די זאליס שפרינגן פין דעם אשכול
די אמת פאטשט אין פנים, ס'האלט שוין דארט ביי די 2,3 'קאנטער' אשכולות
אבער לאמיר זיך האלטן צו די טרוקענע פאקטן
קיינער קען נישט ציילן יענעם'ס מוסד, אין ווי באקאנט קען מען פין די לאנטש פראגראם'ס נישט קיין ראי' ברענגן, וד''ל (אגב, ביי די ארונים רעכנט עס נישט אריין די ישיבות)
די גרינגסטע צו מעסן א מוסד איז דורך די מספר פין די כיתה אלף'ס (מ'קען נישט קוקען אויף א ספעסיפישע יאר, ס'טוישט זיך יעדעס יאר, אבער לאמיר קוקען די לעצטע 2,3 יאר)
די מציאות איז א אין וויליאמסבורג ווי די זאליס-עסטעבלישמענט 'זאגען' אז זיי האבען 8000 אין די ארונים האבען נאר 4000
האבען די ארונים 8-10 כיתה אלף'ס אין די זאליס האבען 12-14 כיתה אלף,
(דאס קענט איר באשטעטיגן ביי יעדן כיתה אלף מלמד, טראץ וואס מהרז''ל איז געליבן מיט די עסטעלישמענט אין רוב נייטראלע קינדער זענען דארט געבליבן, כידוע)
{טראץ וואס כ'הער אז לויט די יעצטיגע קינדערגארטען גייט זיך עס אסאך טוישן}
אין קרית יואל ווי די זאליס זאגען אז די ארונים-עסטעבלישמענט האבען נאר 6000 אין זיי האבען 2000
האבען די ארונים 12-13 כיתה אלף'ס אין די זאלי'ס האבען 4-5 (זאלי ק''י האב איך נישט קאנפורמד כ'גיי לשיטתם)
יעצט זאגט מיר אויב זייערע נומבער'ס מאכען אפי' סענס.......
יעצט לאמיר גיין צו די נומבערס וואס די ארונים זאגען
וומ''ס: ארונים 6000 (אריינגערעכנט די ישיבה קטנות), זאלי 7500
ק''י: ארונים איבער 6500 , (אן די מתיבתא) זאלי ?? (קיינער רעדט אפי' נישט דערפון, לויט וויפיל כ'האב געזוכט דא)
לאמיר געבן א קוק אין ב''פ
די זאליס טענה'ן אז זיי האבען האלב פין די מוסדות אין די קהילה
וואס איז אינטערסאנט איז, אז אין חדר קענען די זאלי קינדער נישט מאכען קיין שום ווינד פאר זייער פארטיי - א שטייגער ווי די ארונים פלעגן טוהן אין וומ''ס, די דינער'ס האט נאך די זעלבע צאל משתתפים ווי אלע יארען אויב נישט מער
וואס דארפט איר מער ווי דעם, אז זיי האבען געפנט א כיתה ט' אין עס געדארפט צושפארן נאך 2 יאר....
ווען זיי האבען ווען א חלק ניכר וואלטן זיי שוין לאנג געפנט א מוסד
נאר אזוי איז שוין גרינגער נישט צו עפנען אין שרייען מיר האבען האלב - ווייז מיר אויף אז נישט...
אין מאנסי איז א שאד צו רעדן
חוץ די קווינס בחורים וואס ווילן זיך נישט אינטערווארפן אינטער ר חיים יושע האבען די זאליס נישט קיין מענטשן דארט, ניטעמאל א אייגען ביהמ''ד,
אין אפי' די קווינס תלמידים פראבירט ר חיים יושע זיי צו כאפען מיט אלע כוחות,
ער לאזט מאכען אלע מסיבות אין וויבער שול פין זיין ביהמ''ד אין לאזט אפי' ר זלמן לייב קומען
אבער זיין קהילה וועט זיכער מאכען נישט צו שרייבן אויף אים ''כ''ק אדמו''ר שליט''א'' אין ס'האט שוין פאסירט אז איינער האט געקלעבט סטיקער אויף די פאוסטערס פין א חנוכת הבית 'בהשתתפות כ'''ק אדמור שליט''א' אין אלעס איז געווארען אראפגעריסן.
משא''כ די ארונים, טראץ וואס זיי האבען נאכנישט קיין אייגענע ת''ת, האט יעדער געקענט זעהן וופיל קינדער האבען זיך באטייליגט ביי די ספעציעל קבלת פנים פאר די קינדער פאר רבינו שליט''א פאר די גרויסע שבת אין מאנסי
אין די זעלבע אין אין אנדערע געגנטער ווי מ'האט זיך נאכנישט צוטיילט, ווי דארט רעכנט מען נישט אויס די מספר קינדער פונעם מוסד נאר בלויז פין אנ''ש
אין בני ברק זענען די זאליס זענען דארט א מיעוט שאינו מצוי כידוע, אין די ת''ת אין מיידל שולע וואס זיי האבען דארט האט כמעט נישט קיין קינדער וואס האבען בעבר געלערנט און די מוסדות, אין האלטן נישט ביי קיין 100 קינדער אפי' לשיטתם
יעצט זאל זיך יעדער איבערצייגן אויב די נומבער'ס זענען איבערגעשאצט