר וואס
זאגט  איר   ? 
îîî"î""è"èèè, , , א גוטן טאג רב לע , בן איך האב ערלעדיגט וואס מהאמיר 
געשמועסט, 120 קאפלס פאר גאר א ביליגע פרייז  15 דאלער 
א קאפל, אבער ער וויל פארויס דאס געלט  , ער וועט ניצן 
פעיפער דישעס, פארשטייט זיך שיינע און א פשוטע מעניא, 
פיש, זופ מיט מאנדלען, פלייש, קארטאפל, גרין בינס, 
גרעסערע בילקעס, סאלאטן, סאדע, און א טיש מיט מזונות 
און הערינג פאר די געסט וואס קומן משמח זיין און זהו, ער 
טוט  עס לעינ זיין טאטן עה ר חיים בן ר שמהח זל  ,
צופרידן  ,  רב לעבן   ? 
øøø',',',אוודאי וויאזוי האסטו עס געפועלט   ? 
îîî"î""è"èèè, , , איך האב געוויינט פאר אים אז מען רעדט פון א יתום 
מאב ואם א צובראכן קינד  , מיט א כלה וואס איז אזויפיל דארך 
אין לעבן, האט ער געמאכט מיט מיר א דיעל, אז זיין זון 
ווערט א חתן פארן יתוםס חתונה  , געט ער דעם פרייז  , נו האב 
איך מזכיר געוועהן פארן רבין און פ ארשטייט זיך עס איז 
געווארן ערלעדיגט   , 
øøø',',',אה טובי מאיר שכרך הרבה מא , ד איך שיק שוין דעם 
טשעק ,פעקס מיר די אדרעס   , 
,   גוט , , ,îîî"î""è"èèè
øøø',',',זאג וואס גייט פאר אין טאהש   , 
îîî"î""è"èèè, , , ברוך השם אלעס בסדר   , 
øøø',',',איך האב באקומן א אי מעיל מיט בילרער איינער איז 
צושלאגן   ? 
î,îî"î""è"èèè,,, ליידער איין איד האט געשלאגן א צוויייטן איד   , 
øøø',',',וואס זאגסטו   ? 
î,îî"î""è"èèè,,, עס איז געוועהן פורים ער איז געוועהן שכור און דער 
געשלאגענער איז געוועהן אויף די נישט ריכטיגע פלאץ אין 
די נישט ריכטיגע מינוט    ,
øøø',',',ווער הא  ט געשלאגן   ? 
 ,   נישט ווייס איך , , ,îîî"î""è"èèè
øøø',',',זיי שרייבן א נאמען א   , . 
îîî"î""è"èèè, , , איך ווייס נישט קיינער האט נישט געזעהן   ? 
øøø',',',און דער א  . וואס זאגט   ? 
îîî"î""è"èèè, , , ער וויל נישט רעדן   , 
øøø',',', וועים האט מען געשלאגן   ? 
îîî"î""è"èèè, , , א צווייטן איד נעבעך   , 
øøø',',',סתם א איד   ? 
îîî"î""è"èèè, , , נאר וואס דען א גוי   ? 
øøø',',',מען זאגט עפעס א הרב הגאון   ? 
îîî"î""è"èèè, , , איך האב אים נישט פארהערט   , 
øøø',',',און וואס זאגט ער, ווער האט אים געשלאגן   ? 
îîî"î""è"èèè, , , איך טאר נישט גלייבן עס איז לשון הרע, דער רב מיטן 
דיין זיי זענען זיך מטפל דערמיט   ,
øøø',',',איך פארשטיי נישט  , מען שמועסט אז דעם רבס מענשן 
שטיצן עס ווייל זיי האבן א חשבון מיט אים   , 
îîî"î""è"èèè, , , להדם אונזער רב האלט נישט קיין שנאה קעגן קיינעם 
אפי קעגן וואס האבן אים שרעקליך מצער געוועהן, ער איז 
דעם רבינס זון   , 
øøø',',',שוין איך זעה דאך אז דו ווילסט נישט ענטפערן   , 
îîî"î""è"èèè, , , ווייס איר וואס  ; איך וועל דערציילן, פורים בייטאג איז 
הב הח געוועהן שכור וא ן אנגעטראפען הרהג און זיי האבן 
זיך צו וו' ערטעלט  , האט דער בחור אים דערלאנגט א קאפע  ,
דער איד איז אראפגעפאלן און זיך צוקלאפט  , א מינוט 
שפעטער איז ר מ . ק. מיט ר א מ. . ג. אריבער  , זיי האבן אים 
געהאלפן אויפשטיין  , און געפרעגט צן מען זאל רופען הצלה 
האט ער געזאגט ניין  , און ער איז אהייםגעגאנגען  ,
אונטערוועגנס איז ער אריין צו איינעם אין שטוב פון דארט 
איז ער שוין ארויסגעקומן אבאנדזאשירטער  , די הצלה האט 
אים גענומן אין שפיטאל און דאס איבריגע ווייסטו שוין   , 
øøø',',',דער בחור האט אים געלאזט ליגן אויף דער ערד   ? 
îîî"î""è"èèè, , , ער האט נישט געזען אפילו  , ער איז געווען  שכור כמנהג 
ישראל הכשרים   , 
øøø',',',וואס פאר א בחור איז ער   ? 
îîî"î""è"èèè, , , א בחור וויא אלע,  ער האט ליעב דעם רבין   , 
øøø',',',דאן מה כל הרעש וואס פארפירט מין אין די גאנצע וועלט 
דו ווייסט וואס טוט זיך אי מעילס, טעקסט מעסעדזשעס, 
טויזענטער פאשקעווילן אין ווילאמסבורג  , בארא פארק  , קרית 
יואל  , ירושלים  , לאנדאן וכו עס קוקט אויס וויא טאהש איז א 
דזשאנגעל רחל  , עס איז א שרעקליכער חלול השם  , ובפרט אז 
זיי מישן אריין דעם רבין אין זייערע טינופות  . זאג מיר דער 
הרהג ווייסט פון דעם חלול השם נורא   ? 
îîî"î""è"èèè, , , מסתם נישט ער וואלט מוחה געווען   , 
øøø',',',נו דערצייל אים   , 
îîî"î""è"èèè, , , אונז וויל מיר אים נישט מצער זיין   , 
øøø',',',אלע פרצות ווערט ער געוואר נאר דאס נישט  , מען רופט 
דאך אים זיכער פון די גאנצע וועלט   , 
îîî"î""è"èèè, , , תיקו  , שוין לאמיר ענדיגען מיט א גוט ווארט דער אור 
החיים הק  ' זאגט עס שטייט אשה כי תזריע וגו א לשון חיובי 
ביי א נקיבה שטייט ואם נקבה תלד לשון שלולי עפי מאמר 
חזל אוי לו למי שבניו נקבות, איך בין ברוך השם טאפעלט 
באשטראפט   גוט שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אלע נייעס און באריכטן ארום טאהש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.